Saturday, October 13, 2007

משה טאַוב בײַ זײַן חופּה

משה טאַוב האָט זיך אָנגעקוקט אין שפּיגל און געזאָגט הויך אויפֿן קול, דאָרט איינער אַליין אין אַ בית־כּסא פֿון מידטאַונער מעקלער־ביראָ וווּ ער אַרבעט, אַז ר´איז מקנא די שארית־הפּליטה־ייִדן. די הונדערטער „הײַמישע“ יונגע־לײַט פֿון משהס מין דאַרף מען ניט אַרײַנלייגן קיין פֿינגער אין מויל צו געבן צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס דאָס איז אמת. דער אמת איז אַזאַ: אַ ניצול־געוואָרענער פֿון חורבן־אייראָפּע האָט אַליין אַרײַנגעזאַפּט מיט אַלע חושים די אײַזערנע ראַיות, פֿאַר וואָס דער אייבערשטער האָט געמאַכט פּליטה – ניט מסתּיר־פּנים געווען, נאָר ממש גענומען די פֿיס אויף די פּלייצעס און אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע. קיין ספֿק איז פֿאַר זיי ניט פֿאַראַן; יעדער פֿון זיי איז אַ יוצא־וניכנס בײַ גאָטס ניטאָיִקייט אין שטוב אַזוי ווי להבֿדיל משה רבינו ע"ה איז געווען אַ נאמן בײַ גאָט ברוך־הוא אין הויז.

און די וואָס האָבן ניט איבערגעלעבט דעם חורבן? זיי קענען דאָך לייענען וועגן דעם אין אומצאָליקע יזכּור־ביכער, ספֿרי־קינות און היסטאָרישע פֿאָרשאַרבעטן; זיי מעגן זיך צוהערן צו גבֿיית־עדותן; זיי מעגן שרײַען „מער ניט!". אָדער, צוריקגערעדט, זיי מעגן גיין מיטן גאַנג פֿון די גאָר הייליקע, און אַרויפֿוואַרפֿן די שולד אויף די אומגעקומענע אַליין. זיי מעגן אַזוי זאָגן (בשעת מע דרייט מיט דער גראָבער פֿינגער אין דער לופֿט): אַזוי ווי קיין חורבן וואָלט ניט געווען אָן קיין אומגעקומענע, און די אומגעקומענע זײַנען דאָך בפֿירוש אומגעקומען, אָן קיין הילף פֿון גאָט, קומט אויס אַז זיי זײַנען די שולדיקע. (וועגן די דײַטשן ימ"ש רעדט מען ניט – זיי נײַען גוייִם, און ניט שייך דעם חשבון.)

דאָס הייסט, די וואָס ווילן פֿאַרשטיין די פֿאָר־געשיכטע מעגן דערקלערן דעם חורבן דורך די שייכדיקע היסטראָישע הלכות, וואָס גייען זיך זייער וועגן אָן דער השפּעה פֿון דעם־וואָס־לעבט־אייביק. און די וואָס ציילן די זינד פֿון די הרוגים ווייסן נאָך קלערער ווי די ערשטע גרופּע, אַז זייערע עבֿרות זײַנען דאָך אַקעגן גאָט, ניט צוליב אים.

איז געדרונגען: די שארית־הפּליטה־ייִדן מעגן אַוועקשטעלן פֿילפֿאַרביקע, בלוטיקע באַווײַזן פֿון אייבערשטנס אומפֿאַרלאָזלעכקייט, בשעת די וואָס זײַנען צו יונג, אָדער וואָס זײַנען שוין געווען אין אַמעריקע אָדער ארץ־ישׂראל במשך די יאָרן, האָבן ניט קיין תּירוץ. זיי מוזן זיך אַליין נעבעך ראַנגעלן מיט זייערע געוויסן, אָדער וואָס ס´איז געבליבן דערפֿון. און די ראַנגלענישן זײַנען אַ פּסיכאָלאָישער באַלאַגאַן וואָס קיין כּישוף־שפּראָך אָדער ־פּסק קען זיי ניט אײַנשטילן.

משה טאַוב –פֿאַרשטייט שוין דער לייענער מן־הסתּם, מער־ווייניקער – איז געבוירן געוואָרן אין 1969. דאָס הייסט, מיט אַ טאָפּעלער פֿאַרשפּעטיקונג – צו שפּעט פֿאַר מער ווי צווייטהאַנטיקע גבֿיית־עדותן, און צו פֿרי צו זײַן אַ מיטגליד פֿון יענעם דור, וואָס שפּילט לויט די כּללים, שלײַכט זיך אונטער אויף די חרדישע גאַסן, נאָר גלייבט ניט, און איז היימיש־האָפֿערדיק אין זײַן אומגלייבן.

ער געדענקט נאָך דאָס ערשטע מאָל, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען ווי אייגנאַרטיק איז עס טאַקע זײַן ניט מסכּים זײַן. ער איז דעמאָלט געווען צען יאָר אַלט און געזעסן אין ישיבֿה, דווקא אין איינער פֿון די חשובֿערע. ס´איז געגאַנגען די רייד וועגן פֿאַרשיידענע פֿאַכן. (דער רבי האָט ניט געוואָלט פֿאַרפֿאָרן זיך אין אַזאַ מין שמועס־טעמע, נאָר די ייִנגלעך האָבן אים געצוווּנגען.) דער רבי האָט זיי געהאַט דערקלערט, ווי אַזוי די ייִנגלעך וועלן אי“ה כּסדר שטײַגן אין תּורה־לערנען, ביז זיי וועלן אַרײַן אין די העכערע ישיבֿות, ביז זיי וועלן אַרײַן אין כּולל –

דערנאָך האָט זיך מעשׂה־שׂטן אָפּגערופֿן אַ ייִנגלש שטימע פֿון הינטערשטן ריי. „און וואָס איז אויב מע קען ניט לערנען?“

דאָס האָט געפֿרעגט גבֿריאלע, ניט חלילה קיין חוצפּהניק, נאָר אַ פֿאַרשטאָפּטער קאָפּ. ער וואָלט קיין פֿליג ניט געטשעפּעט אויף דער וואַנט, נאָר ער האָט נעבעך ניט געהאַט קיין קאָפּ צום לערנען. ער איז ניט קיין הפֿקר־יונג, האָט דער רבי אים ניט געקענט אויסשייגעצן ווי ר´וואָלט געטאָן אַ צווייטן ייִנגל. האָט דער רבי ניט געוווּסט וואָס – אָדער צי – ער דאַרף ענטפֿערן.

עס האָט אים אָפּגענומען די צונג. דער זייגער האָט זיך טיקטאַקעוועט אויף אַ מאָדנעם בולטן און קטיגורישן אופֿן. אויפֿן 17טן עוועניו, דאָרט צווישן מונקאַטש און בעלז, האָבן זיך אָנגעהערט די פֿאָרענישן פֿון הינקעדיקע חרדישע אויטאָס כּל־המינים – די, געפֿירט פֿון פֿאַרהאָרעוועטע מאַמעס, די, געפֿירט פֿון פֿאַרטראַכטע אָדער גלאַט זיך־אַרויסדרייענדיקע טאַטעס, די שולבוסן פֿול מיט „בני“, „בנות“, „אַנשי“, און „נשי“ אויף טאָג טעגלעכע קדושה־מיסיעס וואָס אַ דרויסנדיקער וואָלט אָפּגעשפּעט.

דער רבי האָט זיך באַקלערט איידער ר´האָט אויסגערעדט דאָס אַנדערע וואָרט אין זײַן דערקלערונג. ניט יעדער וועט זוכה זײַן צו די חשובֿערע ישיבֿות און כּוללים. ניט יעדער וועט זײַן אין חינוך. ניט יעדער וועט זײַן גענוג קלוג, פֿלינק, אָדער כיטרע צו כאַפּן אַ פּרנסה וואָס שטעלט צו אַ קאַפּעטשקע אינטערעס במשך דעם טאָג אײַך טאָג אויסיקער גראַטשע. און פֿאַר די וואָס דער גורל לאָזט זיי אַראָפּ דורך די שפּאַרונעס? פֿאַר זיי האָט דער רבי קיין ענטפֿער ניט געהאַט. און ער האָט געהאַלטן איין אויג אויפֿן וואַנטזייגער בשעת ער האָט פֿאַרקערעוועט דעם שמועס אין אַ מער סדר־הלימודיקער ריכטונג, ביז דאָס גלעקל האָט זיך צעקלונגען.

דערפֿון, פֿון יענעם פֿאַלשן רבישן טריט, האָט זיך גענומען משהס אומצופֿרידנקייט. ער איז זיכער. שפּעטער האָט מען אים געפּרוּווט אײַנשמועסן, אַז זײַן שטימונג האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס ער איז אַ בן־יחיד, און במילא איידל צעפּאַטשקעט. מע האָט אים, הייסט עס, געדאַרפֿט זאָגן וואָס פֿריִער און וואָס שטרענגער אַז די וועלט האָט אַ סדר באַשטימט פֿון קדמונים אָן. גאָט און זײַן מישפּט זײַנען גערעכט. מע האָט דאָס ניט געטאָן – זאָגט מען, אין זעלבן טאָן מיט וואָס מע זאָגט „ער האָט ניט געפּוצט די ציין“ – איז ער אַראָפּ פֿון גלײַכן וועג.

ניט וואָס ר´איז חלילה בפּועל־ממש טאַקע אַזוי נעבעך פֿאַרפֿאָרן. מע דאַרף זיך דאָך אָפּגעבן אַ חשבון: פֿאַר וואָס פֿאַר אַ שפּיגל שטייט ער איצט, מיט די האַרבע קינאה־רייד אַקעגן שארית־הפּליטה־ייִדן? פֿאַרן שפּיגל וואָס אין חתונה־זאַל. ס´איז זײַן יום־החופּה.

זײַן כּלה, פֿייגי לאה, שטעלט זיך פֿאָר משה, שטייט אויך פֿאַרן שפּיגל. אויסגעפּוצט מיט אַלע לוקסוסדיקע כּישופֿן און עקסעסעריס פֿון אַלע דעזײַנערס פֿון גאָר דער גרויסער וועלט. ער איז זיכער אַז יעדער שטח פֿון איר גוף גלאַצט מיט עפּעס אַ מיטל, פֿאַרב, רייטל אָדער גרים. וואָס וועט זײַן אָבער ווען זיי לייגן צוזאַמען אויף איין בעט, הײַנט אויף דער נאַכט, און ער וועט איר אויסזאָגן אַלע סודות? ער וויל ניט אַזאַ לעבן ווי דאָס וואָס ווערט ליכטיק אָפּגעמשלט בײַ איר אין מוח.

זײַן שומר און בעסטער חבֿר אויף דער וועלט ווי אויך איינער פֿון די עדי ייִחוד, חיים, שטייט אין דרויסן און וואַרט אויף אים. משה האָט געבעטן אַ פּאָר מינוט אַליין איידער מע פֿירט אים אונטער צו דער חופּה. ער האָט געבעטן חיימען זיי זאָלן זאַלבעצווייט שמועסן פֿאַר דער חופּה, ער זאָל זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן, נאָר משה ווייסט מער ניט אויב עס וועט קלעקן צײַט. אויב ער האָט שוין חתונה וועט זײַן אַ גאַנץ לעבן זיך אויסצורעדן דאָס האַרץ, און אפֿשר ניטאָ קיין צײַט צוריקצודרייען דאָס רעדל.

זײַן ברודער, מאיר, דער ממזרישער קאָכלעפֿל מיט דער נאַרישער צאַצקעווײַב, לויפֿט אַרײַן אין וואַשצימער אַ פֿאַרסאָפּעטער. „נו, וואָס שטייסטו? אונדז וואַרטן שוין אויפֿן חתן. דו ביסט נערוועז? יעדער איז נערוועז. שטייט דאָך געשריבן..“ מאיר האָט דאָך תּמיד אַ פּסוק אין מויל. ס´איז בעסער צו הערן מאמרי חז"ל און פּסוקי תּנ"ך ווי מאירס בלקעכצן.

„כ´קום באַלד. כ´דאַרף רעדן אַ פּאָר מינוט מיט חיים.“

מאיר שטעלט אויס אויף אים אַ פּאָר אויגן און מאַכט מיט די פּלייצעס, דרייט זיך אויס און לאָזט זיך ווידער אַרײַן אין חופּה־זאַל.

משה טרעט אַרויס פֿון וואַשצימער און חיים קוקט אים אָן. „ס´הערט זיך?“ כאָטש חיים איז אַ גוטע נשמה ווייסט ער זיכער ניט וועגן די ספֿקות און שלאַנג־צישענדיקע קללות וואָס ער הויזט בײַ זיך אין ברוסט. ער וועט אים זיכער ניט פֿאַרשטיין. „ביסטו גרייט?“

משה שלאָגט זיך מיט דער דעה. חיים איז טאַקע אַ גוטער חבֿר, איינער אויף דער וועלט, נאָר ער ווייסט ניט צי ער קען אים פֿאַרטרויען. ער האָט זיך אָנגענומען מיט מוט. „חיים, כ´גיי אַראָפּ פֿון די רעלסן. כ´ווייס באמת ניט צי איך קען דאָס טאָן.“

„חתונה האָבן?“

„ניט דאָס בין איך אויסן. נו, יאָ – יאָ דאָס, אָבער“ – ער ווייס ניט צי ער האָט כּוח און צײַט דאָס אויסצוּזאָגן – „כ´בין ניט זיכער וועגן אַלצדינג. כ´קען ניט אויסהאַלטן, כ´קען ניט!"

חיים האָט אים אַרומגענומען מיט איין אָרעם. „קום, לאָמיר זיך אַרויסכאַפּן אויף אַ פּאָר מינוט. כ´בין אַ גרויסער מומחה אויף דעם חתונה־זאַל, ווייס איך וווּ צו גיין וווּ קיינער וועט ניט זען.“

זײַ זײַנען אַרויס דורך אַ זײַטיקן טירל אין קיך, הינטער אַ הויפֿן פֿריש־אָפּגעוואַשענע האַנטעכער און אַ גרויסן פּלאַסטישן פֿאַס פֿישקוילן. אין דרויסן, לעבן די דאָמפּסטערס, איז געווען מחיהדיק קיל און פֿריש – כאָטש ס´האָט געשטונקען מיט נעכטיקע שיריים – להיפּוך צו די מאַסן אינעווייניק און זייער שווייס. משה האָט זיך פֿאָרגעשטעלט די מחנה ייִדן, וואָס גרייטן זיך לשם מיצוות משׂמח זײַן חתן־וכּלה. אויף דער מענערזײַט: די אַלע רביים וואָס ער איז אָדער געזעסן בײַ זיי אין שיִעור אָדער אין קלאַס אָדער סתּם זיך גענודיעט בײַ זיי אין בית־מידרש. דער גאַנצער שבֿט מאירס, בתוכם זײַן פֿרויס משפּחה פֿון ארץ־ישׂראל: גראָבע באַנקקוועטשער וואָס קענען זיך ניט אָפּבאַקלאָגן פֿון די פֿרײַע און די רוסישע ייִדן, הלמאַי זיי צאַפּן זיי דאָס הייליק ייִדיש בלוט. מאירס ווײַב אַליין, וואָס בײַ איר הייסט צניעות אַן אַנדער אופֿן אַרויסצוּווײַזן איר מאַנס הכנסה.

און, פֿאַרשטייט זיך, פֿייגי לאה, די כּלה. זי האָט אים ליב און ער – זי. נאָר עס דאַכט זיך אים אַז זייערע אופֿנים ליבע זײַנען היפּש אַנדערש. זי האָט אים ליב ווי אַ היימישע פֿרוי דאַרף ליב האָבן איר מאַן: ניט ווײַל ער איז לכתּחילה בעסער, קליגער, אָדער ערלעכער, נאָר פּשוט דערפֿאַר, ווײַל אַזוי שטייט אין חומש: „והוא ימשל בך“. אַלץ איינס צי יענער זאָג דעם אייבערשטנס דאַרף מען אָננעמען ווי אַ צוזאָג, אַ ברכה, אַ קללה, אַ הלכה, צי גאָר אַ מילתא דבחידותא. זי וועט אים דינען, קינדלען, און קוקן אין מויל אַרײַן, אַלץ איינס צי עס קומט אים. ער קען זיך אַליין גאַנץ גוט, און ער ווייסט, אַז ער איז ניט קיין אויסערגעוויינטלעכער יאַט. ער איז אַ ייִד צווישן טויזנט ייִדן, ניט קיין גאון, סתּם אַ ישיבֿה־בחור וואָס געפֿינט זיך שוין אויפֿן כּולל־וועג. איז געדרונגען, אַז זי איז אויך ניט קיין אומאָפּהענגיקע גײַסט – ווײַל ווען יאָ, וואָלט זי ניט אײַנגעגאַנגען אויף אַזאַ נודנעם שטיק סחורה.

ניט געקוקט אויף זײַן אינעווייניקסטן סאַרקאַזם, שטאָלצירט ער זיך מיט דעם, וואָס ער האָט זי שטאַרק ליב. ער דערמאָנט זיך אין זייער ערשטן באַשוי. זי האָט אויסגעקוקט ווי אַ פֿריש אָפּגעריסן בלימל, מיט ברייט אויפֿגעריסענע אויגן און אַ לאַכעדיק־אָפֿן מויל. זי האָט גערעדט נאָר וועגן געוויינטלעכע זאַכן, וועגן איר משפּחה, וועגן אירע פּלענער פֿאַר קינדער און אַ לעבן אין חינוך. גאָרניט וואָס איז יוצא־מן־הכּלל. נאָר די אַלע טעמעס האָט זי אויסגעדריקט ממש מוזיקאַליש, מיט טענער פֿון אַ נאַיִווער צוגעלאָזנקייט.

No comments: