Showing posts with label סעמי. Show all posts
Showing posts with label סעמי. Show all posts

Tuesday, May 19, 2009

דער רבי, װאָס װײסט נישט אַז ער איז אַ רבי

"וואָס וועלן מיר דאָרטן טאָן?“ האָט סעמי ווײַטער געפֿרעגט, ניט וויסנדיק גענוי וואָס ער וויל דערגיין מיט זײַנע שאלות.

„איך ווייס ניט וואָס דו וועסט טאָן בײַ מיר, נאָר איך וועל געפֿינען אַ פּאָר ספֿרים וואָס איך זוך כּסדר אין בית־מידרש און קען ניט געפֿינען.“

„גוט,“ האָט אַ זאָג געטאָן סעמי, ניט וויסנדיק וואָס פֿאַר אַ ראָלע ער שפּילט אין דעם דײַטלעכן כאָטש אומדראַמאַטישן שמועס. „אפֿשר וועל איך זיך אַרומדרייען אויף דער גאַס.“

„אפֿשר,“ איז מירל מסכּים געווען.

אַזוי זײַנען זיי ווײַטער געגאַנגען אַ צאָל בלאָקן – צען אָדער פֿופֿצן, האָט סעמי זיך שפּעטער ניט געקענט דערמאָנען – ביז מע האָט פֿאַרפּאַמעלעכט די טריט אין אַ באַזונדערש ניט־באַטעמטן בלאָק, וווּ ניט־פּאָזיטיווע פּאַרשוינען דרייען זיך אַרום און כאַפּן אַ בליק אַלע ווײַלע. זיי האָבן זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר איין מעטאַלענער טיר, ווי עפּעס אין קינאָ, אַ צעפּוקלטע מיט אָנצאָליקע קלעפּ און זעצן, ממש אַ חפֿצדיקע זיכּרון פֿון אַלץ וואָס האָט זיך דאָ הי געטראָפֿן. אײַנגעפֿאַסט אין דער טיר איז געווען אַ פֿאַרקאָוועטע פֿענצטער, אײַנגעווירעט מיט מן־הסתּם־עלעקטריפֿיצירטע דראָטעלעך. אויף דער טיר האָט מען געהאַט צוגעקלעפּט אַ שילד מיטן אָנגעפּאַטשקעטן אויפֿשריפֿט: דהע בעל איז בראָקען. רינג האַרדער.

אַ פּאַראַדאָקס, האָט זיך סעמי געטראַכט. אויב דער גלאָק איז קאַליע, וואָס איז דער שׂכל פֿון בכלל געבן אַ דריק דערויף? און אויב עס האָט יאָ אַ שׂכל צו דריקן שטארקער, ווי זשע קען מען זאָגן אַז דער גלאָק איז קאַליע? ער האָט געוואָלט מירלען אָנווײַזן אויפֿן טשיקאַוועס, נאָר מירל האָט געגעבן אַ שטרעק אויס אַ לאַנגע, בלאַסע האַנט פֿאָרויסצוצו, אַרײַנגעשלענגלט דאָס שליסל אין שלאָס, און אויפֿגעצויגן די טיר מיט אַ רושם־מאַכנדיקן סקריפּעניש. דער פֿאָדערשטער קאָרדיאָר פֿון בנין איז געווען אויסגעריכט אין סאַמע גרוי. גרויע פּאָסטקעסטלעך מיט אָפּגעריבענע נעמען. אַפֿילו די לופֿט האָט ווי־ניט־איז אָנגענומען אַ גרוישאַפֿט. פֿון הינטן האָט זיך אַרויסגעהערט דער געמישטער ריח פֿון ניט־אויסגעליידיקטער מיסט מיט פֿאַרפֿוילטע עסנס וואָס מע האָט באַשטעלט פֿון רעסטאָראַנען.

אויף דער וואַנט איז געשטאַנען אַ מעלדונג, אַז „די פּראָבלעם מיט די טאַראַקאַנען וועט מען באַלד באַזײַטיקן.“ קיין ספּעציפֿיש מיטל האָט מען ניט אָנגעגעבן. נאָר סעמי האָט געדאַרפֿט אויף גיך נאָכגיין מירלען, ווײַל זי איז ווײַטער געגאַנגען אָן אַ בליק פֿון הינטן.

זיי זײַנען אַרויף מיט די טרעפּ. די לאָמפּן האָבן זיך געהאַלטן אין איין בליצלען אויף אַן אומהיימלעכן אופֿן, ווי אַ פּרוּוו אָנצוווײַזן אויף דער אַלגעמיינער אָרדענונג פֿון בנין. זיי זײַנען אָבער ניט אַרויף מיט אַזוי פֿיל שטאָק, ווי סעמי האָט זיך פֿאָרגעשטעלט – נאָר צוויי אָדער דרײַ גאָרנס. זי האָט זיך פּלוצעם אַ קער געטאָן רעכטס און אויפֿגעריסן אַ שׂריפֿה־טיר. הינטער יענער טיר, דאַכט זיך, האָט זיך געפֿונען איר דירה.

זיי האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער דיר זאַלבעצווייט. „דו ווייסט,“ האָט זיך אָנגערופֿן מירל אן קיין שהיות, „איך בין ניט אַזאַ מיידל וואָס לאַדט אײַן אַ בחור צו זיך, באַזונדערש ווען נאָך קיינער איז אין שטוב ניטאָ.“

סעמי האָט דערפּירט, ווי דאָס פּנים ווערט אים בלאַס פֿון אַנטוישונג.

„ס´אַ שפּאַס,“ האָט מירל אויסגעשאָסן אין אַ הילכיקן געלעכטער. „קום אַרײַן. מיר וועלן פּשוט ניט בלײַבן אין איין צימער מיט אַ פֿאַרמאַכטער טיר.“

סעמי האָט ניט געוווּסט וואָס ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט צו זען בײַ מירלען אין דער דירה – דאָס טאָג וואָס ער לעבט הײַנט איבער איז געווען איין צונויפֿגעפֿלאָכטענע קנויל נײַע הרגשות – נאָר עס האָט אים געפּלעפֿט צו זען וואָס סע געפֿינט זיך אינעווייניק. בײַ יעדן ישיבֿה־בחור, וואָס האָט זיך ווי ניט איז אײַנגעשאַפֿן אַן אייגענע דירה, איז דער דעקאָר וואָס מע וואָלט געקענט רופֿן „קאַלעדזש נוסח פֿרומקייט.“ פּלאַקאַטן מיט פֿאָטאָס פֿון גדולי־ישׂראל; סי־דיס צעזייט און צעשפּרייט איבערן דיל, איבערן בעט, איבער יעדן פרייען איבערפלאך; צעוואָרפֿענע קליידער, ריינע און שמוציקע פארפּלאָנטערטע. און איבער אַלץ – אַ ריח פֿון אַלטן פֿאַרטיק־באַשטעלטן עסן. געפֿעלט האָט געוויינטלעך די פּאָרנאָגראַפֿיע, נאָר סעמי איז ניט דער טיפּ בחור, וואָס מע ווײַזט אים די ריכטיקע סחורה.

מירלס דירה, ווידער, איז געווען אַ פֿראַסק מסודרדיקע פֿילפֿאַרביקייט. ראשית־חכמה, סעמי האָט ניט געוווּסט פֿאַר וואָס, האָט ער באַמערקט דעם טעפּעך. ער איז געווען אַ פּערסישער, און אין מיטן האָט זיך געפֿונען, בכּבֿודיק און בראַוו, אַן אויסגעשטריקטע גאָלדענע פּאַווע, מיט אַן אויסגעשפּרייטע פֿאָכערוויידל. דער פֿויגל איז געווען טונקל גרין, און זײַנע פֿעדער – שאַטירונגען פּערפּל און ראָז. אַ שרײַיִקע קאָלירן־סכעמע וואָס האָט סעמין מאָדנע באַרויִקט, עלעהיי ער געפֿינט זיך שוין אין די הענט בײַ איינער, וואָס פֿאַרשטייט די וויכטיקייט פֿון עסטעטיק.

דער אימאַזש פֿון דער פּאַווע איז אַרומגערינגלט געוואָרן פֿון אַזאַ מין ליניעדיקן פּוץ, און ווען סעמי האָט זיך אײַנגעקוקט אין דעם דיזײַן, האָט ער אַרויסגעזען די אותיות פֿון גאָר אַ דראָבנער כּתיבֿה. די אותיות זײַנען אָבער ניט געווען קיין ייִדישע, נאָר צוליב זײַן עם־הארצות אין וועלטוויסן האָט ער געמוזט שטיין, ווידער אַ געפּלעפֿטער, און וואַרטן ביז מירל זאָל אים ניט דערקלערן דעם רעטעניש.

מירל האָט באַמערקט ווי סעמי האָט זיך פֿאַרקוקט, אַ דערשטוינטער, אין טעפּעך, און האָט שפּילעוודיק אַ פֿרעג געטאָן: „ווילסט וויסן דעם סוד?“ זי האָט אַוועקגעלייגט דעם פּאַק ספֿרים וואָס זי האָט מיטגעטראָגן מיט זיך, זיך פֿאַרשוווּנדן אין אַ זײַטיקן צימערל, און איז אַרויס מיט אַ גאַנץ אַנדער אָנטועכץ – טאַקע הויזן, שוואַרצע, שמאָל געסטײַלט (ווי מע האָט זיי באַצייכנט אויף די רבנישע פּאַשקעווילן), און אַ שוואַרצע בלוזקע. איר טיכל (וואָס זי טראָגט אין דרויסן, האט זי איין מאָל דרך־אַגבֿדיק אַ זאָג געטאָן, „צו שפּאָרן יענעמס יצר־הרע“) האָט זי דאַכט זיך איבערגעלאָזט אין יענעם חדרל. אירע שיך זײַנען אויך געווען שמאָלע, מיט דינע רימענדלעך. סעמין האָט אײַנגעפֿאַלן אַז ער וואָלט זיי כּשר־ויושר געקענט רופֿן סעקסי, ווען ניט די קאָגניטיווע דיסאָנאַנץ.

„אַוודאי וויל איך וויסן דעם גרויסן סוד פֿון טעפּעך.“ האָט סעמי מיטגעחכמהט. „תּלמדנו רבינו.“

„אַ שאָד וואָס כ´מוז זיך אַנטוישן, נאָר ניטאָ אַזאַ סוד. אַ שיינער טעפּעך, האַ?“ אירע אויגן האָבט זיך צעפֿינקלט.

„סתּם אַ פּאַווע? כ´גלייב דיך ניט. עפּעס האָט מען אין דעם אַרײַנגעלייגט אַ היפּש ביסל כּוח און מוח. ס´איז אַ טעפּעך וואָס האָט אַן אייגנאַרטיקע כּוח אַזאַ.“

בשעת ער האָט גערעדט האָט מירל גענומען אַ פֿלאַש מינעראַלן־וואַסער פֿון אַ מיני־פֿרידזשידער וואָס איז געשטאַנען אויף אַ זײַט. זי האָט שוין געהאַלטן צוויי פּלאַסטישע טעפּלעך, און איינס האָט זי אים אָנגעבאָטן. בשעת ער האָט געטרונקען האָט זי אים באַקוקט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, ווי מע פּרוּווט בײַ אַ בייביסיטער אָדער להבֿדיל אַ הושענה דערגיין די אינערלעכע פֿעלערן וואָס וועלן זיך באַווײַזן ערשט אין יאָרן אַרום.

„כ´דאַרף דיר זאָגן דעם אמת. ס´איז יאָ ניט סתּם אַ פּאַווע. עס ליגט הינטער דעם אַ מעשׂה.“ דאַכט זיך, אַז מירל האָט מיט אַ כּיוון ניט אָנגעקוקט סעמין גלײַך אין די אויגן אַרײַן – צי צוליב צניעות צי צוליב וואָסער ניט איז אַנדער סיבה האָט ער ניט געוווּסט. „קענסט מיר דערציילן אין וואָס עס גייט?“ האָט אַ פֿרעג געטאָן סעמי. „יאָ, זיכער. לאָמיר קודם־כּל רעדן אַ ביסל אין לערנען און זען וואָס דו קענסט.“

סעמי האָט זיך אויף דעם ניט געריכט, נאָר ער איז אַלע מאָל אַ בעלן אויף אַ שטיקל תּורה. האָבן זיי אַרומגעשמועסט אַ פּאָר שווערע תּוספֿותן. מירלס חריפֿות האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם, און סעמי האָט זיך ווידער געמוזט צוריקהאַלטן פֿון די אַלע נאַרישע שאלות, וואָס עס שטעלן אומוויסיקע פֿראַגעס בײַ פֿרויען וואָס קענען לערנען. נאָר ער האָט זיך עפּעס ניט געקענט אָפּרופֿן פֿון פֿענאָמען. און ניט סתּם אַ פֿענאָמען. סעמי האָט באַמערקט (ניט צום ערשטן מאָל אין שײַכות צום דאָזיקן מיידל) אַז איר אומפֿאָרמעלער אויפֿפֿיר האָט פֿאַרשטעלט אַן אײַזערנע ערנצקייט מכּוח אירע באַציִונגען צו די וויכטיקסטע ענינים פֿון לעבן.

מירל האָט זיך ווידער באַוויזן און זיך אַוועקגעזעצט אויף דער סאָפֿע מיט אַ גרויסן ספֿר, אַזוי גרויס ווי אַ ש"ס, וואָס זי האָט אַוועקגעלייגט אויף אַ דורכזיכטיקן טישל. זיי זײַנען ביידע געזעסן אויף דער סאָפֿע, ניט אָן אַ געוויסער אומגעלומפּערטקייט. כאָטש סעמי האָט אַוודאי פֿריִער אין זײַן קורץ לעבן געהאַט געלערנט מיט מיידלעך, איז אין יעדן פֿאַרגאַנגענעם פֿאַל געווען קלאָר ווי דער טאָג, ווער קליגער איז, ווער קען לערנען בעסער. אין דעם פֿאַל איז אים ניט געווען קלאָר, צי לשיטות מירל איז ער בכּוח צו לערנען תּורה בכלל, צי ער איז גאָר געווען נעבעך אַ טפֿלדיקע נאָכמאַכונג פֿון אַן אמתן ישיבֿה־בחור, ווי אַ סך גאָר פֿרומע ייִדן האַלטן, ער ווייסט אויף זיכער.

סעמי האָט דעם ספֿר ניט דערקענט. האָט ער געפֿרעגט מירלען, וואָס זיי וועלן לערנען. „ס´איז אַ חסידישער ספֿר,“ האָט זיך מירל אָפּגערופֿן.

„וואָס עפּעס חסידות?“ האָט אַ פֿרעג געטאָן סעמי. ער האָט זיך געפֿילט באַליידיקט אויף אַן אומקלאָרן אופֿן, ווי איינער וואָס פֿאַרשטייט ניט אין וואָס עס באַשטייט דער באַליידיקונג. חסידות איז דאָך ניט דאָס זעטיקסטע פֿלייש פֿאַר אַן אמתן לערנער, אַפֿילו די חסידישע בחורים וואָס ער קען פֿון ר´ דודס ישיבֿה פֿאַרשטייען דאָס. אָבער ס´איז דאָך ניט זײַן אַרבעט צו קריטיקירן יעמעס סדר־לימוד, באַזונדערש אַ חסידה. ער האָט געמאַכט אַ בולבע, און עס האָט זיך אים פּלוצעם פֿאַרוואָלט, אַז אַ גרויסע גרוב זאָל זיך אויפֿעפֿענען אין דער ערד און אים אײַנשלינגען, ער זאָל זיך מער ניט פֿאַררעדן.

„איך ווייס באמת ניט פֿאַר וואָס,“ האָט מירל געענטפֿערט אַ פֿאַרטראַכטע. „ס´איז שוין פֿיל יאָרן וואָס כ´גיב זיך אָפּ כּמעט אין גאַנצן מיט גמרא. און באַלד ווי עס דאַכט זיך מיר, אַז כ´האָב געפֿונען עפּעס אַן אָנהאַלט, גליטש איך גראָד דעמאָלט ווידער אַראָפּ אין אַ וועלט וואָס דערקענט ניט אַז איך בין ניט איינע פֿון די קלוגע ייִדענעס וואָס ווילן זיך אַרויפֿאַרבעטן אין דער גוייִשער וועלט און מצליח זײַן לויט זייערע השׂגות. איך וויל זיך שאַפֿן אַ גמרא־קאָפּ. נאָר אַ מאָל בײַט זיך אין גאַנצן איבער מײַן צוגאַנג, עס קלאַפּט עפּעס ניט דאָס לייעניש, און ס´ווילט זיך אַרײַנוואָרפֿן אין עפּעס וואָס שמעקט מיט היימישע שיִעורים, און רביים וואָס קענען אַ ייִדיש האַרץ פּונקט אַזוי גוט ווי תּוספֿות אויפֿן ערשטן דף ברכות.“

עס האָט סעמין פּלוצעם אַ בליץ געטאָן אין קאָפּ, דאָס זעלבע געפֿיל וואָס ער דערשפּירט, ווען ער כאַפּט אויף עפּעס אַ שווערן געדאַנק. אין דעם פֿאַל איז דאָס אָבער ניט קיין געדאַנק, נאָר גיכער אַן עמאָציע. סעמי האָט פֿריִער ניט געוווּסט אַז מע מעג זיך אפגעבן א חשבון וועגן אַן עמאָציע. און דער חוש איז געווען אַזאַ: דאָס דאָזיקע מיידל שאַפֿט אים אינטערעס. דאָס איז אַנדערש פֿון דער גופֿים־צוצי וואָס האָט זיך אים אים אָנגעצונדן ווען ער האָט זי געזען דאָס ערשטע מאָל. ס´איז געווען קלאָר, אַז דעם מיידלס שׂכל קען אים דערלאַנגען עפּעס, וואָס פֿעלט אים אַליין, נאָר כּדי דאָס צו דערגיין דאַרף ער זיך גוט באַקענען מיט איר. נאָר על־פּי הלכה, דאַכט זיך, און קיין מורה־היתּר איז זי ניט, ווײַזט אויס.
זי האָט שוין געהאַט, דאַכט זיך, אויפֿגעהויבן די אויגן צו זײַן פּנים. „איז לאָמיר – אָנהייבן?“

„גוט,“ האָט ער אײַנגעשטימט, ניט־וויסנדיק, וואָס פֿאַר א תּורה מע וועט לערנען פֿון אַזאַ מין ספֿר. נאָר ער איז בפֿירוש אַ בעלן צו פּרוּוון, אַבי עס דערלאַנגט אים מער צײַט צו (פּרוּוון) פֿאַרשטיין וואָס טוט זיך בײַ יענעם מיידל אין האַרצן, לאַוו־דווקא אַקעגן אים, דאָס איז ניט זײַן כּיוון, נאָר וועגן איר אינערלעכן תּוכן. אין וואָס באַשטייט איר כּוח, וואָס מאַכט באמת אַ רושם אויף אַלץ און אַלעם וואָס זי רירט אָן.

מע האָט אַדורכגעלאָזט די הקדמה – „מיר וועלן דאָס דעקן שפּעטער,“ האָט מירל מיט אַ סימפּאַטישער גלײַכגילטיקייט אויסגערופֿן – און זיך גלײַך אַ נעם געטאָן צום ערשטן פּרק. אין דאָזיקן פּרק איז געגאַנגען די רייד וועגן דער ראָלע פֿון רבין – ניט נאָר ייִראת־שמים און אַלע אַנדערע גוטע מידות, פֿאַרשטייט זיך. דאָס זײַנען די מידות פֿון סתּם אַ צדיק (כאָטש מע באַצייכנט טאַקע די רביים מיט יענעם טיטל, צדיק, האַלט מען אין דעם ספֿר אַז ס´איז פֿאַראַן אַ בולטער אונטערשייד צווישן די צוויי). נאָך דעם אָבער, וואָס מע האָט אויסגערעכנט די אַלע מידות וואָס זײַנען פּאַסיק פֿאַרן רבין, האָט זיך זיי ביידן געוואָרפֿן אין די אויגן אַ פּיקאַנטער טיטל. אין אַ פּערלדיקן כּתבֿ, וואָס האָט געשמעקט מיט גאָר אַלטע שיטות פֿון קראָקעווער צי ווילנער קלויזן. מיט די דאָזיקע ווערטער: „צדיק שלא חפץ בחסידים.“ דאָס הייסט, אַ צדיק, אַ רבי, וואָס וויל ניט קיין חסידים.

„דאָס איז אינטערעסאַנט,“ האָט סעמי אַ זאָג געטאָן. „נאָר וואָס איז די שײַכות צו דיר? פֿאַר וואָס האָט זיך דיר געגלוסט דאָס צו לערנען?“

„איך בין פּערזענלעך אינטערעסירט אין דעם ענין,“ האָט זיך אָפּגערופֿן מירל מיט אַ האַלב־אײַנגעהאַלטענעם שמייכל. „ס´איז דאָ ווער וואָס כ´וואָלט געוואָלט וויסן, צי ער וויל זײַן אַ רבי.“

„ווער קען דאָס זײַן?“ האָט זיך געפֿרעגט סעמי, און תּיכּף באַדאַנקט דעם אייבערשטן, אַז קיין חסיד איז ער ניט געבוירן אָדער געוואָרן. ער לערנט ניט בײַ קיינעם ניט, וואָס האָט חשק אויף רבישאַפֿט.

„לאָמיר פּשוט זאָגן, אַז ס´איז דאָ עמעצער וואָס כ´האַלט שטאַרק פֿון זײַן תּורה. קיין חסיד איז ער ניט. נאָר כ´לויף אַלע ווײַלע צו אים נאָך אַן עצה. ווי צו אַן אמתן רבין.“

„צי ווייסט דער רבֿ דײַנער, אַז דו האַלטסט אים פֿאַר אַ רבין?"

„דו וואָלטסט געדאַרפֿט וויסן, היות דו לערנסט מיט אים געוויינטלעך.“ געווען אַן אָנצוהערעניש, הייסט עס, אַז סעמי ווייסט פֿון וועמען זי רעדט. נאָר בײַ זײַן לעבן קען ער זיך ניט דערמאָנען. אירע אויגן האָבן אים געחנדלט. בחייכון ווייסט ער ניט!

פּלוצעם האָט אים אין קאָפּ אַ בליץ געטאָן. ער וואָלט זיך געמעגט אַליין אויספּאַטשן. דאָס הייסט, אַז מירל פֿאַררעכנט ר´ דודן פֿאַר איר רבין! אוי, איז ער אַ גרויסער אידיאָט, וואָס דאָס איז אים פֿריִער ניט אײַנגעפֿאַלן. ס´איז אַזוי פּשוט. און . . . ווײַטער האָט ער זיך צערעדט צו מירל פּנים־אל־פּנים, שוין אַוועקגעלייגט דעם ספֿר אין אַ זײַט. (דער ספֿר קען זײַן אַן אינטערעסאַנטער, נאָר מילא.) „הייסט עס, אַז דו ביסט אַ חסידה פֿון ר´ דוד?“

„יאָ, כ´שטאָלציר זיך מיט דעם.“

„צי ווייסט ער, אַז דו ביסט זײַנס אַ חסידה?“

„וואָס דאַרף ער וויסן?“ האָט זי צוריקגעשאָסן. „כ´האָב אים שוין געהאַט געזאָגט, אַז כ´שאַץ גאָר שטאַרק זײַן השפּעה אויף זײַן לעבן, און באַזונדערש דאָס, אַז ער האָט זיך אָנגענומען מײַן קריוודע פֿאַר מײַן טאַטן, וואָס גלייבט נאָך אַלץ ניט אַז אַ פֿרוי קען האָבן חשק צו לערנען.“

סעמי האָט ניט געקענט אידענטיפֿיצירן וואָס פֿאַר אַ געפֿיל האָט אים גראָד איצט אָנגעוואָרפֿן מירלס רייד. ער האָט באמת ניט געקענט לייגן זײַן פֿינגער דערויף, ווען פּלוצעם איז אים אײַנגעפֿאַלן: קינאה! ער איז מקנא מירלען פֿאַר אַזאַ נאָענטע באַציִונג מיט ר´ דודן. נאַריש, אַז אַזאַ תּורהדיקע באַציונג קען אַרויסרופֿן אַזאַ נעגאַטיווע עמאָציע.

סעמי האָט געדאַרפֿט לאָזן די נײַע ידיעה זיך אײַנזאַפּן אין שׂכל. דערווײַלע האָבן זיי זאַלבעצווייט געלערנט ווי מע וואָלט פֿריִער ניט געהאַט גערעדט – לשון־הרע? – אויף זייערן אַ בשותּפֿותדיקן רבֿ (אָדער – רבי?).

Friday, April 3, 2009

אָניאָגן מירלען

סעמי האָט געהאַט גענומען דאָס קאַרטל פֿון די צוויי מאָדנע ייִדן, צוגעזאָגט אַז ער וועט זיך מיט זיי באַלד שטעלן אין קאָנטאַקט. ער האָט נאָך אַלץ ניט געקענט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס מע וויל איצט לייגן דעם טראָפּ אויף קירובֿ, און פֿאַר וואָס ער וואָלט געווען דער ייִד וואָס זאָל דאָס אַדורכפֿירן. עפּעס האָט דאָס אַלץ אים אויסגעזען ניט־גלאַטיק, נאָר ער האָט ניט געקענט דערגיין פּונקט וואָס.

ער איז אַרויס אויף דער גאַס. כאָטש ס´איז שוין געווען טונקען, היפּש שפּעטער ווי ער האָט געהאַט פּלאַנירט צו זײַן אויף דער דאָזיקער עקסקורסיע, האָט ער באַשלאָסן אַז ער וועט ניט צוריק אַהיים אָן זיך צוצוצילעווען צו מירל האַלבערשטאַם.

האָסטו זיך נאָך אַ מאָל פֿאַרקאָכט אין אַ מיידל, אָדער אַ בחור? האָסט זיך אַ מאָל געפֿילט ווי די גאַנצע סבֿיבֿה רעדט צו דיר מיט איין קול, אויף איין לשון? אַפֿילו די מיאוסטע באַשעפֿענישן וואָס מע באַגעגנט אויף דער גאַס דערמאָנען אינעם ליכטיקן, טײַערן סדר־עולם וואָס האָט אַרויסגעלאָזט יענע פֿאַנטאַזיע. אַ וועלט וואָס רעכנט אַרײַן אַזאַ אין־סופֿיקע מאָס שיינקייט מוז דאָך אָנהאַלטן דעם בילאַנץ מיט אַ גלײַכער מאָס מיאוסקייט. נאָר דער אייבערשטער, וואָס אַז ער וויל, קען מאַכן שיסן אַ בעזעם. אויב דו ביסט אַזאַ מענטש וואָס האָט אַ טבֿע צו פֿאַרטראַכטן זיך אין די גרויסאַרטיקע פֿענאָמענען פֿון אוניווערס, פֿון פֿיזישן געזעץ, וועט דיר אײַנפֿאַלן – ווי וווּנדערלעך צופֿעליק איז דאָס, וואָס די גאַנצע סיסטעם פֿון אַלע אַטאָמען און פּלאַנעטן האָט דערפֿירט צו יענער, אָדער יענעם.

דאָס איז ניט קיין ווילדע ראָמאַניסטישע מעדיאַציע. דאָס איז דאָס עצם לעבן. דאָס איז הרבֿ סאָלאָווייטשיקס „דער מענטש פֿון הלכה“, נוסח ליבשאַפֿט.

בײַ סעמין האָט זיך נאָך געהאַלטן גאָר ווײַט פֿון אַזאַ מין משוגעת־לדבֿר־אחד, נאָר די סימנים האָבן זיך שוין געהאַט אַרויסגעוויזן. זײַן טבֿע איז שוין געווען פֿון פֿריִער צוגעגרייט פֿאַר אַזעלכע געגועים. אַנדערע פֿון זײַן מין – לערנער, הייסט עס – האָבן אַ גרעסערע מאָס זיצפֿלייש, קענען זיך פֿאַרנעמען מיט די ספֿרים. אַפֿילו ניט־לערנענדיקערהייט כאַפּן זיי דאָס אויסזען, עלעהיי זיי לערנען זיך. עס גייט אין אָנהאַלטן די ריכטיקע מינע, אַ פֿאַרטראַכטע, אַן אויסגערייניקטע פֿון מחשבֿות־זרות. אַז מע שטעלט זיך אויף און נעמט זיך אַ טעפּל קאַווע פֿון צווייטן עק זאַל, דאַרף דאַכטן די אַנדערע תּלמידים אַז ער איז נאָך פֿאַרטיפֿט אין דער סוגיא.
אַז עס פּרוּווט מיט דיר פֿאַרפֿירן אַ שמועס אַ בחור, וואָס דו ביסט ניט קיין בעלן צו רעדן מיט אים, מוז מען מאַכן „ע־ע־ע“ און „נו־נו“, כּאילו מע דאַוונט. און מע דאַרף אָנווײַזן אויפֿן ש"ס מיט אַ טײַטלענדיקן פֿינגער.

סעמי איז אַלע מאָל געווען אַנדערש. ער האָט פּשוט ניט געקענט אײַנזיצן, און דאָס איז אַ טבֿע וואָס ער האָט שוין פֿון לאַנג. ער טענהט ניט נאָר מיט זײַן חבֿרותא נאָר אויך מיט דער וואַנט און מיט יעדן וואָס האָט דעם שלימזל פֿון אַדורכגיין זיך אין בית־מדרש בשעת סעמי פּרוּווט אויסטענהן אַ סוגיא. אַפֿילו ווען ער האָט ניט וווּהין צו גיין איז ער אַ גייער. מע וואָלט געקעננט זאָגן אויף אים, אַז ער איז די סאַמע פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם אייביקן, וואַנדערנדיקן ייִד, מיט דער טאָרבע אויף די פּלייצעס און דעם וואַנדערשטעקן אין דער האַנט, כּסדר אין וועג צו אַ נײַעם גלות, וווּ די אויגן טראָגן, וווּ נאַטשאַלסטווע אָדער מלכות לאָזט. אויב אַזוי איז גאַנץ מאָדנע, וואָס סעמי האָט זיך ניט געפֿילט ווי קיין פֿאַרוואָגלטער. אויפֿגעהאָדעוועט זיך האָט ער ניט אין סיבירער פֿאַרשיקונג, ניט אין ציונדיקער בענקשאַפֿט, נאָר אין דער זיכערקייט און גשמיותדיקן בטחון פֿון אַמעריקאַנער פֿירשטאָטערײַ. פֿון קינדווײַז אָן האָט מען מיט אים אײַנגעחזרט אַז קיין שלעסער טאָר מען ניט בויען אין הימל, ווײַל (מע ציט ווײַטער דעם מעטאַפֿאָר) זיי קערן אײַנפֿאַלן און חלילה אונטערקראַכן בײַ פֿאַרבײַגייער אין קאָפּ אַרײַן. בײַ דער גאָר פֿרומער קהילה האָט ער געפֿונען וועמען וואָס האָט זיך ניט געשעמט מיט קיין קנאָיִשקייט, וואָס האָט זיכער אַרײַנגעטראָטן אין אַן אייגן־אויסגעמאָלטער וועלט.

עס האָט אים גענומען אַ פּאָר יאָר צו קומען צו זיך נאָכן ערשטן פֿונדאַמענטאַליסטישן שאָק, אײַנצוזען אַז ער איז ניט אַזאַ ייִד. אין מאָדערן־אָרטאָדאָקסטישער ישיבֿה, האָט זיך אים געדאַכט, האָט ער סוף־כּל־סוף געפֿונען דאָס אָרט.

גייענדיקערהייט אויף די גאָר פֿרומע גאַסן האָט מען אָבער קיין צײַט ניט אויף זיכרונות פֿון די קינדער־יאָרן און געדעכענישן וועגן זײַנע רעליגיעזע אַנטוויקלונגען. ס´איז געווען, ווי געזאָגט, אין אַ זונטיק אויף דער נאַכט, און כאָטש עס האָבן זיך שוין אײַנגעשרומפּן די ריזלדיקע שטראָמען קונים, וואָס האָבן זיך געלאָזט אַהער אין די פֿרימאָרגנדיקע שעהען נאָך כּלערליי סחורה (פּיצע, פֿאַלאַפֿעל־און־שואַרמאַ, בייבי־קליידער, שייטלען, טייפּס, און וואָס ניט?), האָבן זיך נאָך געפֿונען אויף די באַביימערטע גאַסן משפּחות מיט קינדער, ייִשיבֿה־בחורים, אַלטע טויבע ייִדן מיט וואַקלנדיקע טריט, און צענערלינגען, מיידלעך וואָס האָבן זיך ווי ניט איז אַרויסגעדרייט פֿון די משפּחהדיקע אויגן און לאַפּעס, און געלאָזט זיך אויף די היימישע וועגן צו זען וואָס מע קען זען.

אוי וויי. פֿאַר וואָס מאַכט חוזק פֿון אים דער אייבערשטער? פֿאַר וואָס שפּילט מען זיך מיט אים דאָרט אויבן ווי אַ קעצל מיט אַ מײַזל אין עפּעס אַ מין חסידישער מעשׂה וועגן הכּובֿש את יצרו? נאָר אין דער דאָזיקער, איצטיקער, פֿאַרדרייטער וועלט, וווּ ער דאַרף וווינען בלית־ברירה, וואָלט אַזוינס געטראָפֿן. וואָס „אַזוינס“? גיט כאָטש אַ קוק און זעט וואָס סעמי האָן דערבליקט, זיך ווילגנדיק אויפֿן גאַס צו זײַנע ניט־גלייבנדיקע אויגן? יאָ, באמת – יעדער קענער פֿון קלאַסישן ייִדישן נאַראַטיוו ווייסט פֿאַר וואָס עס האָט זיך אים געוואָרפֿן גלײַך אין די אויגן אַרײַן דער בלאַסער־ליכטיקער געשטאַלט פֿון מירל.

קען זײַן, אַז מע וועט ניט גלײבן אַז סעמי האָט זיך גלאַט על־פּי צופֿאַל אַרײַנגעפֿאָרן טאַקע אין יענעם מיידל, וואָס ער איז אַרויס קיין ברוקלין כּדי צו זוכן. אַפֿילו צו איר אַהיים איז ער ניט געגאַנגען זוכן. איז ווי אַזוי איז זי אַזוי אונטערגעקומען, פּונקט ווי אַן אָרעמאַן פּאָיאַוועט זיך פֿאַר אַ צדיק אין וועג, ווידער אין איינעם פֿון יענע מעשׂיות?

איז אַזוי. מירלען איז נימאס געוואָרן איר גאַנצע סבֿיבֿה. דערפֿאַר איז זי תּחילת געגאַנגען זיצן בײַ אַ רבֿ, אַ גאָר פֿרומער נאָר אין אַנדערע אַספּעקטן אַ ליבעראַלער (בפֿרט אין הילכות נשים), וואָס האָט דווקא געלערנט מיט פֿרויען דעם גאַנצן דרך־הלימוד וואָס מע געפֿינט בײַ ישיבֿה. אין דער וועסט־סײַד, ליבעראַלער סבֿיבֿה וואָלט ניט געווען קיין חידוש – נאָר דאָ? פֿאַר וואָס? פֿאַר וואָס האָט זיך דער רבֿ אַזוי אײַנגעשטעלט?

זי האָט אים אַ מאָל געפֿרעגט, און דער ענטפֿער איז געווען, אַז אים זײַנען שוין נימאס די בחורים. „זיי האָבן אַלע די זעלבע שאלות,“ האָט דער רבֿ געזאָגט. „זיי לייענען אַלע די זעלבע ספֿרים ווײַל זיי לערנען זיך אין די זעלבע ישיבֿות און נאָך דעם קומען זיי צו מיר נאָך אַ ביסל טוטאָרינג, אויב זיי דאַרפֿן. די מיידלעך וואָס לערנען זיך בײַ מיר האָבן אַלע אַנדערע איבערלעבונגען. זיי זײַנען ניט פֿון זעלבן טייג געקנאָטן. געקנאָטן זײַנען זיי ניט, בדרך־כּלל, ווײַל קיינער האָט זיך ניט באַמיט זיי צו קנעטן.“

זיי זײַנען גוואַלדיק גוט אויסגעקומען צוזאַמען ווי אַ חבֿרותא, נאָר דער רבֿ, אַן אַלמן, האָט גענומען וואַרפֿן אייגעלעך אויף זײַן תּלמידה. זי האָט געזען, ווי ער האָט מורא פֿאַר זיך אַליין. נאָך דעם ווי ער זאָגט זיך צו איר אַרויס, מיט אַ שאָדלאָזער באַמערקונג וועגן איר הײַנטיקן אויסזען אָדער איר צופֿרידענער מינע (איר פּנים איז אַלע מאָל געווען אַ צעשמייכלטס בשעת זי האָט געלערנט תּורה), האָט ער אויף גיך פֿאַרקרימט דאָס פּנים, און דערנאָך אַ לויף טאָן גלײַך אַוועק אין וואַשצימער, וווּ ער האָט זיך באַהאַלטן פֿעליקע דרײַ־פֿערטל שעה, ביז מירל (זיך שלײַכנדיק לעבן דער טיר פֿון מענער־צימער אין בית־המידרש, מע זאָל זי חלילה ניט זען) האָט צו אים אַרײַנגעשריגן:

„רבי, קומט אַרויס! אַלץ איז גוט! אַלץ איז גוט!" זי האָט כּמעט ווי צעוויינט זיך, אַזוי נערוועז איז זי געווען צוליבן געדאַנק, אַז זי האָט אויף וואָסער ניט איז אופֿן געבראַכט דעם רבֿ, דעם גאון און צדיק, צו הורהורים נאָך איר. פֿון יענער זײַט טיר האָט זיך דערהערט נאָר אַ פֿאַרדומפּענעם מורמלעניש. עפּעס אַ טומל האָט זיך געהערט אין זאַל פֿון בית־מדרש; דאַכט זיך, אַז אַ חבֿרה יונגע־לײַט איז געקומען זוכן זייער רבין. ער האָט קיינעם ניט געזאָגט אַז מיט איר לערנט ער זיך?

אין יענעם טאָג איז מירל אַרויס פֿון יענער פֿאַרדרייטער סיטואַציע. אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי האָט געמאַכט אַן אָנשטעל פֿאַר טאַטע־מאַמע אַז זי לערנט ניט. ניט וואָס זי האָט מורא פֿאַר די מאַכינאַציעס וואָס מע וואָלט איר געקענט לייגן אין וועג ווי שטרויכלשטיינער. זי האָט זיך באַהאַלטן אין צימער און געלערנט ביז אין ווײַסער נאַכט אַרײַן. און ווען טאַטע־מאַמע האָבן איר גענומען רעדן שידוכים, זײַנען איר אָנגעשטאַנען נאָר די בחורים די שאַרפֿע קעפּ, וואָס האָבן אַוועקגעמאַכט די נײַסטע ספֿרים און די הייסטע רבנים ווײַל זיי זײַנען, ווייסט יעדער, אַלע נאַראָנים, פֿאַרריסענע סמאַרקעס. ווען די בחורים האָבן מיט איר אויפֿגעהערט רעדן אין לערנען און זײַנען אַריבער אויף די טעמע תּנאָים, האָט זי אין מיטן דערינען פֿאַרלוירן דעם אינטערעס. ניט צוליב דעם וואָס זי וויל ניט קיין מאַן – קיין לעזביאַנקע איז זי ניט – נאָר קיין מאַן פֿון דען מין וויל זי ניט. אַפֿילו די גרויסער לערנערס האָבן איר עפּעס ניט געשמעקט.

דאָרטן אין גאַס, אין האַרמידער פֿון אײַנקויפֿנדיקע היימישע ייִדן, זײַנען זיי געשטאַנען זאַלבעצווייט, און געשמועסט אויף אַזאַ געשמאַקן אופֿן, אַז סעמי האָט געמעגט שווערן אַז די פֿייגל – וואָס מע באַמערקט ניט אין יענעם געגנט – זינגען שירה אין די ביימער. און אַז אַ הילכער־וואַגאָן פֿאָרט זיך אַדורך אויף דער גאַס און טראַנסמיטירט הויך, יעדער ווינקל זאָל דערפֿון צעקלונגען ווערן, לויבגעזאַנגען וועגן מירל און איר האָפֿערדיקע אומאָפּהענגיקייט. דאָס אַלץ קען אויסזען מאָדנע, אַפֿילו לעכערלעך, נאָר אָט איז עס. ער איז געפֿאַנגען פֿון די ראַיות פֿון די אייגענע חושים.

שמועסנדיק דאָרט אויף דער גאַס אַזוי געשמאַק, האָט מירל אַנטדעקט די קוויטשיקייט פֿון איר קול ווי אַזאַ מין דין־דינער מכשיר וואָס קען צעשנײַדן אַ בריליאַנט און קען זיך אַליין שלײַפֿן נאָר אין אַ געטאָקטן שטאַנג שטאָל.

צווישן די פֿאַרבײַגייערס אויף דער עוועניו איז געשטאַנען מירל ווי אַ וויזיע אין אַ שוואַרץ־אויף־ווײַסן שטילן פֿילם, בשעת אַ פֿאַרשטעלטער פּיאַניסט באַמיט זיך צוצופּאַסן, אויף טראַף, זײַנע טענער צו די עקראַנישע באַוועגונגען. סעמי האָט צו זיך אַליין, אין אייגענעם דמיון, געריבן די אויגן עלעהיי מע פּרוּווט דערגיין, צי אַ עפּעס איז אַ חלום צי וואָר.

סעמי האָט נאָך אַלץ געוואָלט פֿאַרפּינקטלעכן, אין וואָס ס´איז געגאַנגען איר פֿאַרבינדונג צו ר´ דודן. „ווי אַזוי האָסט זיך געפֿונען אין יענעם בית־מידרש, וווּ איך בין געווען? ס´איז מיר געווען אַ גרויסער חידוש דאָרט צו זען אַזאַ מיידל ווי דו.“

דאַכט זיך, אַז מירלען איז ניט אַזוי ניחא די דאָזיקע באַשרײַבונג. זי האָט פֿאַרקרימט דאָס פּנים און געזאָגט, ברוגזלעך, „וואָס איז, איך האָב אויף דער וועלט קיין אָרט ניט? אויף די דאָזיקע גאסן, וווּ כ´וואָלט באמת ניט געוואָלט מע זאָל מיך כאַפּן רעדן מיט דיר, בין איך מער ניט קיין היימישער, און דאָרטן, בײַ אײַך, בײַ די מאָדערנע, חידושט מען זיך אַז אַ היימישע פֿרוי ווי איך באַווײַזט זיך אין בית־מידרש. וואָס טוט מען?“

סעמי האָט זיך געפּרוּווט פֿאַרענטפֿערן, נאָר מירל האָט אַוועקגעמאַכט זײַן פּרוּוו. „גאָרניט. נאָך גענוג צײַט זיך מוטשען מיט מענטשן וואָס פֿאַרשטייען ניט, גייט שוין ניט אָן בכלל וואָס יענער מיינט און וואָס יענער טוט. קען זײַן, אַז יענער איז גאָר דער שׂונא.“

וואָס מער מירל האָט גערעדט, אַלץ שטאַרקער איז געוואָרן איר פֿריִער באַשיידן און נידעריק קול, ביז זי האָט כּמעט געשפּיִגן פֿײַער מיט די לעצטע ווערטער. פֿריִער האָט זי אַראָפּגעבויגם דעם קאָפּ, כּלומרשט צניעותדיק – איצט האָט זי זיך שוין אויסגעגלײַכט און אויסגעקוקט ווי אַן אינעווייניקסטער פֿונק האָט באַלעבט יעדן זאָג אירן.

סעם איז געווען נײַגעריק צו וויסן. „איז – דו האָסט זיך סוף־כּל־סוף דערשלאָגן צו ר´ דודן. ווי אַזוי איז דאָס געשען? ווי אַזוי האָסטו זיך דערווּוסט, אַז אַזאַ מאָדערנער איז פֿאַר דיר?“

דאַכט זיך, אַז סעמי האָט זיך שוין ווידער פֿאַררעדט מיט פּונקט דער פֿאַלשער זאַך. מירל האָט זיך ווידער, נאָר דאָס מאָל אפֿשר כּלומרשט, און פֿרײַנדלעך, זיך אָנגעבייזערט אויף אים. „ווידער פֿאַרשטייסטו ניט, אַז די וועלט קען מען ניט אַזוי ריין און שיין צעטיילן צווישן דײַן וועלט און מײַן וועלט. מיר זײַנען דאָך אַלע ייִד! ישראל ואורײַתא חד הוא! מיר האָבן דאָך איין תּורה! ווי אַזוי קען מען ניט הערן פֿון אַ גרויסן תּלמיד־חכם פֿון ר´ דוד! כ´בין אַפֿילו געווען אַ פּאָר מאָל אויף זײַנע שיִעורים, כאָטש געזאָגט האָב איך אַוודאי טאַטע־מאַמע אַז כ´גיי אַרויסהעלפֿן אויף תּומכי שבת.“

„יאָ, נאָר געוויינטלעך גייט ניט אַ גאָר פֿרום מיידל זיך צו זען פּנים־אל־פּנים מיט אַ רבֿ.“

„איז אפֿשר זאָלסט איבערטראַכטן דײַנע אָננעמענישן,“ האָט זי אָפּגעכאַפּט, און אַוועקגעשפּאַנט אַ ברוגזע. סעמי האָט ניט געוווּסט וואָס צו טאָן, איז ער זי נאָכגעגאַנגען. זײַנען זיי געגאַנגען און געגאַנגען גאַס־אויס און גאַס־אײַן. ס´איז שוין געווען רעכט טונקל. די קליינע פֿרומע הײַזער האָבן אָפּגעטראָטן דעם לאַנדשאַפֿט שמוציקע גאַראַזשן מיט האַלב־צענומענע אויטאָס וואָס וואַלגערן זיך אין סאַזשלקעס מאָטאָראייל, ווי גוססדיקע קערפּער אויפֿן אָפּעריר־טיש אונטערן סקאַלפּעל. די אויפֿשריפֿטן האָבן אָבער און ווידער געביטן זייערע לשונות – פֿון ענגליש אויף ייִדיש אויף ייִדיש־מיט־לשון־קודש און צוריק, דערנאָך אויף די שפּיניקע סימנים פֿון כינעזיש, וואָס יעדער אות איז אַ מחשבֿה, ווידער צוריק צו די לאַטײַנישע אותיות פֿון וויעטנאַמעזיש, וואָס יענץ פֿאָלק פֿלעג אויך שרײַבן אויף מחשבֿה־שריפֿט ביז די אימפּעריעס האָבן דערפֿון געמאַכט אַ תּל, אָדער פּשוט אַלץ פֿאַרדרייט מיט די כאַפּערישע לאַפּעס זייערע.

כּסדר, בשעת זייער פֿאַרגיכערטן, אומגעריכטן חבֿרותא־שפּאַציר (אָדער, גיכער, געלויף, ווײַל זיי האָבן זיך גאַנץ געשווינד גערירט, אָדער צוליב מירלס אומגעדולד אָדער צוליב איר נערוועזקייט, מע זאָל זי כאַפּן זאַלבעצווייט מיט אַ בחור), האָבן זיך געוואָרפֿן אין די אויגן די ווײַסע חבֿרה – רעשיקע כאָפּטעס קינדער, פֿון כּסדר זיך־בײַטנדיקע קאָלירן, ווי להבֿדיל די ניט־באַלעבטע שילדן וווּ איין שפּראַך האָט אָפּגעלעבט אירע בלאָקן, אירע געגנטן פֿון בשׂר־ודמס, און דערנאָך אָפּגעטראָטן דעם שטח אַ צווייטער. (ווער וואָלט גענומען די מי צו דערקלערן צו די דאָזיקע שפּראַכן, אַז באַלד וועלן זיי אָפּטרעטן דעם וועג אַנדערע לשונות בכלל, ווײַל אימיגראַנטן לאָזן אָפּ די ווערטער מיט וואָס זיי האָבן זיך אַרויסגעזאָגט אין ליידן און אין פֿריידן גלײַך.

עס האָט זיך גרינג אָנגעזען דער אונטערשייד צווישן די קינדער־אימיגראַנטן און די הי־געבוירענע. די אימיגראַנטן־קינדער האָבן זיך געזען לעבן זייערע קרובֿים, טאַטע־מאַמעס וואָס שרײַען און שטערן. די הי־געבוירענע, ווידער, די שוין אויסגערייכערטע ליולקעס, שפּילן זיך אַליין, ריכטן אָפּ גלות ווײַט פֿון די היימישע גאַסן, פֿאָרשן אויס וווּ די אויגן טראָגן.

דערווײַלע האָט סעמי ווײַטער געפּרוּווט אָניאָגן מירלען. כאָטש זי האָט אים, דאַכט זיך, ניט בכּיוון איבערגעלאָזט פֿון הינטן, נאָר סתּם פֿאָרויסגעשפּאַנט מיט גיכע טריט.

„מיר גייען צו דיר אַהיים?“ האָט סעמי אַ רוף געטאָן מער ווייניקער אין מירלס ריכטונג.

„דאָס וואָלט געווען איין ברירה,“ האָט זיך מירל אָנגערופֿן, „נאָר דאָס איז ניט וואָס מיר טוען איצט. מיר גייען צו מײַן צווייטער היים.“

„איך האָב ניט געוווּסט אַז דו האָסט אַן אייגענע היים!“ האָט זיך פֿאַרחידושט סעמי. „כ´האָב אַלע מאָל געמיינט, אַז דו וווינסט אַלץ מיט טאַטע־מאַמע.“

„איך וואָלט דאָס געוואָלט טאָן,“ האָט מירל געזאָגט. „נאָר איך קען בײַ זיי בלײַבן נאָר אַ מאָל יעדער פּאָר חדשים. אַנדערש גיי איך אַראָפּ פֿון זינען.“

Sunday, September 14, 2008

מיצווה־ביזנעס

ס´איז געשטאַנען אין מיטל צימערל אַ מעטאַלענער טיש מיט אַ צעקראַצטן אויבן, וואָס פּונקט אַזאַ שטיק מעבל איז גאָר באַקאַנט יעדן וואָס האָט פֿאַרבראַכט די ערשטע צאָל יאָרן אין אַ אָרעמער שול, אָדער אַ ניט־פֿאַרמעגלעכן חדר צי ישיבֿה־קטנה, אָדער אַן עפֿנטלעכער שול וואָס איר בודזשעט ווערט יאָר־אײַן יאָר־אויס נאָך אומרחמנותדיקער צוגעוואָרגן.

ס´איז אָבער נאָר געווען איין בענקל. דער גראָבער ייִד האָט עס געגעבן אַ בריקע מיט איין אומסטאַביל־קורצן פֿוס. דאָס בענקל האָט זיך געוויגלט איבערן דיל און זיך אָפּגעקראַצט צו אַן אָפּשטעל אויפֿן דיל איידער עס האָט אַרײַנגעקראַכט אין דער וואַנט אַרײַן. דער גראָבער ייִד האָט אַ טײַטל געטאָן אויף סעמין מיט איין פֿינגער און אַרויסגערופֿן מיט אַ ביסל אַ מילדערן קול:

„זעצט זיך. מיר האָבן וואָס צו בעטן בײַ אײַך."

ער האָט גענומען אים צו אירצן, דאַכט זיך. אינטערעסאַנט – פֿאַר וואָס וואָלט ער דאָס געטאָן?

ער האָט געפֿאָלגט און זיך אַוועקגעזעצט אין בענקל. ס´איז אים געווען צו קליין, און זײַנע גלידער האָבן זיך אַרויסגעשפּרייט אין אַלע זײַטן. ער האָט זיך קוים געקענט האַלטן אין בענקל, וואָס האָט זיך געקאַטשעט אַהין און צוריק ווי אַ שיכּורער בדחן אָדער ווי להבֿדיל אַ רעפּ־סטאַר נאָך אַ הצלחהדיקן מאָרדפֿולן טור. איינער איז געשטאַנען פּונקט לעבן אים, און איינער (דער גראָבער) האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף דער וואַנט קעגן איבער, איבערן טיש. פּונקט ווי אין די דעטעקטיוו־פּראָגראַמען אויף דער טעלעוויזיע.

„מיר ווילן אײַך האָבן פֿאַר גאָר אַ וויכטיקן שליחות. נאָר ראשית־כּל דאַרפֿן מיר זיך אײַך פֿאָרשטעלן. כ´הייס ר´ גרובער,“ זאָגט דער גראָבער. סעמי, וואָס האָט געוויינטלעך ניט קיין גרויס חשק פֿאַר געמאַכטע ווערטערשפּילן אָדער גמטריא, האָט זיך שיִער ניט געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער.

„און איר?“ האָט סעמי זיך געווענט צום שלאַנקערן פֿון דער פּאָר.

„שלענקער,“ האָט געזאָגט דער צווייטער, אָן קיין חשק, דאַכט זיך, צו עפֿענען דאָס מויל און צונעמען צײַט פֿון פֿאַרקוקן זיך אין דער ווײַטנס.

„און וואָס ווילט איר פֿון מיר?“

„ס´איז ניט וואָס מיר ווילן פֿון אײַך, ס´איז וואָס מיר קענען פֿאַר אײַך טאָן,“ האָט געזאָגט גרובער. „מיר ווילן אײַך אָנבאָטן גאָר אַ פֿעטע סחורה. מיר האָבן אַ נײַ געשעפֿט וואָס וועט מאַכן אַ רעוואָלוציע אין דער גאַנצער פֿרומער וועלט. מיר וועלן אָנהייבן אַ מיצווה־ביזנעס.“

„וואָס איז דאָס?“ האָט אַ פֿרעג געטאָן סעמי.

„ס´איז גאַנץ פּשוט. דו ביסט פֿון מאַנהעטן, יאָ? אַזוי האָט איר געזאָגט? איר ווייסט אַז עס זײַנען דאָ אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס וואָס ווילן צוציִען די יונגע־לײַט צו ייִדישקייט. מע זוכט אַרום דעם כּישוף־שפּראָך וואָס וועט דאָס טאָן. מע גרינדעט אַנשטאַלטן מיט פֿילמשטערנס, מע בויט אויף ברויסע בנינים אויף קאַלעדזש־קאַמפּוסן, נאָר דאָס אַלץ טויג ניט. די ייִנגלעך און מיידלעך האָבן חתונה מיט גוייִם און אין צוויי דורות אַרום זײַנען זייערע קינדער שוין מער ניט קיין ייִדן. איר ווילט דאָס פֿאַר אײַערע מאָדערנע ייִדן?“

סעמי האָט ניט געהאַט וואָס צו זאָגן. ער האָט פּשוט אויסגעשטעלט אַ פּאָר אויגן און צוגעקוקט פֿאַרחידושטערהייט.

אָט האָט זיך צערעדט דער שלאַנקער, ד"ה שלענקער, אַ פּנים דער שׂכל הינטערן גאַנצן פּלאַן. „מיר האָבן אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט אַ גרויסן גבֿיר וואָס האָט גרויס אַהבֿת־ישׂראל אַפֿילו פֿאַר די פֿרײַע. ער איז א הײַמישער ייִד, און אים איז שוין נימאס די גאַנצער אויפֿמערקזאַמקייט וואָס עס קומט די חבדסקע ייִדן צוליב זייער אַזוי־גערופֿענעם קירובֿ. מיר קענען טאָן בעסערס. מיר וועלן שאַפֿן נאָך הייליקע ייִדן.“

סעמי האָט ווײַטער ניט פֿאַרשטאַנען. „איר ווילט מיך פֿאַר אַ קירובֿ־פּראָיעקט?“

שלענקער האָט ווײַטער גערעדט, כּאילו סעמי האָט גאָרניט געזאָגט. „מיר דאַרפֿן ווײַזן די מאָדערנע ייִדן אַז מע פֿאַרשטייט זייערע באַדערפֿענישן, און זיי איבערצײַגן אַז נאָר אונדזער תּורה קען זיי ראַטעווען.“

„אָבער דאָס איז – “ סעמי איז געוויינטלעך דער איידלסטער פֿון ייִדן, נאָר ער האָט געדאַרפֿט רעדן לשון, דאַכט זיך – „דאָס איז אַן אויסערגעוויינטלעך נאַרישער געדאַנק. פֿאַר וואָס ווילט איר טאָן וואָס די ליובאַוויטשער טוען שוין? אַלף, איר קענט עס מסתּמא ניט געטאָן בעסער, און בית, איז דאָס קעגן אײַױר טבֿע ווי סאַטמער! ווער האָט דאָס אויסגעטראַכט, און פֿאַר וואָס, צו אַל די שוואַרצע יאָר, האָט איר מיך געוואָלט אַרײַנציִען?“

ער האָט געגעבן אַ קוק אויף זײַן זייגערל. עס איז שוין שפּעט אין טאָג, און ער האָט נאָך ניט אויפֿגעזוכט דאָס מיידל. וואָס טוט ער דאָ? פֿאַר וואָס וואַרפֿט ער אַוועק אַזוי פֿיל צײַט?

Monday, August 18, 2008

אַ פּאַראָדיע פֿון אַ קבלה־רעטעניש

סעמי האָט געשפּירט, ווי ער הייבט אָן קײַכן. ער האָט אַסטמאַ, און זי ווערט אַלע מאָל אויפֿגערייצט פֿון ניט־פֿאָרויסגעזעענע געשעענישן. דאָס גילט ווי אַזאַ, דאַכט זיך אים.

„וווּהין נעמט איר מיך?“ האָט ער אַרויסגעשטאַמלט, ניט וויסנדיק וווּ געפֿינען זיך איצט הימל און ערד, אַזוי צעטרייסלט איז אַלץ. וווּ איז דאָס מיידל וואָס ער זוכט? ווי קומט עס אַז ער ווערט געשלעפּט פֿון צוויי ייִדן מיט וועמען ער האָט נאָר וואָס מיטגעדאַוונט?

די צוויי ייִדן האָבן דערווײַלע ניט געענטפֿערט. זיי האָבן אים ווײַטער אַרײַנגעשטופּט דורך אַ מעטאַלענער טיר אויף וואָס איז געהאַנגען אַ פֿאַרזשאַווערט, גרויסקייטלדיק ריגל.

זיי האָבן זיך געפֿונען אין אַ גרויסן בית־מדרש. ספֿרים־שאַנקען זײַנען געשטאַנען לענג אויס די ווענט, און יעדער אָרט איז געווען פֿאַרנומען דורך אַ שאָקלנדיקן קאָפּ. דער ריח פֿון שלעכטער קאַווע איז געהאַנגען אין דער לופֿט, זיך קאָנקורירנדיק מיט דער פֿריילעכער, אַלץ־אַרומנעמיקער זשומערײַ פֿון לעבעדיקן תּורה־לערנען. סעמין האָט זיך פֿאַרוואָלט אָפּשטעלן, צוריק צום געוויינטלעכן שטייגער, אויפֿמישן אַ ספֿר און אויפֿשפּאַלטן אַ נײַעם פֿענצטער אין דער תּורהדיקער וועלט. מע האָט אים אָבער ווײַטער געשטופּט, ס´איז אים ניט געווען קלאָר פֿאַר וואָס – ער וואָלט גערן געאַנגען וווּ נאָר מע הייס, ווײַל ער האָט צו שטאַרק מורא ער זאָל זיך אַקעגנשטעלן אַ באַפֿעל.

די לערנערס האָבן קוים אַרויפֿגעקוקט פֿון זייערע ערטער. אַ פּאָר האָבן דאַכט זיך דערקענט די צוויי באַלגייטערס זײַנע, און געהויבן אַ האַנט צו געבן שלום. „וואָס הערט זיך?“ האָט איינער אויסגעשריגן. „נו־נו,“ האָט געמאַכט מיט די אַקסלען דער דאַרער ייִד, און זיי זײַנען ווײַטער געגאַנגען. בײַם עק פֿון גרויסן זאַל האָט זיך געפֿונען אַ צווייטע טיר, דאָס מאָל אַן אָראַנזשענס, וואָס איז געווען אויף אַ קאָמבינאַציע־שלאָס.

זיי זײַנען ווײַטער אַרײַן אין אַ צווייטן צימער, וווּ אַן אַלטער ייִד מיט אַ גרויסער שואַרצער יאַרמולקע (זײַן קאַפּעליוש איז געלעגן לעבן אים אויפֿן טיש) איז געזעסן אַ געבויגענער איבער עפּעס וואָס סעמי האָט ניט אַרויסגעזען. ווען זיי זײַנען אָבער צוגעגאַנגען זאַלבעדריט, האָט ער באַמערקט אַז ס´איז אַזאַ ווײַטער פּראָשעק, וואָס דער ייִד מישט מיט אַן אַנדער מין פּראָשעק און לייגט אַרײַן דעם פּועל־יוצא דערפֿון אין אַזאַ מין פּילכל.

סעמי האָט געלאָזט דאָס מויל אויפֿהענגען. סאַראַ חילול־השם! מע ווייסט ניט ווער ער איז, עפּעס אַ דרויסנדיקער ייִד, ניט פֿון דער גאָר פֿרומער קהילה, און זע נאָר – מע הערט ניט אויף צוזאַמענצופּאַקן אומלעגגאַלע דראָגס אַפֿילו גלײַך פֿאַר אים אין די אויגן, אָן קיין סלח לנו מחל לנו! ער איז געשטאַנען און געגאַפֿט. נאָר איידער די צוויי בגוואַלד־באַגלייטערס האָבן אים ווײַטער אַוועקגעשלעפּט דורכן צימער צו אַ צווייטן אומבאַקאַנטן אָרט, האָט דער אַלטער ייִד פּלוצעם אַרויפֿגעקוקט. געזען אַז דער בחור קען זיך ניט אָפּקוקן, האָט ער זיך הויך צעלאַכט, און פֿריילעך געשריגן מיט אַ צעריסענעם, צעקרעכצטן קול:

„וואָס זעסטו, בחורל? ביסט גרייט צו שרײַען גוואַלד איבער אַ פּעקל פּשוטע ווײַטאַמינס?“

סעמי האָט ניט געקענט אויסטראַכטן אַן אָפּרוף. יעדער – דאָס הייסט דער אַלטער ייִד און די צוויי נײַע „חבֿרים“ זײַנע – האָט זיך הויך צעכאָרכלט. „מסתּמא האָט דער קליינער צדיק געמיינט, אַז מיר פֿאַרקויפֿן דראָגס!“

סעמי האָט זיך פֿאַרשעמט. חושד זײַן בכשרים איז דאָך אַ שווערער ענין! שפּעטער וועט ער צוריקקומען צום אַלטן ייִד און פֿאַרענטפֿערן זיך.

ווײַטער זײַנען זיי אַרײַן אַזש אין אַ דריטן צימער, וווּ די ווענט האָבן געבלישטשט מיט נײַעם פֿאַרב און נײַע קאָמפּיוטערס זײַנען געלעגן אויף לאַנגע טישן. יונגע בחורים און מיידלעך זײַנען געזעסן, און האָבן זיך אויסגעדרייט פֿון זייער שמועס אים אָנצוקוקן. ווידער האָט סעמי ניט געהאַט קיין אַנונג, וואָס ער זאָל יאָ אָדער ניט זאָגן.

„לאָמיר גיין ערגעץ ביחידות, מיר זאָלן רעדן פּריוואַט,“ מאַכט דער גראָבער. און דערנאָך, שוין ווי אין אַ פּאַראָדיע פֿון אַ קבלה־רעטעניש, זײַנען זיי אַרײַן אַזש אין אַ פֿינפֿטן צימער, דאָס מאָל אַ שמאָלן אַלקערל מיט אַן איין און איינציקן לעמפּל, באָמבלנדיק אַן אומבאַהאָלפֿנס פֿון דער סטעליע, וואָס האָט קוים באַלויכטן דעם שמוציקן פֿערטל־אָפֿיס.

Sunday, July 20, 2008

הײַמישע ווערטער און קולטורירטע רייד

סעם (זינט דאָס מיידל האָט אים פֿאַרכאַפּט מיט איר בליק האָט ער מער ניט פֿאַררעכנט זיך אַליין פֿאַר קיין „סעמי“) האָט איבערגעחזרט זײַן בקשה מיט מער ווי אַ ביסל מורא. ער האָט גערעדט גאַנץ שטיל, ווײַל דער רבֿ (אַ יונגער־מאַן אַ צוציק, ניט עלטער פֿון אַ יאָר דרײַסיק) האָט נאָך געזאָגט זײַן תּורה־ווערטעלע. אמת, קהל האָט ניט אויפֿגענומען מיט קיין גרויס התלהבֿות, נאָר אויף דרך־ארץ דאַרף מען שטאַרק מקפּיד זײַן ווען מע געפֿינט זיך אין אַ פֿרעמדן געגנט.

די צוויי יונגע־לײַט האָבן זיך ווידער אָנגעקוקט און אויסגעבראָכן אין אַ שוין איין מאָל אומפּאַסיקן געלעכטער. דער גאַנצער זאַל האָט זיך ווי איין מענטש אויסגעדרייט און באַקוקט מיט שטרענגע ברעמען. „איך ווײַס ניט ווער איר זאַט, נאָר אפֿשר זאָלט איר זיך שוין אָפּטראָגן און ניט מישן זיך אין פֿרעמדע מנינים.“

מסתּמא האָט סעם שוין דעמאָלט געדאַרפֿט האַלטן דאָס מויל און טאַקע פֿאָלגן די עצה פֿון יונגער־מאַן. נאָר עפּעס האָט אים אונטערגעשטויסן, ער ווייסט ניט פֿאַר וואָס, און עס האָט אים פֿאַרוואָלט צוריק צו דערלאַנגען אַ שטאָך.

„און אַוווּ איז אײַער אַהבֿת ישׂראל?“

נאָר מע האָט שוין געהאַלטן בײַ מעריבֿ, און מע האָט אים איגנאָרירט. קריאת־שמע, שמונה־עשׂרה: ער באַמערקט אַז זיי בלײַבן דערווײַלע שטיל, און עס דערפֿרייט אים אַז זײַן נײַע גבֿרדיקייט האָט אים צוגעגעבן שטאַרקקייט זיך אָנצונעמען פֿאַר כּבֿוד־בית־כּנסת. סאַראַ זכות באַקומט ער פֿון זײַן שליחות. אמת וואָס עס שטייט געשריבן וועגן שלוחי מיצווה. מע האָט שוין געהאַלטן בײַ עלינו, האָט ער אָנגעהויבן צוזאַמעננעמען זײַנע זאַכן ווי אַ צוגרייטונג פֿאַרן וועג.

ווען ער איז שוין איבערגעטראָטן דעם שוועל, אין דרויסן, האָט ווער אים אַ שווערן קלאַפּ געטאָן אויף די פּלייצעס. ער האָט זיך אויסגעדרייט און ווידער געזען יענע צוויי יונגע־לײַט.
צוליב מורא האָט ער ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן און טאָמער וואָלט ער יאָ געוווּסט וואָלט ער ניט געקענט, ווײַל פּחד האָט אים אויך צוגענומען דאָס לשון.

איינער פֿון זיי, דער גרויסער מיטן שמאָלצעוואַטן און פֿאַרגעלבלעכטן טלית־קטן, האָט געמאַכט מיט דער האַנט סעם זאָל אָפּטרעטן אין זייער ווינקל.

זיי האָבן געשמועסט אין אַ ווינקל אונטערן אויסהענגל פֿון אַ פֿרויען־קליידער־געשעפֿט. ס´איז שוין געווען רעכט טונקל און זעלטן ווער האָט באַמערקט, וואָס דאָרט טוט זיך. דער פּחד און די מורא זײַנען שוין לאַנג אַוועק פֿון סעמען – ער האָט שוין געשפּירט נאָר נײַגעריקייט, וואָס וועט מיט אים געשען, און ווי אַזוי ער וואָלט זיך געדאַרפֿט אָפּרופֿן.

די צוויי יונגע־לײַט האָבן ניט אויסגעקוקט מוראדיק, נאָר דאַכט זיך אַז זיי האָבן געוואָלט אים סטראַשען. אַנדערש פֿאַר וואָס דאַרף ער שמועסן מיט זיי דווקא אין אַזאַ ווינקל? נאָר ער דאַרף הערן מיט קאָפּ, מע רעדט צו אים:

„וווּ וווינט איר?“

ער פֿאַרשטייט ניט. פֿאַר וואָס וואָלט מען געוואָלט וויסן אַזעלכע פּרטים? וואָס איז דאָס זייער עסק?

ער איז אין אַזאַ מצבֿ, אַז וואָס בײַ אים אויפֿן לונג . . . האָט ער זיך אַרויסגעכאַפּט מיט דער אומגעלומפּערטער פֿראַגע: „פֿאַר וואָס וואָלט איר געוואָלט וויסן?“

„איך וויל דאָס וויסן, ווײַל עס קען זײַן אַז מיר האָבן פֿאַר אײַך אַן אַרבעט.“

גראָד דעמאָלט האָט ער געדאַרפֿט זאָגן אַז ער דאַרף ניט קיין אַרבעט – ער איז דאָך אַ ישיבֿה־בחור, און ער לערנט זיך אין אוניווערסיטעט אויך, וואָס דאַרף ער זיך אַרײַנמישן אין אַ קהילה וואָס ער קען ניט און פֿאַרשטייט ניט? נאָר עפּעס האָט אים געשטויסן פֿאַרמישן צו ווערן – ווער ווייסט צי ס´איז געווען נײַגעריקייט, אָדער אַ באַגער צו האָבן עפּעס אינטערעסאַנטס אַרומצושמועסן מיטן מיידל, צי וואָס . . . נאָר ער האָט געזאָגט: „כ´וווין אין מאַנהעטן, אויף דער וועסט־סײַד.“

„אַך, די וועסט־סײַד,“ האָט געזאָגט דער גראָבער, און זיך פֿאַרקוקט אין דער ווײַטנס, ווי איינער וואָס מאַכט חוזק פֿון דער דרויסנדיקע וועלט און ברייטע האָריזאָנטן בכלל. „די וועסט־סײַד, האַ? צי איז נאָך אַלץ דאָרטן פֿאַראַן . . .“ און אָט האָט ער אויסגערעכנט אַ ריי נעמען פֿון שולן, ישיבֿות, און אַנדערע ייִדישע מוסדות.

סעמי האָט זיך געחידושט צו זען אַז דער חסיד, וואָס קוקט אויס ממש ווי אַ פּליט פֿון אַן אַנדער וועלט, פֿאַראינטערעסירט זיך טאַקע אין זײַן געגנט. „יאָ, יאָ, יאָ!“ האָט ער צוגעבאָמקעט צו יעדן נאָמען. „ווי קענט איר אַזוי גוט דעם געגנט?“

דער ייִד האָט זיך פֿונאַנדערגעלאַכט, אַרויסגענומען אַ ציכטיק ווײַס טיכל (וואָס האָט זיך בולט קאָנטראַסטירט מיטן טרעגערס הילוך), און געווישט די אויגן וואָס האָבן זיך געטרערט פֿון געלעכטער.

„וואָס מײַנט עץ, אַז יעדער וואַקסט אוף אויף דער גאַס ווי ער איז געבוירן געוואָרן? אַז מיר חסידים שטייען אוף און שטאַרבן מיט זעלבן בריקלין? אַז מיר לעבן ערגעץ אין אַ שטייטל? ענק ווײַסט, וויפֿל ייִדן דאָ האָבן זיך איבערגעצויגן פֿון איין אָרט אין אַ צווייטן. מיר ייִדן זײַנען אַלע מאָל געווען דאָס קלאַסישע וואַנדערפֿאָלק, עס חידושט מיך וואָס אַ ייִנגער־מאַן ווי ענק, וואָס האָט אַ פּנים פֿון אַ קאָסמאָפּאָליטישער, אַ וועלטסמענטש, קען זיך אַרימטראָגן מיט אַזעלכע געפֿערלעכע סטערעאָטיפּן.“

סעמי האָט זיך געפֿונען אָן לשון. ער האָט קיין מאָל געהערט אַזאַ זעלטענע קאָמבינאַציע פֿון „הײַמישע“ ווערטער און קולטורירטע רייד. ער האָט געמיינט אַז מע פּרוּווט אים אָפּנאַרן. נאָר דער צווייטער ייִד, דער דאַרער, האָט אים פּלוצעם אַ כאַפּ געטאָן בײַם אָרעם און אים אַוועקגעשלעפּט ווײַטער אַראָפּ דעם געסל. אַ שוואַרצער מורא האָט באַפֿאַלן דעם יונגן גאַסט פֿון דער (ווײַזט זיך אַרויס) ניט אַזוי ווײַטער וועלט פֿון דער וועסט־סײַד.

Sunday, June 29, 2008

די קונסט פֿון שקר

ער האָט ניט געמאַכט קיין שהחינו, נאָר ס´איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס דער עילוי האָט געזאָגט אַ ליגן. ניט טאַטע־מאַמע (ער איז שוין געווען צו אַלט און פֿאַראַנטוואָרטלעך, אַזאַ געדאַנק זאָל אים אײַנפֿאַלן), ניט ר´ דוד, נאָר זײַן חבֿרותא, און איינציקווײַז, יעדער וואָס האָט געפֿרעגט, יענעם מאָנטיק בײַ טאָג, פֿאַר וואָס ער פֿאַרלאָזט די ישיבֿה פֿריִער ווי געוויינטלעך. ער האָט שוין געהאַט אויסגעטראַכט וואָס ער וועט זאָגן, און ס´האָט אים פֿאַרחידושט ווי גרינג עס קומט אים אָן די קונסט פֿון שקר. „די מאַמע איז קראַנק,“ האָט ער געזאָגט, אָן קיין איינציקער טיאָכקע אין האַרצן.

די ווינטשעוואַניעס האָבן אויפֿגעקלונגען פֿון אַלע זײַטן. „אַ רפֿואה שלמה!“ ס´איז געווען דאָס ערשטע ברעקל אינטערעס וואָס ס´רובֿ בחורים האָבן געשעפּט פֿון נודנעם טאָג, איבערגעבויגן איבער דיקע ש"סן וואָס קוקט קרום אַרויפֿצוצו ווי מוסטערטאַצן געפֿאַנגענע שפּינען, אַרומגערינגלט מיט נאָך שפּינען פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און תּקופֿות. נאָר יעדער אות בדווקא אַ שפּין, וואָס זינגט אַ געוויסן מין מוזיק וואָס מע דאַרף זיך גוט אײַנלערנען כּדי צו פֿאַרשטיין. די רפֿואה־שלמהס האָבן אים געקלונגען אין די אויערן מאָדנע פֿריילעך, ווי די אַקאָמפּאַנירונג פֿון אַ לוויה־קאַפּעליע אין ניו־אָרלעאַנס וואָס ער האָט געליינט וועגן דעם אין אַ מאַגאַזין.

ער האָט יעדן וואַרעם באַדאַנק פֿאַר די גוטע וווּנטשן, גענומען זײַן מאַנטל און רוקזאַק פֿון ווינקל זאַל וווּ די בחורים לערנען, און איז אַרויף מיט די ברייטע, שלעכט אָפּגעפֿאַרבטע טרעפּ, ביזן פּאַרטער. דאָרט האָט ער (ווי אָפֿטמאָל) זיך אויסגעדרייט און אָנגעקוקט דעם אָרון־קודש און דעם ליידיקן, שטילן זאַל. און, נאָך דער יחידישער צערעמאָניע פֿון אָפּשיידן זיך, איז ער אַוועק אויף דער גאַס, קיין ברוקלין, וווּ ער האָט בדעה צו געפֿינען יענע מיידל וואָס האָט זיך אײַנגעקריצט אין זײַן זיכּרון.

דאָס הייסט, אַז ער איז געגאַנגען ווי אַ משולח פֿון ר´ דוד. פֿון זײַן רבין, כאָטש אַזאַ טערמין וואָלט ניט נושׂא־חן געווען בײַ ר´ דודן.

ער האָט, פֿאַרשטייט זיך, מיטגעטראָגן מיט זיך אַ ש"ס. ווען ער האָט זיך אַוועקגעלאָזט פֿון דער היים אין וועג אַרײַן אין דער ישיבֿה, האָט ער אים אויטאָמאַטיש אַרויסגענומען און אויפֿגעעפֿנט אויפֿן שויס, ווי אַ סגולה קעגן די אַלע סאָבוויי־זאַכן וואָס קענען אים פֿאַרפֿירן – די שיינע מיידלעך וואָס קוקן פֿאַרחידושט אויף זײַנע מאָדערנע קליידער און אויף די לאַנגע פּאות, וואָס ער האָט פֿאַרוואַקסן די לעצטע פּאָר יאָר, זינט ער האָט רעכט אָנגעהויבן לערנען זיך אין דער ישיבֿה; די יונגע־לײַט די אויסגעלאַסענע וואָס רעדן אַנדערע שפּראַכן, צי סתּם אַן ענגליש וואָס ער דערקענט ניט, און שרײַען הויך און פֿאַרשײַט וועגן זייערע מיידלעך און ווי אַזוי מע פֿירט זיך מיט זיי אויף.

דאָס מאָל האָט ער געלאָזט דעם ש"ס אָפֿענערהייט אויפֿן שויס בשעת ער האָט אַ ביסל אַרײַנגעטראַכט אין אייגענעם קאָפּ, געחלומט אויף דער וואָר וועגן יענעם מיידל. איר נאָמען און אַדרעס האַלט ער אויפֿגעשריבן אויף אַ צעטעלע בײַ זײַנע דזשינסן אין דער קעשענע. (ער טראָגט געוויינטלעכע קליידער – ער האָט ניט געוווּסט, צי זאָל ער זיך איבערטאָן אין מער חסידישע קליידער? נאָר עפּעס האָט אים אונטערגעזאָגט דאָס האַרץ, אַז דאָס איז ניט נייטיק, און דאָס פֿאַרשטעלן זיך קען נאָך שטערן זײַן ציל. וואָס דאָס זאָל ניט זײַן.) אַלע ווײַלע האָט ער אויפֿגעקנוידערט דאָס קנײַלכל פּאַפּיר און ווידער אָנגעקוקט דעם אַדרעס און נאָמען, טאָמער זײַנען זיי זיך צעגאָסן אין אַ ים שווייס און גוף־היץ. וואָס וועט ער איר זאָגן? ווי אַזוי וועט זי זיך אָפּרופֿן?

אויף וויפֿל ער האָט געפּרוּווט זיך פֿאָקוסירן אויפֿן שליחות פֿון ר´ דודן, האָט ער אַלץ געהאָפֿט אַז ער וועט איר געפֿעלן. דערצו האָט ער געבעטן בײַם אייבערשטן, אַז זי זאָל ניט אַנטוישן. אַזוי פֿיל זאַכן אין לעבן אַנטוישן – דער „מוראדיקער חידוש“ וואָס איז סך־הכּל גאָרניט, דאָס בוך וואָס כאַפּט ניט דעם אויפֿמערק. נאָר אַז האָט זיך באַוויזן אַ מענטש וואָס איז אינטערעסאַנט! עס זײַנען דאָ גענוג ווייניק פֿון יענעם מין, וויל ער ניט ס´זאָל זיך פֿון אַלץ אויסלאָזן אַ בוידעם.

ער איז אַרויסגעשטיגן פֿון דער סאָבוויי־וואַגאָן און אַראָפּנאַוויגירט די לאַנגע מעטאַלענע טרעפּ ביז דער גאַס. פּלוצען האָט ער דערשפּירט דעם מעכטיקן גײַסט פֿון יענעם ראַיאָן וואָס זײַנע חבֿרים, די מאָדערנע פֿרומע, האָבן ליב חוזק צו מאַכן דערפֿון. ס´איז געווען אָנזעעוודיק עפּעס אַ מין ענערגיע אין דער לופֿט וואָס נאָר אַ גוי קען נעבעך ניט אויפֿכאַפּן. דער אַרעאָל פֿון מקום־קודשדיקייט קען מען שוין אָנהייבן אויפֿכאַפּן אויף די זײַטיקע גאַסן, און עס שטאַרקט זיך וואָס אַ מאָל נעענטער צום דרך־מלך, 13טן עוועניו: פֿול געפּאַקט מיט עמך פֿון יעדן מין. ישׂראלדיקע אײַנקויפֿערס מיט פֿרעך־צעפּראַלטע, לאַכעדיקע מײַלער; חסידישע סלעקערס, וואָס גייען אין שוואַרץ, מיט אַ סעלולאַר שטענדיק צוגעכאַפּט צו איין אויער; ייִדענעס מיט סטײַלישע, צוגעפּאַסטע קליידער וואָס ווײַזן אַרויס (כאָטש אויף אַ סובטילן, צניעותדיקן אופֿן) זייערע געטאָקטע לײַבער; אַלטע ייִדן וואָס מאַכן שהיות אויף דער גאַס אַרײַנצוקוקן אויף וויטרינעס פֿול מיט נײַער סחורה.

דאָס אַלץ – פּלוס די פּאַשקעווילן, מודעות וואָס עס פֿעלט זיי נאָר אמתע ידיעות – האָבן זיך אים געוואָרפֿן אין די אויגן, און אים שיִער ניט אַזוי געפּלעפֿט, אַז ער האָט פֿאַרבלאָנדשעט אין אַ ניט־ריכטיקן געסן. דאָרט איז געשטאַנען אָפֿן אַ בית־מידרש, און אַ היימיש זשומעניש האָט זיך אַרויסגעהערט. אינסטינקטיוו האָט ער אַרויפֿגעקוקט צום הימל צו, און געזען אַז עס ראָזעוועט שוין. ס´איז געווען אַ שפּעטער הימלטאָג, און די שקיעה האָט זיך אונטערגערוקט גיכער ווי ער האָט זיך געריכט, זיך נאָך ניט צוגעוווינט צו דער נײַער צײַט פֿון יאָר. „מינחה,“ האָט ער אומנייטיק געזאָגט צו זיך, און אַרײַנגעכאַפּט אין קליינעם שטיבל.

אַ נס – מע האָט נאָך געהאַלטן בײַ „אַשרי“, האָט ער זיך אַרײַנגעוואָרפֿן. מ´איז שוין ווײַטער געפֿאָרן און זיך אַוועקגעשטעלט דאַוונען שמונה־עשׂרה. ער איז אָפּגעגאַנגען, פֿאָרויסגעטראָטן, און גענומען דאַוונען.

נאָר ווי שטאַרק האָט ער ניט געפּרוּווט, האָט ער ניט געקענט איגנאָרירן דעם שמועס וואָס אַ פּאָר יונגע־לײַט האָבן הויך געפֿירט פּונקט לעבן אים. ער האָט געמאַכט קלאַנגען, כּדי ניט מפֿסיק צו זײַן: „ע-ע-ע-ע! נווו!“ נאָר זיי האָבן ווײַטער געפּלאַפּלט ווי ניט זיי מיינט מען. ער האָט אין גאַנצן פֿאַרלוירן זײַן ביסל כּוונה, און בן מינחה למעריבֿ איז ער צו זיי צוגעגאַנגען און אַ זאָג געטאָן, זייער איידל און צוריקגעהאַלטן, אַז ער וואָלט עס אָפּגעשאַצט, ווען זיי זאָלן רעדן אַ קאַפּיטשקע נידעריקער בשעתן דאַוונען.

די יונגע־לײַט (איינער אַ גראָבער, מיט אַ שמאָלצעוואַטן, געלבלעכן טלית־קטן; דער צווייטער אַ דינער לאָקש מיט דיקע ברילן און אַ חשדימדיקן בליק) האָבן זיך איבערגעקוקט, ווי זיי זײַנען ניט זיכער וואָס צו ענטפֿערן. נאָך אַ לענגערער הפֿסקה האָט זיך איינער אָפּגערופֿן: „זאַט מויכל, וווּס זוגט איר?“

Wednesday, March 12, 2008

דאָס היימיש מיידל און דער ראָש-ישיבֿה

נאָך דעם ווי מירל האַלבערשטאַם און איר טאַטע, חיים, זײַנען אַרויס פֿון דער ישיבֿה, ביידע אומצופֿרידן מיט אים, איז ר´ דוד געזעסן אין זײַן קליינעם אָפֿיס, בײַ זײַן אָנגעוואַלגערטן טיש, מיטן קאָפּ אין די הענט. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו טאָן מיטן גאַנצן געשעפֿט.

מיט מירלען האָט ער זיך באַקענט אויף איינעם פֿון זײַנע שיִעורים, דווקא אַן עיון־שיִעור אויף נידה. ס´רובֿ תּלמידים האָבן אים ניט פֿאַרשטאַנען, סײַ צוליב זײַן אַקצענט, סײַ צוליב זײַנע צונויפֿגעפֿלאָכטענע געדאַנקען. ער איז אַ קנאַפּער רעדאַקטאָר איבער זיך אַליין.

ער איז געשטאַנען אויף זײַן אָרט נאָכן שיִעור, צוזאַמענלייגנדיק זײַנע ספֿרים און קלערנדיק, ווי תּמיד, ווי ער האָט זיך ווי ניט איז דערשלאָגן צום עלטער פֿון זײַנע אָמאָליקע רביים. די וואָס האָבן מער ניט קיין משפּחות זיי צו געדעקנען. ער האָט זיך ווידער פֿאָקוסירט אויף די פֿראַגעס פֿון די תּלמידים. ס´רובֿ האָבן אַוודאי געפֿרעגט כּדי זיך צו גרייסן מיט זייער בקיאות -- דאָס הייסט, כּדי אויסצונעמען בײַ די אַנדערע תּלמידים, ווײַל אויף אים איז געווען שווערער צו מאַכן אַ רושם. אַ פּאָר פֿון די כּמעט־עילוים האָבן געפֿרעגט קשיות וואָס ער האָט געדאַרפֿט צעקײַען בײַ זיך אין קאָפּ איידער אַרויסטראָגן אַ תּשובֿה פֿאַר די תּלמידים. דאָס האָט ער אַלע מאָל בפֿירוש ליב געהאַט, דאָס על־רגל־אַחת־געשעפֿט.

בײַם סוף ריי איז געשטאַנען אַ בלאַס מיידל אין אַ שוואַרצן אָנצוג, זייער צניעותדיק אָנגעטאָן, אַפֿילו אָן דעם ענגן קליידל וואָס ווערט כּמעט ווי אָנגעגאָסן אויפֿן לײַב; ס´איז אַ מאָדע אַזאַ בײַ די וועסט־סײַד־מיידלעך. נאָר די היגע מיידלעך, ווידער, פֿרעגן בטבֿע ניט קיין קשיות. פֿאַר וואָס ווייסט ר´ דוד ניט, כאָטש אַ צאָל פּראָוויזאָרישע ענטפֿערס האָט ער יאָ אויסגעאַרבעט אויב מע זאָל אים נאָך אַ מאָל פֿרעגן.

דאַכט זיך אַז די בחורים זײַנען אַוועק אָדער אויף זייערע מקומות אָדער אויף די קלאַסן אין אוניווערסיטעט. דאָס מיידל איז דאָרט געשטאַנען, אַראָפּגעקוקט צום דיל צו, און אַרויסגעשעפּטשעט אַ קשיא. ניט קיין קנאַקעדיקע, נאָר אַן ערלעכע פֿראַגע אויפֿן אונטערשייד צווישן דער סוגיא אין דער גמרא און תּוספֿתּא. עפּעס וואָס ווײַזט, אַז מע האָט געהערט מיט קאָפּ. ער האָט זיך דערמאָנט אין זײַן פֿרוי, וועמען ער האָט זיך געדאַרפֿט נייטן צו געדעקנען אין זמן־הווה.

נאָך יענער קשיא האָט זיך אַנטווילקט אַ מאָדנע באַציִונג: מירל איז געקומען לערנען אויף דער ישיבֿה אין איינעם מיט די אַנדערע מיידלעך, אויף יענער זײַט איידעלער מחיצה. נאָר סוף טאָג, ווען די אַלע אַנדערע תּלמידים זײַנען שוין געהאַט אַהיימגעגאַנגען, האָט זי ווײַטער געלערנט בחבֿרותא מיטן רבין. דאָס אַלץ איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, בסודי־סודות. פֿאַקטיש, ניט „פֿאַרשטייט זיך“: דער ענין איז געווען מער קאָמפּליצירט ווי עס קען זײַן אין פֿלוג. מה רעש? דער ראָש־ישיבֿה פֿון אַ מאָדערנער ישיבֿה, דער בעל־מחבר פֿון מאָדערנע ספֿרים (מע אַטאַקירט אים צוליב זײַן באַניץ פֿון דער מאָדערנער קריטיק), דער שטיצער פֿון פֿרויען־לימוד, אַזאַ ייִד זאָל דען ניט לערנען מיט אַ פֿרוי? און נאָך אַ זאַך: הלמאַי לערנט ער מיט איר ביחידות? פֿאַר וואָס וויל ער זיך שטעלן פֿאַר אַ נסיון, ווען ער וואָלט געקענט לערנען מיט איר בפֿרהסיא, אין דער ישיבֿה אַליין?

די מעשׂה איז אַזאַ. ר´ דוד איז אַליין געקומען פֿון אַ חסידישער שטוב, אַוודאי ניט אין אַמעריקע, נאָר אין דער אַלטער היים, אין מאַרמאָרש. דאָרט האָט נאָך געבליט – אָדער, לויט די נעאָלאָגן און די ליטוואַקעס, געבושעוועט – דאָס חסידות, שטרענג אָפּגעהיט דורך הויכע מויערן כּל־המינים פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. אַ מאָל האָט זיך אין דעם דערמאָנט ר´ דוד, און געקלערט, אַז דער אַטסמאָספֿער איז טאַקע ניט געווען יענער, וואָס הערשט שוין בײַ די הײַנטיקע חסידים. נאָר מע האָט דווקא יאָ געוואָלט עפּעס אויפֿהיטן ווי אַן אויג אין קאָפּ. דער גאַנצער ענין „קאַליע מאַכן“ חסידים איז ניט קיין וויץ פֿאַר אים, ווי ס´איז פֿאַר די מאָדערנע ייִדן מיט וועמען ר´האָט געלערנט אין דער קאָנסערוואַטיווער ישיבֿה, אַ מאָל ווען זי איז ניט געווען אַזוי צו־להכעיסדיק ליבעראַל. כאָטש ער איז אַליין ניט קיין חסיד און האָט אַזוי ניט אויפֿגעצויגן זײַנע קינדער, ווען ער הערט ווי מע וויצלט זיך וועגן „פֿאַרפֿאָרענע“ קאָכט אים אויף און ער דאַרף זיך צוריקהאַלטן פֿון מוסר־רייד.

דערפֿאַר האָט ער ניט געוואָלט, דער עולם זאָל וויסן אַז ער לערנט בחבֿרותא מיט מירל דער חסידתטע. אַזאַ צונעמעניש האָט זי געהאַט בײַ די אַנדערע מיידלעך צוליב איר צניעותדיקן אָנטועכץ, איר מאָנדע בלאַסקייט, און איר ייִדיש־אַקצענטירטן ענגליש.

און וואָס קען מע זאָגן וועגן מירלס דרך־הלימוד? דעם אמת זאָגנדיק האָט ר´ דוד ניט געשעפּט קיין סך נחת פֿון איר לערנען. לערנען האָט זי אַוודאי געקענט: מירל האָט שוין געדעקט אין אירע ווייניק יונגע יאָרן אַ היפּשע צאָל בלאַט גמרא, ווײַט ניט אָפּגעשטאַנען, הייסט עס, פֿון די בחורים (פֿון די אַנדערע מיידלעך שוין אָפּגערעדט). זי האָט געקענט גרינג און פֿעיִק זיך דערפּינטלען צום שׂכל פֿון אַ רשי אָדער צענעמען, צעקײַען און פֿאַרדייען, ווי אַ געבראָטן שבת־הינדל, אַ לאַנגן, געשמאַקן תּוספֿות. דאָס אַלץ האָט זי געקענט. נאָר פֿון ר´ דודס אוניווערסיטעטישן, קריטישן צוגאַנג האָט איז זי ניט געווען קיין חסידה. אַדרבא: ווען נאָר ר´ דוד האָט איר איידל געגעבן צו וויסן וועגן אַ גירסא צי אַ כּתבֿ־יד וואָס קען אײַנזעצן די קשיה אויף אַ געוויסער סוגיא, האָט זי שטיל צוגעהערט זיך, געשאָקלט מיטן קאָפּ, און געמאַכט נאָטיצן. דערנאָך האָט זי זייער ערלעך און צאַרט אַ פֿרעג געטאָן, הלמאַי מע קען ניט געפֿינען דעם תּירוץ בײַ דעם צי יענעם ראשון. דעם אמת זאָגנדיק קען מען ניט אָפּפֿרעגן אַזאַ שיטה, האָט ר´ דוד געקלערט צו זיך אַליין. ס´איז מער אויסגעהאַלטן, אין אַ געוויסער סיסטעם, דאָס צו טאָן, איידער צוצוקומען צו די „דרויסנדיקע“.

שוין אַ דרײַ־פֿיר חדשים וואָס זיי לערנען בחבֿרותא, ר´ דוד און די „חסידתטע“. זיי הייבן אָן באַלד נאָך שבֿועות. ס´איז שוין ראָש־חודש אלול. אַ מאָל, אַז מע האָט שוין פֿאַרמאַכט די גרויסע ש"סן און איז געווען גרייט צו געזעגענען זיך, האָט מירל אַ זאָג געטאָן:

„איר וואָלט אַוודאי געוואָלט וויסן, רבי, ווי אַזוי איך באַווײַז צו קומען צו ענק אויף א חבֿרותא, אַז כ´בין אַ היימיש מיידל.“

„דאָס איז מיר ניט אַזוי אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן,“ האָט מודה געווען ר´ דוד. „עס זײַנען דאָ אַסכערליי תּלמידים, און אז מע זאָל אויספֿרעגן יעדן באַזונדער ווי אַזוי ער צי זי איז געקומען צו לערנען תּורה, וואָלט מען קיין מאָל ניט אָנגעהויבן מיט ´שנים אוחזין בטלית´. נאָר אַז איר ווילט דווקא זאָגן פֿאַר וואָס, וועלט איך אײַך ניט פּרוּוון אָפּזאָגן. אַדרבא, כ´בין אַלע מאָל גרייט צו הערן וועגן תּלמידים און ווער זיי זײַנען.“

מירל איז געווען אַנטוישט אַ ביסל. כאָשט אין ברוקלין, אין דער היימישער קהילה, רעדט מען ניט בטבֿע וועגן זיך אַליין און וואָס זי וויל – מע רעדט בעסער וועגן דעם, וואָס יענער וויל פֿון זיך, דער רבי, צי דער זיווג, אָדער די קינדער – האָט זי אַנטדעקט להיפּוך אַז אויף דער וועסט־סײַד האָט מען דווקא צוגערעדט און צוגעשטאַנען, מע זאָל רעדן וועגן זיך אַליין. ס´איז בײַ מירל אינטערעסאַנט צו זען, ווי אַלץ וואָס ווערט אין ברוקלין אָנגענומען לכתּחילה אין שטוב ווערט אויף דער וועסט־סײַד איבערגעטײַטשט לויט דער מאָדערנער, זעקס הונדערט פֿערצנטער מיצווה פֿון בחירה חפֿשית. דאַכט זיך אָבער, אַז דער ראָש־ישיבֿה איז דווקא ניט אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿון הערן איר מעשׂה. ס´פּנים האָט זיך מירלען צוגערייטלט. נאָר זי האָט זיך באַהערשט, זיך אָנגענומען מיט מוט און אָנגעהויבן. זי האָט געמיינט, ס´איז בפֿירוש נייטיק ר´ דוד זאָל וועגן דעם וויסן, באַזונדערש אויב איר טאַטי וועט זיך נאָך אַ מאָל דערוויסן וואָס זי טוט.

„כ´זאָג אַ ליגן דעם טאַטן,“ האָט מירל זיך אָנגערופֿן. „יעדעס מאָל אַז כ´קום אין ישיבֿה זאָג איך אים, אַז כ´גיי מבֿקר־חולה זײַן. כ´האָב אַלע מאָל מיט זיך, אפֿשר האָט איר באַמערקט, אַ זאַק מיט פֿאַרשיידענע מינים עסנוואַרג, כּלומרשט וואָס כ´ברענג זיי פֿאַרן חולה. אויפֿן אמת עס איך אויס אַ געזונטן טייל אויף מיטאָג, און אַ סך פֿון רעשט גיב איך אויס די אַנדערע תּלמידות.“

ר´ דוד האָט ניט געוווּסט ווי אַזוי ער זאָל איר ענטפֿערן, צי זי וויל אַן ענטפֿער בכלל. „פֿאַר וואָס זאָגט איר ניט אײַער טאַטע?“

„ווײַל ער וועט מיך ניט פֿאַרשטיין. ער פֿאַרשטייט מיך בכלל ניט.“ מירלס אויגן האָבן אַרויסגעשאָסן אַ פֿונק פֿײַער וואָס האָט אויף אַ רגע באַלויכטן ר´ דודס אינעווייניקסטע אויג. ער האָט געזען ווי זײַן מאַמע, אַ טאָכטער פֿון אַ משפּחה תּלמיד־חכמים און רבנים, האָט זיך צעשריגן אויפֿן זײַן טאַטן, אַ שנײַדער בן־שנײַדער, וואָס האָט געוואָלט ער זאָל זיך אויך לערנען די מלאָכה, און ניט געקענט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס דווקא זײַן זון זאָל זיצן און לערנען. שוין זשע זײַנען ניטאָ גענוג באַנקקוועטשערס און פֿאַרטראַכטע ליידיקגייערס? און דודלע איז דאָך זײַן בן־יחיד! די מאַמע האָט אויפֿן טאַטע געגעבן אַ שטעך אַדורך מיט די אויגן, און אַרויסגעצישעט: יאָ, דײַן לײַכלעכער בן־יחיד וואָס דו פֿאַרשטייסט אין גאַנצן ניט! דער באַשעפֿער האָט אים געמאַכט ער זאָל דווקא יאָ זיצן און לערנען, ניט זיצן און לייגן לאַטעס!

צוריקגערעדט אָבער איז דער מצבֿ מיטן מיידל אַנדערש. ער קען זיך ניט סתּם אַזוי מישן אין יענעמס משפּחה־לעבן. ער איז ניט קיין מנהיג רוחני, אָדער ווי מע רופֿט עס אין אַמעריקע, אַ „רעבי“, און גיט זיך ניט אויס ווי אַזאַ. ער וויל לערנען גמרא מיט שאַרפֿע, יונגע קעפּ, ניט אויסהערן טענות אויף טאַטע־מאַמעס, צי ספֿקות וועגן שידוכים און חבֿרים אָדער חבֿרטעס.

דערפֿאַר האָט ער אויסגעפּועלט בײַ מירלען זי זאָל שוין דערציילן איר טאַטן וואָס זי טוט אויף אַן אמת אין די נאָכמיטאָגן ווען זי זיצט כּלומרשט בײַ די קראַנקע בעטן פֿון היימישע אַלטיטשקעס און קימפּעטאָרינס.

און וואָס איז לסוף געבליבן פֿון דער זיצונג צווישן אים, מירלען און מירלענס טאַטן (וואָס, ווײַזט זיך אַרויס, איז אַ ווײַטער קרובֿ, אַ שטיקל סיגעטער לאַנדסמאַן)? גאָרניט מיט גאָרניט, דאַכט זיך אים. קען זײַן אַז דער פּועל־יוצא דערפֿון איז נאָר דאָס, וואָס ער האָט געבראַכט מירלען צו געבן צו וויסן איר טאַטן.

„און וואָס טוט איר צווישן איין חבֿרותא און דער צווייטער?“ האָט ר´ דוד בײַ איר אַ מאָל געפֿרעגט מתּוך נײַגעריקייט. כּמעט מיט באַוווּנדערונג, כאָטש ר´איז שוין אין אַזאַ עלטער, וווּ צו דער באַוווּנדערונג דאַרף מען זיך דערשלאָגן דורך די דערנער פֿון זעלבסטצענטרישקייט, קינאה און אַנטוישונג.

זי האָט אים געזאָגט, „וואָס טו איך ניט? כ´בין אַן אַכצניאָריק היימישע טאָכטער. כ´לערן מיט מיידלעך אין אַ בית־יעקבֿ, איך בין טעטיק אין ביקור־חולים, כ´העלף אַרויס אין גמ"ח פֿאַר קימפּעטאָרינס און אין הכנסת־אורחים.“

„און ווען לערנט איר תּורה?“ האָט ר´ דוד געוואָלט וויסן.

מירל האָט אַ זיפֿץ געטאָן, און ס´האָט זיך געדאַכט ר´ דודן, ווי איר גאַנצער גוף גיט זיך מיט אַ מאָל אַ שאָקל צו ערשט אַהער־צו און דערנאָך צוריק צום אָרט, ווי אַ בוים וואָס ווערט געוויגט דורך דער ווינט. „ווי קען אַנדערש זײַן? כ´לערן אין געכאַפּטע רגעס, אויפֿן באָס צו ביקור־חולים, אין קאַפֿעטעריע פֿון בית־יעקבֿ, אויפֿן ראָג גאַס בשעת איך שטיי און וואַרט אויפֿן
באָס . . .“

ס´איז ניט געווען קיין אײַנגענעמענע זיצונג, האָט ר´ דוד מודה געווען צו זיך אַליין, נאָר וואָס יאָ: ס´האָט געמאַכט פֿאַרן טאַטן זייער קלאָר, וואָס פֿאַר אַ טאָכטער מירל איז. מסתּמא קען דער טאַטע מער ניט באַהאַלטן זיך פֿון אמת אַקעגן זײַן קינד. נאָר וואָס וועט זײַן גענוי, און ווי אַזוי ר´וואָלט געדאַרפֿט אַקטירן מירלען לטובֿה, האָט ער ניט פֿאַרשטאַנען.

פֿאַר דער זיצונג מיט איר טאַטן האָט מען זיך שוין געהאַט אָפּגערעדט אויף אַ קומעדיקער חבֿרותא, און במשך ער האָט געאַרבעט אויף זײַנע אַלע אַנדערע פּראָיעקטן, רעפֿעראַטן וכ´ האָט ער סײַ נערוועז, סײַ אומגעדולדיק אַרויסגעקוקט אויף זיך אָפּצוגעבן מיט מירלענס מצבֿ. קיין רבי איז ער ניט, פֿאָרט פֿילט ער זיך מחויבֿ אַרויסצוהעלפֿן אַ ייִד, אַפֿילו ס´איז ניט אַזוי באַקוועם ווען דער ייִד איז פֿאַקטיש אַ ייִדישע טאָכטער.

אָבער מירל איז ניט געקומען אויף דער חבֿרותא. נו, מילא, ער פֿאַרשטייט אירע שוועריקייטן, מסתּמא האָט זי דאָס מאָל ניט געהאַט קיין געלעגנהייט אַרויסצוכאַפּן. די צווייטע חבֿרותא האָט זי אָבער אויך פֿאַרפֿעלט, און ר´ דוד האָט זיך גענומען זאָרגן. קען זײַן אַז ער האָט געמאַכט אַ גרויסן, נאַרישן טעות מיט דעם, וואָס ער האָט געמאַכט זי זאָגן איר טאַטן וועגן איר לערנען תּורה.

אַז סעמי, דאָס שטיקל גאָון, איז צו אים צוגעגאַנגען נאָך אַ שיִעור מיט אַ פּאָר גאָר סאָלידע און שׂכלדיקע שאלות, איז ר´ דוד געפֿאַלן אויף אַ געדאַנק, און געבעטן אים ער זאָל אַרײַן צו אים אין אָפֿיס בײַם סוף טאָג. ער האָט געדאַרפֿט געבן צו וויסן אַז ס´איז ניט קיין מוסר־רייד וואָס ער איז אויסן מיט זײַן באַשטעלונג, ווײַל ער האָט געזען ווי סעמיס פּנים צעפֿלאַמט זיך, און דערנאָך איז צוריק אײַנגעשטילט געוואָרן דורך סעמיס אַנטשלאָסנקייט, ניט פֿאַרשעמט צו ווערן פֿאַרן ראָש־ישיבֿה.

נאָכן לעצטן שיִעור פֿון טאָג, פֿון אַ ענערגישן יונגער־מאַן וואָס האָט געשפּרודלט מיט מאמרי־חזל אָן קיין געוויסער ריכטונג, האָט ר´ דוד זיך אויפֿגעשטעלט און געגאַנגען צו זײַן אָפֿיס. אַ מינוט שפּעטער האָט ער געהערט אַ קלעפּל אויפֿן טיר: אַן איידלס, אַ באַזאַכטס, ווי מע וויל ניט בלויז ניט שטערן יענעם אויף דער צווייטער זײַט טיר, נאָר אויך ניט דעם שלאָף פֿון דער טיר אַליין.

סעמי איז אַרײַן צו ר´ דודן אין אָפֿיס. ר´ דוד האָט פֿאַרמאַכט אַ ספֿר און אַרײַנגעקוקט סעמין אין די אויגן, געפֿרעגט וועגן וווּ ער האַלט און פֿאַרהערט אים אויף אַ פּאָר מינוט אין עבֿודה־זרה.

„גוט,“ האָט געמאַכט ר´ דוד. „גאַנץ נישקשה. איר מאַכט אַ פּעולה.“

אַ פּויזע האָט זיך געשוועבט אין צימערל. ר´ דוד איז ניט געווען צוגעוווינט צו בעטן גאָרניט בײַ מענטשן, כאָטש ער האָט זיך דאָך דרײַ מאָל אַ טאָג געבעטן בײַם אייבערשטן. זײַנע מעלות, חכמה, עניוות, און מילדקייט, האָבן פֿאַר אים געעפֿנט טיר און טויער. אָבער אַ מאָל דאַרף מען עפּעס – פֿון אַ ביוראָקראַטיע, פֿון אַ סעקרעטאַר – וואָס מע קען זיך צו דעם ניט דערטראַכטן און ניט אויספּועלן מיט גוטע מידות אָדער אַ ליבלעכן שמייכל. מע מוז פּשוט בעטן, אַרויפֿלאָזן די נאַקעטע נשמה אויפֿן מאַסט פֿון זיך אַליין.

דאָס איז ניט געווען אַזאַ פֿאַל, נאָר די מוראס וואָס דאָס בעטן האָט אין ר´ דודן אויפֿגעוועקט זײַנען געקניפּט און געבונדן, טיף אינעווייניק, מיט די חורבנדיקע ראַנגלענישן און פּליטות, וווּ אויף קיינעם איז ניט געווען צו פֿאַרלאָזן און יעדער ראָג האָט געקענט זײַן די נורע פֿון מלאך־המוות. דאָס מאָל האָט ער אָבער זיך אָנגעטאָן אַ כּוח, צונויפֿגעלייגט פֿאַר אים אויפֿן טיש די גרויסע, גוט אויפֿגעהיט, ווײַסע, צערונצלטע הענט, און אַ פֿרעג געטאָן בײַ סעמין:

„וועמען קענט איר אין דער חסידישער וועלט?“

„וואָס?“ האָט סעמי געוואָלט אויסרופֿן, ווײַל קיין נאַרישערע פֿראַגע האָט ער זיך ניט געקענט פֿאָרשטעלן. נאָר אַ מאָדנע זאַך באַקומט זיך אַ מאָל ווען ער רעדט מיט ר´ דוד, אַ מוראדיקע פֿרוכט וואָס צעגייט זיך אין זײַנע ביינער. אויס קריטישער בחור, גאָון וואָס פּראַוועט שטיק ווײַל ער קען אַרויסווײַזן יעדן קלוגן נעוואָרן בײַ אים אין קאָפ. אין צווייטן מינוט איז ער פּלוצעם אַ תּלמיד אַ ברעקל וואָס פֿאָלגט יעדעס וואָרט און קוקט זײַן רבין אין די אויגן. אויב דער ראָש־ישיבֿה פֿרעגט אויב ער קען די חסידישע וועלט, מוז אַוודאי זײַן אַ סיבה!

„פֿאַר וואָס פֿרעגט איר?“ האָט סעמי געפֿרעגט. „כ´קען כּמעט קיינעם דאָרטן, נאָר קען זײַן אַז כ´קען העלפֿן סײַ ווי.“

„דו ווייסט אַז כ´פֿלעג לערנען בחבֿרותא מיט אַ חסידישן מיידל. ס´איז שוין וואָכן וואָס זי קומט ניט צו מיר, וואָלט איך געוואָלט וויסן וואָס מיט איר איז געשען.“

„איר רעדט וועגן מירלען?“ האָט סעמי זייער פֿלײַסיק אײַנגעהאַלטן זײַן געשפּאַנטקייט.

„יאָ, ווי קענסטו איר נאָמען?“ געזען אַז סעמי איז אין עפּעס אַ פֿאַרלעגנהייט, האָט ער באַשלאָסן ווײַטער צו רעדן אָן צו פֿאָרסירן די פֿראַגע. „מילא. יאָ, כ´וויל וויסן וואָס מיט מירלען איז געשען, כ´האָב מורא אַז איר טאַטע אָדער כ´ווייס ניט ווער אין איר משפּחה האָט זי אָפגעהאַלטן פֿון ממשיך זײַן מיט איר חבֿרותא. כ´קען זי אַליין ניט גיין זוכן, כ´האָב דאָך קרובֿים און פֿרײַנד דאָרטן. איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז דו וואָלטסט אפֿשר געווען אַ בעלן צוצושטעלן אַ פּלייצע?“

סעמי האָט אַרויסגעשטאַמלט, „נו, כ´קען פּרוּוון.“ ווײַטער האָט ער געפֿרעגט, „נאָר וואָס זאָל איך טאָן אַז כ´זאָל זי געפֿינען?“

„דו זאָלסט זאָגן, אַז כאָטש כ´האַלט שטאַרק פֿון כּיבוד־אָבֿ, איז לימוד־התּורה מער וויכטיק די טעג פֿאַר איר ייִדישקייט. כ´וואָלט שטאַרק געוואָלט ווײַטער לערנען מיט איר, נאָר כ´ווייס ניט וווּ זי געפֿינט זיך. דאָס קען זײַן דײַן אַרבעט.“

עס האָט סעמין אַ שטאָך געטאָן מיט סמאַליענדיקע קינאה. מיט אים וואָלט סעמי אַפֿילו ניט געחלומט צו לערנען בחבֿרותא, און איצט זאָל ער גיין זוכן אַ חסידיש מיידעלע וואָס איז אַנטלויפֿן פֿון ראָש־ישיבֿה? ער האָט געוואָלט זאָגן, אַז עס פּאַסט ניט פֿאַר אים, מע זאָל אים מוחל זײַן, נאָר אַז ער האָט זיך דערמאָנט אין איר מיסטעריעזער און שטילער בלאַסקייט און דער בליק אירער וואָס האָט אים אַדורכגענומען פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, האָט ער זיך באַקלערט און ווײַטער געפֿרעגט בײַ ר´ דודן, ווי אַזוי ער זאָל דאָס טאָן, און וואָס פּינקטלעך ער זאָל איר אָנזאָגן, ווען ער זאָל זי יאָ געפֿינען.

„גאַנץ פּשוט,“ האָט זיך אָנגערופֿן ר´ דוד, פֿאַרשטייענדיק אַוודאי, אַז ס´איז אין גאַנצן ניט פּשוט. „זאָג איר אַז דו ביסט מײַנס אַ תּלמיד – און אפֿשר קען זי דיך אַליין? און גיב בײַ איר אַ פֿרעג, פֿאַר וואָס קומט זי מער ניט צוריק צו לערנען מיט מיר.“

סעמי האָט געפּרוּווט פֿאָרמולירן זײַן פֿראַגע מיט דרך־ארץ. „פֿאַר וואָס קלינגט איר ניט צו איר אַהיים?“

„ס´איז ניט פּאַסיק. דער פֿאָטער האָט שוין געגעבן צו וויסן אַז ער וויל ניט זי זאָל האָבן צו טאָן מיט מיר. עס קען איר שאַפֿן צרות ווען מע זאָל קלינגען צו איר אַהיים.“

„וואָס וואָלט איר פֿירגעלייגט, איך זאָל טאָן?“ סעמי האָט ניט געוווּסט, פֿאַר וואָס קען ער ניט קאָנטראָלירן זײַן אומגעדולד.

„איך וועל אײַך געבן איר אַדרעס, אפֿשר קענט איר גיין צו איר אין ברוקלין און פּרוּוון זי פֿאַרכאַפּן.“ דער ראָש־ישיבֿה האָט אַ שמייכל געגעבן.

סעמין האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס ער קען באמת ניט מסכּים זײַן מיטן רבינס צוגאַנג צו אַן ענין. וואָס איז דאָס פֿאַר אַן אָפּקומעניש, ר´זאָל אַליין גיין אין ברוקלין אין אַראָפּברענגען אַ מיידל? ער פֿאַרשטייט ניט. זײַן דערווידער אויף דער גאַנצער זאַך האָט אַפֿילו שיִער ניט איבערגעשטיגן זײַן באַגער נאָך אירע אויגן און פֿאַרכאַפּנדיקער בלאַסקייט. אָבער ניט אין גאַנצן.

כּדי צו ברעכן די אומגעלומפּערטקייט האָט ער געפֿרעגט אַ שאלה אין עבֿודה־זרה וואָס מאַטערט אים שוין אַ גאַנצן טאָג. ר´ דוד האָט זיך אין דעם טיף אַרײַנגעטראַכט, און דאַכט זיך זײַנען זיי שוין אַריבער אויף אַ צווייטער טעמע. נאָר איידער סעמי האָט זיך אָפּגעבעטן נעמען עפּעס אין מויל אַרײַן, האָט ר´ דוד אים דערמאָנט:

„ס´וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ גרויסע טובֿה, דו זאָלסט גיין זוכן דאָס מיידל. ס´איז אַ מיצווה און שפּעטער וועל איך דיר דערקלערן פֿאַר וואָס.“

סעמי האָט צוגעזאָגט אַז מאָרגן וועט ער צו איר קלינגען. נאָר אינעווייניק האָט ער אַ טראַכט געטאָן: זינט ווען דאַרף אַ תּלמיד אויך זײַן אַ משרת?

Tuesday, January 15, 2008

אַ מיידל אין דער ישיבֿה

אַ מאָל האָט סעמי געלערנט אין ר´ דודס ישיבֿה. ער האָט ניט געלערנט בחבֿרותא, און מע האָט אים דערפֿאַר ניט געשטערט, מערסטנס ווײַל ר´איז געווען אַזוי אָפֿנהאַרציק און צוגעלאָזן מיט די איבעריקע תּלמידים. ער האָט זיך געראַנגלט מיט אַ תּוספֿות אין עבֿודה־זרה וועגן יין נסך און נותן טעם. ע"ז איז געווען זײַן באַליבסטע מסכתּא, עס טוט זיך דאָרטן אויף טיש און אויף בענק מיט מעשׂיות פֿון מאָדנע גויים און אַלטע מיני עסנוואַרג, ווי אַן אויסטערלישער מוזיי. ער האָט אָבער ניט פֿאַרשטאַנען פּשט אין תּוספֿותס לשון, איז ער צוגעגאַנגען צום ספֿרים־שאַנק נאָכקוקן דאָס וואָרט בײַ דזשאַסטראָו. פּלוצעם האָט ער דערהערט, ווי מע קריגט זיך דאָרט בײַם צווייטן עק זאַל, וווּ סע שטייען פֿאַרניורעט אין ענגעניש די קליינע אָפֿיסלעך פֿון דער ישיבֿה.

ר´ דוד איז געשטאַנען און אַ צווייטער ייִד, אַ חרדי אין אַ שוואַרצן קאַפּעליוש, אַן אָפּגעטראָגענעם אָנצוג, און צעריבענע שיך, איז אויף אים געשריגן. דער צווייטער ייִד איז געשטאַנען אַזוי צוגעבויגן צו ר´ דודן צו, און סעמי האָט מורא געהאַט טאָמער וועט ער אַראָפּפֿאַלן און אַרײַנקראַכן אין ראָש־ישיבֿה. סעמי האָט זיך שטילערהײַט צעכיכקעט בײַם געדאַנק. ער האָט אָנגעשפּיצט די אויערן און געמאַכט אַן אָנשטעל, ווי ער נישטערט אין די ספֿרים.

דער ייִד האָט ווײַטער געשריגן. „וואָס מישט איר זיך? וואָס האַלט איר זיך פֿאַר אַזאַ רבין? זי האָט אַן אייגענעם רבין! איך האָב אַן אייגענעם רבין! וואָס מישט איר זיך?“ דאַכט זיך, ער איז אַזוי אויפֿגעקאָכט, אַז ער קען נאָר אַרויסרעדן לסירוגין אַזעלכע פֿראַגעס. „מײַן טאָכטערס ייִדישקייט איז מײַן עסק, ניט אײַערס!“ ער האָט נאָך שטאַרקער זיך צוגענייגט אין ר´ דודס זײַט.

סעמי האָט געגעבן אַ זײַטיקן קוק, און יאָ, ס´איז געשאַנען אַ מיידל בײַ דער זײַט, אַ הויכס, אַ בלייכס, און אַ שלאַנקס, ווי אַ שטיק קרײַד. און איר קול איז אויך געווען אַ קרײַדיקס, אַ קוויטשיקס. איר קול האָט זיך קלאָר און שנײַדיק אַרויסגעהערט אויף סעמיס עק צימער, ווײַל זי האָט אויך געשריגן – אויף איר טאַטן, מיט איר גאַנצן כּוח.

„טאַטי! איר פֿאַרשטײַט ניט! וואָס שרײַט איר אַז איר פֿאַרשטײַט מיך אין גאַנצן ניט! איך בין אַן אײַגענע מענטש! ער איז מאַן רבי! און איך פֿאָלג עם!“

ר´ דוד איז געשאַנען ווי געפּלעפֿט און געקוקט קודם אויפֿן טאַטן, דערנאָך אויפֿן מיידל.

ביידע האָבן געזען אַז ר´ דוד איז געשאַנען אין שטילשווײַגעניש, זײַנען זיי אויך אַנטשוויגן געוואָרן און געוואַרטן אויף זײַן וואָרט.

ר´ דוד האָט עפּעס געזאָגט אויף ייִדיש, וואָס האָט סעמין פֿאַרחידושט. מסתּמא האָט ער געוווּסט אונטערבאַוווּסטזיניק אַז דער ראָש־ישיבֿה רעדט ייִדיש פֿון דער אַלטער היים – זיכער האָט ער אַזאַ טשאָלנדיקן אַקצענט – נאָר ר´האָט קיין מאָל ניט געהערט ווי ער רעדט אַ גאַנצן זאַץ. וואָס דער טײַטש זאָל ניט האָבן געווען, זײַנען אַלע אַרײַן אין איינציקן פּריוואַטן אָפֿיס דאָ אונטן, דעם רבֿס אָפֿיס, און סעמי איז געבליבן אין דרויסן בײַם ספֿרים־שאַנק.

ער האָט ווײַטער ניט געפֿונען דעם פּשט פֿון וואָרט אין תּוספֿות. די ווענט, אַזעלכע דערווײַליקע, פֿאַרטיקע ווענט פֿון אַ מאַעריאַל צווישן פּלאַסטיק און שפּילטייג, האָבן אַדורכגעלאָזט יעדן שאָרך, שעפּטשע, און אויפֿגעבראַכטע טענה. זיי האָבן זיך אַזש געטרייסלט. סעמי האָט געוווּסט אַז ער טאָר זיך ניט אונטערהערן. זײַן יצר־טובֿ האָט גענומען אים מוסרן: „אָסור . . . אָסור . . . אָסור . . .“ בשעת זײַן יצר־הרע האָט ניט גערעדט און פּשוט אונטערגערוקט דעם גוף טריטווײַז צו דער אָפֿיסטיר. סעמי האָט אויך מיטגעטראָגן זײַן ש"ס, ער זאָל האָבן אַ תּירוץ: אַז ער האָט אָנגעהויבן לערנען אין איין עק צימער און סוף־כּל־סוף, ווי ר´ __________, ער האָט זיך געפֿונען בײַם צווייטן.

ער האָט זיך צוגערוקט צו דער טיר און זיך אָנגעשפּאַרט לעבן איר אויף דער שטיק וואַנט. ער האָט זיך געהאַלטן גאָר שטיל.

פּלוצעם האָט ער דערהערט פֿון אָפֿיס אַ קלאַנג וואָס איז אים אין גאַנצן אומבאַקאַנט, אַזאַ נאַסע שאָרכעניש מיט אַ סקריפּעניש אין איינעם. ס´איז גלײַך ווי אַ פֿרויען־קול נאָר ס´איז געווען הייזעריק און צעקראַצט. ס´קול וויינט. דאָס קרײַדמיידל רעדט שטיל און צאַרט, דער חרדי מיטן קאַפּעליוש האָט עפּעס שטיל געברומט. ס´קול וויינט ווײַטער און ווערט אַנטשוויגן.

דער רבי וויינט, האָט זיך סעמי געכאַפּט. און וואָס מער ער האָט זיך אונטערגעהערט, אַלץ ווייניקער איז צוגעשטאַנען דער יצר־הטובֿ, און אַלץ מער איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון וואָס ר´האָט געהערט. ער האָט אײַנגעשלונגען יעדעס וואָרט כּדי ער זאָל פֿאַרשטיין די מעשׂה־נורא: וואָס קען ברענגען דעם רבין צו וויינען?

„כ´פֿאַרשטיי ניט פֿאַר וואָס זי קען ניט גיין צו אונדזער רבין,“ האָט דער גאָר פֿרומער ייִד ווײַטער געטענהט, כּאילו זייער שמועס אין דרויסן אויפֿן קאָרידאָר האָט זיך קיין מאָל ניט איבערגעריסן.

„ערשטנס, איר ווייסט אַז דער רבי נעמט מער ניט אויף קיין פֿרויען־געסט. צווייטנס איז ער ניט מײַן רבי. רב דוד איז מײַן רבי.“ ס´האָט זיך געהערט די גלײַכקייט און די בלייכקייט פֿון איר קול.

דערנאָך ר´ דודס קול, וואָס איז געווען אָפּגעשוואַכט פֿון ניט־דערטריקנטע טרערן. „כ´בין אַ גמרא־ייִד, כ´בין אַ ראָש־ישיבֿה, כ´בין אַ מגיד־שיִעור. קיין רבי בין איך ניט. איך וויל ניט שטערן אײַער שלום־בית און איך ווייס ניט פֿאַר וואָס דו –“ ער האָט דאַכט זיך געוואָנדן צום מיידל – „ווילסט דווקא האַלטן בײַ מיר אַן עצה. כ´האָב ניט קיין עצות בדוקות פֿאַר דיר. כ´האַלט שטאַרק אָבער פֿון פֿרויען און מיידלעך וואָס ווילן זיך לערנען גמרא. אויב דו ווילסט דאָס, איז אדרבא.“

דערנאָך, ווײַזט אויס, האָט זיך אָפּגערופֿן דאָס מיידל, נאָר דאַכט זיך אַז ס´קול איז איר געווען צו נידעריק, האָט סעמי ניט דערהערט אירע ווערטער.

דערנאָך ווידער דער גאָר פֿרומער ייִד, איר טאַטע. זײַן קול, וואָס אין אָנהייב איז געווען הויך און קווישטיק, בעטנדיק, האָט זיך אַלץ פֿאַרטיפֿט און פֿאַרגרעבערט. איצט האָט זיך מערניט דערהערט אַ ברומעניש, און סעמי האָט זיך געדאַרפֿט נאָך מער אָנשטרענגען דאָס געהער דאָס אויפֿצוכאַפּן:

„איך גלייב אײַך, ר´ דוד, אַז איר ווילט זיך ניט אויסגעבן פֿאַר קיין רבין. אפֿשר האָט איר ניט ליב געבן קיין עצות. נאָר יעצט וויל איך ענק געבן אַן עצה: קיין עצות טאָרט איר ניט געבן מײַן טאָכטער. כ´וויל ענק ניט פּוגע־בכּבֿוד זײַן, איך ווייס אַז די מאָדערנע האַלטן ענק פֿאַר אַ גרויסן תּלמיד־חכם. קען זײַן. נאָר אַ גרויסער תּלמיד־חכם קען אויך זײַן אַ גרויסער נאַר. מישט זיך ניט אין מײַן משפּחה.“

איצט האָט זיך שוין יאָ דערהערט דעם מיידלס אָפּרוף. דאָס פֿונקענדיק צישעניש פֿון אַ שווערן און געפֿערלעכן מכשיר, וואָס מע ניצט אין אַ פֿאַבריק צו שנײַדן מעטאַל: אַזוי איז געוואָרן איר קול, אַדורכשטעכנדיק די וואַנט און, דאַכט זיך, יעדן איבערפֿלאַך אין דער גאַנצער קליינער ישיבֿה. נאָר אין איין צײַט מיט דער גאַנצער כּוח איז דאָס קול געווען מאָדנע שטיל, סטיכיש רויִק. ס´איז באמת געווען, אויף ווי ווײַט מעגלעך, דאָס קול פֿון אַ שטיק קרײַד.

„וואָס טוסטו, טאַטע, צו מיר? וואָס ווייסטו וועגן מיר און מײַן לעבן? קען זײַן אַז כ´לערן זיך שוין תּורה בײַ ר´ דודן, נאָר איר וואָלט ניט געוווּסט ווײַל דו פֿרעגסט דאָך קיין מאָל ניט בײַ מיר מיט וואָס כ´פֿאַרנעם זיך חוץ שול.“

„ביסט נאָך אַ יונג מיידל,“ האָט זיך אָנגערופֿן דער טאַטע, עפּעס געפּלעפֿט פֿון דער נײַער זײַט פֿון דער טאָכטער וואָס אַנטפּלעקט זיך איצט פֿאַר אים אין די אויגן.

„כ´האָב אַן אַלטן קאָפּ,“ האָט זיך שטאָלץ אָפגערופֿן דאָס מיידל, און סעמי האָט צוריקגעהאַלטן אַ לאַך. אַ מיידל אַ ברען!

פֿריִער האָבן ווי וואַסער געגאָסן די ווערטער פֿון גאָר פֿרומער ייִד, פֿון מיידלס טאָכטער. איצטער האָט ער פֿאָרזיכטיק צוגעקליבן די ווערטער, כּאילו ער גייט באָרוועס איבער שטשערבאַטע שטיינער.

„כ´האָב ניט געוווּסט, ר´ דוד, אַז ענק לערנט יעצט מיט מיידלעך. ווי לאַנג שוין לערנט ענק מיט מירל?“

סעמי האָט אַ זאָג געטאָן צו זיך אַליין, דאָרט שטייענדיקערהייט בײַ דער טיר צום אָפֿיסל: „מירל, מירל.“ ס´האָט אַ קלאַנג אַן אַנדערן פֿון די אַלע נעמען וואָס מע טרעפֿט אויף דער וועסט־סײַד, וואָס איז פֿול מיט אַבֿיבֿהס און אַבֿייהס, דזשעניפֿערס און דעביס: געוויינטלעכע, כּמו־ישׂראלדיקע און פֿולשטענדיק־אַמעריקאַנער נעמען, אָן קיין סך טעם. „מירל“ האָט אים דערמאָנט אין אַן ערלעכער באָבע. אַזאַ נאָמען פֿאַר אַזאַ ברען! דער נאָמען „מירל“ איז בײַ אים געווען מאָדנע קיל אויף די ליפּן.

דאַכט זיך אַז ר´ דודס אָפּרוף צום טאַטנס פֿראַגע איז געווען אַזוי נידעריק, אַז סעמי האָט אים ניט דערהערט. ער האָט אויך ניט דערהערט דעם רעשט פֿון שמועס, ווײַל גראָד דעמאָלט זײַנען אַרײַן אַ חבֿרה יונגעלײַט, אוניווערסיטעט־בחורים וואָס קומען צווישן די לעציעס אַרײַנכאַפּן אַ שיִעור אָדער אַ משנה. סעמי האָט ניט פֿאַרשטאַנען וואָס די סטודענטן געפֿינען די ספֿרי־קודש, ווײַל ס´רובֿ פֿון זייער זמן־הלימוד פֿאַרתּכלעווען זיי מיט פּוסטער שמועסערײַ.

און סעמי האָט זיך געכאַפּט. צבֿועק! נאָר וואָס זיך אונטערגעהערט צו אַ פּריוואַטן שמועס צוליב אַ מיידל, און דו . . .

ערשט דעמאָלט איז אַרויס פֿון קליינעם אָפֿיס דער ראָש־ישיבֿה, דער טאַטע, און מירל. סעמי האָט האַסטיק אַ שפּרונג געטאָן צוריק פֿון דער טיר און זיך אַ לאָז געטאָן צו זײַן מקום. דער אויסזען פֿון אַלע דרײַ האָבן אים פֿאַרחידושט. ר´ דוד האָט אויסגעקוקט דערשלאָגן, האָפֿענונגסלאָז; דער טאַטע, דערצאָרנט; און ווידער מירל, מיר־ניט־דיר־ניט.

דאָס רעדעלע מיטשמועסערס האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער טיר. סעמי קוקט צו צו זיי פֿון זײַן מקום בײַם טיש. ר´ דוד גיט עפּעס אַ זאָג. סעמי הערט ניט גענוי וואָס, מסתּמא אויף ייִדיש, נאָר דער טאַטע האָט אַ אָן חשק אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, ווי איינער זאָגט: „אַ ברירה האָט מען?“. מירלס פּנים האָט זיך באַלויכטן מיט נצחונישן שמייכל, גאָרניט קיין סטערעאָטיפּיש צניעותדיקער. דער טאַטע און ר´ דוד האָבן זיך געגעבן די הענט.

דערנאָך האָט אים אַ בליץ געטאָן אין די אויגן. ער האָט געמעגט שווערן: מירל קוקט אים גלײַך אין פּנים אַרײַן, פֿון צווייטן עק צימער לעבן דער טיר אַזש צו זײַן פּלאַץ בײַם טיש האָט דערגרייכט איר בליק, און זי האָט אים געגעבן אַ בליצשמייכל, קוים וואָס אויפֿצוכאַפּן. נאָר אויפֿגעכאַפּט האָט ער. אפֿשר האָט ער אָבער אַ טעות? ער ווייסט דאָך גאָרניט מיט גאָרניט וועגן מיידלעך, קען זײַן אַז ס´איז אַלץ אַ גרויסער טעות אין פּשוט וואָס קיין דזשאַסטראָ וועט ניט קענען לייזן.

ער האָט אָנגענומען אַ החלטה אַז ער וועט זיך דערוויסן ווער דאָס מיידל איז און וואָס איז די גאַנצע מעשׂה מיט איר און איר טאַטן. ר´האָט אָבער ניט אָנגעהויבן צו וויסן ווי אַזוי צוצוגיין צו ר´ דוד. ער איז ניט קיין בחור וואָס האָט גרויס ייִראת־הכּבֿוד פֿאַר יעדן וואָס קען לערנען. ער שעמט זיך ניט צו שטעלן די האַרבע שאלות. אַדרבא, ער האָט בײַ אים געהאַט געפֿרעגט וועגן זײַן אמונה און דעם חורבן. נאָר דער חורבן איז איין זאַך: די מיידלעך זײַנען אין גאַנצן אַן אַנדער געשעפֿט. אפֿשר וועט די מאַמע אים געבן אַן עצה.

Sunday, December 2, 2007

דער עילוי און דער גאָון

סעמי האָט ניט געוווּסט פֿון קיין אַלטמאָדישע הנהגות. אַז ער האָט געוואָלט עפּעס וויסן, האָט ער אַ פֿרעג געטאָ, נאַיִוו־נײַגעריק. נײַנצניעריק. בדרך־כּלל האָט מען געענטפֿערט אויף זײַנע פֿראַגעס, צוליב אַזאַ שולדגעפֿיל: וואָס וועט זײַן, אויב מע זאָגט אָפּ אַזאַ ברען, אַן עילוי? אפֿשר וועט מען צאָלן דערפֿאַר אויף יענער וועלט?

סעמי איז געזעסן בײַ ר´ דוד אין שיִעור, און דערנאָך, ווען אַלע אַנדערע תּלמידים זײַנען שוין אַוועק, איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ שאלה וועגן ר´ דודס לעבנס־געשיכטע.

יעדער ווייסט דאָך, אַז ר´ דוד איז אַ שארית־הפּליטה־ייִד. ער האָט געשריבן אַ בוך אויף ענגליש וועגן זײַן לעבנס־געזיכטע – אַליין אַן עילוי פֿון סיגעט, וואָס האָט געקענט אויסהאַלטן דעם באַוווּסט, און אפֿשר בײַ אַנדערע אַזוי גערופֿענע עילויים אַפֿילו דעם מיטישן, „נאָדלטעסט“ אין אַ מסכתּא ש"ס. ער איז געווען אַרומגערינגלט מיט גרויסע תּלמידי־חכמים פֿון סאַמע אָנהייב אָן, און יעדער האָט געזען אין אים עפּעס ניט נאָר ענלעך צו זיי, נאָר אפֿילו בעסער, מער אויסגעלײַטערט און פֿילאָסאָפֿיש געשטימט. אַ שטיקל געפֿערלעכער פֿײַער וואָס טרײַבט אונטער די נשמה צו נײַע סכּנותדיקע הייכן.

ר´ דוד – דעמאָלט מער ניט קיין „דודעלע“ – איז אַוועק פֿון אייראָפּע צו פֿרי, ער זאָל זען מיט די אייגענע געשטאָכענע אויגן דעם גורל פֿון זײַן משפּחה און קהילה. באַלד נאָך די בשׂורות וואָס האָבן אים געהאַט אומברחמנותדיק דעריאָגט און פֿאַרפֿלייצט אין אַמעריקע, האָט ער זיך פֿאַרטיפֿט אין דעם ריזיקן שאַצקאַמער גמרא מיט וועלכן ער האָט זיך אַרומגעטראָגן אין אייגענעם קאָפּ. אַז ער איז געגאַנגען איינער אַליין דורך די חז"לישע לאַנדשאַפֿטן פֿון אייגענעם תּורה־וויסן, האָט ער ניט געזען די תּלמידי־חכמים און בתּי־מדרשים וואָס האָבן זיך אין אים געהאַט געפֿונען. אַזוי ווי אַ ספֿרים־שאַנק וואָס מע נעמט בײַ אים צו דעם גרויסן חתנס ש"ס, די שטאָלצע, דיקע בענד מקראות גדולות, און די פֿיל קלענערע בענד שו"ת, ווי ייִנגערע קוזינען צו די טאַטע־מאַמעדיקע גרעסערע ספֿרים – אַזוי אויך איז בײַ אים ליידיקער געוואָרן די מוח־לאַנדשאַפֿט. אַ וויסטער ווינט האָט כּסדר געבלאָזט.

כּמעט אַלץ איז נעלם, פֿאַרשניטן געוואָרן, און ער האָט געשפּירט ווי ער טורעמט שוין העכער ווײַל די גאַנצע וועלט איז שוין נידעריקער. ער האָט דאָס ניט געוואָלט מודה זײַן ווײַל ער האָט פֿײַנט בתּכלית־השׂינאה זײַן אַזוי גערופֿענע עילוישאַפֿט, אַ טיטל געשאָנקען געוואָרן פֿון עם־הארצים און גאָרניט־ווייסערס. יענע יאָרן זײַנען עילויים יאָ געווען, און אפֿשר וועלן זיך אַ מאָל באַווײַזן נײַע. ער ווייסט אָבער נאָך ניט.

דאַכט זיך אָבער אַז ער האָט שוין אַן אַחריות וואָס ער האָט ניט געהאַט פֿריִער, אַז ער קען ניט זײַן קיין פּשוטער תּלמיד־חכם אָנגעשטאָפּט מיט ש"ס און פּוסקים ווי אַ מילגרוים מיט זאָמענס.
ער דאַרף לערנען, זאָגן שיִעורים, געבן תּלמוד־לעקציעס (ווי מע זאָגט אין די מאָדערנע אַמעריקאַנער שולן). סך־הכּל: לאָזן אונטערוואַקסן דעם נאָכוווּקס, דעם צווייטן דור.

דערפֿאַר, כאָטש ר´ דוד איז אינעווייניק געווען אַ שטרענגער ייִד, פֿול מיט טענות קעגן זיך און אַנדערע, און גרייט אין די חדרי־חרדים פֿון אייגענעם מוח צו רופֿן וועמען ניט איז אַן אידיאָט, דאָך פּנים־אל־פּנים איז ער געווען באמת אַ צוגעלאָזענער.

ווען סעמי איז צו אים צוגעגאַנגען און געזאָגט אַז ער וויל עפּעס פֿרעגן, האָט ר´ דוד אַרויסגעקוקט אויף אַ ממשותדיקער שאלה. שוין לאַנג וואָס ער האָט ניט וואָס אײַנצובײַסן מיטן פֿולן שׂכל. ער שעמט זיך פֿאַרן חונן־הדעת.

האָט סעמי אַ פֿרעג געטאָן, אָן קיין וואָרט פֿריִער, ווי זײַן שטייגער איז: „ווי אַזוי האָט איר געהאַלטן אײַער אמונה במשך דעם חורבן?“

דאָס האָט ר´ דודן פּריטשמעליעט. ער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנץ בוך וועגן חורבן און זײַן לעבן; ער האַלט רעגולערע דרשות אין יום־השואה וועגן דעם ניסיון אַרײַנצוטײַטשן אין חורבן, און אַז מע דאַרף דערפֿון ווײַכן ווי פֿון דער פּעסט. „צי האָסטו געלייענט מײַנע פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין?“ האָט ער מילד געפֿרעגט. סעמי איז אַ קלוגער (ער האָט ניט גענוצט דאָס וואָרט „עילוי“ מיט זיך אַליין), האָט ער ניט געפֿרעגט גלאַט אין דער וועלט אַרײַן.

„יאָ, איבערגעלייענט אײַער בוך. כ´האָב זיך דערפֿון אַ סך געלערנט. נאָר כ´האָב ניט פֿאַרשטאַנען דעם ווי אַזוי, דאָס הייסט, אַז איר שטייט פֿאַר אַזאַ מצבֿ, אַזאַ חורבן, וואָס טוט איר כּדי זיך אָנצוהאַלטן אין אײַער אמונה?“

ר´ דוד האָט ווײַטער ניט פֿאַרשטאַנען. „כ´האָב ניט זיך אָנגהאַלטן אין מײַן אמונה. כ´האָב זיך שרעקלעך געראַנגלט.“

„אָבער –“ בײַ סעמין איז קענטיק שטעקן געבליבן עפּעס אַ טיפֿער ייִאוש טיף אין האַלדז. „כ´וואָלט געוואָלט וויסן אײַערע עצות. כ´ראַנגל זיך אויך, מיט אַזעלכע קליינטשיקע טענותלעך צום אייבערשטן. כ´האָב געמיינט כ´קען מאַכן אַ קל־וחומר: אַזוי ווי איר זײַט שוין געווען אין אַזאַ גרויסן חורבן, און אײַער אמונה אין גאָט איז געבליבן גאַנץ דורך דעם אַלעם, האָט איר אפֿשר עצות וועגן דעם.“

„וועגן וואָס?“

„וועגן דעם, ווי אזוי צו לייזן די ספֿקות,“ האָט זיך סעמי אָנגערופֿן. סעמי האָט זיך געפֿונען אין אומבאַקאַנטער טעריטאָריע. זײַן אמונה און בטחון אין דער גמרא, למשל, וואָס איז נאָר מענשטן פּלוס רוח־הקודש, איז גאָר שטאַרק. אַפֿילו ער פֿאַרשטייט ניט אַ געוויסן שווערן מאמר אָדער פֿאַרדרייטן שקלא־וטריא, איז ער נאָך זיכער בײַ זיך אַז זײַן אייגענער שׂכל, פּלוס דער אינעווייניקסטער סדר פֿון דער גמרא, וועט אַלץ אויפֿלייזן. ניט אומזיסט האָט מען ש"ס מחבר געווען. נאָר אַז סעמי איז געשטאַנען פֿאַר דער גאַנצער וועלט, די העלפֿט דערפֿון ער הייבט ניט אָן צו פֿאַרשטיין, כאַפּט אים אַרום אַ פֿאַרלוירנקייט וואָס געפֿינט זיך ניט קיין ענטפֿער אין ברייטן גמרא־פּרוזדור. דאָס האָט ער געמיינט, און דאָס האָט צום באַדויערן זײַן נײַנצניעריק לשון ניט געקענט אויסרעדן.

ר´ דוד האָט פֿאַרשטאַנען פּונקט וואָס דער בחור איז געווען אויסן, נאָר קיין ענטפֿער האָט ער אויף אַן אמת ניט געהאַט. עס גייט אין דעם, וואָס יעדנס אינעווייקסטע ראַנגלענישן מיט גאָט זײַנען זייער שווער, כּמעט אוממעגלעך, איבערצוגעבן אַ צווייטן, און אַפֿילו דעמאָלט, אין בעסטן פֿאַל, ווערט ס´רובֿ פֿון אמת פֿאַרפֿאַלן, ווי אַ ליד. נאָר פֿונדעסטוועגן, האָט ער „אויפֿגעהויבן זײַן משל און צערעדט זיך“, ווי סע שטייט וועגן די נבֿיאים:

„דו ווייסט וואָס איינער פֿון מײַנע רביים האָט מיר געעצהט?“ האָט ער געזאָגט סעמין. „מע מוז זיך פֿירן כּאילו ס´איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט, און טאַקע אין דער רגע וועט זײַן אַ התגלות.“

צום גליק האָט ר´ דוד יאָ פֿאַרשטאַנען אין וואָס דאָ האַנדלט זיך – נאָר וואָדען, ער האָט ניט געוווּסט וואָס ער זאָל ענטפֿערן. ניט וואָס ער האָט ניט געוווּסט ווי צוצוגיין צום ענין, ניין. אַפֿילו ער האָט ניט קיין ענטפֿער, קיין מלאך איז ער דאָך ניט, פֿאָרט ווייסט ער ווי אַזוי דאָס אָנהייבן אַרומצורעדן. ס´איז די פֿראַגע וואָס שטייט פֿאַר יעדן רבין: וואָס פֿאַר אַ פֿראַגעס וויל מען אָנמוטיקן, און וועלכע וויל מען איגנאָרירן, מיט דער האָפֿענונג אַז זיי וועלן אַוועקגיין פֿון זיך אַליין? ער האָפֿט, אַז זײַן פּרוּוו אויף אַן ענטפֿער איז ניט קיין נאַרישער.

פֿונדעסטוועגן אָבער, זאָגט אים אונטער דאָס האַרץ אַז, איין מאָל שוין אויפֿגעוועקט אַזעלכע מין ספֿקות בײַ אַ בחור, ווערן זיי ווײַטער ניט אַזוי גרינג צוריק באַלייגט שלאָפֿן.

סעמי איז דאַכט זיך ניט געווען צופֿרידן מיט דעם ענטפֿער. „אָבער, ווי אַזוי קען איך האָפֿן אויף א התגלות פֿון אייבערשטן, אַז כ´בין ניט בכּוח צו גלייבן אין אים לכתּחילה?“

סעמי האָט זיך אויסגעדרייט און איז אַוועק. ר´ דוד איז דערנאָך לאַנג געזעסן, אַ פֿאַרטראַכטער, איבער זײַן ספֿר. דערנאָך איז ער אַהיים זיך אָפּגעבן מיט דער פֿרוי. נאָך אַ ראַיה פֿון אַ גאָט וואָס מע קען ניט פֿאַרשטיין, וואָס „פֿאַרשטיין“ איז נאָך אַלעמען ניט קיין שייכדיקער ווערב אָנצוּווענן אויף גאָט. „פֿאַרשטיין“ פֿאַרשטייט מען אַ בר־מיצווה־בחור וואָס בונטעוועט זיך, אָדער אַן עדה ייִדן וואָס ווילן וויסן פֿאַר וואָס זייערע טייערע זײַנען אויסגעשאָכטן געוואָרן. נאָר דער אייבערשטער קען מען נאָר אָננעמען און זיך פֿירן אַ לעבן וואָס איז אים פּאַסיק, אַזוי ווי (להבֿדיל, האָט זיך אים געדאַכט, כאָטש דעם כּוח פֿון להבֿדיל האָט ער ניט געשפּירט) זײַן פֿרוי וואָס זיצט פֿאַרליימט דורך אַ ביאָלאָגישן מעכאַניזם וואָס ער – ווידער דאָס וואָרט – פֿאַרשטייט ניט.