Monday, December 17, 2007

די טרייסטן פֿון פֿרומקייט

די טרייסטן פֿון דער פֿרומקייט זײַנען בײַ ברוסן דעם בעל־תּשובֿה געווען קלאָר און סאָליד, ווי פֿאָטאָגראַפֿיעס רביים וואָלטן אויף אים שמייכלענדיק אַראָפּגעקוקט פֿון זײַנע דירות־ווענט. ער האָט זיי קוים־קוים געקענט אָנטאַפּן מיט די הענט. נאָך זײַנע אַרבעטסטעג, אָפּגעגעבן פֿליִענדיקע ציפֿערן און פֿאַרבײַגייענדיקע מאַיאָנטיקעס, וואָס זײַנען אַרויף אין אַן אויגנבליק און דערנאָך אַראָפּגעזונקען אָן אַ שפּור. די פֿרומקייט בלײַבט ניט נאָר פֿון איין שאַבאַט צום צווייטן, נאָר אויך אין דער וואָכן, צו יעדער רגע, וווּ נאָר ער גייט און שטייט. ס´איז ווי אַ דורכזעיִקער לײַלעך וואָס רינגלט אים אַרום, נאָר טיילט אים ניט אין גאַנצן אָפּ פֿון דער אַרומיקער וועלט. ער פֿילט זיך אונטער אַ באַשיצונג נאָר ניט ווי אַ פּרוש.

דאָס קען ער אָבער ניט אין גאַנצן דערקלערן די ניט פֿרומע חבֿרים. זאָגט ניט „געוועזענע“, ווײַל ער איז ניט אַזאַ, וואָס וויל זיי אַוועקוואַרפֿן. נאָר ער שפּירט טיף אינעווייניק, ווי ער ווערט אַן אַנדער מענטש. ער וויל זיי מיטברענגען אויף דער רײַזע נאָר ר´איז ניט זיכער, אַז יעדער וויל מיטפֿאָרן.

למשל: זײַן חבֿרטע מעלעני. נעכטן אויף דער נאַכט האָבן זיי זיך געקושט און געגלעט, זיך קײַקלענדיק פֿריילעכעהייט אויף זײַן דירה־טעפּעך. אַלץ איז געגאַנגען נאָרמאַל, ניין, בעסער ווי נאָרמאַל. זייער באַציִונג האָט אויסגעזען צו זײַן בקו־הבריאות און אין פֿולן בלי. מע האָט געפּרוּווט אויסטאַפּן און אויסשנאַפּן יעדן טייל פֿון יענעמס גוף, כּאילו מע קען נאָר ליב האָבן אויף דער טיף נאָר דאָס, וואָס מע קען דורכויס און איבעראַל.

ער האָט געפֿילט, ווי אירע פֿינגערשפּיצן טאַנצן אויף זײַן רוקן. אוי, גאָטעניו, ווי שטאַרק ער האָט דאָס ליב! ווער האָט זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דער אָנריר פֿון הויט אויף הויט קען אַרויסרופֿן אַזאַ נחת־רוח? ער האָט געפֿילט, ווי ער ווערט פֿאַרדבֿקהט, פֿליט אין ווײַטע הימלען. אים האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז בײַ אים אַ נײַע זאַך. ער שוועבט זיך אין אַזאַ מין חלום־לאַנדשאַפֿט, וווּ אַלץ נעמט אָן אַ צוגעביטן אויסזען, ווי אַ שטוב־און־הויף נאָך אַ רעגן. ער האָט געזען, בשעת די דבֿקותן, אַ העל ליכט אין דער ווײַטנס, ניט הימלדיק, נאָר ווי מע שײַנט מיט אַ פּראָזשעקטאָר פֿון אַ פּאָליציי־העליקאָפּטער. ער האָט געוואָלט צוגיין און זען, וואָס דאָרט טוט זיך.

ר´האָט דערשפּירט, ווי מעלינע ווערט אים אַ ביסל אָפּגעקילט, זי זונדערט צו דעם גוף. איידער ער האָט זיך געכאַפּט אַ פֿרעג צו טאָן, „וואָס איז?“ האָט זיך עפּעס צווישן זיי גערירט, און זיי האָבן ביידע, ווי קאָאָרדינירטערהייט, זיך אויסגעדרייט איינער פֿון צווייטן, און ביידע געליגן אויפֿן טעפּעך אין אַ שטילשווײַגעניש.

ברוס האָט ניט ליב געהאַט קיין שטילשווײַגעניש. די שטילקייט האָט אים דענערווירט. איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס ער איז פֿרום געוואָרן איז דערפֿאַר, וואָס ער האָט געקענט מיט זיך מיטטראָגן אַ גאַנצע חבֿרה אין קאָפּ: די אַלע מאָדנע־פֿאַסצינירנדיקע פּאַרשוינען פֿון תּנ"ך; משה־רבינו; דער אייבערשטער; חז"ל; און אַלע רבנים און פּוסקים פֿון יענער תּקופֿה ביז הײַנט.

מעלינע האָט זיך לסוף אָנגערופֿן. „דו ביסט אַנדערש.“

„יאָ,“ האָט ברוס מסכּים געווען. ניט געווען קיין שׂכל דאָס צו פֿאַרלייקענען. ער האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף איין עלנבויגן און געפּרוּווט אָפּרוקן מעלינעס האָר פֿון איר פּנים, אַ געוווינהייט וואָס ער האָט זיך אײַנגעשאַפֿט אויס ליבע צו אירע האָר, נאָר זי האָט זיך אָפּגעטרייסלט, זיך אויפֿגעשטעלט און אוועקזעצט אויף דער סאָפֿע. „איך האָב דיך ליב, ברוס, און דאָס איז עס. איך פֿאַרשטיי ניט פֿאַר וואָס דו ביסט פּלוצעם אַזוי שרעקלעך פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישקייט, נאָר כ´בין גרייט דיך צו שטיצן און דו ביסט גרייט אויף מײַן שטיץ.“

זי האָט זיך אָפּגעשטעלט. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן.

„איז . . .“, האָט זי אומגעדולדיק ממשיך געווען. „איז וואָס ווילסטו פֿון מיר?“

„כ´ווייס ניט וואָס כ´וויל פֿון דיר,“ האָט ער אויסגעשטאַמלט, ניט־באַטראַכטערהייט. „קענען מיר פּשוט בלײַבן בײַם אַלטן? אַלץ איז אַזוי גוט געגאַנגען.“

„אָבער דו האָסט זיך געביטן. אַלץ איז שוין אַנדערש צוליב דיר.“

„ווי אַזוי האָב איך זיך אַזוי שטאַרק געביטן?“

„דו זעסט אַפֿילו ניט!“ האָט זי אויסגערופֿן. „דו כאַפּסט זיך אַוועק דרײַ מאָל אַ טאָג פֿאַר דײַנע תּפֿילות און דו זאָגסט מיר ניט וועגן דעם, גלײַך ווי כ´באַמערק דיך ניט. דו האָסט ניט ליב עסן אין די זעלבע רעסטאָראַנען ווי פֿריִער. דו מיינסט אַז דו בײַטסט זיך ניט? וועמען נאַרסטו? זיך אַליין?“ זי האָט זיך צעלאַכט. „קוק. כ´בין ניט געבוירן געוואָרן נעכטן. כ´האָב געהערט מעשׂיות פֿון בחורים וואָס זײַנען געוואָרן רעליגיעז. דאָס איז ניט מײַן זאַך, נאָר כ´בין גרייט מיטצוגיין. אָבער פּרוּוו מיך ניט אָפּנאַרן!“

„גוט,“ האָט ברוס געזאָגט פֿאָרזיכטיק. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן אין דעם נײַעם מצבֿ, האָט ער געפּרוּווט זאָגן וואָס ווייניקער.

„גוט – וואָס?“ האָט זי אַ פֿרעג געטאָן.

„גוט, הייסט – כ´בין מסכּים מיט וואָס דו´סט געזאָגט.“

„און וואָס איז וועגן מיר? צי זאָל איך מיטגיין מיט דיר צי וואָס? ס´איז מיר נאָך פֿאַראַן אַ ווינקל אין דײַן רעליגיעזן קאָפּ מיט די – די פֿילאַקטעריס?“

„תּפֿילין,“ האָט ברוס זי איידל אויסגעבעסערט.

„זאָלן זיי הייסן ווי זיי זאָלן ניט הייסן. וואָס איז דײַן ענטפֿער צו מיר? צו מיר, ברוס, גיב אַ קוק אַהער אויף מיר!“

און וועט ער האָט ווײַטער געשוויגן, האָט זי געמאַכט אַזאַ ברומעניש מיט דער צונג און דעם האַלדז, ווי אַ דערצאָרנטע חיה. געוויינטלעך האָט זי געמאַכט אַזאַ קלאַנג נאָר ווען זיי האָבן זיך געשפּילט אין „חיות“ (אַ געוווינהייט וואָס זיי האָבן זיך אײַנגעשאַפֿן בשעת די פֿריִסטע יאָרן חבֿרשאַפֿט), נאָר דאָס מאָל איז בולט געווען, אַז זי שפּאַסט ניט. זי איז אַוועק פֿון צימער און אַרײַן אין שלאָפֿצימער, און פֿאַרהאַקט די טיר.

דערפֿאַר האָט ער געוואָלט געפֿינען וועמען ס´זאָל אים זײַן צו הילף בשעת די שווערע טעג. ניין, ניט שווער. אַלץ גייט אים דערווײַלע, קיין עין־הרע, מיטן פּוטער אַרויף. ער מאַכט ניט פּליטה פֿון דער וועלט, ער קלײַבט פּשוט אַ נײַעם מין לײַלעך אויף זיך אויפֿצוּוויקלען. נאָר ווער נאָר עס פֿאַלט אים אײַן איז ניט דאָס. טאַטע־מאַמע וואָלטן זיך דערשראָקן צו הערן וועגן זײַן נײַעם וועג. ער האָט ניט קיין פֿרײַנד וועמען ער קען פֿאַרטרויען.

דערפֿאַר איז ער דעמאָלט צוגעגאַנגען צום עילוי פּרוּוון פֿאַרפֿירן אַ שמועס. ניט דערפֿאַר וואָס דורך דער חכמה פֿון יענעם בחורל וועט ער אַרויסקאַראַבקעווען פֿון זומפּ. ניין, ער האָט דווקא געוואָלט זען דעם אָפּרוף פֿון אַ יאַט וואָס האָט ניט אַזעלכע פּראָבלעמען. ניט חלילה וואָס ער מיינט אַז דער בחור איז מער אַ מומחה אין לעבן, ווײַל ער קען לערנען. נאָר עס לאָזט זיך אַ מאָל רעקאָמענדירן אַ געוויסע דיסטאַנץ פֿון ענין, ניט אמת?

ברוס האָט אָבער ניט געוווּסט אַז סעמי האָט זיך אויך רעגאַנגלט מיט ליבעפּראָבלעמען. אמת, אויף אַ נײַנצניאָריקן אופֿן. קיין אמתער אונטערשייד צווישן ליבעפּראָבלעמען צו נײַנצן יאָר און די דאָזיקע צרות צו צוויי און פֿערציק יאָר זײַנען באמת ניטאָ, נאָר וואָס: די נײַנצניאָריקע פּראָבלעמען זײַנען אַ מאָל באמת לעבנספֿראַגעס, בשעת די דערוואַקסענע צרות זײַנען אָפֿט מאָל די אויסצאַנקענישן פֿון אַ קאַפּעדיקן ליכט.

No comments: