Showing posts with label קלמן. Show all posts
Showing posts with label קלמן. Show all posts

Sunday, January 18, 2009

„גאָאָאָאָר–ניט!“

ווען משה האָט גערופֿן דעם איינציקן נומער וואָס ער האָט פֿאַר קלמן, האָט געזאָגט דער וואָס האָט זיך געמאָלדן, „כ´ווייס ניט וואָס איז מיט אים געווען. נאָר כ´האָב אַ נומער וואָס ער האָט געלאָזט.“

קלמן, האָט ער זיך דערוווּסט דורך אַ פּאָר פֿאַרשעמענדיקע גרײַזן, רופֿט זיך איצט קעווין. ער וווינט אין מאַנהעטן און פֿאַרדינט נישקשה ווי אַ שרײַבער פֿון פֿילם־רעצענזיעס פֿאַר אַן אַלטערנאַטיוון וואָכנבלאַט. ער האָט זיך צעלאַכט ווען משה האָט אים דערמאָנט אין זײַן פֿריִערדיקער פּערזענלעכקייט. „אוי, וויי, כ´בין געווען אַזאַ עקצענטרישער יונגער־מאַן!" ער רעדט אַ פֿליסיקן, פֿיפֿיקן ענגליש, ווי אַ קאַר־פֿאַרקויפֿער אָדער אַ שלאַנג אין איינעם פֿון די דיסני־מוּוויס. „יאָ, כ´האָב געהאַט אַזוי פֿיל ביכער – געדענקסט? – און כ´האָב געהאַט אַזוי פֿיל ריזיקע חלומות. ווייסט וואָס איז געוואָרן פֿון זיי?“

משה האָט ניט געוווּסט. „וואָס, אייגנטלעך?“

קלמן האָט זיך ווידער צעלאַכט. „גאָאָאָאָר–ניט!“ כאָטש זיי האָבן נאָר גערעדט טעלעפֿאָניש, האָט משהן זיך געדאַכט, אַז קלמנס צורה נעמט אָן אַן ערנצט אויסזען. „ניין – חכמות אין אַ זײַט, בין איך גוואַלדיק צופֿרידן וואָס כ´בין אַרויס פֿון יענעם געטאָ. מײַנע חלומות האָב איך גאָר געקענט אָפּראַטעווען, וואָס וואָלט דאָך ניט געווען דער פֿאַל ווען איך געפֿין זיך נאָך הינטער יענע מויערן – דו פֿאַרשטייסט? מאַך פּליטה בשעת ס´איז דיר נאָך אַלץ מעגלעך!“

ווײַזט אויס, האָט משה זיך פֿאָרגעשטעלט ניט אָן אַ היפּש ביסל אַנטוישונג, אַז קלמן געדענקט שוין ניט, נאָך אַ פּאָר מינוט שמועסן, די סיבה פֿון משהס קלונג. ניט ער וויל עצות וועגן אַרויס/ניט אַרויס פֿון דער גאָר פֿרומער וועלט, ניט ער וויל הערן לויבווערטער אָדער טענות וועגן „דעם דרויסנדיקן לעבן“ (קלמן האָט זיך שוין באַגלאָגט אויף די מיידלעך די דרויסנדיקע – איבערקלײַבער! מע וויל ניט קיין סחורה וואָס איז ניט די סאַמע פֿרישטע און בעסטע! אויב בײַ דיר שוין אַ קליינע חסרון, אַ פֿעלער, פֿאָרגעט איט!). ער וויל באַקומען פּראַקטישע עצות וועגן דעם, ווי אַזוי זיך צו געבן אַן עצה צווישן די שטרענגע עקאָנאָמישע רעאַליטעטן פֿון דער דרויסנדיקע וועלט, וואָס ער באַווײַזט נאָך ניט – נאָך דרײַ לאַנגע יאָר! – זיי צו באַהערשן. נאָר קלמן האָט אים גאָרניט געקענט צופֿרידן שטעלן. ער האָט ניט געוואָלט מעשׂיות, נאָר עצות.

ווידער האָט ער זיך דערמאָנט אין יואלשין. יואלשי איז ניט איינער פֿון די פֿאַרפֿאָרענע ייִדן. ער איז אייביק צוגעפֿעסטיקט צום דרך־הישר: זײַן באַליבסטער זאָג איז געווען „אַז גאָט וועט געבן“. ער האָט אָבער שטענדיק און אָפֿן גערעדט וועגן זײַנע אינעווייניקסטע ראַנגלענישן מיטן דבֿר־אַחר, זײַנע זאָרגענישן וועגן זײַן מקטני אמונה. ער איז איינער וואָס איז אַלע מאָל געווען גרייט צוצושטעלן אַן עצה, און אַפֿילו אַ פּלייצע, לטובֿת פֿאַרצווייפֿלטע בחורים. מע האָט געזאָגט אויף אים, אַז ער האָט צוריק אַרויפֿגעפֿירט אויפֿן דרך אַ סך כּמעט פֿאַרפֿאָרענע בחורים.

און אפֿשר, האָט זיך פֿאָרגעשטעלט דער וואָס אַ מאָל פֿרוסטרירטער משה, קען ער העלפֿן אויך מיך? אַוודאי וועט זײַן גאַנץ נודנע צו רעדן מיט אים, ער וועט מיך וועלן צוריקפֿירן אויפֿן דרך און פֿאַרדינען וואָס מער „פּונקטן“ בײַם אייבערשטן, נאָר אַ ברירה האָב איך? איך דאַרף צוקומען אַפֿילו צו די לאַסקעס פֿון אַ גרויסן צדיק ווי יואלשי. לאָמיר זען וואָס טרעפֿט זיך ווען כ´הייב אויף דעם טעלעפֿאָן אים צו קלינגען, האָט משה זיך אַ פֿרעג געטאָן. צי וועט מיר די האַנט אָפּגעדאַרט ווערן?

ער האָט אַזוי געטאָן און גאָרניט געשפּירט קיין דאַרעניש אָדער קוואַרעניש אין דער האַנט. האָט ער ווײַטער אָפּגעדריקט דעם נומער און געקלונען צו אים. אין דער סאַמע רגע ווען ער האָט געהערט דעם „העלאָ?“, האָט אים צוריקגעבראַכט צו די ישיבֿה־יאָרן, ווען הייסע מחלוקתן האָבן זיך מאָמענטאַל צעקאָכט ניט איבער פּשט אין תּספֿות אָדער אַ קנייטש פֿון ר´ עקיבֿא אייגר, נאָר וועגן דעם, אַז אַ בחור האָט ניט אויפֿגעראַמט נאָך זיך אין וואַשצימער. יואלשי, אויף וויפֿל ער איז דער מוסטער פֿון אַ קנאָי, האָט ער אַלע מאָל גערעדט צו דער זאַך, ניט וועגן פּערזענלעכע זײַטיק ענינים וואָס האָבן באמת פֿאַרסאַמט דעם ברוקלינער אַסטאָספֿער. אַז ער שטעלט זיך שוין פֿאָר יענע יאָרן, האַלט משה אָט־אָט בײַם אויספֿיר אַז ניט די עקסטרעמע פֿרומקייט איז די פּראָלבעם, נאָר די קאָמפּלעקסן און אומאָרנטלעכקייט פֿון די גאָר פֿרומע ייִדן. גאָט אין זײַן משפּט איז גערעכט, די בשׂר־ודמס אָבער זײַנען אַן אַנדער מעשׂה.

נאָר ער האָט זיך ניט געקענט לאַנג אָפּגעבן מיט זײַן וואָר־חלומות, ווײַל יואלשי האָט זיך געמאָלדן אויפֿן טעלעפֿאָן.

„ווער קאָלט?“

„דאָס רעדט משה.“

„משה?“ דאַכט זיך אַז יואלשי האָט זיך עפּעס ניט דערמאָנט אין קיין ייִד מיט אַזאַ נאָמען. נאָר אַ פּאָר סעקונדעס האָבן דאַכט זיך פֿאַרריכט זײַן זכּרון. „אַ, משה! וואָס מאַכט איר עפּעס?“

„אַ דאַנק,“ האָט משה געזאָגט, בשקר. ער ווייסט דאָך וואָס ער דאַרף, נאָר ער קען זיך ניט ברענגען דאָס צו זאָגן אָפֿן.

„איר זײַט שוין ווידער שומר־מיצוות? אַוודאי ניט, ווײַל אין דעם פֿאַל וואָלט איר מיך געזען פּערזענלעך, וואָלט איר מיך ניט געדאַרפֿט קלינגען.“ משה האָט זיך ווידער דערמאָנט, ניט צום ערשטן מאָל, אין דעם ייִדס קלוגשאַפֿט, אָדער לכל־הפּחות זײַן עזות־פּנים. פֿאַר וואָס האָט יעדער ייִד אין דער דאָזיקער קהילה זיך מורה־היתּר געווען זיך נאָכצופֿרעגן אויף יענערס ייִדישקייט. כּל ישׂראל ערבֿים, זאָגט די וועלט. זאָגט משה: הייסט עס, אז יעדער מעג אַרײַנשטעקן די נאָז צו יענעם אין טאָפּ אַרײַן.

משה האָט אונטערגעמורמלט עפּעס אַ הסכּמה צו יואלשיס אָננעמעניש. זיי האָבן פֿאַרפֿירט אַ שמועס און אַרומגערעדט די לעצטע נײַעס פֿון דער קהילה – די אָנגייענדיקע מחלוקת וועגן דעם רבינס זין, און ווער וועט זײַן דער יורש פֿון רבנות; די אַלץ העכערע דירות־פּרײַזן; די אינוואַזיע פֿון די „טמאנע גוייִם“ וואָס ציִען זיך לעצטנס אַרײַן אין דעם געגנט. די איראָניע, וואָס משה איז אין גײַסט און אויפֿפֿיר שוין געוואָרן טאַקע איינער פֿון די „אַרטיסטן“, איז געדיכט געהאַנגען איבערן גאַנצן שמועס.

אין מיטן דערינען האָט יואלשי, עלעהיי ער האָט געכאַפּט אַז משה וויל וואָס ווײַטער פּטור ווערן פֿון אומגעלומפּערטן שמועס, פֿאַרקערעוועט די רייד אין אַן אַנדער ריכטונג. „איך ווייס פֿון אַן אָרגאַניזאַציע וואָס וואָלט זיך גאָר געפֿרייט צו הערן, אַז אַ בחור ווי דו זוכט אַרבעט.“

„כ´זוך מער ניט קיין שפּילן,“ האָט זיך משה מידערהייט אָנגערופֿן. „זאָג מיר וואָס מע דאַרף און ווי אַזוי מע קען זיי געפֿינען.“

„דאָס איז אַן אָרגאַניזאַציע פֿון סאָציאַלער אַרבעט. עס שאַפֿט הילף פֿאַר ייִדן וואָס קענען זי ניט געפֿינען בפֿרהסיא, און מוזן זיך אַן עצה געבן מחוץ די מויערן פֿון דער סיסטעם.“

„דאָס קלינגט צו סענטימענטאַל פֿאַר מיר,“ האָט משה געזאָגט, ניט וועלנדיק אַוועקמאַכן קיין ערנצטן אָנבאָט, נאָר אויך ניט זיך דערנידעריקן צום ניוואָ פֿון סאָציאָלער אַרבעט, וואָס ס´איז אים קיין מאָל ניט געווען צום האַרצן.

„פֿאָרט מיט מיט מיר אין איינעם פֿון די טעג. אַ מאָל דערלויב איך זיך טאָן אַ ביסל חסד, שאָקל זיך אָפּ פֿון ש"ס מיט פּוסקים און פֿאָר מיט אַ סקולבאָס פֿון וויליאַמסבורג קיין באָראָ־פּאַרק און צוריק. דו וועסט זיכער הנאָה האָבן.“

אינטערעסאַנט, האָט משה זיך אַ טראַכט געטאָן. יואלשי איז בשעת זײַנע ישיבֿה־יאָרן געווען אַזוי פֿאַרטאָן אין לערנען, ממש זיך ניט געקענט אָפּרײַסן פֿון ש"ס, כאָטש פֿאַרשטאַנד האָט ער זיכער געהאַט פֿאַר די וואָס האָבן זיך אַרומגעטראָגן אַ ביסל אַן אַנדער קוקווינקל. פּלוצעם, אין מיטן דערינען – און אפֿשר ניט, אפֿשר נאָך יאָרן לאַנג פֿון אַנטוויקלונג און פּערזענלעכן דין־חשבון – איז ער געוואָרן אַ בעל־חסד. פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען? וואָס פֿאַר אַ מין אָרגאַניזאַציע וואָלט אַרויסגערופֿן אַזאַ מין אינערלעכע ענדערונג?

„וואָס טוט מען אין אַזאַ אָרגאַניזאַציע? וואָס איז דער ציל?“

יואלשי האָט שוין אַרויסגעוויזן אַ ביסל אומגעדולד. „דאָס האָב איך דיר שוין געזאָגט. מיר פּרוּוון אַרויסראַטעווען יחידים וואָס האָבן פֿאַרבלאָנזשעט, כּדי זיי זאָל בלײַבן אויפֿן ריכטיקן דרך.“

„וואָס איז דער שׂכל, איך זאָל איך באַטייליקן אין אַזאַ זאַך? כ´בין שוין ריכטיק קאַליע געוואָרן!“ משה האָט זיך צעלאַכט. „אפֿשר וויל מען, איך זאָל דינען ווי אַ בײַשפּיל פֿון וואָס מע טאָר ניט טאָן?“

„דו מיינסט אַז דײַן צוגאַנג איז דער איינציקער וואָס קען דערקלערן דײַנע דערפֿאַרונגען? איך וועל דיר ווײַזן די ייִדן מיט פּראָלעמען, די, וואָס מיר באַדינען. איך וועל זיי דערצײלן דײַן מעשׂה. איך וועל זיי דיך פֿאָרשטעלן. זיי וועלן זיך צוהערן צו דיר, און אַליין פֿאַרשטיין וואָס פֿאַר אַ מענטש דו ביסט און ווי אַזוי דו וואַרפֿסט אַ ליכט אויף זייערע דערפֿאַרונגען. יאָ, איך וויל דיך ניצן. נאָר ס´איז לטובֿת כּלל.“

„גוט,“ האָט אַ זאָג געטאָן משה דורך דער נאָז. ער האָט דען אַ ברירה? מע האָט באַשטימט אַ באַשטעלונג. משה זאָל קומען אויף אַ זיצונג פֿון דער דאָזיקער חסד־גרופּע, און יאולשע וועט זען ווי אַזוי ער קען צוטראָגן. דעמאָלט ווען מען ווײַטער גיין. ס´איז נאָך געווען גאַנץ אומקלאָר נאָר, דאַכט זיך, גענוג אַז קעראָלײַן זאָל זײַן באַפֿרידיקט, כאָטש אויף אַ טאָג צוויי, ווען משה האָט איר געגעבן צו וויסן וועגן דער נײַער אַנטוויקלונג.

Thursday, December 11, 2008

האַלב־פֿאַרגעסענע נעמען און פּערזענלעכקייטן

ראשית־חכמה האָט ער אַ קלונג געטאָן צו פּינחס, אַ חבֿר זײַנס וואָס איז אַלע מאָל געווען אַ ביסל אויף די ראַנדן פֿון דער קהילה. אפֿשר וועט ער וויסן פֿון עפּעס אַן אַרבעט. דאַכט זיך אָבער (פֿון דער לענדלערקע וואָס האָט געענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן) אַז ער האָט זיך אַרויסגעקליבן פֿון דער שטאָט, מער ניט געקענט זיך אויסהאַלטן צוליבן געהעכערטן דירה־געלט. „אַזוי איז עס,“ האָט זי געזאָגט, מיט אַ פֿאַרדומפּיקטן קול. „דעסט די וויי איט יז.“ די לענדלערקע, וואָס ער קען זי שוין פֿון זײַנע ישיבֿהשע יאָרן, האָט זיך אויף אַלץ נאָכגעפֿרעגט: טאַטע־מאַמע (וואָס שוין זינט יענער פֿאַרשטערטער חופּה רעדט ער ניט מיט זיי), זיידע־באָבע (שוין לאַנג אַוועק אין דער אייביקייט), זײַן כּלה (ד"ה יענע, וואָס אַפֿילו איר נאָמען האָט ער זיך בכּיוונדיק ניט דערמאָנט), און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ זײַן ייִדישקייט. אַלע גאָר אויפֿמונטערנדיקע שמועס־טעמעס. ער האָט אַוועקגעלייגט דאָס טרײַבל אַ צעשלאָגענער און אַן אַנטוישטער מיט דער וועלט – אָדער וואָס זי איז געוואָרן, אָדער פֿאַר וואָס פֿאַר אַ זאַך ער האָט זי געמאַכט.

ער האָט אַ טראַכט געטאָן אַדורך די אַלע נעמען וואָס האָבן זיך נאָל בײַ אים דערמאָנט אין קעפּל. דער איינציקער וואָס פֿעלט אים – פּסיכאָלאָגיש גערעדט; ער האָט זיך ניט דערלויבט קיין בענקענישן נאָך ברוקלין, דער ריס איז נאָך אויף דעם צו בלוטיק – איז אויף צו להכעיס יענער ייִד, וואָס ער וויל זיך אין אים ניט דערמאָנען.

און אפֿשר . . . אַהאַ! ער האָט זיך אָנגעכאַפּט אין אַ קליינטשיקן, צעריבענעם געדאַנק וואָס האָט זיך נאָך געדרייט צווישן די טונקעלע, הינטערשטע קאָרידאָרן פֿונעם מוח, וווּ האַלב־פֿאַרגעסענע נעמען און פּערזענלעכקייטן נעמען אָן די טונקעלע פֿאַרבן ווי די געמעלן פֿון סוטין אָדער איינע פֿון די האָלענדער. אַ געדאַנק וואָס וואָלט אים אפֿשר אָפּגעראַטעוועט פֿון יענער אומבאַווקעמער נייטיקייט, צו רעדן מיטן ייִד וואָס ער וואָלט זיך פֿאַר אים געשעמט.

יאָ, אים איז אײַנגעפֿאַלן צו רופֿן קלמן, אָדער ווי מע פֿלעג אים רופֿן אין ישיבֿה: קלמן דממה דקה. עס פֿאַרשטייט זיך אַליין פֿון יענעם צונעמעניש, אַז יענער קלמן איז געווען סײַ אַ שרײַער, סײַ אַ טריפֿנער האַלדז. מע האָט פֿון אים געלאַכט אין דער קאַפֿעטעריע און אין די קאָרידאָרן, אין בית־מדרש און בײַם דאַווענען. און פֿאַר גוטע סיבות דערצו. ער האָט חוזק געמאַכט פֿון די רביים און די אַנדערע ישיבֿה־בחורים בשעת ער האָט אַליין ניט געהאַט קיין שם פֿון גוטע מידות. מע האָט אויף אים געזאָגט, אַז ער מאַכט קוים אַ לייעניש פֿון אַ בלאַט, אַז זײַן שוועסטער האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִד פֿאַר יאָשקע, אַז זײַנע עלטערן האָבן זיך באַגעגנט גאָר אין דער ברוקלינער תּפֿיסה נאָך אַ גוואַלדאָוונער דעמאָנסטראַציע קעגן די ליובאַוויטשער, דווקא ווען די שׂינאה קעגן חב"ד האָט זיך שוין לאַנג געהאַט אײַנגעשטילט.

בקיצור, ניט קיין חבֿרה־מאַן וואָס מע וואָלט געוואָלט מיט אים האָבן צו טאָן. פֿונדעסטוועגן אָבער האָט משה אין אים געזען עפּעס וואָס איז געגאַנגען זײַן אייגענעם וועג, וואָס האָט זיך ניט געלאָזט רירן פֿון זי כּסדרדיקע מוסר־שמועסן. קלמן דממה דקה האָט געהאַט אַן אייגענע השקפֿה – זאָל זײַן אַ צינישע – און אַן אייגענם צוגאַנג צו הלכה. ער האָט געוווּסט וואָס ער ווייסט, און וואָס ער ווייסט ניט. איידער צו פֿרעגן אַ שאלה האָט ער געפֿרעגט בײַ זיך אַליין צי ער קען די שײַכותדיקע הלכות. טאָמער ניט, האָט ער געגעבן אַ פֿאָרש צו אין כּלערליי ספֿרים ביז ר´איז דערגאַנגען דעם ענטפֿער.

יאָ, קלמן דממה דקה איז געווען אַ פּאַסקודניאַק, נאָר ער איז געווען אַ פּאַסקודניאַק אַ למדן, און אין זײַנע ניט־מעסיקע רייד אַקעגן די רביים און די מיט־תּלמידים האָט ער אָפֿט מאָל אַרויסגעזאָגט געדאַנקען, וואָס אַנדערע האָבן זיך ניט געוואַגט אַפֿערצוברענגען אויף די ליפּן. אַמאָל, צוליב עפּעס אַן ענין, איז משה אַרײַן צו אים אין דירה (ער האָט נאָך געוווינט מיט זײַנע טאַטע־מאַמע אין באָראָ־פּאַרק). דער קליינער צימער, דושנע, איז געווען אָנגעלייגט מיט ביכער אויף יעדן אייבערפֿלאַך. פּאַפּירן האָבן זיך אומזיכער געוויגט, ווי מאַקעטן פֿון מיגדל־בבֿל, אויף טישן און בענקלעך. און אין מיטן, זיכער ווי אַ מלך אויפֿן טראָן, איז געזעסן דממה דקה (מע וואָלט געקענט צוגעבן, אַזוי ווי מיט די צאַרן, „דער גרויסער“), פֿולשטענדיק אין קאָנטראָל איבער זײַן סבֿיבֿה. ווען משה האָט אים געזאָגט יענץ מאָל, איז אים אײַנגעפֿאַלן אָט וואָס:

„אַ שאָד וואָס קלמן קען ניט מאַכן זײַן גאַנצע וועלט פֿאַר אַזאַ מין סבֿיבֿה, באַקוועם און אויפֿנעמעריש, פֿול מיט ביכער און ספֿרים, נאָר מיט מענשטן וואָס האָבן פֿאַר אים אַן אמתדיקן דרך־ארץ. פֿאַר וואָס קען ער ניט אַוועק פֿון דער וועלט און זיך מאַכן אַ היים אין אַן אַנדערער?“

און אָט, איז אים אַײַנגעפֿאַלן צו קלינגען צו אים, ער ווייסט ניט פֿאַר וואָס. ווער ווייסט צי קלמן האָט זיך טאַקע דערשלאָגן צו אַזאַ וועלט וואָס משה האָט פֿאַר אים געהאָפֿט.