Thursday, December 11, 2008

האַלב־פֿאַרגעסענע נעמען און פּערזענלעכקייטן

ראשית־חכמה האָט ער אַ קלונג געטאָן צו פּינחס, אַ חבֿר זײַנס וואָס איז אַלע מאָל געווען אַ ביסל אויף די ראַנדן פֿון דער קהילה. אפֿשר וועט ער וויסן פֿון עפּעס אַן אַרבעט. דאַכט זיך אָבער (פֿון דער לענדלערקע וואָס האָט געענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן) אַז ער האָט זיך אַרויסגעקליבן פֿון דער שטאָט, מער ניט געקענט זיך אויסהאַלטן צוליבן געהעכערטן דירה־געלט. „אַזוי איז עס,“ האָט זי געזאָגט, מיט אַ פֿאַרדומפּיקטן קול. „דעסט די וויי איט יז.“ די לענדלערקע, וואָס ער קען זי שוין פֿון זײַנע ישיבֿהשע יאָרן, האָט זיך אויף אַלץ נאָכגעפֿרעגט: טאַטע־מאַמע (וואָס שוין זינט יענער פֿאַרשטערטער חופּה רעדט ער ניט מיט זיי), זיידע־באָבע (שוין לאַנג אַוועק אין דער אייביקייט), זײַן כּלה (ד"ה יענע, וואָס אַפֿילו איר נאָמען האָט ער זיך בכּיוונדיק ניט דערמאָנט), און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ זײַן ייִדישקייט. אַלע גאָר אויפֿמונטערנדיקע שמועס־טעמעס. ער האָט אַוועקגעלייגט דאָס טרײַבל אַ צעשלאָגענער און אַן אַנטוישטער מיט דער וועלט – אָדער וואָס זי איז געוואָרן, אָדער פֿאַר וואָס פֿאַר אַ זאַך ער האָט זי געמאַכט.

ער האָט אַ טראַכט געטאָן אַדורך די אַלע נעמען וואָס האָבן זיך נאָל בײַ אים דערמאָנט אין קעפּל. דער איינציקער וואָס פֿעלט אים – פּסיכאָלאָגיש גערעדט; ער האָט זיך ניט דערלויבט קיין בענקענישן נאָך ברוקלין, דער ריס איז נאָך אויף דעם צו בלוטיק – איז אויף צו להכעיס יענער ייִד, וואָס ער וויל זיך אין אים ניט דערמאָנען.

און אפֿשר . . . אַהאַ! ער האָט זיך אָנגעכאַפּט אין אַ קליינטשיקן, צעריבענעם געדאַנק וואָס האָט זיך נאָך געדרייט צווישן די טונקעלע, הינטערשטע קאָרידאָרן פֿונעם מוח, וווּ האַלב־פֿאַרגעסענע נעמען און פּערזענלעכקייטן נעמען אָן די טונקעלע פֿאַרבן ווי די געמעלן פֿון סוטין אָדער איינע פֿון די האָלענדער. אַ געדאַנק וואָס וואָלט אים אפֿשר אָפּגעראַטעוועט פֿון יענער אומבאַווקעמער נייטיקייט, צו רעדן מיטן ייִד וואָס ער וואָלט זיך פֿאַר אים געשעמט.

יאָ, אים איז אײַנגעפֿאַלן צו רופֿן קלמן, אָדער ווי מע פֿלעג אים רופֿן אין ישיבֿה: קלמן דממה דקה. עס פֿאַרשטייט זיך אַליין פֿון יענעם צונעמעניש, אַז יענער קלמן איז געווען סײַ אַ שרײַער, סײַ אַ טריפֿנער האַלדז. מע האָט פֿון אים געלאַכט אין דער קאַפֿעטעריע און אין די קאָרידאָרן, אין בית־מדרש און בײַם דאַווענען. און פֿאַר גוטע סיבות דערצו. ער האָט חוזק געמאַכט פֿון די רביים און די אַנדערע ישיבֿה־בחורים בשעת ער האָט אַליין ניט געהאַט קיין שם פֿון גוטע מידות. מע האָט אויף אים געזאָגט, אַז ער מאַכט קוים אַ לייעניש פֿון אַ בלאַט, אַז זײַן שוועסטער האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִד פֿאַר יאָשקע, אַז זײַנע עלטערן האָבן זיך באַגעגנט גאָר אין דער ברוקלינער תּפֿיסה נאָך אַ גוואַלדאָוונער דעמאָנסטראַציע קעגן די ליובאַוויטשער, דווקא ווען די שׂינאה קעגן חב"ד האָט זיך שוין לאַנג געהאַט אײַנגעשטילט.

בקיצור, ניט קיין חבֿרה־מאַן וואָס מע וואָלט געוואָלט מיט אים האָבן צו טאָן. פֿונדעסטוועגן אָבער האָט משה אין אים געזען עפּעס וואָס איז געגאַנגען זײַן אייגענעם וועג, וואָס האָט זיך ניט געלאָזט רירן פֿון זי כּסדרדיקע מוסר־שמועסן. קלמן דממה דקה האָט געהאַט אַן אייגענע השקפֿה – זאָל זײַן אַ צינישע – און אַן אייגענם צוגאַנג צו הלכה. ער האָט געוווּסט וואָס ער ווייסט, און וואָס ער ווייסט ניט. איידער צו פֿרעגן אַ שאלה האָט ער געפֿרעגט בײַ זיך אַליין צי ער קען די שײַכותדיקע הלכות. טאָמער ניט, האָט ער געגעבן אַ פֿאָרש צו אין כּלערליי ספֿרים ביז ר´איז דערגאַנגען דעם ענטפֿער.

יאָ, קלמן דממה דקה איז געווען אַ פּאַסקודניאַק, נאָר ער איז געווען אַ פּאַסקודניאַק אַ למדן, און אין זײַנע ניט־מעסיקע רייד אַקעגן די רביים און די מיט־תּלמידים האָט ער אָפֿט מאָל אַרויסגעזאָגט געדאַנקען, וואָס אַנדערע האָבן זיך ניט געוואַגט אַפֿערצוברענגען אויף די ליפּן. אַמאָל, צוליב עפּעס אַן ענין, איז משה אַרײַן צו אים אין דירה (ער האָט נאָך געוווינט מיט זײַנע טאַטע־מאַמע אין באָראָ־פּאַרק). דער קליינער צימער, דושנע, איז געווען אָנגעלייגט מיט ביכער אויף יעדן אייבערפֿלאַך. פּאַפּירן האָבן זיך אומזיכער געוויגט, ווי מאַקעטן פֿון מיגדל־בבֿל, אויף טישן און בענקלעך. און אין מיטן, זיכער ווי אַ מלך אויפֿן טראָן, איז געזעסן דממה דקה (מע וואָלט געקענט צוגעבן, אַזוי ווי מיט די צאַרן, „דער גרויסער“), פֿולשטענדיק אין קאָנטראָל איבער זײַן סבֿיבֿה. ווען משה האָט אים געזאָגט יענץ מאָל, איז אים אײַנגעפֿאַלן אָט וואָס:

„אַ שאָד וואָס קלמן קען ניט מאַכן זײַן גאַנצע וועלט פֿאַר אַזאַ מין סבֿיבֿה, באַקוועם און אויפֿנעמעריש, פֿול מיט ביכער און ספֿרים, נאָר מיט מענשטן וואָס האָבן פֿאַר אים אַן אמתדיקן דרך־ארץ. פֿאַר וואָס קען ער ניט אַוועק פֿון דער וועלט און זיך מאַכן אַ היים אין אַן אַנדערער?“

און אָט, איז אים אַײַנגעפֿאַלן צו קלינגען צו אים, ער ווייסט ניט פֿאַר וואָס. ווער ווייסט צי קלמן האָט זיך טאַקע דערשלאָגן צו אַזאַ וועלט וואָס משה האָט פֿאַר אים געהאָפֿט.