Monday, December 17, 2007

די טרייסטן פֿון פֿרומקייט

די טרייסטן פֿון דער פֿרומקייט זײַנען בײַ ברוסן דעם בעל־תּשובֿה געווען קלאָר און סאָליד, ווי פֿאָטאָגראַפֿיעס רביים וואָלטן אויף אים שמייכלענדיק אַראָפּגעקוקט פֿון זײַנע דירות־ווענט. ער האָט זיי קוים־קוים געקענט אָנטאַפּן מיט די הענט. נאָך זײַנע אַרבעטסטעג, אָפּגעגעבן פֿליִענדיקע ציפֿערן און פֿאַרבײַגייענדיקע מאַיאָנטיקעס, וואָס זײַנען אַרויף אין אַן אויגנבליק און דערנאָך אַראָפּגעזונקען אָן אַ שפּור. די פֿרומקייט בלײַבט ניט נאָר פֿון איין שאַבאַט צום צווייטן, נאָר אויך אין דער וואָכן, צו יעדער רגע, וווּ נאָר ער גייט און שטייט. ס´איז ווי אַ דורכזעיִקער לײַלעך וואָס רינגלט אים אַרום, נאָר טיילט אים ניט אין גאַנצן אָפּ פֿון דער אַרומיקער וועלט. ער פֿילט זיך אונטער אַ באַשיצונג נאָר ניט ווי אַ פּרוש.

דאָס קען ער אָבער ניט אין גאַנצן דערקלערן די ניט פֿרומע חבֿרים. זאָגט ניט „געוועזענע“, ווײַל ער איז ניט אַזאַ, וואָס וויל זיי אַוועקוואַרפֿן. נאָר ער שפּירט טיף אינעווייניק, ווי ער ווערט אַן אַנדער מענטש. ער וויל זיי מיטברענגען אויף דער רײַזע נאָר ר´איז ניט זיכער, אַז יעדער וויל מיטפֿאָרן.

למשל: זײַן חבֿרטע מעלעני. נעכטן אויף דער נאַכט האָבן זיי זיך געקושט און געגלעט, זיך קײַקלענדיק פֿריילעכעהייט אויף זײַן דירה־טעפּעך. אַלץ איז געגאַנגען נאָרמאַל, ניין, בעסער ווי נאָרמאַל. זייער באַציִונג האָט אויסגעזען צו זײַן בקו־הבריאות און אין פֿולן בלי. מע האָט געפּרוּווט אויסטאַפּן און אויסשנאַפּן יעדן טייל פֿון יענעמס גוף, כּאילו מע קען נאָר ליב האָבן אויף דער טיף נאָר דאָס, וואָס מע קען דורכויס און איבעראַל.

ער האָט געפֿילט, ווי אירע פֿינגערשפּיצן טאַנצן אויף זײַן רוקן. אוי, גאָטעניו, ווי שטאַרק ער האָט דאָס ליב! ווער האָט זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דער אָנריר פֿון הויט אויף הויט קען אַרויסרופֿן אַזאַ נחת־רוח? ער האָט געפֿילט, ווי ער ווערט פֿאַרדבֿקהט, פֿליט אין ווײַטע הימלען. אים האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז בײַ אים אַ נײַע זאַך. ער שוועבט זיך אין אַזאַ מין חלום־לאַנדשאַפֿט, וווּ אַלץ נעמט אָן אַ צוגעביטן אויסזען, ווי אַ שטוב־און־הויף נאָך אַ רעגן. ער האָט געזען, בשעת די דבֿקותן, אַ העל ליכט אין דער ווײַטנס, ניט הימלדיק, נאָר ווי מע שײַנט מיט אַ פּראָזשעקטאָר פֿון אַ פּאָליציי־העליקאָפּטער. ער האָט געוואָלט צוגיין און זען, וואָס דאָרט טוט זיך.

ר´האָט דערשפּירט, ווי מעלינע ווערט אים אַ ביסל אָפּגעקילט, זי זונדערט צו דעם גוף. איידער ער האָט זיך געכאַפּט אַ פֿרעג צו טאָן, „וואָס איז?“ האָט זיך עפּעס צווישן זיי גערירט, און זיי האָבן ביידע, ווי קאָאָרדינירטערהייט, זיך אויסגעדרייט איינער פֿון צווייטן, און ביידע געליגן אויפֿן טעפּעך אין אַ שטילשווײַגעניש.

ברוס האָט ניט ליב געהאַט קיין שטילשווײַגעניש. די שטילקייט האָט אים דענערווירט. איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס ער איז פֿרום געוואָרן איז דערפֿאַר, וואָס ער האָט געקענט מיט זיך מיטטראָגן אַ גאַנצע חבֿרה אין קאָפּ: די אַלע מאָדנע־פֿאַסצינירנדיקע פּאַרשוינען פֿון תּנ"ך; משה־רבינו; דער אייבערשטער; חז"ל; און אַלע רבנים און פּוסקים פֿון יענער תּקופֿה ביז הײַנט.

מעלינע האָט זיך לסוף אָנגערופֿן. „דו ביסט אַנדערש.“

„יאָ,“ האָט ברוס מסכּים געווען. ניט געווען קיין שׂכל דאָס צו פֿאַרלייקענען. ער האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף איין עלנבויגן און געפּרוּווט אָפּרוקן מעלינעס האָר פֿון איר פּנים, אַ געוווינהייט וואָס ער האָט זיך אײַנגעשאַפֿט אויס ליבע צו אירע האָר, נאָר זי האָט זיך אָפּגעטרייסלט, זיך אויפֿגעשטעלט און אוועקזעצט אויף דער סאָפֿע. „איך האָב דיך ליב, ברוס, און דאָס איז עס. איך פֿאַרשטיי ניט פֿאַר וואָס דו ביסט פּלוצעם אַזוי שרעקלעך פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישקייט, נאָר כ´בין גרייט דיך צו שטיצן און דו ביסט גרייט אויף מײַן שטיץ.“

זי האָט זיך אָפּגעשטעלט. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן.

„איז . . .“, האָט זי אומגעדולדיק ממשיך געווען. „איז וואָס ווילסטו פֿון מיר?“

„כ´ווייס ניט וואָס כ´וויל פֿון דיר,“ האָט ער אויסגעשטאַמלט, ניט־באַטראַכטערהייט. „קענען מיר פּשוט בלײַבן בײַם אַלטן? אַלץ איז אַזוי גוט געגאַנגען.“

„אָבער דו האָסט זיך געביטן. אַלץ איז שוין אַנדערש צוליב דיר.“

„ווי אַזוי האָב איך זיך אַזוי שטאַרק געביטן?“

„דו זעסט אַפֿילו ניט!“ האָט זי אויסגערופֿן. „דו כאַפּסט זיך אַוועק דרײַ מאָל אַ טאָג פֿאַר דײַנע תּפֿילות און דו זאָגסט מיר ניט וועגן דעם, גלײַך ווי כ´באַמערק דיך ניט. דו האָסט ניט ליב עסן אין די זעלבע רעסטאָראַנען ווי פֿריִער. דו מיינסט אַז דו בײַטסט זיך ניט? וועמען נאַרסטו? זיך אַליין?“ זי האָט זיך צעלאַכט. „קוק. כ´בין ניט געבוירן געוואָרן נעכטן. כ´האָב געהערט מעשׂיות פֿון בחורים וואָס זײַנען געוואָרן רעליגיעז. דאָס איז ניט מײַן זאַך, נאָר כ´בין גרייט מיטצוגיין. אָבער פּרוּוו מיך ניט אָפּנאַרן!“

„גוט,“ האָט ברוס געזאָגט פֿאָרזיכטיק. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן אין דעם נײַעם מצבֿ, האָט ער געפּרוּווט זאָגן וואָס ווייניקער.

„גוט – וואָס?“ האָט זי אַ פֿרעג געטאָן.

„גוט, הייסט – כ´בין מסכּים מיט וואָס דו´סט געזאָגט.“

„און וואָס איז וועגן מיר? צי זאָל איך מיטגיין מיט דיר צי וואָס? ס´איז מיר נאָך פֿאַראַן אַ ווינקל אין דײַן רעליגיעזן קאָפּ מיט די – די פֿילאַקטעריס?“

„תּפֿילין,“ האָט ברוס זי איידל אויסגעבעסערט.

„זאָלן זיי הייסן ווי זיי זאָלן ניט הייסן. וואָס איז דײַן ענטפֿער צו מיר? צו מיר, ברוס, גיב אַ קוק אַהער אויף מיר!“

און וועט ער האָט ווײַטער געשוויגן, האָט זי געמאַכט אַזאַ ברומעניש מיט דער צונג און דעם האַלדז, ווי אַ דערצאָרנטע חיה. געוויינטלעך האָט זי געמאַכט אַזאַ קלאַנג נאָר ווען זיי האָבן זיך געשפּילט אין „חיות“ (אַ געוווינהייט וואָס זיי האָבן זיך אײַנגעשאַפֿן בשעת די פֿריִסטע יאָרן חבֿרשאַפֿט), נאָר דאָס מאָל איז בולט געווען, אַז זי שפּאַסט ניט. זי איז אַוועק פֿון צימער און אַרײַן אין שלאָפֿצימער, און פֿאַרהאַקט די טיר.

דערפֿאַר האָט ער געוואָלט געפֿינען וועמען ס´זאָל אים זײַן צו הילף בשעת די שווערע טעג. ניין, ניט שווער. אַלץ גייט אים דערווײַלע, קיין עין־הרע, מיטן פּוטער אַרויף. ער מאַכט ניט פּליטה פֿון דער וועלט, ער קלײַבט פּשוט אַ נײַעם מין לײַלעך אויף זיך אויפֿצוּוויקלען. נאָר ווער נאָר עס פֿאַלט אים אײַן איז ניט דאָס. טאַטע־מאַמע וואָלטן זיך דערשראָקן צו הערן וועגן זײַן נײַעם וועג. ער האָט ניט קיין פֿרײַנד וועמען ער קען פֿאַרטרויען.

דערפֿאַר איז ער דעמאָלט צוגעגאַנגען צום עילוי פּרוּוון פֿאַרפֿירן אַ שמועס. ניט דערפֿאַר וואָס דורך דער חכמה פֿון יענעם בחורל וועט ער אַרויסקאַראַבקעווען פֿון זומפּ. ניין, ער האָט דווקא געוואָלט זען דעם אָפּרוף פֿון אַ יאַט וואָס האָט ניט אַזעלכע פּראָבלעמען. ניט חלילה וואָס ער מיינט אַז דער בחור איז מער אַ מומחה אין לעבן, ווײַל ער קען לערנען. נאָר עס לאָזט זיך אַ מאָל רעקאָמענדירן אַ געוויסע דיסטאַנץ פֿון ענין, ניט אמת?

ברוס האָט אָבער ניט געוווּסט אַז סעמי האָט זיך אויך רעגאַנגלט מיט ליבעפּראָבלעמען. אמת, אויף אַ נײַנצניאָריקן אופֿן. קיין אמתער אונטערשייד צווישן ליבעפּראָבלעמען צו נײַנצן יאָר און די דאָזיקע צרות צו צוויי און פֿערציק יאָר זײַנען באמת ניטאָ, נאָר וואָס: די נײַנצניאָריקע פּראָבלעמען זײַנען אַ מאָל באמת לעבנספֿראַגעס, בשעת די דערוואַקסענע צרות זײַנען אָפֿט מאָל די אויסצאַנקענישן פֿון אַ קאַפּעדיקן ליכט.

Sunday, December 2, 2007

דער עילוי און דער גאָון

סעמי האָט ניט געוווּסט פֿון קיין אַלטמאָדישע הנהגות. אַז ער האָט געוואָלט עפּעס וויסן, האָט ער אַ פֿרעג געטאָ, נאַיִוו־נײַגעריק. נײַנצניעריק. בדרך־כּלל האָט מען געענטפֿערט אויף זײַנע פֿראַגעס, צוליב אַזאַ שולדגעפֿיל: וואָס וועט זײַן, אויב מע זאָגט אָפּ אַזאַ ברען, אַן עילוי? אפֿשר וועט מען צאָלן דערפֿאַר אויף יענער וועלט?

סעמי איז געזעסן בײַ ר´ דוד אין שיִעור, און דערנאָך, ווען אַלע אַנדערע תּלמידים זײַנען שוין אַוועק, איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ שאלה וועגן ר´ דודס לעבנס־געשיכטע.

יעדער ווייסט דאָך, אַז ר´ דוד איז אַ שארית־הפּליטה־ייִד. ער האָט געשריבן אַ בוך אויף ענגליש וועגן זײַן לעבנס־געזיכטע – אַליין אַן עילוי פֿון סיגעט, וואָס האָט געקענט אויסהאַלטן דעם באַוווּסט, און אפֿשר בײַ אַנדערע אַזוי גערופֿענע עילויים אַפֿילו דעם מיטישן, „נאָדלטעסט“ אין אַ מסכתּא ש"ס. ער איז געווען אַרומגערינגלט מיט גרויסע תּלמידי־חכמים פֿון סאַמע אָנהייב אָן, און יעדער האָט געזען אין אים עפּעס ניט נאָר ענלעך צו זיי, נאָר אפֿילו בעסער, מער אויסגעלײַטערט און פֿילאָסאָפֿיש געשטימט. אַ שטיקל געפֿערלעכער פֿײַער וואָס טרײַבט אונטער די נשמה צו נײַע סכּנותדיקע הייכן.

ר´ דוד – דעמאָלט מער ניט קיין „דודעלע“ – איז אַוועק פֿון אייראָפּע צו פֿרי, ער זאָל זען מיט די אייגענע געשטאָכענע אויגן דעם גורל פֿון זײַן משפּחה און קהילה. באַלד נאָך די בשׂורות וואָס האָבן אים געהאַט אומברחמנותדיק דעריאָגט און פֿאַרפֿלייצט אין אַמעריקע, האָט ער זיך פֿאַרטיפֿט אין דעם ריזיקן שאַצקאַמער גמרא מיט וועלכן ער האָט זיך אַרומגעטראָגן אין אייגענעם קאָפּ. אַז ער איז געגאַנגען איינער אַליין דורך די חז"לישע לאַנדשאַפֿטן פֿון אייגענעם תּורה־וויסן, האָט ער ניט געזען די תּלמידי־חכמים און בתּי־מדרשים וואָס האָבן זיך אין אים געהאַט געפֿונען. אַזוי ווי אַ ספֿרים־שאַנק וואָס מע נעמט בײַ אים צו דעם גרויסן חתנס ש"ס, די שטאָלצע, דיקע בענד מקראות גדולות, און די פֿיל קלענערע בענד שו"ת, ווי ייִנגערע קוזינען צו די טאַטע־מאַמעדיקע גרעסערע ספֿרים – אַזוי אויך איז בײַ אים ליידיקער געוואָרן די מוח־לאַנדשאַפֿט. אַ וויסטער ווינט האָט כּסדר געבלאָזט.

כּמעט אַלץ איז נעלם, פֿאַרשניטן געוואָרן, און ער האָט געשפּירט ווי ער טורעמט שוין העכער ווײַל די גאַנצע וועלט איז שוין נידעריקער. ער האָט דאָס ניט געוואָלט מודה זײַן ווײַל ער האָט פֿײַנט בתּכלית־השׂינאה זײַן אַזוי גערופֿענע עילוישאַפֿט, אַ טיטל געשאָנקען געוואָרן פֿון עם־הארצים און גאָרניט־ווייסערס. יענע יאָרן זײַנען עילויים יאָ געווען, און אפֿשר וועלן זיך אַ מאָל באַווײַזן נײַע. ער ווייסט אָבער נאָך ניט.

דאַכט זיך אָבער אַז ער האָט שוין אַן אַחריות וואָס ער האָט ניט געהאַט פֿריִער, אַז ער קען ניט זײַן קיין פּשוטער תּלמיד־חכם אָנגעשטאָפּט מיט ש"ס און פּוסקים ווי אַ מילגרוים מיט זאָמענס.
ער דאַרף לערנען, זאָגן שיִעורים, געבן תּלמוד־לעקציעס (ווי מע זאָגט אין די מאָדערנע אַמעריקאַנער שולן). סך־הכּל: לאָזן אונטערוואַקסן דעם נאָכוווּקס, דעם צווייטן דור.

דערפֿאַר, כאָטש ר´ דוד איז אינעווייניק געווען אַ שטרענגער ייִד, פֿול מיט טענות קעגן זיך און אַנדערע, און גרייט אין די חדרי־חרדים פֿון אייגענעם מוח צו רופֿן וועמען ניט איז אַן אידיאָט, דאָך פּנים־אל־פּנים איז ער געווען באמת אַ צוגעלאָזענער.

ווען סעמי איז צו אים צוגעגאַנגען און געזאָגט אַז ער וויל עפּעס פֿרעגן, האָט ר´ דוד אַרויסגעקוקט אויף אַ ממשותדיקער שאלה. שוין לאַנג וואָס ער האָט ניט וואָס אײַנצובײַסן מיטן פֿולן שׂכל. ער שעמט זיך פֿאַרן חונן־הדעת.

האָט סעמי אַ פֿרעג געטאָן, אָן קיין וואָרט פֿריִער, ווי זײַן שטייגער איז: „ווי אַזוי האָט איר געהאַלטן אײַער אמונה במשך דעם חורבן?“

דאָס האָט ר´ דודן פּריטשמעליעט. ער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנץ בוך וועגן חורבן און זײַן לעבן; ער האַלט רעגולערע דרשות אין יום־השואה וועגן דעם ניסיון אַרײַנצוטײַטשן אין חורבן, און אַז מע דאַרף דערפֿון ווײַכן ווי פֿון דער פּעסט. „צי האָסטו געלייענט מײַנע פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין?“ האָט ער מילד געפֿרעגט. סעמי איז אַ קלוגער (ער האָט ניט גענוצט דאָס וואָרט „עילוי“ מיט זיך אַליין), האָט ער ניט געפֿרעגט גלאַט אין דער וועלט אַרײַן.

„יאָ, איבערגעלייענט אײַער בוך. כ´האָב זיך דערפֿון אַ סך געלערנט. נאָר כ´האָב ניט פֿאַרשטאַנען דעם ווי אַזוי, דאָס הייסט, אַז איר שטייט פֿאַר אַזאַ מצבֿ, אַזאַ חורבן, וואָס טוט איר כּדי זיך אָנצוהאַלטן אין אײַער אמונה?“

ר´ דוד האָט ווײַטער ניט פֿאַרשטאַנען. „כ´האָב ניט זיך אָנגהאַלטן אין מײַן אמונה. כ´האָב זיך שרעקלעך געראַנגלט.“

„אָבער –“ בײַ סעמין איז קענטיק שטעקן געבליבן עפּעס אַ טיפֿער ייִאוש טיף אין האַלדז. „כ´וואָלט געוואָלט וויסן אײַערע עצות. כ´ראַנגל זיך אויך, מיט אַזעלכע קליינטשיקע טענותלעך צום אייבערשטן. כ´האָב געמיינט כ´קען מאַכן אַ קל־וחומר: אַזוי ווי איר זײַט שוין געווען אין אַזאַ גרויסן חורבן, און אײַער אמונה אין גאָט איז געבליבן גאַנץ דורך דעם אַלעם, האָט איר אפֿשר עצות וועגן דעם.“

„וועגן וואָס?“

„וועגן דעם, ווי אזוי צו לייזן די ספֿקות,“ האָט זיך סעמי אָנגערופֿן. סעמי האָט זיך געפֿונען אין אומבאַקאַנטער טעריטאָריע. זײַן אמונה און בטחון אין דער גמרא, למשל, וואָס איז נאָר מענשטן פּלוס רוח־הקודש, איז גאָר שטאַרק. אַפֿילו ער פֿאַרשטייט ניט אַ געוויסן שווערן מאמר אָדער פֿאַרדרייטן שקלא־וטריא, איז ער נאָך זיכער בײַ זיך אַז זײַן אייגענער שׂכל, פּלוס דער אינעווייניקסטער סדר פֿון דער גמרא, וועט אַלץ אויפֿלייזן. ניט אומזיסט האָט מען ש"ס מחבר געווען. נאָר אַז סעמי איז געשטאַנען פֿאַר דער גאַנצער וועלט, די העלפֿט דערפֿון ער הייבט ניט אָן צו פֿאַרשטיין, כאַפּט אים אַרום אַ פֿאַרלוירנקייט וואָס געפֿינט זיך ניט קיין ענטפֿער אין ברייטן גמרא־פּרוזדור. דאָס האָט ער געמיינט, און דאָס האָט צום באַדויערן זײַן נײַנצניעריק לשון ניט געקענט אויסרעדן.

ר´ דוד האָט פֿאַרשטאַנען פּונקט וואָס דער בחור איז געווען אויסן, נאָר קיין ענטפֿער האָט ער אויף אַן אמת ניט געהאַט. עס גייט אין דעם, וואָס יעדנס אינעווייקסטע ראַנגלענישן מיט גאָט זײַנען זייער שווער, כּמעט אוממעגלעך, איבערצוגעבן אַ צווייטן, און אַפֿילו דעמאָלט, אין בעסטן פֿאַל, ווערט ס´רובֿ פֿון אמת פֿאַרפֿאַלן, ווי אַ ליד. נאָר פֿונדעסטוועגן, האָט ער „אויפֿגעהויבן זײַן משל און צערעדט זיך“, ווי סע שטייט וועגן די נבֿיאים:

„דו ווייסט וואָס איינער פֿון מײַנע רביים האָט מיר געעצהט?“ האָט ער געזאָגט סעמין. „מע מוז זיך פֿירן כּאילו ס´איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט, און טאַקע אין דער רגע וועט זײַן אַ התגלות.“

צום גליק האָט ר´ דוד יאָ פֿאַרשטאַנען אין וואָס דאָ האַנדלט זיך – נאָר וואָדען, ער האָט ניט געוווּסט וואָס ער זאָל ענטפֿערן. ניט וואָס ער האָט ניט געוווּסט ווי צוצוגיין צום ענין, ניין. אַפֿילו ער האָט ניט קיין ענטפֿער, קיין מלאך איז ער דאָך ניט, פֿאָרט ווייסט ער ווי אַזוי דאָס אָנהייבן אַרומצורעדן. ס´איז די פֿראַגע וואָס שטייט פֿאַר יעדן רבין: וואָס פֿאַר אַ פֿראַגעס וויל מען אָנמוטיקן, און וועלכע וויל מען איגנאָרירן, מיט דער האָפֿענונג אַז זיי וועלן אַוועקגיין פֿון זיך אַליין? ער האָפֿט, אַז זײַן פּרוּוו אויף אַן ענטפֿער איז ניט קיין נאַרישער.

פֿונדעסטוועגן אָבער, זאָגט אים אונטער דאָס האַרץ אַז, איין מאָל שוין אויפֿגעוועקט אַזעלכע מין ספֿקות בײַ אַ בחור, ווערן זיי ווײַטער ניט אַזוי גרינג צוריק באַלייגט שלאָפֿן.

סעמי איז דאַכט זיך ניט געווען צופֿרידן מיט דעם ענטפֿער. „אָבער, ווי אַזוי קען איך האָפֿן אויף א התגלות פֿון אייבערשטן, אַז כ´בין ניט בכּוח צו גלייבן אין אים לכתּחילה?“

סעמי האָט זיך אויסגעדרייט און איז אַוועק. ר´ דוד איז דערנאָך לאַנג געזעסן, אַ פֿאַרטראַכטער, איבער זײַן ספֿר. דערנאָך איז ער אַהיים זיך אָפּגעבן מיט דער פֿרוי. נאָך אַ ראַיה פֿון אַ גאָט וואָס מע קען ניט פֿאַרשטיין, וואָס „פֿאַרשטיין“ איז נאָך אַלעמען ניט קיין שייכדיקער ווערב אָנצוּווענן אויף גאָט. „פֿאַרשטיין“ פֿאַרשטייט מען אַ בר־מיצווה־בחור וואָס בונטעוועט זיך, אָדער אַן עדה ייִדן וואָס ווילן וויסן פֿאַר וואָס זייערע טייערע זײַנען אויסגעשאָכטן געוואָרן. נאָר דער אייבערשטער קען מען נאָר אָננעמען און זיך פֿירן אַ לעבן וואָס איז אים פּאַסיק, אַזוי ווי (להבֿדיל, האָט זיך אים געדאַכט, כאָטש דעם כּוח פֿון להבֿדיל האָט ער ניט געשפּירט) זײַן פֿרוי וואָס זיצט פֿאַרליימט דורך אַ ביאָלאָגישן מעכאַניזם וואָס ער – ווידער דאָס וואָרט – פֿאַרשטייט ניט.

Saturday, November 17, 2007

מאָושע און קעראָלײַן זוכן פּרנסה

קעראָלײַן האָט ניט געוואָלט איבערקלײַבן זיך קיין מישיגען, נאָר מאָושע האָט געוואָלט. ער האָט געזאָגט אַז זײַן משפּחה קען אַ ליאַדע מינוט זיך אַרײַנכאַפּן אין זײַן לעבן און קאַליע מאַכן אַלץ וואָס זיי האָבן געמאַכט צוזאַמען. זי האָט ניט אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען וואָס עס האָט זיך אים אַזוי פֿאַרקאָכט זיך אַרויסצוציִען. אײַ, ער האָט פֿײַנט די משפּחה? ער האָט געדאַרפֿט אַוועק פֿון זײַן פּערזענלעכן געטאָ? איז וואָס? מאַלע וואָס אַ מענטש דאַרף אויסשטיין צוליב טאַטע־מאַמע! אַפֿילו טאַטע־מאַמע געפֿינען זיך אין ברוקלין הייסט לאַוו־דווקא אַז מע טאָר מער ניט וווינען אין ברוקלין. ברוקלין איז דען אַ קליין שטעטל? אַפֿילו די ייִדן, אויף וויפֿל זי פֿאַרשטייט, וווינען אין אַ צאָל געגנטלעך אין דעם גרויסן באָראָ. ער וואָלט געקענט וווינען אין ברוקלין־הײַטס, קערל־גאַרדענז, וווּ ניט? זי פֿאַרשטייט, אַז מע מוז זיך אַן עצה געבן מיט די קאָמפּלעקסן פֿון זיווג, נאָר מע מוז ניט פֿון אַלץ און אַלעמען פּליטה מאַכן. מע קען אַ מאָל זיך אַוועקשטעלן און קעמפֿן. איר משפּחה, למשל, איז געבליבן אין מיסיסיפּי צענדליקער יאָרן, און מע האָט זיך ניט אַרויסגעקליבן קיין צפֿון צוליב ווײַסער שׂינאה ווי צוליב דאגת־פּרנסה.

זי האָט זיך אָנגעקוקט אין שפּיגל. אַ קלוגע פֿרוי, האָט זיך איר געבאָמבלט די פֿראַזע אין קאָפּ. דאָס האָט מען אויף איר געזאָגט. נאָר געמיינט האָט מען אָדער: כ´האָב געמיינט אַז אַלע שוואַרצע פֿרויען זײַנען שטיצערס פֿון מענער פּליטהניקעס! אָדער – וואָס ביסטו ווײַטער אַ סטודענט, די צאַצקע? פֿאַר וואָס נעמסטו זיך אַלץ ניט צו גאָטס אַרבעט? מאָושע האָט אָבער פֿאַרשטאַנען, וואָס עס הייסט צו זײַן אַ באַנקקוועטשער, זיך זיצן איבער אַ בוך ביז מע דערגייט ניט צו זײַנע אינעווייניקסטע סודות, כאָטש „כ´בין קיין מאָל ניט געווען קיין גרויסער לערנער,“ האָט ער צו איר מודה געווען.

„נאָר דו האָסט דאָך געלערנט לאַנגע יאָרן אין ישיבֿה?“ האָט קעראָלײַן געפֿרעגט.

„כ´האָב געמאַכט אַן אָנשטעל. כ´האָב זיך אָנגעשאָקלט איבער די גרויסע ספֿרים. אַז מע פֿירט זיך אויף גוט און פֿרום, מע ווײַכט פֿון די זײַטיקע רייד פֿון די אַנדערע תּלמידים, און מע לויבט דיך אין הימל אַרײַן פֿאַר דײַן פֿרומקייט.“

„דו ביסט דאָך אָבער אַ קלוגער געווען.“

„יאָ, אַ קלוגער. נאָר קלוגשאַפֿט איז אַנדערש פֿון האָבן אַ גמרא־קאָפּ.“

קעראָלײַן האָט געמאַכט מיט די פּלייצעס.

הײַנט לערנט זי זיך אָוונטן אויף איר מאַגיסטער־אַרבעט, דווקא אין קאָמפּאַראַטיווער רעליגיע. „דײַן באַפּטיסטישער דיבוק זיצט נאָך אין דיר,“ האָט זיך געוויצלט מאָושע. מאָושע, וואָס פּרוּווט זיך מאַכן אַ לעבן דורך פֿאַרזיכיקן זשורנאַליסטיק, קען עפּעס ניט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס אַ פֿרוי מיט שׂכל זאָל זיך פֿרײַוויליק גריבלען אין די פּרטים פֿון רעליגיעזע באַוועגונגען, זייער אויפֿשטײַג און אַראָפּפֿאַל. „מיר איז שוין נימאס געוואָרן איין רעליגיע. צוויי וואָלט טאַקע געווען ניט אויסצוהאַלטן!“

קעראָלײַן האָט זיך דווקא גאָר שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין די פּרטים פֿון דער באַפּטיסטישן ריס במשך דעם אַמעריקאַנער בירגערקריג. ניט נאָר די אידעאָלאָגישע פּרטים וואָס יעדער בר־בי־רבֿ לערנט זיך אין געשיכטע־קלאַס, נאָר די אינעווייניקסטע שׂינאהשאַפֿטן און ליבשאַפֿטן וואָס האָבן געטריבן דעם מאָטאָר פֿון רעליגיע, אונטער דעם אויטאָ־קאַפּאָט.

יאָ, מע האָט זי געהאָט אויפֿגעהאָדעוועט מיטן באַפּטיזם. שיינע זיכרונות: ניט פֿון הויכענערגישע כאָרן אָדער גאָספּעל־מוזיק (דאָס איז דאָך נאָר פֿאַראַן אין דרום־באַפּטיזם), נאָר פֿון לאַנגע דרשות, זונטיק־נאָך־קלויסטערדיקע טישן אָנגעלאָדענע מיט כּל־טובֿ, רכילות וועגן מיניסטערס, זייערע ווײַבער, זייערע סעקרעטאַרשעס, און זייערע שקאָצישע קינדער און אייניקלעך – קעראָלײַן קען זיך ניט דערמאָנען אין איין אייניקל, וואָס זאָל זיך ניט האָבן געבונטעוועט אויף עפּעס אַ קאָמיש־גראָטעסקן אופֿן (סעקס מיטן שכנישן מיידל אויפֿן קעלער פֿון דער קירך, אויטאָ־אומגליקן מער קאָמיש ווי ערנצט, און דאָס גלײַכן). נאָר זי איז ניט אַוועק פֿון דער קירך, ניט מיט אַ כּיוון – זי האָט זיך געביטן.

און צו וועמען, פֿרעגט מען תּמיד, פֿאַרגלײַכט זי דעם באַפּטיזם? מאָושע האָט זיך פֿונאַנדערגעלאַכט ווען ער האָט געהערט: צו די אינערלעכע שפּאַלטונגען פֿון די „האַסידם“, ווי זי האָט עס פֿאַלש אַרויסגערעדט ווען זיי האָבן זיך צום ערשטן מאָל באַקאַנט, מיטן אַקצענט אויפֿן ערשטן טראַף. האַ-סידים.

פֿאַרשטייט זיך, אַז קעראָלײַן האָט ניט קיין אַנונג וואָס זי וועט טאָן ווען זי וועט דאַרפֿן אַרויס אויפֿן אַרבעטמאַרק. דער מצבֿ אין איר פֿעלד איז אַ שרעקלעכער. „אין ערגסטן פֿאַל“, האָט זיך געוויצלט מאָושע, „וועסטו זײַן אַ בייביסיטער בײַ אַ חסידישן רבין.“

און וואָס טוט מאָושע, למשל, פֿאַר פּרנסה וועגן? דאָס איז טאַקע אַן אָנגעווייטיקטע שאלה. ער זוכט אַרום מיט התמדה. ער לייענט איבער פֿאָרזיכטיק און בעיונדיק די אַנאָנסן אין די צײַטונגען. ער גייט אויף אַ פּאָר אינטערוויוען. וואָס קען ער טאָן? דאָס איז תּמיד די פֿראַגע. אָט ליגט פֿאַר זיי זײַן רעזומע. איידער ער האָט פֿאַרלאָזט זײַן כּלה אויף דער חופּה (ווײַל אַזוי באַצייכנט זיך בײַ זיך תּמיד זײַן קריזיס, ניט געקוקט אויף דעם, צי ער וויל עס דערמאָנען אויף אַ נייטראַלערן אופֿן), האָט ער שוין גענומען זיצן בײַ נאַכטקורסן פֿון היגן קאָמיוניטי־קאַלעדזש. פֿון וואַנען האָט זיך צו אים גענומען דאָס געלט? ווי אַזוי האָט ער אַרויסגעשלײַכט אויף אַ נאַכט – ניט אויף אַ שיִעור נאָר גאָר אויף קלאַסן אין קונסטגעשיכטע און דער ענגלישער ליטעראַטור? די פּרטים זײַנען ניט קיין אינטערעסאַנטע – ער האָט ניט געהאַט קיין חשק זיך טיילן מיט די דעטאַלן בײַם שמועסן מיט פֿרײַנד.

פֿאַר וואָס? ניט ווײַל ער שעמט זיך דערמיט. אַדרבא, ער האָט געדאַרפֿט זען די טומאה וואָס מע גיסט אויף איר פּעך און שוועבל. ער האָט אויך געוואָלט וויסן מיט וואָס פֿאַרנעמט זיך אַ קלוגער גוי. ער ווייסט דאָך מיט וואָס פֿאַרנעמט זיך אַ ייִד מיט אַ שאַרפֿן קאָפּ – נאָר אַ גוי? וואָס טוט ער? זיצט איבער עפּעס און לערנט?

און דאָס „ווי אַזוי“ איז אויך ניט אזוי שפּאַנענדיק. יעדע פֿאַרמאַכטע קהילה, ווי פֿאַרמאַכט ער זאָל זיך ניט פֿאַררעכענען, האָט שפּאַרונעס וואָס לאָזן אַדורך די טעמען און ריחות פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. אַפֿילו תּפֿיסות קענען ניט פֿאַרשפּאַרן די אַרעסטאַנטקעס קעגן אַלע השפּעות פֿון דער דרויסנדיקער וועלט.

זײַן רעזומע, הייסט עס, איז גאָרניט זיך צו שעמען. אויך זײַנע קענטשאַפֿט אין געוויסע פֿעלדער – קאָמפּיוטערס, הגהה, חשבונות – איז גאָר ניט צו פֿאַרזינדיקן. וועמען גייט עס אָן אָבער ווען די עקאָנאָמיע איז אין אַזאַ שרעקלעכן מצבֿ? אים האָט אָפּגעגליקט, וואָס מע האָט אים טאַקע מכּבד געווען מיט די אינטערוויוען. דאַכט זיך, מ´איז נײַגעריק צו מאַכן אַ משנה־בריות אויף דעם ייִד וואָס איז געגאַנגען אין תּורה־ודעת און דערנאָך אין ברוקלין־קאָמיוניטעט קאַלעדזש.

„ניין, ס´גייט ניט אין דעם,“ זאָגט זיך אָן קעראָלײַן אין מיטן זײַן חלום. „מ´איז ניט אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿון זײַן פּערזענלעכער געשיכטע. ס´איז פּשוט ווי אַ מאָל מיט די זאַכן: אַ מאָל אינטערוויויִרט מען און אַ מאָל ניט. קיינער קען ניט פֿאָרויסזאָגן ווי און ווען. דו ביסט ניט אַזאַ יחיד־במינו, דאַרלינג.“

אַזוי איז דער מצבֿ. איידער ער איז אַוועק האָט ער זיך זיכער ניט אײַנגערעדט קיין גאָלדענע גליקן. אָבער ער האָט אַוודאי געמיינט אַז דער דורכשניטלעכער מענטש לעבט בעסער אין דרויסן פֿון די ווענט איידער אינעווייניק. דאַכט זיך, אַז ער האָט געהאַט אַ טעות.

Friday, October 26, 2007

אַ שאָד וואָס משה טאַוב מוז פֿאַרלאָזן זײַן כּלה

אַ שאָד וואָס ער וועט זי מוזן פֿאַרלאָזן. און – צוריקגערעדט, איז דאָס ניט קיין שאָד. ס´איז דער איינציקער אויסוועג. ער גלייבט ניט אין גאַנצן הכּל־בכּל מיטן פּעקל. וואָס וועט ער זאָגן, ווען ער וועט ניט קענען אַרויסווײַזן דעם נייטיקן התפּעלות צוליב זײַן ייִנגלס ערשטן טאָג אין אַ פֿאַרגלאָצטן, כניאָקישן חדר. מע וועט אים דערוויסן און דערנאָך וועט מען אים דערווישן, קיין שפּור ניט צו בלײַבן. און וואָס וועט דעמאָלט בלײַבן און פֿייגי לאה און די קינדערלעך?

„אוי, וויי,“ האָט ער זיך קורץ צעלאַכט, און אַ קער געטאָן צו חיים, וואָס האָט געוואַרט אַ ביסל פּריטשמעליעט אויף זײַן מיטשמועסערס קומעדיקן גאַנג. „כ´טראַכט צו פֿיל.“

„יעדער חתן פֿילט זיך אַזוי, אַיאָ?"

„איך וויל פּטור ווערן. כ´וויל אַוועק."

חיים האָט אַ זיפֿץ געטאָן. „כ´וואָלט דיך געדאַרפֿט פּרוּוון אָפּרעדן, אָבער – “

„ ,אָבער´ דו ווילסט ניט צי ,אָבער´ דו קענסט מיך ניט אָפּרעדן?"

„כ´בין ניט בכּוח. כ´פֿיל זיך אויך צעריסן און צעבראָכן. כ´ווייס ניט וווּהין זיך צו ווענדן. נאָר כ´האָב אויך ברוך־השם אַ ווײַבל וואָס כ´האָב ליב, און כ´ווייס ניט ווי איר צו זאָגן. אַז כ´פּלאַץ זיך אַרויס אין מיטן דערינען מיט אַזאַ מין ווידוי, קען זײַן נאָך אַלעמען. ווער ווייסט צי זי וועט פֿון מיר מאָנען אַ גט?“

„וואָס וואָלט געווען ערגער,“ האָט משה געוואָלט זאָגן, „זיך צו גטן מיט דײַן פֿרוי, אָדער צו בלײַבן געפֿאַנגען אויף אייביק?" נאָר ער האָט געוווּסט וויפֿל ס´האָט חיים ליב זײַן פֿרוי.

זיי זײַנען זיך געגאַנגען אויף איינעם פֿון די עוועניוס. דאַכט זיך, אַ געויינטלעכער וואָכנטאָג. נאָר געפֿאַנגען האָט זיך טאַקע געפֿילט דער חתן. ער האָט אַ מאָל געהאַט געלייענט אויף אַ פּאַשקעוויל, אַז ייִדן וואָס עסן אײַזקרים־קאָנס אויף דער גאַס זײַנען פּסול לעדות. אַפֿילו אײַזקרעם, דער סימן פֿון קינדישער זאָרגלאָזיקייט, האָט מען פֿאַרדרייט אין אַ ליטמוסטעסט!

דאַכט זיך אַז ער האָט אויסגערעדט ניט־וויסנדיק – חיים האָט אויף אים אויסגעשטעלט די אויגן. „דו ווילט אויף אַן אמת אַוועק אויף שטענדיק? אַראָפּ־ פֿון וועג?"

איצט, אַז אַ צווייטער דערמאַנט עס שוין אויף אַ קול, איז משהן קלאָר געוואָרן אַז דאָס איז טאַקע זײַן פֿאַרלאַנג.

„קענסט מיר צוברענגען מײַן חפֿצים?" האָט ער אַ פֿרעג געטאָן בײַ חיימען. ער האָט געהאַט איבערגעלאָזט אין חתונה־זאַל זײַן טלית־און־תּפֿילין, אַ פּאָר ספֿרים, זײַן סעלפֿאָן.

„און וואָס וועל איך זאָגן דײַן משפּחה, און דעם גאַנצן עולם, ווען איך קום צוריק אָן דיר?“

דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה בכלל. ער וויל אַוועק נאָר ער וויל אויך ניט שטעלן זײַן חבֿר אין אַ סכּנה. פּלוצעם פֿאַלט ער אײַן אויף אַ המצאה. „ווייסט וואָס? כ´דאַרף ניט די זאַכן. איך וועל אַהיים, נעמען אַ טשעמאָדאַן און – און גיין.“

חיים האָט דאַכט זיך פֿאַרלוירן וועלכן־ס´איז קאָנטראָל איבער זײַן קאָפּ, וואָס האָט זיך געוויגט פֿון זײַט צו זײַט ווי אַן אומסטאַבילע משׂא אויף אַן אַכצן־רעדערדיקן אויטאָ. „דאָס איז משוגע! כ´שטיץ דיך, דו ווייסט דאָס, נאָר דו פֿאַרשטייסט אַליין ניט וואָס דו טוסט!"

„כ´ווייס פּונקט ווי משוגע דאָס איז, נאָר כ´זע אין דער רגע ניט קיין אַנדער אויסוועג. וואָס זאָל איך טאָן, חתונה האָבן מיט אַ פֿרוי און פֿאַרפֿירן זי אַ לעבן לאַנג?“ ער האָט אַ כאַפּ געטאָן די שטובשליסל בײַ זיך אין קעשענע. ר´דאַרף זיך שוין לאָזן אין וועג אַרײַן.

„חיים.“ ער האָט אַ כאַפּ געטאָן חיימען בײַ ביידע הענט און מיט איין מאָל אים ניט געקענט קוקן גלײַן אין פּנים אַרײַן, עלעהיי ער האָט ניט געוואָלט אַרײַנקלינען צווישן זיי נאָך מער אומגעריכטן וויי. „מיר וועלן זיך מירצעשעם באַלד זען.“

„ווען קענען מיר זיך אַוועקזעצן און רעדן וועגן דעם? ווי קענסטו אַוועק אָן אַ זײַ־געזונט, פּונקט פֿאַר דײַן חופּה? וואָס איז מיט דיר?"

„בעסער איצט ווי שפּעטער“, האָט משה געזאָגט. זיי זײַנען געווען קעגן איבער דעם חתונה־זאַל, אויף אַ רעשיקן בלאָק פֿון באָראָ־פּאַרק. אַ גליק וואָס ער זעט ניט קיין אייגענע אויף דער גאַס – קען זײַן אַז די אַלע וואָס קענען אים גוט זיצן איצט (אָדער שטייען – ס´איז דאָך אַ דבֿר שבקדושה) אין חתונה־זאַל, וווּ אָט־אָט פּלאַצט זיי שוין די געדולד.

משה האָט זיך שאַרף פֿאַרקערעוועט הינטערן ראָג לעבן אַ שייטלמאַכער, און איז אַראָפּ מיט יענער גאַס און אַרײַן אין זײַן נײַ לעבן.

מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַ נײַ לעבן הייסט עפּעס ווי אויף דער בינע, וווּ מע טוט זיך איבער, מע וואַנדערט אײַן אין אַ נײַ לאַנד, אָדער מע שמדט זיך. דאָס איז דאָך אָבער אַ שמאָלקעפּיקע דעפֿיניציע פֿון „נײַ“. אַמאָל שטעקט די נײַקייט ניט כּלפּי־חוץ נאָר כּלפּי-פֿנים – און אַזוי איז אויך געווען מיט משה. ווען ער האָט זיך אַזוי פֿאַרקערעוועט הינטערן ראָג, האָט ער זיך ניט גלײַך איבערגעטאָן „אויף דײַטש“, ווי מע זאָגט אין די אַלטע ביכלעך. ניט ער האָט זיך געשמדט, ניט ער איז געלאָפֿן טועם זײַן די גוייִשע טומאה כּל־המינים.

ער איז אַוועק קיין מאַנהעטן אויף אַ פּאָר וואָכן און דאָרטן אײַנגעשטאַנען בײַ אַ חבֿר וואָס ער האָט זיך אַ מאָל געהאַט געשאַפֿן, ווען אַ פּאָר מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע האָבן בײַ די חרדים געשבתט לשם חבֿרים כּל ישׂראל. ער האָט זיך דעמאָלט באַפֿרײַנדט מיט אים, און אים מער ווי אַ ביסל מקנא געווען דײַן הקפּדה אין שמירת־מיצוות און זײַן אָפֿנקייט צו וועלטסוויסן. איצט, ווען ער שטייט שוין בײַ אים אײַן אין אַ שיין־מעבלירטע, בוך־אויסגעשטאָפּטער דירה, איז אים שוין נימאס דער גאַנצער עולם־הזה פֿון דער סבֿיבֿה. וווּ דריקט זיי? האָט ער זיך געפֿרעגט. וואָס שטערט זיי? וווּ זײַנען זייערע פּראָבלעמען? ער האָט ניט געזען קיין פּראָבלעמען. אײַ, וואָס זײַן חבֿר האָט אַ שטעלע וואָס מאָנט בײַ אים כּמעט יעדע שעה חוץ שבת, און זײַן טאָכטער איז אַ ברען וואָס דרייט זיך מיט בחורים וואָס טראָגן זיך אַרום מיט אַ קרום־באַלייגטער יאַרמלקע און חוץ דעם אָן קיין בולטער סימן־ייִדישקייט? אײַ, וואָס מע האָט מורא זייערע קינדער זאָלן ניט פֿאַרמישט ווערן אין נאַרקאָטיק אָדער סעקס מיט אַ ריי איינמאָליקע מיטשלעפֿערס? אָבער זיי האָבן מסכּים געווען צו צאָלן יענעם געוויסן פּרײַז פֿון אָפֿנקייט צו דער ברייטער וועלט. אַז מ´איז געבוירן געוואָרן אין אַ פֿאַרמאַכטער וועלט האָט מען במילא דאָס ניט אויסגעקליבן, ווײַל קיין "הנה אנוכי נותן לפֿניכם היום" איז ניט געווען בכלל. אַלע זייערע פּראָבלעמען האָבן זיי פֿרײַוויליק גערופֿן אויף זיך אַליין, און זיך ניט מחייבֿ געווען דורך מינהג אַבֿותינו בידינו. די מאָדערנקייט איז דאָך אין תּוך גענומען די פֿרײַהייט אויסצושרײַען: וואָס מײַנע אָבֿות האָבן געטאָן קריכט מיר פֿון האַלדז! צו זאָגן הויך אויפֿן קול לפֿני כּל עם ועדה, ווי דער בראַסלעווער: איך וויל גיין אויף אַ וועג וווּ נאָך קיינער איז ניט געגאַנגען חוץ מיר!

אין אַ פּראָסטן מיטוואָך איז משהן אײַנגעפֿאַלן, אַז ער דאַרף גיין זוכן אַרבעט. ער האָט געדאַרפֿט בײַ עמעצן האַלטן אַן עצה, און דעם אמת זאָגנדיק האָט דער חבֿר, בײַ וועמען ער איז אײַנגעשטאַנען, ניט געוווּסט קיין סך וועגן דער אמתדיקער אַרבעטוועלט, פּשוט דערפֿאַר, וואָס ר´איז אַ גרואַדויִר־סטודענט מיט אַ סטיפּענדיע. חוץ אים קען ער קיינער ניט אין מאַנהעטן.

אין ערשטן מאָנטיק נאָך זײַן גורלדיקן באַשלוס איז ער געשטאַנען פֿאַרן שפּיגל אין קאָרידאָר בײַ אונדזער חבֿר, און באַטראַכט דעם אייגענעם פּרצוף. ניט שלעכט. ס´האָלט אָט־אָט בײַם ערשטן חודש נאָך זײַן חתונה, און אין די ערשטע פּאָר וואָכן האָט ער זיך צוגעשוירן די באָרד, צוגעקעמט די האָר און פּאות, און געוואַשן און געפּרעסט דעם גאַרניטער. זײַן חבֿר האָט אים געבאָרגט אַ קאָמפּלעט „דײַטשע“ קליידער, ד"ה אַן אמתן גאַרניטער, און דאָ שטייט ער – אַ הויכער, אַ דאַרער, מיט צוויי גרויסע, טונקעלע, טיפֿע, טרויעריקע אויגן, אַ לאַנגער נאָז, בלאַסע הויט, און צעקרײַזלטע האָר וואָס דעקט מער ניט די אויגן זינט דעם שערעניש. אַכּלל, ניט קיין מיאוסקייט. אים דאַכט זיך, אַז אויב ער האָט ניט קיין מורא און גאַרטלט זיך גוט אונטער וועט ער געפֿינען אַן אַרבעט. עס דאַרף ניט זײַן קיין גאָר בכּבֿודיקע. פּשוט גענוג צו פֿאַרזיכערן, אַז ער דאַרף זײַן חבֿר ניט פֿאַלן צו לאַסט.

פּלוצעם האָט אים אַ בליץ געטאָן אין קאָפּ אַ שאַרפֿע, פֿילפֿאַרביקער זיכּרון פֿון לאה פֿייגי. וואָס טוסטו דאָ? האָט ער שיִער ניט אויסגעשריגן אויף אַ קול. „כ´האָב דיך דאָך פֿאַרלאָזט אין ברולקין!"

דעמאָלט האָט זיך דערהערט אַ קלאַפּ אויף דער טיר. ער איז צוגעגאַנגען און אויפֿגעעפֿנט. אַזוי ווי ער אַרבעט נאָך ניט בײַ טאָג, און דער חבֿר איז אַוועק בײַ זײַן גראַדויִר־לימודים, האָט ער אָפֿט מאָל געדאַרפֿט אָפּגעבן זיך מיט טעלעפֿאָנען, דער פּאָסט, און דאָס גלײַכן. אַ קליינער פּרײַז צו צאָלן פֿאַר זײַן חבֿרס ברייטהאַרציקייט.

נאָר דאָס מאָל אַז ער האָט אויפֿגעעפֿנט די טיר האָט זיך באַוויזן גאָר חיימס פּנים, צעשמייכלטס. עס האָט אים אַזוי פֿאַרחידושט, האָט ער ניט געוווּסט וואָס – צי ווי – צו ענטפֿערן, נאָר דאָס ערשטע וואָס איז אים אַרײַן אין קאָפּ איז געווען די פֿראַגע:

„וואָס שמייכלט איר עפּעס?“

אים איז ניט געווען קלאָר, פֿאַר וואָס ער אירצט אים, נאָר ס´איז שוין צו שפּעט אויף צוריקצוציִען דעם נאַרישן שינוי. האָט ער זיך געכאַפּט און געזאָגט, „קום אַרײַן. איידער כ´דאַרף דיך אַנטוישן קען איך דיר דאָך עפּעס דערלאַנגען.“

אַ פֿאַרגיייִק קרימעניש איז זיך אַדורכגעלאָפֿן איבער חיימס פּנים און משה האָט זיך געכאַפּט, אַז ר´איז חושד אין דער שטובס כּשרות. „ווען ביסטו געוואָרן אַזאַ גרויסער צדיק?“ האָט ער אַרויסגעפּלאַצט. „בײַ וועמען אין שטוב פֿלעגט איר ניט עסן?“

„ס´איז ניט קיין היימישער פּלאַץ,“ האָט זיך זײַן חבֿר פֿאַרענטפֿערט. „האָט ניט קיין פֿאַראיבל.“ ווידער דער איר, אַן אומאָנגעלייגטער גאַסט.

„אַ טעפּל קאַווע?“ האָט משה אָנגעבאָטן, שוין וויסנדיק דעם ענטפֿער. אַז חיים האָט זיך ניט אָפּגערופֿן האָט ער זיך אַוועקגעזעצט בײַם עסטיש (געווען איז די דירה אין תּוך גענומען נאָר איין גרויסער צימער) און אַרויפֿגעקוקט צו חיימען צו. „נו,“ האָט ער געטאָרעט. „זעץ זיך.“

זיי האָבן זיך אַוועקגעזעצט, און עלעהייט די שטוב אַליין האָט מיטגעפֿילט, האָט דער דיל אַ קרעכץ געטאָן אונטער די פֿיס. ס´האָט געהערשט אַ שטילשווײַגעניש, און דאָס איז געווען דאָס מאָדנעסטע – ווי לאַנג נאָר ער געדענקט האָבן זיי כּסדר גערעדט וועגן אַלץ און אַלעמען, און אַ קליינער בײַט אין געאָגראַפֿיע האָט אַוועקגעשטעלט צווישן זיי אַן אײַזענע מחיצה וואָס קיין יום־כּיפּורדיקע תּפֿילה קיין ניט אַראָפּזעצן.

דער אינהאַלט פֿון יענעם שמועס, קען מען זיך פֿאָרשטעלן, איז ניט געווען דער עיקר. וויכטיקער זײַנען געווען זייערע געמיטער, ווי אַזוי זיי האָבן זיך איבערגעקוקט, ווי אַן אָפּגעגטער מאַן־און־ווײַב וואָס באַגעגענען זיך על־פּי צופֿאַל אויף דער גאַס: ניט פֿרײַנדלעך, ניט אָפֿן ליבלעך, נאָר צוריקגערעדט אויך ניט אָפֿן פֿײַנדלעך. זיי האָבן ביידע געוואַרט אויף אַן עפֿענונג, אַ שפּאַלט, אַ געלעגנהייט זיך אַ ביסל צוצובייגן צום צווייטן און צוגעבן אַז יעדער ניט ניט דער גאַנצער שולדיקער. משה, פֿון זײַן זײַט, וואָלט געקענט פֿאַרשטיין אַז זײַן באַשלוס איז ניט געווען קיין קלאָר, איינזײַטיק באַרעכטיקטער, אַז ער האָט שרעקלעך וויי געטאָן זײַן כּלה און ביידע מחותּנים, און אַז ער דאַרף זיך שעמען פֿאַר זײַנע מעשׂים. חיים האָט געזען אַז משהן איז עפּעס לײַכטער אויף דער נשמה, כאָטש קיין גאַנצער איז ער אַוודאי ניט נאָך אַזאַ גוואַלדיקן ריס. נאָר קיינער פֿון די צוויי האָט דער זיך דער ערשטער ניט גערירט, און די געלעגנהייט איז פֿאַרבײַ. דער שמועס איז אַריבער אויף אַן אָנגעשטרענגטער העפֿלעכקייט וואָס באַווײַזט זיך אָפֿט מאָל אין אַזעלכע חבֿרים־ און משפּחה־צוזאַמענשטויסן.

ווען חיים איז אַוועק האָט ער געזאָגט צו זיך אַליין, „נו, פֿאַרפֿאַלן,“ און דאָס גאָר. דעמאָלט איז ער אַוועק זוכן אַרבעט, תּיכּף געפֿונען עפּעס אַ פֿאַרדינסטל אין אַ פֿאָטאָגעשעפֿט – דווקא פֿון די חסידים וואָס לאָזן זיך אַרויס אויף דער ברייטער וועלט לשם פּרנסה – און דאָרטן, אין איינעם אַ סלעקנעם נאָכמיטאָג, איז עס געשען. ער האָט דווקא דעמאָלט, נאָך אַלעמען, זיך אַרומגעדרייט אין חסידישן לבֿוש. כאָטש ער האָט אַרויסגעוויזן אויפֿן אינטערוויו זײַן פּרטימדיקן קענטעניש פֿון עלעקטראָנישע מכשירים, האָט מען מורא געהאַט, טאָמער וועט מען זיי בודק־בציצית זײַן צוליב דעם פֿאַרפֿאָרענעם חסיד אויפֿן פּערסאָנאַל, האָט מען אים אויסגעשטאַט מיט אַ קרובֿס בגדים. ער האָט זיך געקראַצט אין רוקט, אין עלנגבויגן, און אין זײַט־זשע־מוחל, ווײַל ס´איז געווען זומער און ער האָט זיך שוין אָפּגעוווינט פֿון חסידישן טאַלאַנט: די אַרומגערינגלטקייט פֿון די מלבושים ווי אַן אָפּדאַך קעגן וואָסער ניט איז היץ צי קעלט.

זי האָט געהאַט די לענגסטע האָר וואָס ר´האָט ווען עס איז געזען און ס´האָט גענומען אַ שיינע פּאָר רגעס ביז ר´האָט זיך געכאַפּט, אַז דאָס רעדט זי צו אים. ער האָט זיך ניט איבערגענומען, ער איז ניט נערוועז געוואָרן, ער האָט זי פּשוט אַ קוק געטאָן גלײַך אין פּנים אַרײַן און געזאָגט, ווי ניט אים מיינט מען:

„וואַט איז יאָר ניים עגען?“

זי האָט זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַ געלעכטער און ס´איז שוין געווען פֿאַרפֿאַלן. ווידער אַ מאָל אַ פֿאַרפֿאַלעניש. ער האָט זיך פֿאַרשאָלטן: דאַכט זיך אַז נאָך אַ חיסרון פֿון זײַן פֿאַרשפּאַרט אין דער חסידישער וועלט איז דאָס ניט קענען באַציִען זיך צו קיין פֿרויען, און ניט קענען גענוג ענגליש זיי צוצוציִען אויף אַ פּאַסיקן אופֿן. ער וועט אַלע מאָל אויסזען ווי אַן אידיאָט, אָדער אַ נעבעכדיקער קוריאָז. ער האָט אַפֿילו ניט געקענט קוקן איר אויפֿן פּנים, אַזוי פֿאַרקאָוועט צו דער ערד איז ער געוואָרן פֿון אירע אין־סופֿיקע פּעך־שוואַרצע האָר.

„קעראָלײַן,“ האָט זי געזאָגט, אויף אַ פּשוטן און באַשיידענעם אופֿן. זי האָט געשוויגן, און ער האָט זיך געכאַפּט אַז זי קוקט אים אָן. פּאַוואָליע הייבט ער אויף דעם קאָפּ און קוקט זי אָן אין פּנים. אַ קאָליר קיין מאָל פֿריִער ניט געזען, ממש ווי אַ טשאָלנט, ברוין, לעבעדיק, כּמעט בוימיש. אַ לאַנגע, אַריסטאָקראַטישע נאָז, דינע ליפּן, און אַ שמייכל וואָס האָט שיִער ניט געמאַכט אומרעלעוואַנט די אַנדערע שטריכן פֿון איר פּנים, אַזוי איידל און צוגעלאָזן איז ער געווען.

ער איז געווען פֿאַרטראַכט און ניט באַמערקט, אַז די פֿרעגט עפּעס וועגן קויפֿן אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט. ער האָט זי אַרויסגעהאָלפֿן, נאָר האַלב געורמלט אונטער דער נאָז די אַבסאָלוט נייטיקסטע ענטפֿערס אויף אירע קשיות, און געהאַלטן אין איין טראַכטן: „זאָג איר עפּעס, אַז –“ אַז וואָס? אַז זי געפֿעלט אים? אַז ער וויל זי פֿאַרבעטן אין קינאָ? אָנגעטאָן אין אַזאַ נאַרישן לבֿוש, וואָס איז קודם־כּל מער ניט זײַן טאָג־טעגלעך אָנטועכץ, ס´איז עפּעס אַ ווילדער דיזני־פֿאַרשטעלונג צוליב די נאַרישע כּללים פֿון די בעלי־בתּים! און צוליב דעם האָט ער פֿאַרלאָזט זײַן כּלה אויף דער חופּה?

ווי אַ דרייער – האָט ער כמורנע אַ טראַכט געטאָן צו זיך אַליין – וועט ער מוזן זיך אַן עצה געבן נאָך דעם ווי זי וועט אַוועק פֿון געשעפֿט. וכּך הווה: נאָך דעם ווי זי האָט אים באַדאַנקט, און ווידער אַ מאָל אָפֿן־אָדער־באַשיידן געשמייכלט, האָט ער געוואַרט אַ פּאָר מינוט, די בעל־בתּים זאָלן גאָרניט באַמערקן, און דערנאָך באַקוקט די קבלה פֿון איר קרעדיט־קאַרטל. במשך זײַן מיטאָג־שעה האָט ער זיך אַרײַנגעגנבֿט אין הינטערצימערל און אָנגעקלונגען די קרעדיט־קאַרטל־פֿירמע מיטן אויסרייד, אַז ער פּרוּווט קאָנטראָלירן דעם קרעדיט פֿון אַ קונה. ס´איז ניט געווען קיין שווערע זאַך. מע האָט אים גאַנץ העפֿלעך איבערגעגעבן איר פֿולן נאָמען, אַדרעס, און טעלעפֿאָן.

פֿון דעמאָלט אָן האָט ער זיך געהאַט איבערגערעדט, אַז דאָס אַלץ איז באַשערט. ער מוז אויסניצן דעם גורל. צי וועט די גורל אים אָבער קומען אַנטקעגן?

Saturday, October 13, 2007

משה טאַוב בײַ זײַן חופּה

משה טאַוב האָט זיך אָנגעקוקט אין שפּיגל און געזאָגט הויך אויפֿן קול, דאָרט איינער אַליין אין אַ בית־כּסא פֿון מידטאַונער מעקלער־ביראָ וווּ ער אַרבעט, אַז ר´איז מקנא די שארית־הפּליטה־ייִדן. די הונדערטער „הײַמישע“ יונגע־לײַט פֿון משהס מין דאַרף מען ניט אַרײַנלייגן קיין פֿינגער אין מויל צו געבן צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס דאָס איז אמת. דער אמת איז אַזאַ: אַ ניצול־געוואָרענער פֿון חורבן־אייראָפּע האָט אַליין אַרײַנגעזאַפּט מיט אַלע חושים די אײַזערנע ראַיות, פֿאַר וואָס דער אייבערשטער האָט געמאַכט פּליטה – ניט מסתּיר־פּנים געווען, נאָר ממש גענומען די פֿיס אויף די פּלייצעס און אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע. קיין ספֿק איז פֿאַר זיי ניט פֿאַראַן; יעדער פֿון זיי איז אַ יוצא־וניכנס בײַ גאָטס ניטאָיִקייט אין שטוב אַזוי ווי להבֿדיל משה רבינו ע"ה איז געווען אַ נאמן בײַ גאָט ברוך־הוא אין הויז.

און די וואָס האָבן ניט איבערגעלעבט דעם חורבן? זיי קענען דאָך לייענען וועגן דעם אין אומצאָליקע יזכּור־ביכער, ספֿרי־קינות און היסטאָרישע פֿאָרשאַרבעטן; זיי מעגן זיך צוהערן צו גבֿיית־עדותן; זיי מעגן שרײַען „מער ניט!". אָדער, צוריקגערעדט, זיי מעגן גיין מיטן גאַנג פֿון די גאָר הייליקע, און אַרויפֿוואַרפֿן די שולד אויף די אומגעקומענע אַליין. זיי מעגן אַזוי זאָגן (בשעת מע דרייט מיט דער גראָבער פֿינגער אין דער לופֿט): אַזוי ווי קיין חורבן וואָלט ניט געווען אָן קיין אומגעקומענע, און די אומגעקומענע זײַנען דאָך בפֿירוש אומגעקומען, אָן קיין הילף פֿון גאָט, קומט אויס אַז זיי זײַנען די שולדיקע. (וועגן די דײַטשן ימ"ש רעדט מען ניט – זיי נײַען גוייִם, און ניט שייך דעם חשבון.)

דאָס הייסט, די וואָס ווילן פֿאַרשטיין די פֿאָר־געשיכטע מעגן דערקלערן דעם חורבן דורך די שייכדיקע היסטראָישע הלכות, וואָס גייען זיך זייער וועגן אָן דער השפּעה פֿון דעם־וואָס־לעבט־אייביק. און די וואָס ציילן די זינד פֿון די הרוגים ווייסן נאָך קלערער ווי די ערשטע גרופּע, אַז זייערע עבֿרות זײַנען דאָך אַקעגן גאָט, ניט צוליב אים.

איז געדרונגען: די שארית־הפּליטה־ייִדן מעגן אַוועקשטעלן פֿילפֿאַרביקע, בלוטיקע באַווײַזן פֿון אייבערשטנס אומפֿאַרלאָזלעכקייט, בשעת די וואָס זײַנען צו יונג, אָדער וואָס זײַנען שוין געווען אין אַמעריקע אָדער ארץ־ישׂראל במשך די יאָרן, האָבן ניט קיין תּירוץ. זיי מוזן זיך אַליין נעבעך ראַנגעלן מיט זייערע געוויסן, אָדער וואָס ס´איז געבליבן דערפֿון. און די ראַנגלענישן זײַנען אַ פּסיכאָלאָישער באַלאַגאַן וואָס קיין כּישוף־שפּראָך אָדער ־פּסק קען זיי ניט אײַנשטילן.

משה טאַוב –פֿאַרשטייט שוין דער לייענער מן־הסתּם, מער־ווייניקער – איז געבוירן געוואָרן אין 1969. דאָס הייסט, מיט אַ טאָפּעלער פֿאַרשפּעטיקונג – צו שפּעט פֿאַר מער ווי צווייטהאַנטיקע גבֿיית־עדותן, און צו פֿרי צו זײַן אַ מיטגליד פֿון יענעם דור, וואָס שפּילט לויט די כּללים, שלײַכט זיך אונטער אויף די חרדישע גאַסן, נאָר גלייבט ניט, און איז היימיש־האָפֿערדיק אין זײַן אומגלייבן.

ער געדענקט נאָך דאָס ערשטע מאָל, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען ווי אייגנאַרטיק איז עס טאַקע זײַן ניט מסכּים זײַן. ער איז דעמאָלט געווען צען יאָר אַלט און געזעסן אין ישיבֿה, דווקא אין איינער פֿון די חשובֿערע. ס´איז געגאַנגען די רייד וועגן פֿאַרשיידענע פֿאַכן. (דער רבי האָט ניט געוואָלט פֿאַרפֿאָרן זיך אין אַזאַ מין שמועס־טעמע, נאָר די ייִנגלעך האָבן אים געצוווּנגען.) דער רבי האָט זיי געהאַט דערקלערט, ווי אַזוי די ייִנגלעך וועלן אי“ה כּסדר שטײַגן אין תּורה־לערנען, ביז זיי וועלן אַרײַן אין די העכערע ישיבֿות, ביז זיי וועלן אַרײַן אין כּולל –

דערנאָך האָט זיך מעשׂה־שׂטן אָפּגערופֿן אַ ייִנגלש שטימע פֿון הינטערשטן ריי. „און וואָס איז אויב מע קען ניט לערנען?“

דאָס האָט געפֿרעגט גבֿריאלע, ניט חלילה קיין חוצפּהניק, נאָר אַ פֿאַרשטאָפּטער קאָפּ. ער וואָלט קיין פֿליג ניט געטשעפּעט אויף דער וואַנט, נאָר ער האָט נעבעך ניט געהאַט קיין קאָפּ צום לערנען. ער איז ניט קיין הפֿקר־יונג, האָט דער רבי אים ניט געקענט אויסשייגעצן ווי ר´וואָלט געטאָן אַ צווייטן ייִנגל. האָט דער רבי ניט געוווּסט וואָס – אָדער צי – ער דאַרף ענטפֿערן.

עס האָט אים אָפּגענומען די צונג. דער זייגער האָט זיך טיקטאַקעוועט אויף אַ מאָדנעם בולטן און קטיגורישן אופֿן. אויפֿן 17טן עוועניו, דאָרט צווישן מונקאַטש און בעלז, האָבן זיך אָנגעהערט די פֿאָרענישן פֿון הינקעדיקע חרדישע אויטאָס כּל־המינים – די, געפֿירט פֿון פֿאַרהאָרעוועטע מאַמעס, די, געפֿירט פֿון פֿאַרטראַכטע אָדער גלאַט זיך־אַרויסדרייענדיקע טאַטעס, די שולבוסן פֿול מיט „בני“, „בנות“, „אַנשי“, און „נשי“ אויף טאָג טעגלעכע קדושה־מיסיעס וואָס אַ דרויסנדיקער וואָלט אָפּגעשפּעט.

דער רבי האָט זיך באַקלערט איידער ר´האָט אויסגערעדט דאָס אַנדערע וואָרט אין זײַן דערקלערונג. ניט יעדער וועט זוכה זײַן צו די חשובֿערע ישיבֿות און כּוללים. ניט יעדער וועט זײַן אין חינוך. ניט יעדער וועט זײַן גענוג קלוג, פֿלינק, אָדער כיטרע צו כאַפּן אַ פּרנסה וואָס שטעלט צו אַ קאַפּעטשקע אינטערעס במשך דעם טאָג אײַך טאָג אויסיקער גראַטשע. און פֿאַר די וואָס דער גורל לאָזט זיי אַראָפּ דורך די שפּאַרונעס? פֿאַר זיי האָט דער רבי קיין ענטפֿער ניט געהאַט. און ער האָט געהאַלטן איין אויג אויפֿן וואַנטזייגער בשעת ער האָט פֿאַרקערעוועט דעם שמועס אין אַ מער סדר־הלימודיקער ריכטונג, ביז דאָס גלעקל האָט זיך צעקלונגען.

דערפֿון, פֿון יענעם פֿאַלשן רבישן טריט, האָט זיך גענומען משהס אומצופֿרידנקייט. ער איז זיכער. שפּעטער האָט מען אים געפּרוּווט אײַנשמועסן, אַז זײַן שטימונג האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס ער איז אַ בן־יחיד, און במילא איידל צעפּאַטשקעט. מע האָט אים, הייסט עס, געדאַרפֿט זאָגן וואָס פֿריִער און וואָס שטרענגער אַז די וועלט האָט אַ סדר באַשטימט פֿון קדמונים אָן. גאָט און זײַן מישפּט זײַנען גערעכט. מע האָט דאָס ניט געטאָן – זאָגט מען, אין זעלבן טאָן מיט וואָס מע זאָגט „ער האָט ניט געפּוצט די ציין“ – איז ער אַראָפּ פֿון גלײַכן וועג.

ניט וואָס ר´איז חלילה בפּועל־ממש טאַקע אַזוי נעבעך פֿאַרפֿאָרן. מע דאַרף זיך דאָך אָפּגעבן אַ חשבון: פֿאַר וואָס פֿאַר אַ שפּיגל שטייט ער איצט, מיט די האַרבע קינאה־רייד אַקעגן שארית־הפּליטה־ייִדן? פֿאַרן שפּיגל וואָס אין חתונה־זאַל. ס´איז זײַן יום־החופּה.

זײַן כּלה, פֿייגי לאה, שטעלט זיך פֿאָר משה, שטייט אויך פֿאַרן שפּיגל. אויסגעפּוצט מיט אַלע לוקסוסדיקע כּישופֿן און עקסעסעריס פֿון אַלע דעזײַנערס פֿון גאָר דער גרויסער וועלט. ער איז זיכער אַז יעדער שטח פֿון איר גוף גלאַצט מיט עפּעס אַ מיטל, פֿאַרב, רייטל אָדער גרים. וואָס וועט זײַן אָבער ווען זיי לייגן צוזאַמען אויף איין בעט, הײַנט אויף דער נאַכט, און ער וועט איר אויסזאָגן אַלע סודות? ער וויל ניט אַזאַ לעבן ווי דאָס וואָס ווערט ליכטיק אָפּגעמשלט בײַ איר אין מוח.

זײַן שומר און בעסטער חבֿר אויף דער וועלט ווי אויך איינער פֿון די עדי ייִחוד, חיים, שטייט אין דרויסן און וואַרט אויף אים. משה האָט געבעטן אַ פּאָר מינוט אַליין איידער מע פֿירט אים אונטער צו דער חופּה. ער האָט געבעטן חיימען זיי זאָלן זאַלבעצווייט שמועסן פֿאַר דער חופּה, ער זאָל זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן, נאָר משה ווייסט מער ניט אויב עס וועט קלעקן צײַט. אויב ער האָט שוין חתונה וועט זײַן אַ גאַנץ לעבן זיך אויסצורעדן דאָס האַרץ, און אפֿשר ניטאָ קיין צײַט צוריקצודרייען דאָס רעדל.

זײַן ברודער, מאיר, דער ממזרישער קאָכלעפֿל מיט דער נאַרישער צאַצקעווײַב, לויפֿט אַרײַן אין וואַשצימער אַ פֿאַרסאָפּעטער. „נו, וואָס שטייסטו? אונדז וואַרטן שוין אויפֿן חתן. דו ביסט נערוועז? יעדער איז נערוועז. שטייט דאָך געשריבן..“ מאיר האָט דאָך תּמיד אַ פּסוק אין מויל. ס´איז בעסער צו הערן מאמרי חז"ל און פּסוקי תּנ"ך ווי מאירס בלקעכצן.

„כ´קום באַלד. כ´דאַרף רעדן אַ פּאָר מינוט מיט חיים.“

מאיר שטעלט אויס אויף אים אַ פּאָר אויגן און מאַכט מיט די פּלייצעס, דרייט זיך אויס און לאָזט זיך ווידער אַרײַן אין חופּה־זאַל.

משה טרעט אַרויס פֿון וואַשצימער און חיים קוקט אים אָן. „ס´הערט זיך?“ כאָטש חיים איז אַ גוטע נשמה ווייסט ער זיכער ניט וועגן די ספֿקות און שלאַנג־צישענדיקע קללות וואָס ער הויזט בײַ זיך אין ברוסט. ער וועט אים זיכער ניט פֿאַרשטיין. „ביסטו גרייט?“

משה שלאָגט זיך מיט דער דעה. חיים איז טאַקע אַ גוטער חבֿר, איינער אויף דער וועלט, נאָר ער ווייסט ניט צי ער קען אים פֿאַרטרויען. ער האָט זיך אָנגענומען מיט מוט. „חיים, כ´גיי אַראָפּ פֿון די רעלסן. כ´ווייס באמת ניט צי איך קען דאָס טאָן.“

„חתונה האָבן?“

„ניט דאָס בין איך אויסן. נו, יאָ – יאָ דאָס, אָבער“ – ער ווייס ניט צי ער האָט כּוח און צײַט דאָס אויסצוּזאָגן – „כ´בין ניט זיכער וועגן אַלצדינג. כ´קען ניט אויסהאַלטן, כ´קען ניט!"

חיים האָט אים אַרומגענומען מיט איין אָרעם. „קום, לאָמיר זיך אַרויסכאַפּן אויף אַ פּאָר מינוט. כ´בין אַ גרויסער מומחה אויף דעם חתונה־זאַל, ווייס איך וווּ צו גיין וווּ קיינער וועט ניט זען.“

זײַ זײַנען אַרויס דורך אַ זײַטיקן טירל אין קיך, הינטער אַ הויפֿן פֿריש־אָפּגעוואַשענע האַנטעכער און אַ גרויסן פּלאַסטישן פֿאַס פֿישקוילן. אין דרויסן, לעבן די דאָמפּסטערס, איז געווען מחיהדיק קיל און פֿריש – כאָטש ס´האָט געשטונקען מיט נעכטיקע שיריים – להיפּוך צו די מאַסן אינעווייניק און זייער שווייס. משה האָט זיך פֿאָרגעשטעלט די מחנה ייִדן, וואָס גרייטן זיך לשם מיצוות משׂמח זײַן חתן־וכּלה. אויף דער מענערזײַט: די אַלע רביים וואָס ער איז אָדער געזעסן בײַ זיי אין שיִעור אָדער אין קלאַס אָדער סתּם זיך גענודיעט בײַ זיי אין בית־מידרש. דער גאַנצער שבֿט מאירס, בתוכם זײַן פֿרויס משפּחה פֿון ארץ־ישׂראל: גראָבע באַנקקוועטשער וואָס קענען זיך ניט אָפּבאַקלאָגן פֿון די פֿרײַע און די רוסישע ייִדן, הלמאַי זיי צאַפּן זיי דאָס הייליק ייִדיש בלוט. מאירס ווײַב אַליין, וואָס בײַ איר הייסט צניעות אַן אַנדער אופֿן אַרויסצוּווײַזן איר מאַנס הכנסה.

און, פֿאַרשטייט זיך, פֿייגי לאה, די כּלה. זי האָט אים ליב און ער – זי. נאָר עס דאַכט זיך אים אַז זייערע אופֿנים ליבע זײַנען היפּש אַנדערש. זי האָט אים ליב ווי אַ היימישע פֿרוי דאַרף ליב האָבן איר מאַן: ניט ווײַל ער איז לכתּחילה בעסער, קליגער, אָדער ערלעכער, נאָר פּשוט דערפֿאַר, ווײַל אַזוי שטייט אין חומש: „והוא ימשל בך“. אַלץ איינס צי יענער זאָג דעם אייבערשטנס דאַרף מען אָננעמען ווי אַ צוזאָג, אַ ברכה, אַ קללה, אַ הלכה, צי גאָר אַ מילתא דבחידותא. זי וועט אים דינען, קינדלען, און קוקן אין מויל אַרײַן, אַלץ איינס צי עס קומט אים. ער קען זיך אַליין גאַנץ גוט, און ער ווייסט, אַז ער איז ניט קיין אויסערגעוויינטלעכער יאַט. ער איז אַ ייִד צווישן טויזנט ייִדן, ניט קיין גאון, סתּם אַ ישיבֿה־בחור וואָס געפֿינט זיך שוין אויפֿן כּולל־וועג. איז געדרונגען, אַז זי איז אויך ניט קיין אומאָפּהענגיקע גײַסט – ווײַל ווען יאָ, וואָלט זי ניט אײַנגעגאַנגען אויף אַזאַ נודנעם שטיק סחורה.

ניט געקוקט אויף זײַן אינעווייניקסטן סאַרקאַזם, שטאָלצירט ער זיך מיט דעם, וואָס ער האָט זי שטאַרק ליב. ער דערמאָנט זיך אין זייער ערשטן באַשוי. זי האָט אויסגעקוקט ווי אַ פֿריש אָפּגעריסן בלימל, מיט ברייט אויפֿגעריסענע אויגן און אַ לאַכעדיק־אָפֿן מויל. זי האָט גערעדט נאָר וועגן געוויינטלעכע זאַכן, וועגן איר משפּחה, וועגן אירע פּלענער פֿאַר קינדער און אַ לעבן אין חינוך. גאָרניט וואָס איז יוצא־מן־הכּלל. נאָר די אַלע טעמעס האָט זי אויסגעדריקט ממש מוזיקאַליש, מיט טענער פֿון אַ נאַיִווער צוגעלאָזנקייט.

Monday, October 8, 2007

כּל ישׂראל ערבֿים: 1

אַן עילוי דערקענט מען דורך זײַנע שטיק. דער בחור וואָס דאַוונט איצט פֿאַרן עמוד אין דער בעל־תּשובֿהס הײַנטיקער שול – הײַנטיק, ווײַל דער ב"תּ האָט שוין געפּרוּווט און אויסבראַקירט אַ צאָל שולן די לעצטע פּאָר יאָר זינט ער איז פֿרום געוואָרן – האָט לאַנגע, צעשויבערטע, שוואַרצע יאָר, און אַ פּאָר ברילן. מע רופֿט אים הערי פּאָטער. די ציצית הענגען אים אַרויס, און ס´איז ניט קיין חידוש, פֿאַר די וואָס קענען זיך אויס אויף דער פֿרומער סאָציאָלאָגיע, צו באַמערקן אַז זיי זײַנען צוזאַמענגעפֿלאָכטן מיט תּכלת. ניט דערפֿאַר וואָס ער איז אַ פֿלאַם פֿײַערדיקער תּכלתיסט, אָדער אַ משולח פֿון אַ משוגע־לדבֿר־אחדיקער ישׂראל־ישיבֿה וואָס פּריידיקט דעם הייליקן קאָליר בײַ יעדער געלעגנהייט, נאָר סתּם אַזוי: ר´איז אַ יונגער בחור נאָך אַלץ מיטן בראשיתדיקן פֿײַער פֿון זײַן באַשעפֿער. יונגע בחורים האָבן ליב וואָס ס´איז „קול“. תּכלת איז „קול“, און שוין.

עס זיצט העט פֿון הינטן אַן אַלטער ייִד אין אַ קאַפּעליוש, אַ זעלטענע זאַך אין אַ מאָדערנער קהילה. סײַ ער קרימט מיטן פּנים, סײַ ער מאַכט אַ קרומלעך־כאָטש־אויפֿריכטיקן שמייכל אויפֿן עילויס חזרה, ווי איינער זאָגט: „כ´דערקען אַז אַזאַ יצר־הרע איז פֿאַראַן, נאָר כ´בין ניט מסכּים אַז אַזעלכע שטיק זײַנען דווקא נייטיק.“

דער אַלטער ייִד האָט אַ פּנים – ניט אַזוי צערונצלט ווי עס וואָלט געדאַרפֿט אויסזען אַזאַ ייִד, וואָס האָט געזען צו פֿיל גיהינומס אין איין לעבן. נאָר דער אמת איז, ער וויל ניט, די רדיפֿות און גזירות פֿון פֿאָלק ישׂראל זאָלן שטיין אויבן אָן. ער וויל בעסער פֿאַרשלונגען ווערן אין ים־התּלמוד איידער פֿאַרוויינט ווערן צוליב זײַן פֿאַרשניטענער משפּחה. זאָל זײַנס דערווײַלע איבערגיין – ער מעג סײַ ווי ווײַטער לערנען איידער מע דאַרף זיך אים ריכטיק אָפּגעבן אין דער מעשׂה.

דעם אמת זאָגנדיק האָט דער בעל־תּשובֿה אַ ביסל מורא פֿאַרן עילוי. ער – דער בחור הייסט עס – איז עובֿר אויף דער וועסט־סײַדס שטרענגסטער עבֿירה: מע טאָר זיך ניט צו פֿיל איבערנעמען. מע דאַרף בלײַבן אײַנגעצוימט. אָדער אויב שוין יאָ אַ ביסל השתּפּכות־הלבֿ, מוז עס זײַן אויף אַן אופֿן וואָס פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין בציבורדיקן, וווילעריונגערישן ניגון. נאָר נאָכן דאַוונען (ס´איז דאָך אַ זונטיק אין דער פֿרי, ווען די געמיטן זײַנען אויסגעשפּאַנט און די שבתדיקע קאָנקורענץ נאָך די פֿרומע מיידלעך איז ניט אַזוי אין־פּנים־אַרײַן) גייט ער צו צום עילוי און גיט אַ זאָג, באַשיידן אַזאַ. ער איז אַ ייִד פֿון אַ יאָר פֿינף און פֿערציק, אַ הדרת־פּנים מיט אַ גאַרניטער פֿון דער פֿינאַנצן־וועלט, מיט דינע גרויע פּאַסן. די האָר זײַנען אים גרוילעך לעבן די פּאות, וואָס לויט די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן שטייגער זעען זיך אָן קוים־קוים. ער האָט אַ פֿרײַנלעך־מיד פּנים נאָר ער שטייט גלײַך ווי אַ סאָסנע. אַלע מלבושים ליגן אויף אים געפּרעסט, ווי אויסגעגאָסן. ער גייט אין אַ גרויסער געשטריקטער שוואַרץ־און־ווײַסער יאַרמולקע.

ער רעדט מיט די טענער פֿון איינעם וואָס איז צוגעוווינט צו אַ תּיכּפֿדיקן אָפּשײַ, נאָר וואָס האָט זיך שוין איבערגעקליבן אין אַ סבֿיבֿה, וווּ מע ווייסט ניט פֿון זײַנע פֿריִערדיקע ניצחונות.

דער ב"תּ, וואָס הייסט ברוך (פֿון דער היים „ברוס“) רופֿט זיך אָן עניוותדיק, „דאָס איז געווען גוואַלדיק.“

דער עילוי האָט ניט געקענט אויפֿנעמען די לויבווערטער, ווײַל ער האָט נאָך ניט געוווּסט ווי אַזוי. ער האָט פֿאַרריסן דעם קאָפּ אין דער הייך מיט אַן אומפּאַסיקן און גראָבן געלעכטער וואָס האָט זיך גאָרניט גענומען פֿון זײַן אמתדיקער פּערזענלעכקייט. ער האָט דאָס געטאָן ווײַל ער האָט גלאַז אַזוי געוואָלט אויפֿרייצן דעם עולם, אָדער צום ווייניקסטנס דעם מיטשמועסער.

ער האָט פֿאַרוואָרפֿן זײַן בליק דעם אַלטן ייִד וואָס זיצט נאָך פֿון הינטן מיט דער האַלב קרומער האַלב שמייכלנדיקער מינע.

עס רעדט ווײַטער דער בעל־תּשובֿה. ער ווייסט ניט צי ער רעדט מיט אַ טאָלק, נאָר עס ווילט זיך אים פּלוצעם קניפּן אַ שותּפֿות מיטן עילוי, צו געפֿינען אַ מורה־דרך. אײַ, וואָס דער עילוי איז דווקא ייִנגער פֿון אים מיט אַ יאָר פֿינף און צוואַנציק? נו, און שטייט דען ניט געשריבן בפֿירוש „און אַ קליין קינד וועט זיי פֿירן“? סײַ ווי קען ער קיינעם ניט וואָס האָט אַזאַ יונגן פֿײַער וואָס ער וויל אויך מעבֿיר־אש זײַן צו זיך אין לעבן אַרײַן.

דער אַלטער ייִד צעלאַכט זיך. „הערט אַ מעשׂה. וואָס דרייסט אים אַ קאָפּ? ער ווייסט נאָר אַז ער האָט אַ שאַרפֿן קאָפּ, וואָס ווילסטו אים רעדן אין דער וועלט אַרײַן וועגן דרכים און דאָס גלײַכן? ער וויל סתּם אײַנזאַפּן וואָס מער בלעטער גמרא.“

דער עילוי האָט ניט געענטפֿערט קיינעם, ניט דעם אַלטן, ניט דעם בעל־תּשובֿה. ער האָט געגעבן אַ קורצן געלעכטער, ווי איינער זאָגט – „איך פֿאַרשטיי ניט וואָס דאָ טוט זיך, נאָר כ´ווייס אַז ס´איז עפּעס מיר ניט אין גאַנצן שייך.“ ער האָט זיך אויסגעדרייט און איז אַראָפּ אונטן, אין קליינעם בית־מידרש. דאָרטן אונטן האָט מען אים נאָר ערשט אויפֿגעשטעלט, כּדי אַקעגנצוּווירקן די השפּעה פֿון דער גרויסער פֿרומער אוניווערסיטעט. יעדער בר־בי־רבֿ אין דער מאָדערנער קהילה ווייסט דאָך אַז די פֿרומע אוניווערסיטעט רוקט זיך וואָס רעכטער.

דער אַלטער ייִד לערנט אין אַ בית־מדרש וואָס האָט זיך אַליין אַרום אים געהאַט אויסקריסטאַליזירט, ווי אַ פּערל בײַם אויסטער אַרום אַ פּגם. ער איז אַהערגעקומען נאָכן חורבן כּדי ווײַטערצופֿירן די גאָלדענע קייט לימוד־התּורה, און געכאַפּט זיך במשך די לעצטע פֿערציק יאָר אַז ער געפֿינט זיך ניט־אַהין ניט־אַהער. נאָר יעדער ווייסט יענע מעשׂה און מיר דאַרפֿן זי איצט ניט אָנרירן. שפּעטער וועט מען זיך אין דעם אַרײַנלאָזן.

דער אַלטער ייִד הייבט זיך שווער אויף פֿון לאַנגן באַנק און זוכט אַרום זײַן פּאָרטפֿעל, זײַן קאַפּעליוש און זײַן שאַרף. אַ ווינט בלאָזט אין דרויסן, צוגעקאָוועט מיט אַ צולהכעיסדיקן, מײַאָוונעם רעגן. ער דאַרף מבֿקר־חולה זײַן זײַן פֿרוי וואָס ליגט אין אַ מושבֿ־זקנים, אַ פֿאַרקינדישטע דורך אַלצהײַמערס.

דער בעל־תּשובֿה גייט זיך זײַן גאַנג צוריק צו זײַן נײַער דירה אויף דער הונדערט און פֿינפֿטער גאַס, וווּ זײַנען לוקסוסדיקע מעבל און טײַערע קונסטווערק אויף די ווענט, פֿון זײַן פֿריִערדיקן לעבן, פּאָרן זיך אומבאַקוועם מיט די אָבליגאַטאָרישע אַרטסקראָל־ספֿרים אין ביכערשאַנק, פֿעטע בענדלעך מיט גילדענע אותיות, ווי פֿאָטאָ־אַלבאָמען פֿון מחותּנים וואָס ער האָט זיך זיי נאָך ניט אײַנגעשאַפֿן.

בײַם אַרויסגיין פֿון שול טוט ער גלײַך אויס די יאַרמולקע און גיט זי אַ שטופּ אַרײַן אין בוזעם־קעשענע. פֿלינק כאַפּט ער זיך אַרויס מיט אַ קעמל און גיט אַ קאַם אונטער די גרוילעכע האָר. אַ מאָל וועט ער כּסדר גיין מיט אַ צוגעדעקטן קאָפּ נאָר דערווײַלע וועט זיך קענען אַ ליאַדע מינוט צונויפֿשטויסן מיט אַ חבֿר צי אַ באַקאַנטן פֿון פֿריִערדיקן לעבן. ניט וואָס ער שעמט זיך חלילה. נאָר אַז מע דאַרף זיך אָפּשטעלן כּדי צו פֿאַרפֿירן „דעם שמועס“ (פֿאַר וואָס איז ער חוזר־בתּשובֿה וכ´) מיט יעדן צווייטן פֿאַרבײַגייער אויף דער גאַס, קומט מען אָן אין דער היים קוים מיט צרות.

דער עילוי זאַפּט הונגעריק אײַן די קשיות פֿון תּוספֿות אויף רש"י און די טונקעלע, קליין־געדרוקטע אַגדות פֿון מהרש"א. ער האַקט אַדורך די גרעסטע פֿעסטונגען פֿון אַמאָליקע שאלות און בויט אויף ס´נײַ אויף זייער אָרט בכּבֿודיקע פּאַלאַצן אויסמעבלירטע תּירוצים. ער איז אין גאַנג פֿון אַנטוויקלונג, וווּ דער פֿעסטער באָדן זעט זיך קוים־קוים הינטער די שוועבנדיקע פֿיס.

ווען ער טראַכט ניט וועגן גמרא טראַכט ער וועגן מיידלעך.

דער אַלטער ייִד הייסט ר´ דוד, כאָטש זעלטן ווער רופֿט אים הײַנט בײַ אַזאַ היימישן נאָמען. ער איז צו גרויס, זאָגט ער סאַרקאַסטיש און כּלומרשטיק צו זיך אַליין. ר´איז ניט קיין פֿאַלשער בעל־עינוות, נאָר ער ווייסט יאָ אַז דאָס רעכענען וועמען־ס´איז פֿאַר אַ גדול איז עפּעס ניט שייך הײַנט צו טאָג. יעדער טוט וואָס מע קען. ער טוט מער ווײַל ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ וועלט פֿון מער – מער ייִדן, מער ייִדישקייט, מער לימוד־התּורה. מער מידות בכלל. די אַזוי גערופֿענע גדולים פֿון די חרדישע קרײַזן האַלטן זיך פֿאַר גרויס ווײַל זיי פֿאַרגלעטן זייערע אייגענע זיכרונות. זיי מיינען אַז די קהילות וואָס זיי שאַפֿן הײַנט אין ברוקלין מעג מען פֿאַרגלײַכן מיט וואָס ס´איז געווען. עס הייבט זיך ניט אָן! מן־הסתּם וועט ווער צווישן זיי זיך אַ מאָל כאַפּן אַז דאָס אמת ליגט ניט צוויישן זייערע ווענט נאָר אין דער ליכטיקער תּורה פֿון דיסציפּלין און בייגעוודיקייט. ער האָפֿט נאָר, אַז אַזאַ עילוי ווי יענער יונגער־מאַן (אַ גליק וואָס יענער איז ניט בײַ זײַן זײַט, ער דערמאָן זיך ניט גלײַך אין זײַן נאָמען – יאָ, סעמי, אַזוי הייסט ער) קען מען נאָך אויפֿציִען ניט נאָר אין תּורה נאָר אויך אין חכמת־ישׂראל, צי איז נאָך פֿאַראַן אַזאַ אַלטפֿרענקישער לימוד.