Sunday, September 14, 2008

מיצווה־ביזנעס

ס´איז געשטאַנען אין מיטל צימערל אַ מעטאַלענער טיש מיט אַ צעקראַצטן אויבן, וואָס פּונקט אַזאַ שטיק מעבל איז גאָר באַקאַנט יעדן וואָס האָט פֿאַרבראַכט די ערשטע צאָל יאָרן אין אַ אָרעמער שול, אָדער אַ ניט־פֿאַרמעגלעכן חדר צי ישיבֿה־קטנה, אָדער אַן עפֿנטלעכער שול וואָס איר בודזשעט ווערט יאָר־אײַן יאָר־אויס נאָך אומרחמנותדיקער צוגעוואָרגן.

ס´איז אָבער נאָר געווען איין בענקל. דער גראָבער ייִד האָט עס געגעבן אַ בריקע מיט איין אומסטאַביל־קורצן פֿוס. דאָס בענקל האָט זיך געוויגלט איבערן דיל און זיך אָפּגעקראַצט צו אַן אָפּשטעל אויפֿן דיל איידער עס האָט אַרײַנגעקראַכט אין דער וואַנט אַרײַן. דער גראָבער ייִד האָט אַ טײַטל געטאָן אויף סעמין מיט איין פֿינגער און אַרויסגערופֿן מיט אַ ביסל אַ מילדערן קול:

„זעצט זיך. מיר האָבן וואָס צו בעטן בײַ אײַך."

ער האָט גענומען אים צו אירצן, דאַכט זיך. אינטערעסאַנט – פֿאַר וואָס וואָלט ער דאָס געטאָן?

ער האָט געפֿאָלגט און זיך אַוועקגעזעצט אין בענקל. ס´איז אים געווען צו קליין, און זײַנע גלידער האָבן זיך אַרויסגעשפּרייט אין אַלע זײַטן. ער האָט זיך קוים געקענט האַלטן אין בענקל, וואָס האָט זיך געקאַטשעט אַהין און צוריק ווי אַ שיכּורער בדחן אָדער ווי להבֿדיל אַ רעפּ־סטאַר נאָך אַ הצלחהדיקן מאָרדפֿולן טור. איינער איז געשטאַנען פּונקט לעבן אים, און איינער (דער גראָבער) האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף דער וואַנט קעגן איבער, איבערן טיש. פּונקט ווי אין די דעטעקטיוו־פּראָגראַמען אויף דער טעלעוויזיע.

„מיר ווילן אײַך האָבן פֿאַר גאָר אַ וויכטיקן שליחות. נאָר ראשית־כּל דאַרפֿן מיר זיך אײַך פֿאָרשטעלן. כ´הייס ר´ גרובער,“ זאָגט דער גראָבער. סעמי, וואָס האָט געוויינטלעך ניט קיין גרויס חשק פֿאַר געמאַכטע ווערטערשפּילן אָדער גמטריא, האָט זיך שיִער ניט געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער.

„און איר?“ האָט סעמי זיך געווענט צום שלאַנקערן פֿון דער פּאָר.

„שלענקער,“ האָט געזאָגט דער צווייטער, אָן קיין חשק, דאַכט זיך, צו עפֿענען דאָס מויל און צונעמען צײַט פֿון פֿאַרקוקן זיך אין דער ווײַטנס.

„און וואָס ווילט איר פֿון מיר?“

„ס´איז ניט וואָס מיר ווילן פֿון אײַך, ס´איז וואָס מיר קענען פֿאַר אײַך טאָן,“ האָט געזאָגט גרובער. „מיר ווילן אײַך אָנבאָטן גאָר אַ פֿעטע סחורה. מיר האָבן אַ נײַ געשעפֿט וואָס וועט מאַכן אַ רעוואָלוציע אין דער גאַנצער פֿרומער וועלט. מיר וועלן אָנהייבן אַ מיצווה־ביזנעס.“

„וואָס איז דאָס?“ האָט אַ פֿרעג געטאָן סעמי.

„ס´איז גאַנץ פּשוט. דו ביסט פֿון מאַנהעטן, יאָ? אַזוי האָט איר געזאָגט? איר ווייסט אַז עס זײַנען דאָ אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס וואָס ווילן צוציִען די יונגע־לײַט צו ייִדישקייט. מע זוכט אַרום דעם כּישוף־שפּראָך וואָס וועט דאָס טאָן. מע גרינדעט אַנשטאַלטן מיט פֿילמשטערנס, מע בויט אויף ברויסע בנינים אויף קאַלעדזש־קאַמפּוסן, נאָר דאָס אַלץ טויג ניט. די ייִנגלעך און מיידלעך האָבן חתונה מיט גוייִם און אין צוויי דורות אַרום זײַנען זייערע קינדער שוין מער ניט קיין ייִדן. איר ווילט דאָס פֿאַר אײַערע מאָדערנע ייִדן?“

סעמי האָט ניט געהאַט וואָס צו זאָגן. ער האָט פּשוט אויסגעשטעלט אַ פּאָר אויגן און צוגעקוקט פֿאַרחידושטערהייט.

אָט האָט זיך צערעדט דער שלאַנקער, ד"ה שלענקער, אַ פּנים דער שׂכל הינטערן גאַנצן פּלאַן. „מיר האָבן אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט אַ גרויסן גבֿיר וואָס האָט גרויס אַהבֿת־ישׂראל אַפֿילו פֿאַר די פֿרײַע. ער איז א הײַמישער ייִד, און אים איז שוין נימאס די גאַנצער אויפֿמערקזאַמקייט וואָס עס קומט די חבדסקע ייִדן צוליב זייער אַזוי־גערופֿענעם קירובֿ. מיר קענען טאָן בעסערס. מיר וועלן שאַפֿן נאָך הייליקע ייִדן.“

סעמי האָט ווײַטער ניט פֿאַרשטאַנען. „איר ווילט מיך פֿאַר אַ קירובֿ־פּראָיעקט?“

שלענקער האָט ווײַטער גערעדט, כּאילו סעמי האָט גאָרניט געזאָגט. „מיר דאַרפֿן ווײַזן די מאָדערנע ייִדן אַז מע פֿאַרשטייט זייערע באַדערפֿענישן, און זיי איבערצײַגן אַז נאָר אונדזער תּורה קען זיי ראַטעווען.“

„אָבער דאָס איז – “ סעמי איז געוויינטלעך דער איידלסטער פֿון ייִדן, נאָר ער האָט געדאַרפֿט רעדן לשון, דאַכט זיך – „דאָס איז אַן אויסערגעוויינטלעך נאַרישער געדאַנק. פֿאַר וואָס ווילט איר טאָן וואָס די ליובאַוויטשער טוען שוין? אַלף, איר קענט עס מסתּמא ניט געטאָן בעסער, און בית, איז דאָס קעגן אײַױר טבֿע ווי סאַטמער! ווער האָט דאָס אויסגעטראַכט, און פֿאַר וואָס, צו אַל די שוואַרצע יאָר, האָט איר מיך געוואָלט אַרײַנציִען?“

ער האָט געגעבן אַ קוק אויף זײַן זייגערל. עס איז שוין שפּעט אין טאָג, און ער האָט נאָך ניט אויפֿגעזוכט דאָס מיידל. וואָס טוט ער דאָ? פֿאַר וואָס וואַרפֿט ער אַוועק אַזוי פֿיל צײַט?

No comments: