Friday, March 28, 2008

עס רוקט זיך אָן אַ קריגערײַ

אַזוי ווי אַ מעטעאָראָלאָג אָדער, להבֿדיל, אַ הונט קען פֿאָרויסזאָגן אַ שטורעם דורכן לופֿט־טעמפּעראַטור אָדער אַזאַ מין געפֿיל אויפֿן הויט, אָבער האָט ניט קיין כּוח אים צו פֿאַרהיטן, קען אַ מאַן אָדער פֿרוי וויסן אינסטינקטיוו ווען עס רוקט זיך אָן אַ קריגערײַ. און פּונקט ווי אַ וועטער־נבֿיא קען ניט בײַטן דעם וועטער, קען אַ זיווג ניט ווײַכן פֿון אַ קריג ווען ס´איז שוין באַשערט. מאָושע און קעראָלײַן האָבן זיך ניט געוואָלט צעקריגן איבערן ענין איבערקלײַבן זיך אין ניו־יאָרק. ס´איז בכלל ניט נוצלעך לויט וועלכער ס´איז דעפֿיניציע.

קעראָלײַן האָט געעפֿנט פֿײַער די ערשטע, דווקא ניט אַגרעסיוו, און ניט פּאַסיוו־אַגרעסיוו, נאָר מיט אַ זאָג וואָס זי האָט מסתּמא געוווּסט וועט אויפֿרעגן מאָושען. זי האָט פּשוט געפֿרעגט, „נו, האָסט עפּעס אויסגעפֿאָרשט די אָפּציעס אין ניו־יאָרק?“

מאָושע, גאָרניט ווי זײַן שטייגער איז, האָט מערניט אַ בורטשע געטאָן. געוויינטלעך האָט אים קעראָלײַן די צונג ניט געדאַרפֿט פּיקן.

„וואָס הייסט דאָס?“ האָט קעראָלײַן ווײַטער געפֿרעגט.

מאָושע האָט טאַקע געהאַט אויסגעפֿאָרשט. און דערוווּסט האָט ער זיך, אַז אַפֿילו יענע פֿעיִקייטן וואָס ער פֿאַרמאָגט אין לימודי־קודש, שוין אָפּגערעדט פֿון זײַנע אַנדערע מינימאַלע אַקאַדעמישע קוואַליפֿיקאַציעס, קענען אים מסתּמא ניט אויסהאַלטן אין ניו־יאָרק. נאָר ער האָט דאָס ניט געקענט מודה זײַן. וואָס וועט זײַן אַז ער זאָל באמת קאַליע ווערן – ניט דערפֿאַר וואָס ער איז שוין אויס חסיד נאָר דערפֿאַר וואָס ער איז ניט בכּוח צו לעבן מחוץ די מויערן! דער געדאַנק האָט אים שיִער ניט דערשטיקט.

ניט וויסנדיק וואָס ער טוט האָט ער אײַנגעשטימט, אָדער גיכער געזאָגט אַ ליגן, אַז אין ניו־יאָרק וועט ער געפֿינען ווי אַזוי זיך אויסצוהאַלטן. האָבן זיי זיך איבערגעצויגן אין אַ שיינער געגנט פֿון ברוקלין, וואָס האָט זיך אויסגעצייכנט ניט מיט קיין עטנישער האָמאָגענקייט (ווי באָראָ־פּאַרק, אָדער דער אַקאַדעמישער „געטאָ“ אין מישיגן) און אויך ניט מיט קיין מעסערדיקער רײַבונג צווישן צוויי גרופּעס (ווי איטאַליענע און שוואַרצע אין בענסאָנהאָורסט), נאָר מיט דער פּאַרעווער, ווײַסהויטיקער באַהעבערישקייט פֿון די אײַנוווינערס אירע.

Wednesday, March 12, 2008

דאָס היימיש מיידל און דער ראָש-ישיבֿה

נאָך דעם ווי מירל האַלבערשטאַם און איר טאַטע, חיים, זײַנען אַרויס פֿון דער ישיבֿה, ביידע אומצופֿרידן מיט אים, איז ר´ דוד געזעסן אין זײַן קליינעם אָפֿיס, בײַ זײַן אָנגעוואַלגערטן טיש, מיטן קאָפּ אין די הענט. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו טאָן מיטן גאַנצן געשעפֿט.

מיט מירלען האָט ער זיך באַקענט אויף איינעם פֿון זײַנע שיִעורים, דווקא אַן עיון־שיִעור אויף נידה. ס´רובֿ תּלמידים האָבן אים ניט פֿאַרשטאַנען, סײַ צוליב זײַן אַקצענט, סײַ צוליב זײַנע צונויפֿגעפֿלאָכטענע געדאַנקען. ער איז אַ קנאַפּער רעדאַקטאָר איבער זיך אַליין.

ער איז געשטאַנען אויף זײַן אָרט נאָכן שיִעור, צוזאַמענלייגנדיק זײַנע ספֿרים און קלערנדיק, ווי תּמיד, ווי ער האָט זיך ווי ניט איז דערשלאָגן צום עלטער פֿון זײַנע אָמאָליקע רביים. די וואָס האָבן מער ניט קיין משפּחות זיי צו געדעקנען. ער האָט זיך ווידער פֿאָקוסירט אויף די פֿראַגעס פֿון די תּלמידים. ס´רובֿ האָבן אַוודאי געפֿרעגט כּדי זיך צו גרייסן מיט זייער בקיאות -- דאָס הייסט, כּדי אויסצונעמען בײַ די אַנדערע תּלמידים, ווײַל אויף אים איז געווען שווערער צו מאַכן אַ רושם. אַ פּאָר פֿון די כּמעט־עילוים האָבן געפֿרעגט קשיות וואָס ער האָט געדאַרפֿט צעקײַען בײַ זיך אין קאָפּ איידער אַרויסטראָגן אַ תּשובֿה פֿאַר די תּלמידים. דאָס האָט ער אַלע מאָל בפֿירוש ליב געהאַט, דאָס על־רגל־אַחת־געשעפֿט.

בײַם סוף ריי איז געשטאַנען אַ בלאַס מיידל אין אַ שוואַרצן אָנצוג, זייער צניעותדיק אָנגעטאָן, אַפֿילו אָן דעם ענגן קליידל וואָס ווערט כּמעט ווי אָנגעגאָסן אויפֿן לײַב; ס´איז אַ מאָדע אַזאַ בײַ די וועסט־סײַד־מיידלעך. נאָר די היגע מיידלעך, ווידער, פֿרעגן בטבֿע ניט קיין קשיות. פֿאַר וואָס ווייסט ר´ דוד ניט, כאָטש אַ צאָל פּראָוויזאָרישע ענטפֿערס האָט ער יאָ אויסגעאַרבעט אויב מע זאָל אים נאָך אַ מאָל פֿרעגן.

דאַכט זיך אַז די בחורים זײַנען אַוועק אָדער אויף זייערע מקומות אָדער אויף די קלאַסן אין אוניווערסיטעט. דאָס מיידל איז דאָרט געשטאַנען, אַראָפּגעקוקט צום דיל צו, און אַרויסגעשעפּטשעט אַ קשיא. ניט קיין קנאַקעדיקע, נאָר אַן ערלעכע פֿראַגע אויפֿן אונטערשייד צווישן דער סוגיא אין דער גמרא און תּוספֿתּא. עפּעס וואָס ווײַזט, אַז מע האָט געהערט מיט קאָפּ. ער האָט זיך דערמאָנט אין זײַן פֿרוי, וועמען ער האָט זיך געדאַרפֿט נייטן צו געדעקנען אין זמן־הווה.

נאָך יענער קשיא האָט זיך אַנטווילקט אַ מאָדנע באַציִונג: מירל איז געקומען לערנען אויף דער ישיבֿה אין איינעם מיט די אַנדערע מיידלעך, אויף יענער זײַט איידעלער מחיצה. נאָר סוף טאָג, ווען די אַלע אַנדערע תּלמידים זײַנען שוין געהאַט אַהיימגעגאַנגען, האָט זי ווײַטער געלערנט בחבֿרותא מיטן רבין. דאָס אַלץ איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, בסודי־סודות. פֿאַקטיש, ניט „פֿאַרשטייט זיך“: דער ענין איז געווען מער קאָמפּליצירט ווי עס קען זײַן אין פֿלוג. מה רעש? דער ראָש־ישיבֿה פֿון אַ מאָדערנער ישיבֿה, דער בעל־מחבר פֿון מאָדערנע ספֿרים (מע אַטאַקירט אים צוליב זײַן באַניץ פֿון דער מאָדערנער קריטיק), דער שטיצער פֿון פֿרויען־לימוד, אַזאַ ייִד זאָל דען ניט לערנען מיט אַ פֿרוי? און נאָך אַ זאַך: הלמאַי לערנט ער מיט איר ביחידות? פֿאַר וואָס וויל ער זיך שטעלן פֿאַר אַ נסיון, ווען ער וואָלט געקענט לערנען מיט איר בפֿרהסיא, אין דער ישיבֿה אַליין?

די מעשׂה איז אַזאַ. ר´ דוד איז אַליין געקומען פֿון אַ חסידישער שטוב, אַוודאי ניט אין אַמעריקע, נאָר אין דער אַלטער היים, אין מאַרמאָרש. דאָרט האָט נאָך געבליט – אָדער, לויט די נעאָלאָגן און די ליטוואַקעס, געבושעוועט – דאָס חסידות, שטרענג אָפּגעהיט דורך הויכע מויערן כּל־המינים פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. אַ מאָל האָט זיך אין דעם דערמאָנט ר´ דוד, און געקלערט, אַז דער אַטסמאָספֿער איז טאַקע ניט געווען יענער, וואָס הערשט שוין בײַ די הײַנטיקע חסידים. נאָר מע האָט דווקא יאָ געוואָלט עפּעס אויפֿהיטן ווי אַן אויג אין קאָפּ. דער גאַנצער ענין „קאַליע מאַכן“ חסידים איז ניט קיין וויץ פֿאַר אים, ווי ס´איז פֿאַר די מאָדערנע ייִדן מיט וועמען ר´האָט געלערנט אין דער קאָנסערוואַטיווער ישיבֿה, אַ מאָל ווען זי איז ניט געווען אַזוי צו־להכעיסדיק ליבעראַל. כאָטש ער איז אַליין ניט קיין חסיד און האָט אַזוי ניט אויפֿגעצויגן זײַנע קינדער, ווען ער הערט ווי מע וויצלט זיך וועגן „פֿאַרפֿאָרענע“ קאָכט אים אויף און ער דאַרף זיך צוריקהאַלטן פֿון מוסר־רייד.

דערפֿאַר האָט ער ניט געוואָלט, דער עולם זאָל וויסן אַז ער לערנט בחבֿרותא מיט מירל דער חסידתטע. אַזאַ צונעמעניש האָט זי געהאַט בײַ די אַנדערע מיידלעך צוליב איר צניעותדיקן אָנטועכץ, איר מאָנדע בלאַסקייט, און איר ייִדיש־אַקצענטירטן ענגליש.

און וואָס קען מע זאָגן וועגן מירלס דרך־הלימוד? דעם אמת זאָגנדיק האָט ר´ דוד ניט געשעפּט קיין סך נחת פֿון איר לערנען. לערנען האָט זי אַוודאי געקענט: מירל האָט שוין געדעקט אין אירע ווייניק יונגע יאָרן אַ היפּשע צאָל בלאַט גמרא, ווײַט ניט אָפּגעשטאַנען, הייסט עס, פֿון די בחורים (פֿון די אַנדערע מיידלעך שוין אָפּגערעדט). זי האָט געקענט גרינג און פֿעיִק זיך דערפּינטלען צום שׂכל פֿון אַ רשי אָדער צענעמען, צעקײַען און פֿאַרדייען, ווי אַ געבראָטן שבת־הינדל, אַ לאַנגן, געשמאַקן תּוספֿות. דאָס אַלץ האָט זי געקענט. נאָר פֿון ר´ דודס אוניווערסיטעטישן, קריטישן צוגאַנג האָט איז זי ניט געווען קיין חסידה. אַדרבא: ווען נאָר ר´ דוד האָט איר איידל געגעבן צו וויסן וועגן אַ גירסא צי אַ כּתבֿ־יד וואָס קען אײַנזעצן די קשיה אויף אַ געוויסער סוגיא, האָט זי שטיל צוגעהערט זיך, געשאָקלט מיטן קאָפּ, און געמאַכט נאָטיצן. דערנאָך האָט זי זייער ערלעך און צאַרט אַ פֿרעג געטאָן, הלמאַי מע קען ניט געפֿינען דעם תּירוץ בײַ דעם צי יענעם ראשון. דעם אמת זאָגנדיק קען מען ניט אָפּפֿרעגן אַזאַ שיטה, האָט ר´ דוד געקלערט צו זיך אַליין. ס´איז מער אויסגעהאַלטן, אין אַ געוויסער סיסטעם, דאָס צו טאָן, איידער צוצוקומען צו די „דרויסנדיקע“.

שוין אַ דרײַ־פֿיר חדשים וואָס זיי לערנען בחבֿרותא, ר´ דוד און די „חסידתטע“. זיי הייבן אָן באַלד נאָך שבֿועות. ס´איז שוין ראָש־חודש אלול. אַ מאָל, אַז מע האָט שוין פֿאַרמאַכט די גרויסע ש"סן און איז געווען גרייט צו געזעגענען זיך, האָט מירל אַ זאָג געטאָן:

„איר וואָלט אַוודאי געוואָלט וויסן, רבי, ווי אַזוי איך באַווײַז צו קומען צו ענק אויף א חבֿרותא, אַז כ´בין אַ היימיש מיידל.“

„דאָס איז מיר ניט אַזוי אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן,“ האָט מודה געווען ר´ דוד. „עס זײַנען דאָ אַסכערליי תּלמידים, און אז מע זאָל אויספֿרעגן יעדן באַזונדער ווי אַזוי ער צי זי איז געקומען צו לערנען תּורה, וואָלט מען קיין מאָל ניט אָנגעהויבן מיט ´שנים אוחזין בטלית´. נאָר אַז איר ווילט דווקא זאָגן פֿאַר וואָס, וועלט איך אײַך ניט פּרוּוון אָפּזאָגן. אַדרבא, כ´בין אַלע מאָל גרייט צו הערן וועגן תּלמידים און ווער זיי זײַנען.“

מירל איז געווען אַנטוישט אַ ביסל. כאָשט אין ברוקלין, אין דער היימישער קהילה, רעדט מען ניט בטבֿע וועגן זיך אַליין און וואָס זי וויל – מע רעדט בעסער וועגן דעם, וואָס יענער וויל פֿון זיך, דער רבי, צי דער זיווג, אָדער די קינדער – האָט זי אַנטדעקט להיפּוך אַז אויף דער וועסט־סײַד האָט מען דווקא צוגערעדט און צוגעשטאַנען, מע זאָל רעדן וועגן זיך אַליין. ס´איז בײַ מירל אינטערעסאַנט צו זען, ווי אַלץ וואָס ווערט אין ברוקלין אָנגענומען לכתּחילה אין שטוב ווערט אויף דער וועסט־סײַד איבערגעטײַטשט לויט דער מאָדערנער, זעקס הונדערט פֿערצנטער מיצווה פֿון בחירה חפֿשית. דאַכט זיך אָבער, אַז דער ראָש־ישיבֿה איז דווקא ניט אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿון הערן איר מעשׂה. ס´פּנים האָט זיך מירלען צוגערייטלט. נאָר זי האָט זיך באַהערשט, זיך אָנגענומען מיט מוט און אָנגעהויבן. זי האָט געמיינט, ס´איז בפֿירוש נייטיק ר´ דוד זאָל וועגן דעם וויסן, באַזונדערש אויב איר טאַטי וועט זיך נאָך אַ מאָל דערוויסן וואָס זי טוט.

„כ´זאָג אַ ליגן דעם טאַטן,“ האָט מירל זיך אָנגערופֿן. „יעדעס מאָל אַז כ´קום אין ישיבֿה זאָג איך אים, אַז כ´גיי מבֿקר־חולה זײַן. כ´האָב אַלע מאָל מיט זיך, אפֿשר האָט איר באַמערקט, אַ זאַק מיט פֿאַרשיידענע מינים עסנוואַרג, כּלומרשט וואָס כ´ברענג זיי פֿאַרן חולה. אויפֿן אמת עס איך אויס אַ געזונטן טייל אויף מיטאָג, און אַ סך פֿון רעשט גיב איך אויס די אַנדערע תּלמידות.“

ר´ דוד האָט ניט געוווּסט ווי אַזוי ער זאָל איר ענטפֿערן, צי זי וויל אַן ענטפֿער בכלל. „פֿאַר וואָס זאָגט איר ניט אײַער טאַטע?“

„ווײַל ער וועט מיך ניט פֿאַרשטיין. ער פֿאַרשטייט מיך בכלל ניט.“ מירלס אויגן האָבן אַרויסגעשאָסן אַ פֿונק פֿײַער וואָס האָט אויף אַ רגע באַלויכטן ר´ דודס אינעווייניקסטע אויג. ער האָט געזען ווי זײַן מאַמע, אַ טאָכטער פֿון אַ משפּחה תּלמיד־חכמים און רבנים, האָט זיך צעשריגן אויפֿן זײַן טאַטן, אַ שנײַדער בן־שנײַדער, וואָס האָט געוואָלט ער זאָל זיך אויך לערנען די מלאָכה, און ניט געקענט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס דווקא זײַן זון זאָל זיצן און לערנען. שוין זשע זײַנען ניטאָ גענוג באַנקקוועטשערס און פֿאַרטראַכטע ליידיקגייערס? און דודלע איז דאָך זײַן בן־יחיד! די מאַמע האָט אויפֿן טאַטע געגעבן אַ שטעך אַדורך מיט די אויגן, און אַרויסגעצישעט: יאָ, דײַן לײַכלעכער בן־יחיד וואָס דו פֿאַרשטייסט אין גאַנצן ניט! דער באַשעפֿער האָט אים געמאַכט ער זאָל דווקא יאָ זיצן און לערנען, ניט זיצן און לייגן לאַטעס!

צוריקגערעדט אָבער איז דער מצבֿ מיטן מיידל אַנדערש. ער קען זיך ניט סתּם אַזוי מישן אין יענעמס משפּחה־לעבן. ער איז ניט קיין מנהיג רוחני, אָדער ווי מע רופֿט עס אין אַמעריקע, אַ „רעבי“, און גיט זיך ניט אויס ווי אַזאַ. ער וויל לערנען גמרא מיט שאַרפֿע, יונגע קעפּ, ניט אויסהערן טענות אויף טאַטע־מאַמעס, צי ספֿקות וועגן שידוכים און חבֿרים אָדער חבֿרטעס.

דערפֿאַר האָט ער אויסגעפּועלט בײַ מירלען זי זאָל שוין דערציילן איר טאַטן וואָס זי טוט אויף אַן אמת אין די נאָכמיטאָגן ווען זי זיצט כּלומרשט בײַ די קראַנקע בעטן פֿון היימישע אַלטיטשקעס און קימפּעטאָרינס.

און וואָס איז לסוף געבליבן פֿון דער זיצונג צווישן אים, מירלען און מירלענס טאַטן (וואָס, ווײַזט זיך אַרויס, איז אַ ווײַטער קרובֿ, אַ שטיקל סיגעטער לאַנדסמאַן)? גאָרניט מיט גאָרניט, דאַכט זיך אים. קען זײַן אַז דער פּועל־יוצא דערפֿון איז נאָר דאָס, וואָס ער האָט געבראַכט מירלען צו געבן צו וויסן איר טאַטן.

„און וואָס טוט איר צווישן איין חבֿרותא און דער צווייטער?“ האָט ר´ דוד בײַ איר אַ מאָל געפֿרעגט מתּוך נײַגעריקייט. כּמעט מיט באַוווּנדערונג, כאָטש ר´איז שוין אין אַזאַ עלטער, וווּ צו דער באַוווּנדערונג דאַרף מען זיך דערשלאָגן דורך די דערנער פֿון זעלבסטצענטרישקייט, קינאה און אַנטוישונג.

זי האָט אים געזאָגט, „וואָס טו איך ניט? כ´בין אַן אַכצניאָריק היימישע טאָכטער. כ´לערן מיט מיידלעך אין אַ בית־יעקבֿ, איך בין טעטיק אין ביקור־חולים, כ´העלף אַרויס אין גמ"ח פֿאַר קימפּעטאָרינס און אין הכנסת־אורחים.“

„און ווען לערנט איר תּורה?“ האָט ר´ דוד געוואָלט וויסן.

מירל האָט אַ זיפֿץ געטאָן, און ס´האָט זיך געדאַכט ר´ דודן, ווי איר גאַנצער גוף גיט זיך מיט אַ מאָל אַ שאָקל צו ערשט אַהער־צו און דערנאָך צוריק צום אָרט, ווי אַ בוים וואָס ווערט געוויגט דורך דער ווינט. „ווי קען אַנדערש זײַן? כ´לערן אין געכאַפּטע רגעס, אויפֿן באָס צו ביקור־חולים, אין קאַפֿעטעריע פֿון בית־יעקבֿ, אויפֿן ראָג גאַס בשעת איך שטיי און וואַרט אויפֿן
באָס . . .“

ס´איז ניט געווען קיין אײַנגענעמענע זיצונג, האָט ר´ דוד מודה געווען צו זיך אַליין, נאָר וואָס יאָ: ס´האָט געמאַכט פֿאַרן טאַטן זייער קלאָר, וואָס פֿאַר אַ טאָכטער מירל איז. מסתּמא קען דער טאַטע מער ניט באַהאַלטן זיך פֿון אמת אַקעגן זײַן קינד. נאָר וואָס וועט זײַן גענוי, און ווי אַזוי ר´וואָלט געדאַרפֿט אַקטירן מירלען לטובֿה, האָט ער ניט פֿאַרשטאַנען.

פֿאַר דער זיצונג מיט איר טאַטן האָט מען זיך שוין געהאַט אָפּגערעדט אויף אַ קומעדיקער חבֿרותא, און במשך ער האָט געאַרבעט אויף זײַנע אַלע אַנדערע פּראָיעקטן, רעפֿעראַטן וכ´ האָט ער סײַ נערוועז, סײַ אומגעדולדיק אַרויסגעקוקט אויף זיך אָפּצוגעבן מיט מירלענס מצבֿ. קיין רבי איז ער ניט, פֿאָרט פֿילט ער זיך מחויבֿ אַרויסצוהעלפֿן אַ ייִד, אַפֿילו ס´איז ניט אַזוי באַקוועם ווען דער ייִד איז פֿאַקטיש אַ ייִדישע טאָכטער.

אָבער מירל איז ניט געקומען אויף דער חבֿרותא. נו, מילא, ער פֿאַרשטייט אירע שוועריקייטן, מסתּמא האָט זי דאָס מאָל ניט געהאַט קיין געלעגנהייט אַרויסצוכאַפּן. די צווייטע חבֿרותא האָט זי אָבער אויך פֿאַרפֿעלט, און ר´ דוד האָט זיך גענומען זאָרגן. קען זײַן אַז ער האָט געמאַכט אַ גרויסן, נאַרישן טעות מיט דעם, וואָס ער האָט געמאַכט זי זאָגן איר טאַטן וועגן איר לערנען תּורה.

אַז סעמי, דאָס שטיקל גאָון, איז צו אים צוגעגאַנגען נאָך אַ שיִעור מיט אַ פּאָר גאָר סאָלידע און שׂכלדיקע שאלות, איז ר´ דוד געפֿאַלן אויף אַ געדאַנק, און געבעטן אים ער זאָל אַרײַן צו אים אין אָפֿיס בײַם סוף טאָג. ער האָט געדאַרפֿט געבן צו וויסן אַז ס´איז ניט קיין מוסר־רייד וואָס ער איז אויסן מיט זײַן באַשטעלונג, ווײַל ער האָט געזען ווי סעמיס פּנים צעפֿלאַמט זיך, און דערנאָך איז צוריק אײַנגעשטילט געוואָרן דורך סעמיס אַנטשלאָסנקייט, ניט פֿאַרשעמט צו ווערן פֿאַרן ראָש־ישיבֿה.

נאָכן לעצטן שיִעור פֿון טאָג, פֿון אַ ענערגישן יונגער־מאַן וואָס האָט געשפּרודלט מיט מאמרי־חזל אָן קיין געוויסער ריכטונג, האָט ר´ דוד זיך אויפֿגעשטעלט און געגאַנגען צו זײַן אָפֿיס. אַ מינוט שפּעטער האָט ער געהערט אַ קלעפּל אויפֿן טיר: אַן איידלס, אַ באַזאַכטס, ווי מע וויל ניט בלויז ניט שטערן יענעם אויף דער צווייטער זײַט טיר, נאָר אויך ניט דעם שלאָף פֿון דער טיר אַליין.

סעמי איז אַרײַן צו ר´ דודן אין אָפֿיס. ר´ דוד האָט פֿאַרמאַכט אַ ספֿר און אַרײַנגעקוקט סעמין אין די אויגן, געפֿרעגט וועגן וווּ ער האַלט און פֿאַרהערט אים אויף אַ פּאָר מינוט אין עבֿודה־זרה.

„גוט,“ האָט געמאַכט ר´ דוד. „גאַנץ נישקשה. איר מאַכט אַ פּעולה.“

אַ פּויזע האָט זיך געשוועבט אין צימערל. ר´ דוד איז ניט געווען צוגעוווינט צו בעטן גאָרניט בײַ מענטשן, כאָטש ער האָט זיך דאָך דרײַ מאָל אַ טאָג געבעטן בײַם אייבערשטן. זײַנע מעלות, חכמה, עניוות, און מילדקייט, האָבן פֿאַר אים געעפֿנט טיר און טויער. אָבער אַ מאָל דאַרף מען עפּעס – פֿון אַ ביוראָקראַטיע, פֿון אַ סעקרעטאַר – וואָס מע קען זיך צו דעם ניט דערטראַכטן און ניט אויספּועלן מיט גוטע מידות אָדער אַ ליבלעכן שמייכל. מע מוז פּשוט בעטן, אַרויפֿלאָזן די נאַקעטע נשמה אויפֿן מאַסט פֿון זיך אַליין.

דאָס איז ניט געווען אַזאַ פֿאַל, נאָר די מוראס וואָס דאָס בעטן האָט אין ר´ דודן אויפֿגעוועקט זײַנען געקניפּט און געבונדן, טיף אינעווייניק, מיט די חורבנדיקע ראַנגלענישן און פּליטות, וווּ אויף קיינעם איז ניט געווען צו פֿאַרלאָזן און יעדער ראָג האָט געקענט זײַן די נורע פֿון מלאך־המוות. דאָס מאָל האָט ער אָבער זיך אָנגעטאָן אַ כּוח, צונויפֿגעלייגט פֿאַר אים אויפֿן טיש די גרויסע, גוט אויפֿגעהיט, ווײַסע, צערונצלטע הענט, און אַ פֿרעג געטאָן בײַ סעמין:

„וועמען קענט איר אין דער חסידישער וועלט?“

„וואָס?“ האָט סעמי געוואָלט אויסרופֿן, ווײַל קיין נאַרישערע פֿראַגע האָט ער זיך ניט געקענט פֿאָרשטעלן. נאָר אַ מאָדנע זאַך באַקומט זיך אַ מאָל ווען ער רעדט מיט ר´ דוד, אַ מוראדיקע פֿרוכט וואָס צעגייט זיך אין זײַנע ביינער. אויס קריטישער בחור, גאָון וואָס פּראַוועט שטיק ווײַל ער קען אַרויסווײַזן יעדן קלוגן נעוואָרן בײַ אים אין קאָפ. אין צווייטן מינוט איז ער פּלוצעם אַ תּלמיד אַ ברעקל וואָס פֿאָלגט יעדעס וואָרט און קוקט זײַן רבין אין די אויגן. אויב דער ראָש־ישיבֿה פֿרעגט אויב ער קען די חסידישע וועלט, מוז אַוודאי זײַן אַ סיבה!

„פֿאַר וואָס פֿרעגט איר?“ האָט סעמי געפֿרעגט. „כ´קען כּמעט קיינעם דאָרטן, נאָר קען זײַן אַז כ´קען העלפֿן סײַ ווי.“

„דו ווייסט אַז כ´פֿלעג לערנען בחבֿרותא מיט אַ חסידישן מיידל. ס´איז שוין וואָכן וואָס זי קומט ניט צו מיר, וואָלט איך געוואָלט וויסן וואָס מיט איר איז געשען.“

„איר רעדט וועגן מירלען?“ האָט סעמי זייער פֿלײַסיק אײַנגעהאַלטן זײַן געשפּאַנטקייט.

„יאָ, ווי קענסטו איר נאָמען?“ געזען אַז סעמי איז אין עפּעס אַ פֿאַרלעגנהייט, האָט ער באַשלאָסן ווײַטער צו רעדן אָן צו פֿאָרסירן די פֿראַגע. „מילא. יאָ, כ´וויל וויסן וואָס מיט מירלען איז געשען, כ´האָב מורא אַז איר טאַטע אָדער כ´ווייס ניט ווער אין איר משפּחה האָט זי אָפגעהאַלטן פֿון ממשיך זײַן מיט איר חבֿרותא. כ´קען זי אַליין ניט גיין זוכן, כ´האָב דאָך קרובֿים און פֿרײַנד דאָרטן. איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז דו וואָלטסט אפֿשר געווען אַ בעלן צוצושטעלן אַ פּלייצע?“

סעמי האָט אַרויסגעשטאַמלט, „נו, כ´קען פּרוּוון.“ ווײַטער האָט ער געפֿרעגט, „נאָר וואָס זאָל איך טאָן אַז כ´זאָל זי געפֿינען?“

„דו זאָלסט זאָגן, אַז כאָטש כ´האַלט שטאַרק פֿון כּיבוד־אָבֿ, איז לימוד־התּורה מער וויכטיק די טעג פֿאַר איר ייִדישקייט. כ´וואָלט שטאַרק געוואָלט ווײַטער לערנען מיט איר, נאָר כ´ווייס ניט וווּ זי געפֿינט זיך. דאָס קען זײַן דײַן אַרבעט.“

עס האָט סעמין אַ שטאָך געטאָן מיט סמאַליענדיקע קינאה. מיט אים וואָלט סעמי אַפֿילו ניט געחלומט צו לערנען בחבֿרותא, און איצט זאָל ער גיין זוכן אַ חסידיש מיידעלע וואָס איז אַנטלויפֿן פֿון ראָש־ישיבֿה? ער האָט געוואָלט זאָגן, אַז עס פּאַסט ניט פֿאַר אים, מע זאָל אים מוחל זײַן, נאָר אַז ער האָט זיך דערמאָנט אין איר מיסטעריעזער און שטילער בלאַסקייט און דער בליק אירער וואָס האָט אים אַדורכגענומען פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, האָט ער זיך באַקלערט און ווײַטער געפֿרעגט בײַ ר´ דודן, ווי אַזוי ער זאָל דאָס טאָן, און וואָס פּינקטלעך ער זאָל איר אָנזאָגן, ווען ער זאָל זי יאָ געפֿינען.

„גאַנץ פּשוט,“ האָט זיך אָנגערופֿן ר´ דוד, פֿאַרשטייענדיק אַוודאי, אַז ס´איז אין גאַנצן ניט פּשוט. „זאָג איר אַז דו ביסט מײַנס אַ תּלמיד – און אפֿשר קען זי דיך אַליין? און גיב בײַ איר אַ פֿרעג, פֿאַר וואָס קומט זי מער ניט צוריק צו לערנען מיט מיר.“

סעמי האָט געפּרוּווט פֿאָרמולירן זײַן פֿראַגע מיט דרך־ארץ. „פֿאַר וואָס קלינגט איר ניט צו איר אַהיים?“

„ס´איז ניט פּאַסיק. דער פֿאָטער האָט שוין געגעבן צו וויסן אַז ער וויל ניט זי זאָל האָבן צו טאָן מיט מיר. עס קען איר שאַפֿן צרות ווען מע זאָל קלינגען צו איר אַהיים.“

„וואָס וואָלט איר פֿירגעלייגט, איך זאָל טאָן?“ סעמי האָט ניט געוווּסט, פֿאַר וואָס קען ער ניט קאָנטראָלירן זײַן אומגעדולד.

„איך וועל אײַך געבן איר אַדרעס, אפֿשר קענט איר גיין צו איר אין ברוקלין און פּרוּוון זי פֿאַרכאַפּן.“ דער ראָש־ישיבֿה האָט אַ שמייכל געגעבן.

סעמין האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס ער קען באמת ניט מסכּים זײַן מיטן רבינס צוגאַנג צו אַן ענין. וואָס איז דאָס פֿאַר אַן אָפּקומעניש, ר´זאָל אַליין גיין אין ברוקלין אין אַראָפּברענגען אַ מיידל? ער פֿאַרשטייט ניט. זײַן דערווידער אויף דער גאַנצער זאַך האָט אַפֿילו שיִער ניט איבערגעשטיגן זײַן באַגער נאָך אירע אויגן און פֿאַרכאַפּנדיקער בלאַסקייט. אָבער ניט אין גאַנצן.

כּדי צו ברעכן די אומגעלומפּערטקייט האָט ער געפֿרעגט אַ שאלה אין עבֿודה־זרה וואָס מאַטערט אים שוין אַ גאַנצן טאָג. ר´ דוד האָט זיך אין דעם טיף אַרײַנגעטראַכט, און דאַכט זיך זײַנען זיי שוין אַריבער אויף אַ צווייטער טעמע. נאָר איידער סעמי האָט זיך אָפּגעבעטן נעמען עפּעס אין מויל אַרײַן, האָט ר´ דוד אים דערמאָנט:

„ס´וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ גרויסע טובֿה, דו זאָלסט גיין זוכן דאָס מיידל. ס´איז אַ מיצווה און שפּעטער וועל איך דיר דערקלערן פֿאַר וואָס.“

סעמי האָט צוגעזאָגט אַז מאָרגן וועט ער צו איר קלינגען. נאָר אינעווייניק האָט ער אַ טראַכט געטאָן: זינט ווען דאַרף אַ תּלמיד אויך זײַן אַ משרת?