Showing posts with label ברוס. Show all posts
Showing posts with label ברוס. Show all posts

Tuesday, September 22, 2009

?וווּ שטײַגט מען אַראָפּ פֿון דער באַן וואָס לאָזט ניט אַרויס אירע פּאַסאַזשירן

מאָושע באַגעגנט זיך שוין מיט אַזוי פֿיל באַקאַנטע וואָס קענען אים נאָר ווי משה, דערפפֿאַר איז קעראָלײַנס רעפֿאָרמירטער נאָמען פֿאַר אים געוואָרן בײַ אים אַ חוזק, אָדער סתּם אַ גרויסער טעות, אַזוי ווי די אָבֿות וואָס האָבן ניט ריכטיק געקענט דעם אייבערשטנס נאָמען.

ער האָט ניט אַזוי טיף פֿאַרשטאַנען די אייגענע אידענטיטעט, נאָר איינס פֿאַרשטייט ער יאָ – אַז גריבלען זיך און האַלטן עצות בײַ די ברוקלינער רביים וואָס האָבן אים געקענט אין זײַן פֿריִערדיקן לעבן העלפֿט אים היפּש ווייניק צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי ממשיך צו זײַן מיטן אַרבעט־זוכעניש. אַפֿילו קעראָלײַן, וואָס פֿאַרשטייט (און פֿלעג נאָך שטיצן) זײַן כּולל־יונגער־מאַנישע פֿאַרטראַכטענישן) איז שוין זאַט, אָדער כּמעט, מיט זײַנע ניט־טויגיקע פּרוּוון אויף אַ „לעבן דערנאָך.“

ער האָט באַשלאָסן צו פֿאָלגן קעראָלײַנס עצה, דהײַנו, זיך אַוועקזעצן מיט אַ שטיקל פּאַפּיר און אויסרעכענען וועמען ס´וואָלט אים געקענט אַרויסהעלפֿן פֿון איצטיקן קלעם. זײַ זײַנען שוין לאַנג אײַנגעפֿונדעוועט אין אַ ציכטיק־ריינער, מסודרדיקער דירה אין קווינס. קעראָלײַן האָט געפֿונען אַן אַרבעט בײַ אַ פֿירמע וואָס פּרוּווט משתּדל זײַן בײַ דער שטאָט־רעגירונג לטובֿת אָרעמעלײַט. וואָס דאָס האָט צו טאָן מיט איר פֿאָרשפֿעלד וואָלט ער ניט געוווּסט, מע זאָל אים אַפֿילו ברענען און בראָטן. נאָר ניט געקוקט דערויף האָט ער בפֿירוש הנאָה פֿון זייער בעלי־ביתּישער סטאַבילקייט און פּראָספּעריטעט. ער האָט ליב זיך צו זיצן בײַ אַ שפּעט־נאָכמיטאָגדיקן טיש, ווען קעראָלײַן איז אַוועק בײַ איר אַרבעט און ער בלײַבט אַליין אין דער היים, שׂכללאָז זוכנדיק אַן אַרבעט וואָס זאָל אים, אויף אַן אומקלאָרן אופֿן, ענלעך צופֿרידנשטעלן.

ער האָט זיך דערמאָנט אין די פֿרײַע פֿויגל, די צופֿרידענע, די גליקלעכע, די פֿריִער־אין־ברוקלין־אים־אומבאַקאַנטע פֿיגורן וואָס האָבן פֿון זייערע לעבנס געמאַכט אַ פֿילפֿאַרביקע און מאָדנע קונסט. ווי אַזוי שאַפֿן זיך אַ לעבנס־אָרדנונג? ווי אַזוי דרייען זיי זיך אַרויס, פֿון איין זײַט, פֿון ישיבֿה, כּולל, און טויט, און, פֿון דער צווייטער זײַט, פֿון קאַלעדזש, אַרבעט, און טויט? וווּ שטײַגט מען אַראָפּ פֿון דער באַן וואָס לאָזט ניט אַרויס אירע פּאַסאַזשירן?

איינער ער האָט זיך געקענט ווידער איבעררעדן, אַז די לייזונג וועט זיך אַליין אונטערשטעלן ווי אַ נאַש צו אַ הונגעריקער האַנט, האָט ער אויפֿגעהויבן דאָס טרײַבל און געקלונגען צום איינציקן רבֿ וואָס אַלע, פֿון יעדן קרײַז, האָבן רעקאָמענדירט, ווי איינער וואָס וואָלט געגקענט מורה־דרך זײַן אויף אַן איידעלן און בײַהילפֿיקן אופֿן, ממש ווי אַ רבי פֿון אַ מאָל, נאָר אָן די גבאים און קהלישע קליאַמקעס וואָס זײַנען שוין דע ריגער בײַ די חסידים.

* * *

בריוס, דער בעל־תּשובֿה, האָט שוין געוווּסט, אַז ער געפֿינט זיך אין אַ היפּשן מרה־שחורה. זײַן חבֿרטע האָט אים פֿאַרלאָזט, אָבער ניט איידער זי האָט אים אַרײַנגעשטאָכן מיט אַ פּאָר גוט־אויסגעפֿורעמטע ווערטלעך. מיטן ערשטן האָט זי אויסגעדריקט איר מיינונג, אַז ס´איז בעסער צו וווינען אַליין ווי צו וווינען מיט גאָט. אַ קלוגיטשקע, האָט ער שוין געוווּסט פֿון פֿריִער, נאָר ער האָט ניט געוווּסט אַז זי קען זײַן אַזאַ אַכזר. דאָס צווייטע איז פּשוט געווען אַ געשריי פֿון ייִאוש, אַז זי האָט אים אַ מאָל ליב געהאַט, נאָר זי האָט געפֿונען דאָס אויפֿן קיכטיש און איצט ווייסט זי שוין מער ניט וואָס צו טראַכטן.

דאָס איז געווען אַ פּשוט שטיקל פּאַפּיר, אַ פּרשה־בלעטל, וואָס ברוס האָט געהאַט אָפּגענומען בײַ אַ זונטיקדיקן שיִעור. דאָס לשון אויף ענגליש איז געווען גענוג האַמעטנע, נאָר ס´איז כּדאַי, און באַלערנדיק, זיך אָפּצושטעלן אויף די תּורה־ווערטער אויף מאַמע־לשון.

עס פֿאַרשטייט זיך אַוודאי, אַז ברוס האָט נאָך קיין וואָרט ייִדיש ניט פֿאַרשטאַנען, נאָר עס האָט אים גוואַלדיק צוגעצויגן צו יענע מאָדנע לײַט, ניט דערפֿאַר וואָס זייער ייִדישקייט איז בעסער ווי דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער נוסח וואָס ער היט אָפּ, נאָר דערפֿאַר, וואָס זיי זײַנען אַנדערש, אינטערעסאַנט, אַפֿילו עראָטיש אַ ביסל מיט זייערע קאָסטיומען. זייער שמירת־מיצוות האָט אים אַפֿילו ניט אַזוי פֿיל אימפּאָנירט – אַזאַ קען ער שוין נעמען בײַ ר´ דודן אין שול. נאָר זייער אַנדערשקייט איז געפֿערלעך אויף אַ שפּאַנענדיקע אופֿן. עס דערמאָנט אים אין יענע „אַרטיסטישע“ מיידלעך, וואָס ער פֿלעג זיך באַקענען מיט זיי דרך־אַגבֿדיק בשעת זײַן צײַט אין יורי־שול. ניט תּכליתדיק, נאָר אוי, ווי זיס!

אַ שאָד וואָס זײַן חבֿרטע האָט זיך תּיכּף צוגעכאַפּט גראָד צו דעם טייל, וואָס קער באַליידיקן די סענסיטיווע מאָדערנע פֿרוי: מיטן טיטל „די ראָלע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער פֿרוי.“ אויף ייִדיש (אָדער אפֿשר „אידיש“) האָט זיך עס געלייענט מער ווייניקער אַזוי:

„די הײַנטיקע נשים צדקניות זײַנען פּונקט אַזוי הייליק ווי די הייליקע ייִדישע מאַמעס פֿון אַ מאָל, ווײַל די אַרומיקע סבֿיבֿה איז געוואָרן נאָך מער שטוף בזימה, נאָך מער אײַנגעטונקען אין פּריצות און טומאה. נאָר הייליקע פֿרויען דינען ווײַטער ווי די עצם זײַלן פֿון דער היימישער משפּחה. . . .“

זי האָט זיך שיעור ניט צעשריגן. „ווי קען עס געמאָלט זײַן, אַז מע זאָל הײַנט צו טאָג אַזוי רעדן וועגן מענטשן? פֿון וועלכן יאָרהונדערט שטאַמען זיי?“

„מע דאַרף געדענקען,“ האָט זיך ברוס מילד אָפגערופֿן, „אַז זיי וווינען אויף אַן אַנדער וועלט.“

„זאָג איך דאָך!“ האָט זי גיך צוריקדערלאַנגט. „דו וואָלטסט געוואָלט וווינען מיט זיי דאָרטן, ערגעץ צווישן אונדזער פּלאַנעט און זייער אויסדאַכטעניש פֿון הימל. פֿאַר וואָס גייסט זיך ניט געפֿינען אַ צניעותדיק חסידיש מיידל, מיט אַ לאַנגן קליידל און קעלבערנע אייגעלעך, וואָס האָט קיין מאָל אין איר באַשיצט און פֿאַרשפּאַרט לעבן קיין מאָל ניט געזען אַזאַ הויכער פּראָפֿעסיאָנאַלער יונגער־מאַן, אַזאַ הדרת־פּנים, אפֿשר האָט ער עפּעס צו דערלאַנגען אונטן־צו, און דו ווייסט וואָס איך מיין –“

דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿונעם סוף. נאָר דאָס קריגעניש, ווי בײַ אַנדערע, האָט אין אים אײַנגעפֿלאַנצט עפּעס אַ קערנדל אמתדיקע אַנטוויקלונג. אפֿשר זײַנען אירע באַשולדיקונגען פֿאָרט געווען גערעכט? אפֿשר האָט זיך אין אים געפֿונען, ניט אַזוי טיף אינעווייניק באַגראָבן,
דאָס פּינטעלע פֿרומער ייִד, וואָס האָט פֿון צײַט צו צײַט אויסגעלאָזן אַ ביטערע געשריי אונטערן דרוק פֿון דער אַרומיקער „קאָמפּליצירטער, געדונגענער וועלט“. ער האָט דאָס פּינטעלע געקענט אָפּראַטעווען פֿון זײַנע טאָג־אײַן טאָג־אויסיקע דערנידעריקונגען. אַזוי ווי די מיטלעלטערדיקע דיספּוטאַציעס האָט אויפֿגעקעלרט די געדאַנקען בײַם רמבן, אַזוי איז אויך בײַ אים פֿאַרשאַרפֿט און פֿאַרשטאַרקט זײַן ייִדישקייט דורך דעם סאַמע קעגנערישקייט.

נאָר ווי אַזוי קומט די קאַץ איבערן וואַסער? ווי אַזוי דאַרף ער זיך דעפֿינירן ווי אַ ייִד? ברוס/ברוך האָט געפּרוּווט אַרומרעדן די פֿראַגע מיט זײַנע חבֿרים, נאָר זייער רעאַקציע איז, איידל גערעדט, ניט געווען קיין איבעריק גינציקע. טייל האָבן נאָר געוואָלט וויסן צי איז דאָס וואָס טרײַבט אים אונטער די נאָכעפֿעקטן נאָך זײַן צעשיידן זיך מיט זײַן חבֿרטע, עלעהיי האַרץ־ענינים זײַנען די איינציקע ענינים אויף דער וועלט. מע האָט אים גערעדט פֿילצאָליקע שידוכים: זײַנע גוייִשע חבֿרים האָבן אים געהאַלטן אין איין רעדן וועגן „דזשוס“ וואָס זיי קענען, פּראָדוקטיווע טיפּן מיט זוניקע שמייכלען וואָס זוכן אַ רעליגיעזן בחור. כּאילו דאָס איז גענוג פֿאַר אַ שידוך. ווידער האָבן די ייִדישע חבֿרים וואָס האָבן ניט געוואָלט רעדן קיין שידוכים נאָר געוואָלט פֿרעגן ווי ער האַלט מיט זײַן „ייִדישקייט.“ כאָטש ברוס/ברוך (ער ווייסט אַפֿילו ניט וואָסער נאָמען פּאַסט אים בעסער) ווייסט זייער ווייניק וועגן דער טראַדיציאָנעלער, טעקסטועלער ייִדישקייט, איז אים קלאָר אַז פֿרומקייט און ייִדישקייט זײַנען ניט די זעלבע זאַך. מע קען זײַן גאָר פֿרום און פֿאָרט אַ קנאַפּער ייִד. מע קען זײַן נאָר אַ מיצוות־מאַשין וואָס טראַכט בכלל ניט אַרײַן אין זײַן באַציִונג מיטן מקום אָדער מיט חבֿרו.

קומט אויס, אַז וועגן זײַן עצם דילעמע – וואָס פֿאַר אַ מענטש צו זײַן, נאָך וועמען נאָכצוגיין, וועלטעכע שטערן אַרויפֿצולייגן אויף זײַן אייגענעם הימל – האָט ער קיינעם ניט געקענט פֿאַרטרויען. אָפֿט מאָל קוקט ער זיך אָן אין שפּיגל, אָדער באַגראָבט דעם קאָפּ אינעם בעטגעוואַנט.

אין אַ העלן טאָג איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז ער וואָלט געקענט פֿרעגן אַן עצה בײַ ר´ דוד. זיכער האָט ער גרויס אָפּשײַ פֿאַר אים. נאָך מער: גרויס מורא. ער האָט מורא ניט אַזוי פֿאַר ר´ דודס גרויסקייט ווי פֿאַר זײַן אייגענע עם־הארצות. דער גרונט פֿון זײַן ייִדישקייט איז דאָך אַ זומפּ פֿון אַליין־אָפּגעזוכטע, זאַמדיקע אמתן, וואָס אַ רעליגיעזער שוואַכלינג ווי ער וואָלט געקענט גרינג אַרײַנפֿאַלן און פֿאַרכאַפּט ווערן. וווּ שטייט געשריבן, אַז אַ חשובֿער רבֿ איז מחויבֿ זיך אָפּצוגעבן מיט יעדן נודניק וואָס טרעט איבער זײַן שוועל?

נאָר אין איינעם אַ טאָג, נאָך אַ סך קווענקלענישן און אינעווייניקסטע רײַסערײַען (צי האָט ער זיך אַ מאָל געהאַט געזאָגט, אַז אַ פֿרום לעבן וועט צושטעלן פֿאַרטיקע תּירוצים פֿאַר די שוועערסטע פֿראַגעס?), האָט ער אַ קלאַפּ געטאָן אויף דער טיר בײַם רבֿס קאַבינעט.

די טיר איז געווען ניט פֿאַרשלאָסן נאָר האָט אויפֿגעהאָנגען אַ כּמעט־אָפֿענע. ברוס/ברוכס קלאַפּ (ער האָט מער ניט געוווּסט וואָס פֿאַר אַ נאָמען ער דאַרף טאַקע טראָגן) האָט אויפֿגעשטופּט די טיר. געזען – קיין חידוש ניט – אַז דער רבֿ לערנט גמרא מיט אַ ניגון וואָס איז שווער אונטערשיידן פֿון אַ געוויין. ער פּרוּווט צוריקטרעטן כּדי אים ניט צו שטערן, נאָר ר´ דוד כאַפּט אויף דאָס געשאָרך און הייבט אויף אַ מידן קאָפּ.

ער האָט מער באַפֿוילן איידער פֿירגעלייגט:

„זעצט זיך.“

האָט ברוס זיך אַוועקגעזעצט אויף אַן אומבאַקוועמען מעטאַלענעם בענקל, וואָס האָט זיך געפֿונען בײַ ר´ דודן אין ביוראָ, דאַכט זיך, ווי אַ קאָנצעסיע צו דער רעאַליטעט, אַז אַ רבֿ דאַרף אַ מאָל רעדן מיט בחורים צי בעלי־בתּים.

ער האָט בכלל ניט געוווּסט, וואָס מע טוט אין אַזאַ מצבֿ – צי מע הייבן אָן רעדן אָן קיין הקדמה, צי מע לייגט אויס בפּרטי־פּרטים פּינקטלעך צו און פֿאַר וואָס ער איז געקומען שטערן ר´ דודס לימוד־התּורה.

ניט וואָס ר´ דוד האָט אַרויסגעוויזן עפּעס מיר ווי אַ מילדן אומגעדולד. ער האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ פֿון ספֿר (וווּהין ער האָט צוריקגעקערט דעם בליק בשעת ברוס האָט זיך געפֿונען אַ זיצפּלאַץ אויפֿן בענקל) און צוגעקאָוועט די אויגן, גרוי ווי אַלטע אָזערעס רעגן־וואַסער, אויף ברוסעס פּנים. „ווי קען איך אײַך העלפֿן?“

ברוסן האָט זיך נאָר איצט געדאַכט אַז דאָס איז אַרויסגעוואָרפֿענע צײַט. ער האָט אַפֿילו בײַ זיך אַליין ניט אַדורכגעטראַכט וואָס ער וויל פֿרעגן. נאָר וואָס קען ער טאָן? ער איז דאָך אַרײַן, קען ער דען אַרויס אָן צו פֿרעגן זײַן שאלה?

„איך וויל וויסן וואָס איר מיינט כ´זאָל טאָן וועגן מײַן ייִדישקייט.“ דאָס איז וואָס ס´האָט אים צום מערסנטס דענערווירט – נאָך אַ הצלחהדיקער קאַריערע אין דער פֿינאַנצן־וועלט, ווען עס גייט די רייד וועגן פֿרומקייט אָדער ייִדישקייט געפֿינט ער זיך אויף אַ וואַקלנדיקן באָדן, ווי אַן עופֿל וואָס לערנט זיך גיין.

ר´ דודן האָט פּלוצעם אָנגעפֿאַלן אַן אַטאַק מידקייט. ער האָט זיי לעצטנס געדאַרפֿט אַלץ מער אויסשטיין. דער דאָקטער האָט אים געזאָגט אַז ער טאָר מער שלאָפֿן און ווייניקער לערנען שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן, נאָר דאָס (דער דאָקטער ווייסט, און ער ווייסט אויך) איז פּוסטע ספּעקלואַציע. דער דאָקטער טרעפֿט מיטן אויג פּונקט ווי ער. און ר´ דוד ווייסט עפּעס וואָס דער דאָקטער וואָלט מסתּמא געלייקנט – דהײַנו, אַז דאָס לערנען תּורה, דאָס האָרעווען איבער דעם און פֿאַרמאַטערן זיך דערמיט, די עצם עמלה של תּורה, קען גאָר צוגעבן כּוח, ניט צונעמען.

Friday, May 9, 2008

מע וואַרט אויף אַ צענטן אין אַ גרויסן זאַל געפּאַקט מיט מתפּללים

בײַ ברוסן, דעם בעל־תּשובֿה, האָט זיך אַלע ווײַלע געחלומט איין און די זעלבע חלום. ער גייט איינער אַליין אַראָפּ מיט אַ לאַנגן, ווײַסן קאָרידאָר. פֿון נעפּל שווימט אַרויס אַ טיר, וואָס ער עפֿנט אויף. אויף יענער זײַט טיר געפֿינט ער זיך אין אַ ריזיקן זאַל, געפּאַקט – קאָפּ אויף קאָפּ – מיט מתפּללים. נאָר מתפּללים וואַרטנדיקע, וואָס בײַ יעדן מנין־גייער זײַנען זיי גאָר באַקאַנט: אָנגעטאָן אין טלית־און־תּפֿילין, דרייען זיי זיך אויף די בענקלעך, גיבן כּסדר אַן אומגעדולדיקן קוק אויפֿן זייגער, און אַזוי ווײַטער. יאָ: ווײַזט אויס, אַז מע וואַרט אויף אַ צענטן. אין אַזאַ גרויסן זאַל געפּאַקט מיט מתפּללים וואַרט מען אויף אַ צענטן! ס´הייבט זיך ניט אָן. ברוס פֿרעגט זיך נאָך. ווײַזט זיך אַרויס אַז ר´האָט שלעכט פֿאַרשטאַנען. ניט אויף אַ צענטן צו אַ מנין וואַרט מען, נאָר אויף אַ שליח־ציבור. איין ייִד, אַ הויכער און שטאַלטנער, שפּאַנט צו צו אים און כאַפּט אים אָן בײַ דער האַנט. דעם הויכן ייִדנס האַנט איז אַ טרוקן־וואַרעמער, גרויס, און גלאַטיק, ווי אַ שטיין, בשעת ברוסעס איז קלעפּיק און פֿאַרשוויצט, צי פֿון נערוון צי פֿון שטיין אין אַ געפּאַקטן צימער אָנגעטאָן אין טלית.„באָריך!“ האָט אויסגערופֿן דער הויכער ייִד, מיט אַן אַקצענט וואָס איז ברוסן שטאַרק באַקאַנט – ער ווייסט ניט פֿאַר וואָס – ווי אַן אונגאַרישער. ברוך, פֿאַרשטייט זיך, איז ברוסעס „ייִדישער“ נאָמען. ברוך רופֿט זיך אָפּ מיט אַ שמייכל. „יאָ?“„נו־נו, אַשרי!“ דאַכט זיך, אַ מיחנה־מעריבֿ־מנין. ברוס האָט לאַכנדיק זיך געפּרוּווט אָפּבעטן. „כ´קען ניט דאַוונען פֿאַרן עמוד. כ´בין ניט קיין שליח־ציבור, כ´האָב ניט דאָס קול וואָס מע דאַרף.“אומגעריכט האָט זיך פֿון אים אויסגעדרייט דער הויכער ייִד און אויפֿן קול אַ זאָג געטאָן דעם גאַנצן עולם ייִדן. „געהערט? ער וויל ניט זײַן קיין שליח־ציבור!“דער עולם האָט זיך פֿונאַנדערגעלאַכט. בחורים האָבן געבילט שטאַרק און שאָרסטיק פֿון בריטט צעפּראַלטע מײַלער, אַלטע ייִד האָבן אויסגערעכצט זייער געלעכטער, געטופּעט מיט די פֿיס אָדער געקלאַפּט אויפֿן דיל מיט זייערע שטעקנס, און אַפֿילו די שיינע בעלי־בתּים, די וואָס שטייט ניט אָן אָנטייל צו נעמען אין די טאָג טעגלעכע רייד פֿון קהל, האָבן געשאָקלט מיט די קעפּ, ווי איינער זאָגט, „נו, דאָס איז זיכער כּדאַי אַ ביסל גוף־באַוועגונג.“„וואָס איז דאָס גרויסע געלעכטער?“ האָט געפֿרעגט ברוך/ברוס, שוין אַ ביסל אויפֿגערעגט פֿון די רעאַקציע וואָס ער רופֿט אויס בײַם גרויסן עולם. דער הויכער ייִד האָט זיך פֿאַרהוסט, עלעהיי ער וויל ניט האָבן צו טאָן מיט אַזאַ עם־האָרץ, נאָר קיין ברירה האָט ער ניט. „פֿאַר וואָס מיינט איר די גאַנצע עדה איז זיך צונויפֿגעקומען?“ברוך/ברוס האָט געקוועטשט מיט די פּלייצעס.„מע בעט בײַם אייבערשטן צוליב דיר.“איצט איז געווען ברוך/ברוסעס ריי אויסצושיסן מיט אַ געלעכטער. „וואָס איז דער שׂכל, אַזוי פֿיל ייִדן זאָלן דאַוונען פֿאַר מיר? וואָס רעדט איר נאַרישקייטן?“ נאָר אַז ער האָט זיך צוגעקוקט צום יעדן ייִדנס פּנים, האָט ער געזען ווי יעדער קוקט אים אין די אויגן. ער האָט אַרויפֿגעקוקט אין עזרת־נשים (ס´איז אַזאַ מין זאַל) נאָר די עפֿענונג איז געווען פֿאַרקלאַפּט מיט הויכע ברעטער, האָט ער גאָרניט ניט געקענט זען. יעדעס פּנים דאָ אונטן האָט זיך צעשטראַלט מיט אַן אָפּשײַ אַזאַ, וואָס האָט אים ממש דערשראָקן. ער האָט זיך אויסגעדרייט צוריקוועגס צו דער טיר נאָר קיין טיר האָט זיך ניט אויסגעשיילט פֿון דער וואַנט. פּלוצעם האָט אַן אומזעעוודיקע כּוח אים אַוועקגעטראָגט צום סאַמע אויבן־אָן פֿון צימער, בײַם עמוד. ער האָט אויפֿגעעפֿנט דאָס מויל אָנצוהייבן, און האָט זיך אויפֿגעכאַפּט.„אוי וויי,“ האָט ער געזאָגט צו זיך אַליין. עס זײַנען דאָ חלומות וואָס מע קען סתּם הנאָה האָבן פֿון זיי, ווי מע האָט הנאָה פֿון אַ מעשׂה־בוך אָדער אַ פֿילם. עס זײַנען אויך דאָ אַזעלכע וואָס לאָזט ניט אַרײַן צו זיך, מע קען זיי נאָר באַטראַכטן פֿון דער ווײַטנס. און עס זײַנען ווידער פֿאַראַן חלומות, וואָס מע דאַרף איבערקערן און איבערקערן כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס ליגט אינעווייניק. ברוס האָט געגעבן אַ קרעכץ ווײַל ער האָט געוווּסט פּונקט וואָס פֿאַר אַ מין חלום זײַן חלום איז: עפּעס וואָס מע טאָר ניט איגנאָרירן. ער דאַרף דאָס פֿאַרשטיין כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין זײַן אייגענעם וועג.

Monday, December 17, 2007

די טרייסטן פֿון פֿרומקייט

די טרייסטן פֿון דער פֿרומקייט זײַנען בײַ ברוסן דעם בעל־תּשובֿה געווען קלאָר און סאָליד, ווי פֿאָטאָגראַפֿיעס רביים וואָלטן אויף אים שמייכלענדיק אַראָפּגעקוקט פֿון זײַנע דירות־ווענט. ער האָט זיי קוים־קוים געקענט אָנטאַפּן מיט די הענט. נאָך זײַנע אַרבעטסטעג, אָפּגעגעבן פֿליִענדיקע ציפֿערן און פֿאַרבײַגייענדיקע מאַיאָנטיקעס, וואָס זײַנען אַרויף אין אַן אויגנבליק און דערנאָך אַראָפּגעזונקען אָן אַ שפּור. די פֿרומקייט בלײַבט ניט נאָר פֿון איין שאַבאַט צום צווייטן, נאָר אויך אין דער וואָכן, צו יעדער רגע, וווּ נאָר ער גייט און שטייט. ס´איז ווי אַ דורכזעיִקער לײַלעך וואָס רינגלט אים אַרום, נאָר טיילט אים ניט אין גאַנצן אָפּ פֿון דער אַרומיקער וועלט. ער פֿילט זיך אונטער אַ באַשיצונג נאָר ניט ווי אַ פּרוש.

דאָס קען ער אָבער ניט אין גאַנצן דערקלערן די ניט פֿרומע חבֿרים. זאָגט ניט „געוועזענע“, ווײַל ער איז ניט אַזאַ, וואָס וויל זיי אַוועקוואַרפֿן. נאָר ער שפּירט טיף אינעווייניק, ווי ער ווערט אַן אַנדער מענטש. ער וויל זיי מיטברענגען אויף דער רײַזע נאָר ר´איז ניט זיכער, אַז יעדער וויל מיטפֿאָרן.

למשל: זײַן חבֿרטע מעלעני. נעכטן אויף דער נאַכט האָבן זיי זיך געקושט און געגלעט, זיך קײַקלענדיק פֿריילעכעהייט אויף זײַן דירה־טעפּעך. אַלץ איז געגאַנגען נאָרמאַל, ניין, בעסער ווי נאָרמאַל. זייער באַציִונג האָט אויסגעזען צו זײַן בקו־הבריאות און אין פֿולן בלי. מע האָט געפּרוּווט אויסטאַפּן און אויסשנאַפּן יעדן טייל פֿון יענעמס גוף, כּאילו מע קען נאָר ליב האָבן אויף דער טיף נאָר דאָס, וואָס מע קען דורכויס און איבעראַל.

ער האָט געפֿילט, ווי אירע פֿינגערשפּיצן טאַנצן אויף זײַן רוקן. אוי, גאָטעניו, ווי שטאַרק ער האָט דאָס ליב! ווער האָט זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דער אָנריר פֿון הויט אויף הויט קען אַרויסרופֿן אַזאַ נחת־רוח? ער האָט געפֿילט, ווי ער ווערט פֿאַרדבֿקהט, פֿליט אין ווײַטע הימלען. אים האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז בײַ אים אַ נײַע זאַך. ער שוועבט זיך אין אַזאַ מין חלום־לאַנדשאַפֿט, וווּ אַלץ נעמט אָן אַ צוגעביטן אויסזען, ווי אַ שטוב־און־הויף נאָך אַ רעגן. ער האָט געזען, בשעת די דבֿקותן, אַ העל ליכט אין דער ווײַטנס, ניט הימלדיק, נאָר ווי מע שײַנט מיט אַ פּראָזשעקטאָר פֿון אַ פּאָליציי־העליקאָפּטער. ער האָט געוואָלט צוגיין און זען, וואָס דאָרט טוט זיך.

ר´האָט דערשפּירט, ווי מעלינע ווערט אים אַ ביסל אָפּגעקילט, זי זונדערט צו דעם גוף. איידער ער האָט זיך געכאַפּט אַ פֿרעג צו טאָן, „וואָס איז?“ האָט זיך עפּעס צווישן זיי גערירט, און זיי האָבן ביידע, ווי קאָאָרדינירטערהייט, זיך אויסגעדרייט איינער פֿון צווייטן, און ביידע געליגן אויפֿן טעפּעך אין אַ שטילשווײַגעניש.

ברוס האָט ניט ליב געהאַט קיין שטילשווײַגעניש. די שטילקייט האָט אים דענערווירט. איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס ער איז פֿרום געוואָרן איז דערפֿאַר, וואָס ער האָט געקענט מיט זיך מיטטראָגן אַ גאַנצע חבֿרה אין קאָפּ: די אַלע מאָדנע־פֿאַסצינירנדיקע פּאַרשוינען פֿון תּנ"ך; משה־רבינו; דער אייבערשטער; חז"ל; און אַלע רבנים און פּוסקים פֿון יענער תּקופֿה ביז הײַנט.

מעלינע האָט זיך לסוף אָנגערופֿן. „דו ביסט אַנדערש.“

„יאָ,“ האָט ברוס מסכּים געווען. ניט געווען קיין שׂכל דאָס צו פֿאַרלייקענען. ער האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף איין עלנבויגן און געפּרוּווט אָפּרוקן מעלינעס האָר פֿון איר פּנים, אַ געוווינהייט וואָס ער האָט זיך אײַנגעשאַפֿט אויס ליבע צו אירע האָר, נאָר זי האָט זיך אָפּגעטרייסלט, זיך אויפֿגעשטעלט און אוועקזעצט אויף דער סאָפֿע. „איך האָב דיך ליב, ברוס, און דאָס איז עס. איך פֿאַרשטיי ניט פֿאַר וואָס דו ביסט פּלוצעם אַזוי שרעקלעך פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישקייט, נאָר כ´בין גרייט דיך צו שטיצן און דו ביסט גרייט אויף מײַן שטיץ.“

זי האָט זיך אָפּגעשטעלט. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן.

„איז . . .“, האָט זי אומגעדולדיק ממשיך געווען. „איז וואָס ווילסטו פֿון מיר?“

„כ´ווייס ניט וואָס כ´וויל פֿון דיר,“ האָט ער אויסגעשטאַמלט, ניט־באַטראַכטערהייט. „קענען מיר פּשוט בלײַבן בײַם אַלטן? אַלץ איז אַזוי גוט געגאַנגען.“

„אָבער דו האָסט זיך געביטן. אַלץ איז שוין אַנדערש צוליב דיר.“

„ווי אַזוי האָב איך זיך אַזוי שטאַרק געביטן?“

„דו זעסט אַפֿילו ניט!“ האָט זי אויסגערופֿן. „דו כאַפּסט זיך אַוועק דרײַ מאָל אַ טאָג פֿאַר דײַנע תּפֿילות און דו זאָגסט מיר ניט וועגן דעם, גלײַך ווי כ´באַמערק דיך ניט. דו האָסט ניט ליב עסן אין די זעלבע רעסטאָראַנען ווי פֿריִער. דו מיינסט אַז דו בײַטסט זיך ניט? וועמען נאַרסטו? זיך אַליין?“ זי האָט זיך צעלאַכט. „קוק. כ´בין ניט געבוירן געוואָרן נעכטן. כ´האָב געהערט מעשׂיות פֿון בחורים וואָס זײַנען געוואָרן רעליגיעז. דאָס איז ניט מײַן זאַך, נאָר כ´בין גרייט מיטצוגיין. אָבער פּרוּוו מיך ניט אָפּנאַרן!“

„גוט,“ האָט ברוס געזאָגט פֿאָרזיכטיק. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן אין דעם נײַעם מצבֿ, האָט ער געפּרוּווט זאָגן וואָס ווייניקער.

„גוט – וואָס?“ האָט זי אַ פֿרעג געטאָן.

„גוט, הייסט – כ´בין מסכּים מיט וואָס דו´סט געזאָגט.“

„און וואָס איז וועגן מיר? צי זאָל איך מיטגיין מיט דיר צי וואָס? ס´איז מיר נאָך פֿאַראַן אַ ווינקל אין דײַן רעליגיעזן קאָפּ מיט די – די פֿילאַקטעריס?“

„תּפֿילין,“ האָט ברוס זי איידל אויסגעבעסערט.

„זאָלן זיי הייסן ווי זיי זאָלן ניט הייסן. וואָס איז דײַן ענטפֿער צו מיר? צו מיר, ברוס, גיב אַ קוק אַהער אויף מיר!“

און וועט ער האָט ווײַטער געשוויגן, האָט זי געמאַכט אַזאַ ברומעניש מיט דער צונג און דעם האַלדז, ווי אַ דערצאָרנטע חיה. געוויינטלעך האָט זי געמאַכט אַזאַ קלאַנג נאָר ווען זיי האָבן זיך געשפּילט אין „חיות“ (אַ געוווינהייט וואָס זיי האָבן זיך אײַנגעשאַפֿן בשעת די פֿריִסטע יאָרן חבֿרשאַפֿט), נאָר דאָס מאָל איז בולט געווען, אַז זי שפּאַסט ניט. זי איז אַוועק פֿון צימער און אַרײַן אין שלאָפֿצימער, און פֿאַרהאַקט די טיר.

דערפֿאַר האָט ער געוואָלט געפֿינען וועמען ס´זאָל אים זײַן צו הילף בשעת די שווערע טעג. ניין, ניט שווער. אַלץ גייט אים דערווײַלע, קיין עין־הרע, מיטן פּוטער אַרויף. ער מאַכט ניט פּליטה פֿון דער וועלט, ער קלײַבט פּשוט אַ נײַעם מין לײַלעך אויף זיך אויפֿצוּוויקלען. נאָר ווער נאָר עס פֿאַלט אים אײַן איז ניט דאָס. טאַטע־מאַמע וואָלטן זיך דערשראָקן צו הערן וועגן זײַן נײַעם וועג. ער האָט ניט קיין פֿרײַנד וועמען ער קען פֿאַרטרויען.

דערפֿאַר איז ער דעמאָלט צוגעגאַנגען צום עילוי פּרוּוון פֿאַרפֿירן אַ שמועס. ניט דערפֿאַר וואָס דורך דער חכמה פֿון יענעם בחורל וועט ער אַרויסקאַראַבקעווען פֿון זומפּ. ניין, ער האָט דווקא געוואָלט זען דעם אָפּרוף פֿון אַ יאַט וואָס האָט ניט אַזעלכע פּראָבלעמען. ניט חלילה וואָס ער מיינט אַז דער בחור איז מער אַ מומחה אין לעבן, ווײַל ער קען לערנען. נאָר עס לאָזט זיך אַ מאָל רעקאָמענדירן אַ געוויסע דיסטאַנץ פֿון ענין, ניט אמת?

ברוס האָט אָבער ניט געוווּסט אַז סעמי האָט זיך אויך רעגאַנגלט מיט ליבעפּראָבלעמען. אמת, אויף אַ נײַנצניאָריקן אופֿן. קיין אמתער אונטערשייד צווישן ליבעפּראָבלעמען צו נײַנצן יאָר און די דאָזיקע צרות צו צוויי און פֿערציק יאָר זײַנען באמת ניטאָ, נאָר וואָס: די נײַנצניאָריקע פּראָבלעמען זײַנען אַ מאָל באמת לעבנספֿראַגעס, בשעת די דערוואַקסענע צרות זײַנען אָפֿט מאָל די אויסצאַנקענישן פֿון אַ קאַפּעדיקן ליכט.