Sunday, December 2, 2007

דער עילוי און דער גאָון

סעמי האָט ניט געוווּסט פֿון קיין אַלטמאָדישע הנהגות. אַז ער האָט געוואָלט עפּעס וויסן, האָט ער אַ פֿרעג געטאָ, נאַיִוו־נײַגעריק. נײַנצניעריק. בדרך־כּלל האָט מען געענטפֿערט אויף זײַנע פֿראַגעס, צוליב אַזאַ שולדגעפֿיל: וואָס וועט זײַן, אויב מע זאָגט אָפּ אַזאַ ברען, אַן עילוי? אפֿשר וועט מען צאָלן דערפֿאַר אויף יענער וועלט?

סעמי איז געזעסן בײַ ר´ דוד אין שיִעור, און דערנאָך, ווען אַלע אַנדערע תּלמידים זײַנען שוין אַוועק, איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ שאלה וועגן ר´ דודס לעבנס־געשיכטע.

יעדער ווייסט דאָך, אַז ר´ דוד איז אַ שארית־הפּליטה־ייִד. ער האָט געשריבן אַ בוך אויף ענגליש וועגן זײַן לעבנס־געזיכטע – אַליין אַן עילוי פֿון סיגעט, וואָס האָט געקענט אויסהאַלטן דעם באַוווּסט, און אפֿשר בײַ אַנדערע אַזוי גערופֿענע עילויים אַפֿילו דעם מיטישן, „נאָדלטעסט“ אין אַ מסכתּא ש"ס. ער איז געווען אַרומגערינגלט מיט גרויסע תּלמידי־חכמים פֿון סאַמע אָנהייב אָן, און יעדער האָט געזען אין אים עפּעס ניט נאָר ענלעך צו זיי, נאָר אפֿילו בעסער, מער אויסגעלײַטערט און פֿילאָסאָפֿיש געשטימט. אַ שטיקל געפֿערלעכער פֿײַער וואָס טרײַבט אונטער די נשמה צו נײַע סכּנותדיקע הייכן.

ר´ דוד – דעמאָלט מער ניט קיין „דודעלע“ – איז אַוועק פֿון אייראָפּע צו פֿרי, ער זאָל זען מיט די אייגענע געשטאָכענע אויגן דעם גורל פֿון זײַן משפּחה און קהילה. באַלד נאָך די בשׂורות וואָס האָבן אים געהאַט אומברחמנותדיק דעריאָגט און פֿאַרפֿלייצט אין אַמעריקע, האָט ער זיך פֿאַרטיפֿט אין דעם ריזיקן שאַצקאַמער גמרא מיט וועלכן ער האָט זיך אַרומגעטראָגן אין אייגענעם קאָפּ. אַז ער איז געגאַנגען איינער אַליין דורך די חז"לישע לאַנדשאַפֿטן פֿון אייגענעם תּורה־וויסן, האָט ער ניט געזען די תּלמידי־חכמים און בתּי־מדרשים וואָס האָבן זיך אין אים געהאַט געפֿונען. אַזוי ווי אַ ספֿרים־שאַנק וואָס מע נעמט בײַ אים צו דעם גרויסן חתנס ש"ס, די שטאָלצע, דיקע בענד מקראות גדולות, און די פֿיל קלענערע בענד שו"ת, ווי ייִנגערע קוזינען צו די טאַטע־מאַמעדיקע גרעסערע ספֿרים – אַזוי אויך איז בײַ אים ליידיקער געוואָרן די מוח־לאַנדשאַפֿט. אַ וויסטער ווינט האָט כּסדר געבלאָזט.

כּמעט אַלץ איז נעלם, פֿאַרשניטן געוואָרן, און ער האָט געשפּירט ווי ער טורעמט שוין העכער ווײַל די גאַנצע וועלט איז שוין נידעריקער. ער האָט דאָס ניט געוואָלט מודה זײַן ווײַל ער האָט פֿײַנט בתּכלית־השׂינאה זײַן אַזוי גערופֿענע עילוישאַפֿט, אַ טיטל געשאָנקען געוואָרן פֿון עם־הארצים און גאָרניט־ווייסערס. יענע יאָרן זײַנען עילויים יאָ געווען, און אפֿשר וועלן זיך אַ מאָל באַווײַזן נײַע. ער ווייסט אָבער נאָך ניט.

דאַכט זיך אָבער אַז ער האָט שוין אַן אַחריות וואָס ער האָט ניט געהאַט פֿריִער, אַז ער קען ניט זײַן קיין פּשוטער תּלמיד־חכם אָנגעשטאָפּט מיט ש"ס און פּוסקים ווי אַ מילגרוים מיט זאָמענס.
ער דאַרף לערנען, זאָגן שיִעורים, געבן תּלמוד־לעקציעס (ווי מע זאָגט אין די מאָדערנע אַמעריקאַנער שולן). סך־הכּל: לאָזן אונטערוואַקסן דעם נאָכוווּקס, דעם צווייטן דור.

דערפֿאַר, כאָטש ר´ דוד איז אינעווייניק געווען אַ שטרענגער ייִד, פֿול מיט טענות קעגן זיך און אַנדערע, און גרייט אין די חדרי־חרדים פֿון אייגענעם מוח צו רופֿן וועמען ניט איז אַן אידיאָט, דאָך פּנים־אל־פּנים איז ער געווען באמת אַ צוגעלאָזענער.

ווען סעמי איז צו אים צוגעגאַנגען און געזאָגט אַז ער וויל עפּעס פֿרעגן, האָט ר´ דוד אַרויסגעקוקט אויף אַ ממשותדיקער שאלה. שוין לאַנג וואָס ער האָט ניט וואָס אײַנצובײַסן מיטן פֿולן שׂכל. ער שעמט זיך פֿאַרן חונן־הדעת.

האָט סעמי אַ פֿרעג געטאָן, אָן קיין וואָרט פֿריִער, ווי זײַן שטייגער איז: „ווי אַזוי האָט איר געהאַלטן אײַער אמונה במשך דעם חורבן?“

דאָס האָט ר´ דודן פּריטשמעליעט. ער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנץ בוך וועגן חורבן און זײַן לעבן; ער האַלט רעגולערע דרשות אין יום־השואה וועגן דעם ניסיון אַרײַנצוטײַטשן אין חורבן, און אַז מע דאַרף דערפֿון ווײַכן ווי פֿון דער פּעסט. „צי האָסטו געלייענט מײַנע פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין?“ האָט ער מילד געפֿרעגט. סעמי איז אַ קלוגער (ער האָט ניט גענוצט דאָס וואָרט „עילוי“ מיט זיך אַליין), האָט ער ניט געפֿרעגט גלאַט אין דער וועלט אַרײַן.

„יאָ, איבערגעלייענט אײַער בוך. כ´האָב זיך דערפֿון אַ סך געלערנט. נאָר כ´האָב ניט פֿאַרשטאַנען דעם ווי אַזוי, דאָס הייסט, אַז איר שטייט פֿאַר אַזאַ מצבֿ, אַזאַ חורבן, וואָס טוט איר כּדי זיך אָנצוהאַלטן אין אײַער אמונה?“

ר´ דוד האָט ווײַטער ניט פֿאַרשטאַנען. „כ´האָב ניט זיך אָנגהאַלטן אין מײַן אמונה. כ´האָב זיך שרעקלעך געראַנגלט.“

„אָבער –“ בײַ סעמין איז קענטיק שטעקן געבליבן עפּעס אַ טיפֿער ייִאוש טיף אין האַלדז. „כ´וואָלט געוואָלט וויסן אײַערע עצות. כ´ראַנגל זיך אויך, מיט אַזעלכע קליינטשיקע טענותלעך צום אייבערשטן. כ´האָב געמיינט כ´קען מאַכן אַ קל־וחומר: אַזוי ווי איר זײַט שוין געווען אין אַזאַ גרויסן חורבן, און אײַער אמונה אין גאָט איז געבליבן גאַנץ דורך דעם אַלעם, האָט איר אפֿשר עצות וועגן דעם.“

„וועגן וואָס?“

„וועגן דעם, ווי אזוי צו לייזן די ספֿקות,“ האָט זיך סעמי אָנגערופֿן. סעמי האָט זיך געפֿונען אין אומבאַקאַנטער טעריטאָריע. זײַן אמונה און בטחון אין דער גמרא, למשל, וואָס איז נאָר מענשטן פּלוס רוח־הקודש, איז גאָר שטאַרק. אַפֿילו ער פֿאַרשטייט ניט אַ געוויסן שווערן מאמר אָדער פֿאַרדרייטן שקלא־וטריא, איז ער נאָך זיכער בײַ זיך אַז זײַן אייגענער שׂכל, פּלוס דער אינעווייניקסטער סדר פֿון דער גמרא, וועט אַלץ אויפֿלייזן. ניט אומזיסט האָט מען ש"ס מחבר געווען. נאָר אַז סעמי איז געשטאַנען פֿאַר דער גאַנצער וועלט, די העלפֿט דערפֿון ער הייבט ניט אָן צו פֿאַרשטיין, כאַפּט אים אַרום אַ פֿאַרלוירנקייט וואָס געפֿינט זיך ניט קיין ענטפֿער אין ברייטן גמרא־פּרוזדור. דאָס האָט ער געמיינט, און דאָס האָט צום באַדויערן זײַן נײַנצניעריק לשון ניט געקענט אויסרעדן.

ר´ דוד האָט פֿאַרשטאַנען פּונקט וואָס דער בחור איז געווען אויסן, נאָר קיין ענטפֿער האָט ער אויף אַן אמת ניט געהאַט. עס גייט אין דעם, וואָס יעדנס אינעווייקסטע ראַנגלענישן מיט גאָט זײַנען זייער שווער, כּמעט אוממעגלעך, איבערצוגעבן אַ צווייטן, און אַפֿילו דעמאָלט, אין בעסטן פֿאַל, ווערט ס´רובֿ פֿון אמת פֿאַרפֿאַלן, ווי אַ ליד. נאָר פֿונדעסטוועגן, האָט ער „אויפֿגעהויבן זײַן משל און צערעדט זיך“, ווי סע שטייט וועגן די נבֿיאים:

„דו ווייסט וואָס איינער פֿון מײַנע רביים האָט מיר געעצהט?“ האָט ער געזאָגט סעמין. „מע מוז זיך פֿירן כּאילו ס´איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט, און טאַקע אין דער רגע וועט זײַן אַ התגלות.“

צום גליק האָט ר´ דוד יאָ פֿאַרשטאַנען אין וואָס דאָ האַנדלט זיך – נאָר וואָדען, ער האָט ניט געוווּסט וואָס ער זאָל ענטפֿערן. ניט וואָס ער האָט ניט געוווּסט ווי צוצוגיין צום ענין, ניין. אַפֿילו ער האָט ניט קיין ענטפֿער, קיין מלאך איז ער דאָך ניט, פֿאָרט ווייסט ער ווי אַזוי דאָס אָנהייבן אַרומצורעדן. ס´איז די פֿראַגע וואָס שטייט פֿאַר יעדן רבין: וואָס פֿאַר אַ פֿראַגעס וויל מען אָנמוטיקן, און וועלכע וויל מען איגנאָרירן, מיט דער האָפֿענונג אַז זיי וועלן אַוועקגיין פֿון זיך אַליין? ער האָפֿט, אַז זײַן פּרוּוו אויף אַן ענטפֿער איז ניט קיין נאַרישער.

פֿונדעסטוועגן אָבער, זאָגט אים אונטער דאָס האַרץ אַז, איין מאָל שוין אויפֿגעוועקט אַזעלכע מין ספֿקות בײַ אַ בחור, ווערן זיי ווײַטער ניט אַזוי גרינג צוריק באַלייגט שלאָפֿן.

סעמי איז דאַכט זיך ניט געווען צופֿרידן מיט דעם ענטפֿער. „אָבער, ווי אַזוי קען איך האָפֿן אויף א התגלות פֿון אייבערשטן, אַז כ´בין ניט בכּוח צו גלייבן אין אים לכתּחילה?“

סעמי האָט זיך אויסגעדרייט און איז אַוועק. ר´ דוד איז דערנאָך לאַנג געזעסן, אַ פֿאַרטראַכטער, איבער זײַן ספֿר. דערנאָך איז ער אַהיים זיך אָפּגעבן מיט דער פֿרוי. נאָך אַ ראַיה פֿון אַ גאָט וואָס מע קען ניט פֿאַרשטיין, וואָס „פֿאַרשטיין“ איז נאָך אַלעמען ניט קיין שייכדיקער ווערב אָנצוּווענן אויף גאָט. „פֿאַרשטיין“ פֿאַרשטייט מען אַ בר־מיצווה־בחור וואָס בונטעוועט זיך, אָדער אַן עדה ייִדן וואָס ווילן וויסן פֿאַר וואָס זייערע טייערע זײַנען אויסגעשאָכטן געוואָרן. נאָר דער אייבערשטער קען מען נאָר אָננעמען און זיך פֿירן אַ לעבן וואָס איז אים פּאַסיק, אַזוי ווי (להבֿדיל, האָט זיך אים געדאַכט, כאָטש דעם כּוח פֿון להבֿדיל האָט ער ניט געשפּירט) זײַן פֿרוי וואָס זיצט פֿאַרליימט דורך אַ ביאָלאָגישן מעכאַניזם וואָס ער – ווידער דאָס וואָרט – פֿאַרשטייט ניט.

No comments: