Friday, May 9, 2008

מע וואַרט אויף אַ צענטן אין אַ גרויסן זאַל געפּאַקט מיט מתפּללים

בײַ ברוסן, דעם בעל־תּשובֿה, האָט זיך אַלע ווײַלע געחלומט איין און די זעלבע חלום. ער גייט איינער אַליין אַראָפּ מיט אַ לאַנגן, ווײַסן קאָרידאָר. פֿון נעפּל שווימט אַרויס אַ טיר, וואָס ער עפֿנט אויף. אויף יענער זײַט טיר געפֿינט ער זיך אין אַ ריזיקן זאַל, געפּאַקט – קאָפּ אויף קאָפּ – מיט מתפּללים. נאָר מתפּללים וואַרטנדיקע, וואָס בײַ יעדן מנין־גייער זײַנען זיי גאָר באַקאַנט: אָנגעטאָן אין טלית־און־תּפֿילין, דרייען זיי זיך אויף די בענקלעך, גיבן כּסדר אַן אומגעדולדיקן קוק אויפֿן זייגער, און אַזוי ווײַטער. יאָ: ווײַזט אויס, אַז מע וואַרט אויף אַ צענטן. אין אַזאַ גרויסן זאַל געפּאַקט מיט מתפּללים וואַרט מען אויף אַ צענטן! ס´הייבט זיך ניט אָן. ברוס פֿרעגט זיך נאָך. ווײַזט זיך אַרויס אַז ר´האָט שלעכט פֿאַרשטאַנען. ניט אויף אַ צענטן צו אַ מנין וואַרט מען, נאָר אויף אַ שליח־ציבור. איין ייִד, אַ הויכער און שטאַלטנער, שפּאַנט צו צו אים און כאַפּט אים אָן בײַ דער האַנט. דעם הויכן ייִדנס האַנט איז אַ טרוקן־וואַרעמער, גרויס, און גלאַטיק, ווי אַ שטיין, בשעת ברוסעס איז קלעפּיק און פֿאַרשוויצט, צי פֿון נערוון צי פֿון שטיין אין אַ געפּאַקטן צימער אָנגעטאָן אין טלית.„באָריך!“ האָט אויסגערופֿן דער הויכער ייִד, מיט אַן אַקצענט וואָס איז ברוסן שטאַרק באַקאַנט – ער ווייסט ניט פֿאַר וואָס – ווי אַן אונגאַרישער. ברוך, פֿאַרשטייט זיך, איז ברוסעס „ייִדישער“ נאָמען. ברוך רופֿט זיך אָפּ מיט אַ שמייכל. „יאָ?“„נו־נו, אַשרי!“ דאַכט זיך, אַ מיחנה־מעריבֿ־מנין. ברוס האָט לאַכנדיק זיך געפּרוּווט אָפּבעטן. „כ´קען ניט דאַוונען פֿאַרן עמוד. כ´בין ניט קיין שליח־ציבור, כ´האָב ניט דאָס קול וואָס מע דאַרף.“אומגעריכט האָט זיך פֿון אים אויסגעדרייט דער הויכער ייִד און אויפֿן קול אַ זאָג געטאָן דעם גאַנצן עולם ייִדן. „געהערט? ער וויל ניט זײַן קיין שליח־ציבור!“דער עולם האָט זיך פֿונאַנדערגעלאַכט. בחורים האָבן געבילט שטאַרק און שאָרסטיק פֿון בריטט צעפּראַלטע מײַלער, אַלטע ייִד האָבן אויסגערעכצט זייער געלעכטער, געטופּעט מיט די פֿיס אָדער געקלאַפּט אויפֿן דיל מיט זייערע שטעקנס, און אַפֿילו די שיינע בעלי־בתּים, די וואָס שטייט ניט אָן אָנטייל צו נעמען אין די טאָג טעגלעכע רייד פֿון קהל, האָבן געשאָקלט מיט די קעפּ, ווי איינער זאָגט, „נו, דאָס איז זיכער כּדאַי אַ ביסל גוף־באַוועגונג.“„וואָס איז דאָס גרויסע געלעכטער?“ האָט געפֿרעגט ברוך/ברוס, שוין אַ ביסל אויפֿגערעגט פֿון די רעאַקציע וואָס ער רופֿט אויס בײַם גרויסן עולם. דער הויכער ייִד האָט זיך פֿאַרהוסט, עלעהיי ער וויל ניט האָבן צו טאָן מיט אַזאַ עם־האָרץ, נאָר קיין ברירה האָט ער ניט. „פֿאַר וואָס מיינט איר די גאַנצע עדה איז זיך צונויפֿגעקומען?“ברוך/ברוס האָט געקוועטשט מיט די פּלייצעס.„מע בעט בײַם אייבערשטן צוליב דיר.“איצט איז געווען ברוך/ברוסעס ריי אויסצושיסן מיט אַ געלעכטער. „וואָס איז דער שׂכל, אַזוי פֿיל ייִדן זאָלן דאַוונען פֿאַר מיר? וואָס רעדט איר נאַרישקייטן?“ נאָר אַז ער האָט זיך צוגעקוקט צום יעדן ייִדנס פּנים, האָט ער געזען ווי יעדער קוקט אים אין די אויגן. ער האָט אַרויפֿגעקוקט אין עזרת־נשים (ס´איז אַזאַ מין זאַל) נאָר די עפֿענונג איז געווען פֿאַרקלאַפּט מיט הויכע ברעטער, האָט ער גאָרניט ניט געקענט זען. יעדעס פּנים דאָ אונטן האָט זיך צעשטראַלט מיט אַן אָפּשײַ אַזאַ, וואָס האָט אים ממש דערשראָקן. ער האָט זיך אויסגעדרייט צוריקוועגס צו דער טיר נאָר קיין טיר האָט זיך ניט אויסגעשיילט פֿון דער וואַנט. פּלוצעם האָט אַן אומזעעוודיקע כּוח אים אַוועקגעטראָגט צום סאַמע אויבן־אָן פֿון צימער, בײַם עמוד. ער האָט אויפֿגעעפֿנט דאָס מויל אָנצוהייבן, און האָט זיך אויפֿגעכאַפּט.„אוי וויי,“ האָט ער געזאָגט צו זיך אַליין. עס זײַנען דאָ חלומות וואָס מע קען סתּם הנאָה האָבן פֿון זיי, ווי מע האָט הנאָה פֿון אַ מעשׂה־בוך אָדער אַ פֿילם. עס זײַנען אויך דאָ אַזעלכע וואָס לאָזט ניט אַרײַן צו זיך, מע קען זיי נאָר באַטראַכטן פֿון דער ווײַטנס. און עס זײַנען ווידער פֿאַראַן חלומות, וואָס מע דאַרף איבערקערן און איבערקערן כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס ליגט אינעווייניק. ברוס האָט געגעבן אַ קרעכץ ווײַל ער האָט געוווּסט פּונקט וואָס פֿאַר אַ מין חלום זײַן חלום איז: עפּעס וואָס מע טאָר ניט איגנאָרירן. ער דאַרף דאָס פֿאַרשטיין כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין זײַן אייגענעם וועג.

No comments: