Monday, October 8, 2007

כּל ישׂראל ערבֿים: 1

אַן עילוי דערקענט מען דורך זײַנע שטיק. דער בחור וואָס דאַוונט איצט פֿאַרן עמוד אין דער בעל־תּשובֿהס הײַנטיקער שול – הײַנטיק, ווײַל דער ב"תּ האָט שוין געפּרוּווט און אויסבראַקירט אַ צאָל שולן די לעצטע פּאָר יאָר זינט ער איז פֿרום געוואָרן – האָט לאַנגע, צעשויבערטע, שוואַרצע יאָר, און אַ פּאָר ברילן. מע רופֿט אים הערי פּאָטער. די ציצית הענגען אים אַרויס, און ס´איז ניט קיין חידוש, פֿאַר די וואָס קענען זיך אויס אויף דער פֿרומער סאָציאָלאָגיע, צו באַמערקן אַז זיי זײַנען צוזאַמענגעפֿלאָכטן מיט תּכלת. ניט דערפֿאַר וואָס ער איז אַ פֿלאַם פֿײַערדיקער תּכלתיסט, אָדער אַ משולח פֿון אַ משוגע־לדבֿר־אחדיקער ישׂראל־ישיבֿה וואָס פּריידיקט דעם הייליקן קאָליר בײַ יעדער געלעגנהייט, נאָר סתּם אַזוי: ר´איז אַ יונגער בחור נאָך אַלץ מיטן בראשיתדיקן פֿײַער פֿון זײַן באַשעפֿער. יונגע בחורים האָבן ליב וואָס ס´איז „קול“. תּכלת איז „קול“, און שוין.

עס זיצט העט פֿון הינטן אַן אַלטער ייִד אין אַ קאַפּעליוש, אַ זעלטענע זאַך אין אַ מאָדערנער קהילה. סײַ ער קרימט מיטן פּנים, סײַ ער מאַכט אַ קרומלעך־כאָטש־אויפֿריכטיקן שמייכל אויפֿן עילויס חזרה, ווי איינער זאָגט: „כ´דערקען אַז אַזאַ יצר־הרע איז פֿאַראַן, נאָר כ´בין ניט מסכּים אַז אַזעלכע שטיק זײַנען דווקא נייטיק.“

דער אַלטער ייִד האָט אַ פּנים – ניט אַזוי צערונצלט ווי עס וואָלט געדאַרפֿט אויסזען אַזאַ ייִד, וואָס האָט געזען צו פֿיל גיהינומס אין איין לעבן. נאָר דער אמת איז, ער וויל ניט, די רדיפֿות און גזירות פֿון פֿאָלק ישׂראל זאָלן שטיין אויבן אָן. ער וויל בעסער פֿאַרשלונגען ווערן אין ים־התּלמוד איידער פֿאַרוויינט ווערן צוליב זײַן פֿאַרשניטענער משפּחה. זאָל זײַנס דערווײַלע איבערגיין – ער מעג סײַ ווי ווײַטער לערנען איידער מע דאַרף זיך אים ריכטיק אָפּגעבן אין דער מעשׂה.

דעם אמת זאָגנדיק האָט דער בעל־תּשובֿה אַ ביסל מורא פֿאַרן עילוי. ער – דער בחור הייסט עס – איז עובֿר אויף דער וועסט־סײַדס שטרענגסטער עבֿירה: מע טאָר זיך ניט צו פֿיל איבערנעמען. מע דאַרף בלײַבן אײַנגעצוימט. אָדער אויב שוין יאָ אַ ביסל השתּפּכות־הלבֿ, מוז עס זײַן אויף אַן אופֿן וואָס פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין בציבורדיקן, וווילעריונגערישן ניגון. נאָר נאָכן דאַוונען (ס´איז דאָך אַ זונטיק אין דער פֿרי, ווען די געמיטן זײַנען אויסגעשפּאַנט און די שבתדיקע קאָנקורענץ נאָך די פֿרומע מיידלעך איז ניט אַזוי אין־פּנים־אַרײַן) גייט ער צו צום עילוי און גיט אַ זאָג, באַשיידן אַזאַ. ער איז אַ ייִד פֿון אַ יאָר פֿינף און פֿערציק, אַ הדרת־פּנים מיט אַ גאַרניטער פֿון דער פֿינאַנצן־וועלט, מיט דינע גרויע פּאַסן. די האָר זײַנען אים גרוילעך לעבן די פּאות, וואָס לויט די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן שטייגער זעען זיך אָן קוים־קוים. ער האָט אַ פֿרײַנלעך־מיד פּנים נאָר ער שטייט גלײַך ווי אַ סאָסנע. אַלע מלבושים ליגן אויף אים געפּרעסט, ווי אויסגעגאָסן. ער גייט אין אַ גרויסער געשטריקטער שוואַרץ־און־ווײַסער יאַרמולקע.

ער רעדט מיט די טענער פֿון איינעם וואָס איז צוגעוווינט צו אַ תּיכּפֿדיקן אָפּשײַ, נאָר וואָס האָט זיך שוין איבערגעקליבן אין אַ סבֿיבֿה, וווּ מע ווייסט ניט פֿון זײַנע פֿריִערדיקע ניצחונות.

דער ב"תּ, וואָס הייסט ברוך (פֿון דער היים „ברוס“) רופֿט זיך אָן עניוותדיק, „דאָס איז געווען גוואַלדיק.“

דער עילוי האָט ניט געקענט אויפֿנעמען די לויבווערטער, ווײַל ער האָט נאָך ניט געוווּסט ווי אַזוי. ער האָט פֿאַרריסן דעם קאָפּ אין דער הייך מיט אַן אומפּאַסיקן און גראָבן געלעכטער וואָס האָט זיך גאָרניט גענומען פֿון זײַן אמתדיקער פּערזענלעכקייט. ער האָט דאָס געטאָן ווײַל ער האָט גלאַז אַזוי געוואָלט אויפֿרייצן דעם עולם, אָדער צום ווייניקסטנס דעם מיטשמועסער.

ער האָט פֿאַרוואָרפֿן זײַן בליק דעם אַלטן ייִד וואָס זיצט נאָך פֿון הינטן מיט דער האַלב קרומער האַלב שמייכלנדיקער מינע.

עס רעדט ווײַטער דער בעל־תּשובֿה. ער ווייסט ניט צי ער רעדט מיט אַ טאָלק, נאָר עס ווילט זיך אים פּלוצעם קניפּן אַ שותּפֿות מיטן עילוי, צו געפֿינען אַ מורה־דרך. אײַ, וואָס דער עילוי איז דווקא ייִנגער פֿון אים מיט אַ יאָר פֿינף און צוואַנציק? נו, און שטייט דען ניט געשריבן בפֿירוש „און אַ קליין קינד וועט זיי פֿירן“? סײַ ווי קען ער קיינעם ניט וואָס האָט אַזאַ יונגן פֿײַער וואָס ער וויל אויך מעבֿיר־אש זײַן צו זיך אין לעבן אַרײַן.

דער אַלטער ייִד צעלאַכט זיך. „הערט אַ מעשׂה. וואָס דרייסט אים אַ קאָפּ? ער ווייסט נאָר אַז ער האָט אַ שאַרפֿן קאָפּ, וואָס ווילסטו אים רעדן אין דער וועלט אַרײַן וועגן דרכים און דאָס גלײַכן? ער וויל סתּם אײַנזאַפּן וואָס מער בלעטער גמרא.“

דער עילוי האָט ניט געענטפֿערט קיינעם, ניט דעם אַלטן, ניט דעם בעל־תּשובֿה. ער האָט געגעבן אַ קורצן געלעכטער, ווי איינער זאָגט – „איך פֿאַרשטיי ניט וואָס דאָ טוט זיך, נאָר כ´ווייס אַז ס´איז עפּעס מיר ניט אין גאַנצן שייך.“ ער האָט זיך אויסגעדרייט און איז אַראָפּ אונטן, אין קליינעם בית־מידרש. דאָרטן אונטן האָט מען אים נאָר ערשט אויפֿגעשטעלט, כּדי אַקעגנצוּווירקן די השפּעה פֿון דער גרויסער פֿרומער אוניווערסיטעט. יעדער בר־בי־רבֿ אין דער מאָדערנער קהילה ווייסט דאָך אַז די פֿרומע אוניווערסיטעט רוקט זיך וואָס רעכטער.

דער אַלטער ייִד לערנט אין אַ בית־מדרש וואָס האָט זיך אַליין אַרום אים געהאַט אויסקריסטאַליזירט, ווי אַ פּערל בײַם אויסטער אַרום אַ פּגם. ער איז אַהערגעקומען נאָכן חורבן כּדי ווײַטערצופֿירן די גאָלדענע קייט לימוד־התּורה, און געכאַפּט זיך במשך די לעצטע פֿערציק יאָר אַז ער געפֿינט זיך ניט־אַהין ניט־אַהער. נאָר יעדער ווייסט יענע מעשׂה און מיר דאַרפֿן זי איצט ניט אָנרירן. שפּעטער וועט מען זיך אין דעם אַרײַנלאָזן.

דער אַלטער ייִד הייבט זיך שווער אויף פֿון לאַנגן באַנק און זוכט אַרום זײַן פּאָרטפֿעל, זײַן קאַפּעליוש און זײַן שאַרף. אַ ווינט בלאָזט אין דרויסן, צוגעקאָוועט מיט אַ צולהכעיסדיקן, מײַאָוונעם רעגן. ער דאַרף מבֿקר־חולה זײַן זײַן פֿרוי וואָס ליגט אין אַ מושבֿ־זקנים, אַ פֿאַרקינדישטע דורך אַלצהײַמערס.

דער בעל־תּשובֿה גייט זיך זײַן גאַנג צוריק צו זײַן נײַער דירה אויף דער הונדערט און פֿינפֿטער גאַס, וווּ זײַנען לוקסוסדיקע מעבל און טײַערע קונסטווערק אויף די ווענט, פֿון זײַן פֿריִערדיקן לעבן, פּאָרן זיך אומבאַקוועם מיט די אָבליגאַטאָרישע אַרטסקראָל־ספֿרים אין ביכערשאַנק, פֿעטע בענדלעך מיט גילדענע אותיות, ווי פֿאָטאָ־אַלבאָמען פֿון מחותּנים וואָס ער האָט זיך זיי נאָך ניט אײַנגעשאַפֿן.

בײַם אַרויסגיין פֿון שול טוט ער גלײַך אויס די יאַרמולקע און גיט זי אַ שטופּ אַרײַן אין בוזעם־קעשענע. פֿלינק כאַפּט ער זיך אַרויס מיט אַ קעמל און גיט אַ קאַם אונטער די גרוילעכע האָר. אַ מאָל וועט ער כּסדר גיין מיט אַ צוגעדעקטן קאָפּ נאָר דערווײַלע וועט זיך קענען אַ ליאַדע מינוט צונויפֿשטויסן מיט אַ חבֿר צי אַ באַקאַנטן פֿון פֿריִערדיקן לעבן. ניט וואָס ער שעמט זיך חלילה. נאָר אַז מע דאַרף זיך אָפּשטעלן כּדי צו פֿאַרפֿירן „דעם שמועס“ (פֿאַר וואָס איז ער חוזר־בתּשובֿה וכ´) מיט יעדן צווייטן פֿאַרבײַגייער אויף דער גאַס, קומט מען אָן אין דער היים קוים מיט צרות.

דער עילוי זאַפּט הונגעריק אײַן די קשיות פֿון תּוספֿות אויף רש"י און די טונקעלע, קליין־געדרוקטע אַגדות פֿון מהרש"א. ער האַקט אַדורך די גרעסטע פֿעסטונגען פֿון אַמאָליקע שאלות און בויט אויף ס´נײַ אויף זייער אָרט בכּבֿודיקע פּאַלאַצן אויסמעבלירטע תּירוצים. ער איז אין גאַנג פֿון אַנטוויקלונג, וווּ דער פֿעסטער באָדן זעט זיך קוים־קוים הינטער די שוועבנדיקע פֿיס.

ווען ער טראַכט ניט וועגן גמרא טראַכט ער וועגן מיידלעך.

דער אַלטער ייִד הייסט ר´ דוד, כאָטש זעלטן ווער רופֿט אים הײַנט בײַ אַזאַ היימישן נאָמען. ער איז צו גרויס, זאָגט ער סאַרקאַסטיש און כּלומרשטיק צו זיך אַליין. ר´איז ניט קיין פֿאַלשער בעל־עינוות, נאָר ער ווייסט יאָ אַז דאָס רעכענען וועמען־ס´איז פֿאַר אַ גדול איז עפּעס ניט שייך הײַנט צו טאָג. יעדער טוט וואָס מע קען. ער טוט מער ווײַל ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ וועלט פֿון מער – מער ייִדן, מער ייִדישקייט, מער לימוד־התּורה. מער מידות בכלל. די אַזוי גערופֿענע גדולים פֿון די חרדישע קרײַזן האַלטן זיך פֿאַר גרויס ווײַל זיי פֿאַרגלעטן זייערע אייגענע זיכרונות. זיי מיינען אַז די קהילות וואָס זיי שאַפֿן הײַנט אין ברוקלין מעג מען פֿאַרגלײַכן מיט וואָס ס´איז געווען. עס הייבט זיך ניט אָן! מן־הסתּם וועט ווער צווישן זיי זיך אַ מאָל כאַפּן אַז דאָס אמת ליגט ניט צוויישן זייערע ווענט נאָר אין דער ליכטיקער תּורה פֿון דיסציפּלין און בייגעוודיקייט. ער האָפֿט נאָר, אַז אַזאַ עילוי ווי יענער יונגער־מאַן (אַ גליק וואָס יענער איז ניט בײַ זײַן זײַט, ער דערמאָן זיך ניט גלײַך אין זײַן נאָמען – יאָ, סעמי, אַזוי הייסט ער) קען מען נאָך אויפֿציִען ניט נאָר אין תּורה נאָר אויך אין חכמת־ישׂראל, צי איז נאָך פֿאַראַן אַזאַ אַלטפֿרענקישער לימוד.

1 comment:

געפילטע פיש said...

זייער שיין, שלום
איך גלייך טאקע ענדערש צו ליינען אש שחורה ע"ג אש לבנה ווי ס'איז איצט לאפוקי צופרי
איך פארשטיי נישט יעדע צוואנציגסטע ווארט וחבל על דאבדין
איר דעמאנסרירט א קענטעניש אין די געדאנקן-גאנג פון עטליכע טיפן בני ברית
כ'האב נאכנישט געזען קיינמאל א נאוועל זאל פארשטעלן דריי כאראקטערן אין איין קאפיטל, און זאגאר צוויי אינעם סאמע ערשטע פאראגראף