Showing posts with label משה טאַוב. Show all posts
Showing posts with label משה טאַוב. Show all posts

Wednesday, May 28, 2008

דער רבֿ וויל ניט זײַן אַ רבי

ר´ דוד פֿאַרשטייט ניט די קונסט פֿון עצות. אין סיגעט איז ניט געווען שווער צו האַלטן אַן עצה בײַ וועמען עס זאָל ניט זײַן: מע גייט אויף דער גאַס, מע זעט ווי עס גייט דער סיגעטער עילוי, און מע פֿרעגט וואָס ער מאַכט און וואָס ער לערנט. ס´איז דאָ אַ קהילה וואָס רינגלט אַרום און שטעלט צו אַ פּלייצע. דאָ ווידער איז יעדער יחיד אַ קהילה פֿאַר זיך אַליין, און איידער מע גיט יענעם אַן עצה דאַרף מען קודם דערגיין, צי דאָס וועט חלילה מסיג־גבֿול זײַן אויף יענעמס טײַער געשאַצטער אומאָפּהענגיקייט. אַפֿילו די גאָר פֿרומע וואָס שטעלן ניט קיין טריט אָן זייער פּוסקס וואָרט טוען דאָס ווי אַ דרויסנדיקער סימן פֿון אונטערטעניקייט. מע זאָל זיי חלילה ניט פֿאָרוואַרפֿן אַז זיי זײַנען ווי שאָף וואָס גייען וווּ נאָר זייער פּאַסטעך וויל: ניין, יעדער איינער פֿון זיי וועט טענהן, אַז ער איז אש־להבֿה פֿאַר תּורה־ומיצוות, כאָטש ברען אים און בראָט אים.

ר´ דוד האָט זיך געפֿילט שולדיק מיט דעם, וואָס ער האָט ניט קיין חשק צו רבישאַפֿט. בײַ אים איז גענוג זײַן גרויסער ש"ס מיט זײַנע אייגענע האַנט־געשריבענע הערות אין די גיליונות. לעצטנס אָבער, בשעת ער לערנט, קומען אַלע ווײַלע אונטער פֿרישע פּנימער און קלאַפּן אָן אויף זײַן טיר. אפֿשר איז דאָס אַ שטראָף פֿאַר דעם, וואָס ער זיצט ניט אין איינעם פֿון זאַל פֿון בית־מידרש צוזאַמען מיט די תּלמידים. צו ערשט איז דאָס געווען נאָר סעמי, דער עילוידיקער בחור.

דערנאָך, אין אַ דינסטיק נאָך מיטאָג, איז געווען נאָך אַ קלאַפּ, אָדער בעסער געזאָגט, אַ קלעפּל, לײַכט און באַשיידן, קוים אַרויסצוהערן פֿון די כּסדרדיקע רייד פֿון די בחורים דאָרט אין זאַל. „קומט אַרײַן!“ האָט ער פֿאַרטראַכטערהייט אויסגערופֿן.


אַ מיידל איז אַרײַן, אָנגעטאָן באָראָ־פּאַרק־צניעותדיק, אָבער מאָדיש, ווי אַ מיידל וואָס איר מאַמע האָט געלט און איז גרייט אַ ביסל אויסצוברענגען אויף דער טאָכטערס אויסזען. זי קוקט אַראָפּצוצו אויפֿן דיל, ווידער גאָרניט וועסט־סײַדלעך, אָבער פֿון צײַט צו צײַט קערט זי איר בליק אַרויף-צו, ווי אין דער קווער. איר בליק, אַרום און אַרום, איז אַ צוויי־טײַטשיקער, וואָס רײַסט זיך אין ניט איין, ניט צוויי, נאָר עטלעכע ריכטונגען מיט אַ מאָל.
ר´ דוד האָט אָן חשק אָפּגעריסן זײַנע אויגן פֿון ש"ס, וואָס ער האָט סײַ ווי זייער זעלטן געדאַרפֿט אַרײַנקוקן אַהין אין די געדרוקטע אותיות. ער האָט געקענט לאָזן זײַנע געדאַנקען שוועבן אין יענעם לאַנדשאַפֿט וווּ די הויפּט־טשיקאַוועסן ווערן אָנגעוויזן מיט פֿעט־געדרוקטע דיבור־המתחיל־אותיות.

דאָס מיידל, וואָס דאַרף זײַן פֿון אַ יאָר צוואַנציק־איין און צוואַנציק, האָט זאָרגעוודיק צוגעמאַכט די טיר, זיך אַנידערגעזעצט אויפֿן בענקל אַקעגן ראָש־ישיבֿהס טיש, דעליקאַט און פֿאָרזיכטיק צונויפֿגעלייגט די הענט, און צעוויינט. דאָס געוויין האָט זיך אָנגעהויבן אײַנגעהאַלטן און רעלאַטיוו נידעריק, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ בעל־הביתּישע ייִדישע טאָכטער, נאָר וואָס ווײַטער האָט זיך אַלץ געהעכערט און געהעכערט, ביז די ווענט פֿון ביוראָ האָבן זיך אַזש צעטרייסלט. ר´ דוד האָט גענומען אין באַטראַכט, אַז עס קען זײַן אַז די ווענט האָבן זיך צעטרייסלט ווײַל זיי זײַנען שפּאָט ביליקע ווענט. ניט געקוקט אויף דעם האָט איר געוויין – וואָס איז שוין אַריבער אין אַ העשעניש מיט אַ כליפּעניש – געמאַכט אַ ברויס געפּילדער.
אַזוי ווי דאָס הייבט שוין אָן צו זײַן ווי אַ חסידישע וווּנדער־מעשׂה, האָט ער באַשלאָסן צו בעטן אַ נס בײַם אייבערשטן – דאָס הייסט, אַז די מיידל זאָל שוין אויפֿהערן וויינען. אַפֿילו ניט בעטן בײַם אייבערשטן, פּשוט זאָגן שטילערהייט צו זיך אַליין, „וויפֿל איז דער שיִעור?“ און אַראָפּקוקן אויפֿן ש"ס ווי ניט אים מיינט מען . . .

די ווענט האָבן זיך אויפֿגעהערט צו טרייסלען. ר´ דוד האָט אויפֿגעהויבן די אויגן פֿון ש"ס. דאָס מיידל האָט אויף אים געצילעוועט די אויגן ווי אויף אַ רבין. וואָס איז דאָס? האָט ר´ דוד זיך אַ פֿרעג געטאָן. אין וועלכער פּרץ־מעשׂה בין איך אַרײַנגעפֿאַלן? דאָס מיידל האָט גענומען רעדן. „כ´האָב געהערט פֿון אײַך פֿון מירל האַלבערשטאַם. זי האָט מיר געזאָגט אַז איר העלפֿט זי לערנען. קיינער ניט אין איר קהילה העלפֿט זי לערנען תּורה, אָבער זי האָט מיר געזאָגט אַז איר האָט איר געגעבן אַ סך נוצלעכע עצות וועגן דרך־הלימוד און אַזוי ווײַטער. זי האָט מיר געגעבן אײַער אַדרעס, בין איך געקומען צו אײַך.“ ר´ דוד האָט דערהערט, אין גרויסן פֿון זײַן ביוראָ, ווי די בחורים און בחורטעס נעמען זיך מיט אַ ברען צו מסכת גטין. ס´איז שוין יענע צײַט פֿון יאָר, ווען די אַמביציעס און האָפֿענונגען פֿון די תּלמידים, פֿריש און לעבעדיקע, דאַרף מען פֿאַרוואַנדלען, על-פּי אלכמיה, אין אַ האַרטער, טרוקענער פּעולה פֿון אַזוי און אַזוי פֿיל בלאַט „געכאַפּט“ און געדעקט, אַזוי און אַזוי פֿיל נײַע מושׂגים באַקענט און פֿאַרדייעט.

דאָס מיידל האָט געוואַרט, דאַכט זיך, אויף זײַנס אַ וואָרט. ער האָט געפֿרעגט, „און וואָס פֿאַר אַן עצה דאַרפֿסטו?“ אַזוי פֿרעגט מען בײַ עמעצן וואָס דאַרף עצות? ער איז ניט זיכער. ער האָט עס איבערפֿאָרמולירט, אַ ביסל ווייכער. „ווי אַזוי קען איך דיר העלפֿן?“
דאָס מיידל האָט אים כּמעט אָנגעקוקט, און דעמאָלט אָפּגעקערט די אויגן. „איך קען ניט לערנען, ווײַל מע האָט מיט מיר ניט געלערנט. כ´קען ניט קיין מלאָכה, ווײַל מע האָט מיך ניט געשולט. מע דערוואַרט, כ´זאָל חתונה האָבן, נאָר כ´האָב ניט ליב קיינעם פֿון די בחורים וואָס מע רעדט מיר שידוכים מיט זיי. איך ווייס ניט וואָס כ´זאָל טאָן. איר קענט מיר העלפֿן? מירל האַלבערשטאַם האָט מיר געזאָגט אַז איר קענט מיר העלפֿן.“ דאָס קול פֿון דער פֿרוי, וואָס האָט אויסגעקוקט אַזוי אײַנגעהאַלטן־פּראָפֿעסיאָנאַל, האָט זיך גענומען וואַקלען ווי די ווענט אין ר´ דודס ביוראָ. וואָס האָט ר´ דוד געקענט זאָגן? יעדער מענטש מיט אַן אָפֿענעם האַרץ וואָלט געהאַט דעם זעלבן אָפּרוף, כּמעט אינסטינקטיוו, צו זאָגן אַז ער קען העלפֿן.

„איך קען דיר געבן אַן עצה,“ האָט זיך אָנגערופֿן ר´ דוד, „נאָר כ´ווייס ניט וואָס גענוי פֿאַר אַן עצה דו וואָלטסט געוואָלט. אפֿשר קענען מיר צוזאַמען אַרומרעדן דײַנע שאלות, און כ´קען דיר פּרוּוון אַרויסהעלפֿן אויף וויפֿל איך קען.“
דאָס מיידל האָט אים ווידער אָנגעקוקט, דאָס מאָל אַ ברוגזלעכע. „עס קען זײַן אַז איר זײַט אַ גרויסער תּלמיד־חכם, אַזוי זאָגט מיר יעדער וואָס האָט געהערט פֿון אײַך אָדער געלייענט אײַערע ספֿרים. עס קען זײַן. איר קוקט אויס ווי אַ קלוגער. איז אויב איר זײַט אַזאַ חכם, פֿאַר וואָס קענט איר מיך ניט כאָטש אויספֿרעגן וועגן מײַנע פּראָבלעמען? אפֿשר וועט איר האָבן אַן עצה?"

ר' דוד האָט געשפּירט נאָך מער שינויים אין זײַן ביוראָ. דאָס הייסט, פֿריִער האָבן זיך די ווענט ווי געטרייסלט, און איצט האָט זיך אים געדאַכט, ווי דער דיל גיט זיך אים אַ פּראַל-אויף אונטער די פֿיס. ער האָרעוועט שוין אַ גאַנץ לעבן, ער האָט אויפֿגעבויט און אויפֿגעהיט אַן אַלטפֿרענקישן שיף אויפֿן ים־התּלמוד, וואָס ווערט צעוויגט און צעטרייסלט פֿון די כּסדרדיקע שטורעם־כוואַליעס. און איצט, אין מיטן זײַן אייביקער ים־נסיעה, נעמט איינער אַ פּאַסאַזשירקע און פֿרעגט צי מע קען רעדן וועגן דער קוואַליטעט פֿון די מאַכלים אין עסזאַל.


עס האָט שוין געהאַלטן בײַ עלף אַ זייער, און ר´ דודן האָט גענומען דאַכטן, אַז ער וועט הײַנט ניט מאַכן קיין פּעולה אויף זײַן נײַסטער פֿאָרשאַרבעט, עפּעס וועגן דער רעדאַקציע פֿון די מסכתּות קטנות. „גוט,“ האָט ער זיך אָנגערופֿן ייִאושדיק. „זײַט מוחל, כ´בין ניט צוגעוויינט צו דער ראָלע פֿון אַ רבין. איך וועל אײַך אָבער פּרוּוון אַרויסהעלפֿן אויף וויפֿל כ´קען, ווי כ´האָב נאָר וואָס געזאָגט. וואָס איז דער מער?“

די מיידל האָט געזאָגט, „מײַן ברודער. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון אונדזער קהילה, געוואָרן אַן אַפּיקורוס.“ „אַן אמתער אַפּיקורוס?“ האָט ר´ דוד זיך געחידושט. די דעפֿיניציע פֿון „אַפּיקורוס“ בײַ די גאָר פֿרומע ייִד איז געווען אַ ביסל אַ צעשוווּמענע. אַ מאָל מיינט עס צו זאָגן, אַז מע לאָזט אַרויס אַ הערעלע פֿון אונטערן טיכל. „וואָס מיינט בײַ אײַך אַפּיקורסות?“ „ער איז אַוועק. אַוועק אַוועק. ער היט גאָר ניט, ער האָט זיך איבערגעצויגן קיין מישיגן, וווּ ער וווינט מיט אַ שוואַרצער. יעצט קלײַבט ער זיך ווידער אַרײַן אין שטאָט, וויל מאַכן שלום מיט דער גאַנצער משפּחה, מסתּמא אויף צו געפֿינען אַן אַרבעט.“

„איר זײַט זײַן שוועסטער?“ האָט געפֿרעגט ר´ דוד.

„ניין, כ´בין זײַן שוועגערין,“ האָט זי גיך אָפּגעענטפֿערט. „זײַן ברודער איז געזעסן שיבֿעה נאָך אים.“ „און וואָס מיינט איר וועגן דעם?“ זי האָט געקוועטשט מיט די פּלייצעס, ווי מע זאָגן „ניט מײַן פּראָלבעם.“ „פֿאַר וואָס ניט?“

זי האָט געגעבן אַ קרעכץ, און זיך געדרייט אויפֿן בענקל ווי איינע וואָס האָט פֿאַרפֿירט איין שמועס, נאָר איז גיך אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ צווייטן, וואָס זי האָט פֿריִער געוואָלט אויסמײַדן. „איך האָב אַליין געהאַט אַ ברודער וואָס איז פֿאַרפֿאָרן. כ´האָב ניט געוווּסט וווּ ער וווינט, ניט געוווּסט וואָס ער טוט, פֿון וואַנען ער ציט זײַן פּרנסה, איידער אין אַ פּראָסטן מיטוואָך, תּשעה באָבֿ נאָך מיטאָג, האָט זיך צעלונגען דער טעלעפֿאָן. דאָס איז ער געווען. ער האָט געוואָלט וויסן ווי זיך אַן עצה צו געבן. „ער האָט געגעבן אַן אַדרעס וווּ מיר זאָלן זיך טרעפֿן. שטעלט זיך פֿאָר וויפֿל כ´האָב זיך געחידושט ווען כ´האָב זיך געכאַפּט וווּ דאָס געפֿינט זיך: אויף טירטינט עוועניו, נאָר אַ פּאָר בלאָקן ווײַט פֿון וווּ איך וווין! נאָר ס´איז געווען אויף פֿאָרטי אייט סטריט, דאָס הייסט שוין אין גויִישן געגנט.“

ר´ דוד האָט זיך געפֿרעגט, פֿאַר וואָס די פֿרוי האָט זיך אַזוי צערעדט, אין מיטן דערינען.
„כ´האָב זיך אָנגעטאָן אַ כּוח און אים געגאַנגען זען. ס´איז געווען אין אַן ערבֿ־יום־טובֿ, וווּ קיינער האָט ניט באַמערקט אַז כ´בין אַוועק. כ´בין געווען אַלט, וואָס, צוואַנציק יאָר? כ´בין איצט פֿינף און צוואַנציק יאָר אַלט. כ´קען אַ סך מער וועגן דער וועלט. ס´איז געווען, דאַכט זיך, דאָס ערשטע מאָל וואָס כ´ווייס אַז ס´איז דאָ אַ וועלט מחוץ אונדזערע מויערן. פֿאַרשטייט מיך ריכטיק: כ´בין ניט אַזאַ וואָס האָט די גאַנצע קהילה אין דער ערד און וויל אַנטלויפֿן דערפֿון. נאָר כ´האָב פּשוט ניט געוווּסט ביז דעמאָלט, ווי אַזוי די גויים וווינען.“

ר´ דוד האָט זיך פֿאַראינטערעסירט אין דער מעשׂה, כאָטש אים איז זי גאָר ניט שייך. „און וואָס ווײַטער?“ האָט ער זיך אָנגערופֿן, פּשוט צו זײַן פֿרײַנדלעך און בײַהילפֿיק – כאָטש ער ווייסט אַז אַנדערע אַחריותן וואַרטן אויף אים אין דרויסן פֿון זײַן אָפֿיס, און ער טאָר ניט פֿאַרתּכלעווען דעם גאַנצן אין דער פֿרי מיט דער פֿרוי. די פֿרוי האָט ווײַטער דערציילט.

„כ´האָב דעמאָלט נאָך געוווינט אין דער היים מיט די עלטערן. כ´האָב ניט געוווּסט וואָס פֿאַר אַ תּירוץ כ´קען אויסטראַכטן. כ´האָב געשפּירט דעם דרוק פֿון דער ידיעה, וואָס זיי האָבן ניט געהאַט, וואָס זיי וואָלטן נאָך פֿאַרלייקנט ווען זיי ווייסן יאָ. וואָס טוט גאָט? מ´איז געקומען צו לויפֿן צו אונדז אין שטוב און געזאָגט, אַז מע דאַרף שטאַרק רעדן מיט מײַנע עלטערן. דער טאַטע איז אַ ראָש־ישיבֿה און די מאַמע איז זײַן סעקרעטאַרין. ס´איז געווען אַן אומגליק בײַ דער ישיבֿה – דער דאַך איז אײַנגעפֿאַלן. השגחה־פּרטית – ס´איז דעמאָלט קיינער ניט געווען. טאַטע־מאַמע האָבן געדאַרפֿט אַוועק פֿון שטוב זיך אָפּצוגעבן מיטן עקסידענט, האָט מען מיך געלאָזט אין דער היים אַליין. כ´האָב געקענט, הייסט עס, צוגיין זיך צו טרעפֿן מיטן ברודער. “


קעגן זײַן ווילן איז ר´ דוד פֿאַראינטערעסירט געוואָרן, און ער האָט ווײך צוגעמאַכט דעם דיקן באַנד ש"ס וואָס איז פֿאַר אים געלעגן. „נו?“
„ס´איז געווען אַ פּרעכטיקער טאָג. כ´געדענק. ס´איז געווען צווישן יום־כּיפּור און סוכּות. כּאילו דער אייבערשטער האָט צוגעגרייט דאָס אַלץ אויף יום־טובֿ. די באַלקאָניס האָבן זיך צעבליט מיט סוכּותלעך. איך האָב זיך אַדורכגעאײַלט אויף דער גאַס, און כ´האָב געפּרוּווט פֿאַרשטעלן דאָס פּנים מיט מײַן מאַנטל, קיינער זאָל מיך ניט דערקענען. כ´האָב זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן אָרט וואָס האָט געשטימט מיטן אַדרעס וואָס מײַן ברודער האָט מיר געגעבן. כ´האָב צו ערשט געמיינט אַז כ´מאַך אַ טעות, בין איך אַריבער די גאַס און געקוקט אויפֿן בנין קעגן איבער. ניין, דאָס איז דער ריכטיקער אַדרעס. כ´בין געווען גערעכט. דער צעפֿאַלענער בנין, מיט צוויי פֿלאָרס, מיט שמוציקע פֿענצטערס, אָפּגעברעקלטע פֿאַרב, און גראַפֿיטי אומעטום. כ´האָב זיך געחידושט. דאָ וווינט מײַן ברודער, וואָס גייט אַלע מאָל בעלי־ביתּיש אָנגעטאָן, וואָס האָט זיך קיין מאָל ניט אַרומגעדרייט אויף די גאַסן ווי אַנדערע ניט־געזעצטע יונגע־לײַט? „כ´בין פֿאָרזיכטיק, און אַ ביסל מוראדיק, צוגעגאַנגען צו דער טיר. כ´האָב געזוכט מײַן ברודערס נאָמען צווישן די אַנדערע לעבן דעם אינטערקאָם. כ´האָב זיך געזאָגט אַז אַלץ וועט זײַן אין אָרדנונג, אַז קיינער האָט נאָך ניט געשטאָרבן פֿון קריגן זיך מיט אַ ברודער – ווײַל וואָס נאָך וואָלט געקענט אַרויס פֿון דער באַגעגעניש, חוץ אַ קריגערײַ? כ´האָב אַ קלונג געטאָן אויפֿן אינטערקאָם. מײַן ברודער האָט זיך אָפּגערופֿן – ער האָט בכלל ניט געקלונגען פֿאַרחידושט.“

עס האָט געקלונגען דער טעלעפֿאָן, נאָר ר´ דוד האָט אים איגנאָרירט. ער האָט זיך געפֿילט מאָדנע אויסגעשפּאַנט, ער האָט ניט געוווּסט פֿאַר וואָס. די פֿרוי האָט ווײַטער גערעדט:
„קיין עלעווייטער איז ניט געווען, האָב איך געדאַרפֿט אַרויפֿקלעטערן ביזן צווייטן פֿלאָר, נאָר ס´איז געווען אַ סך פּלאַץ צווישן די שטעק און כ´בין אָנגעקומען אַ פֿאַרסאַפּעטע. כ´האָב אַ קלאַפּ געטאָן אויף דער טיר, מײַן ברודער האָט געענטפֿערט, מיר האָבן זיך אַרומגענומען. זײַן דירה איז געווען ניט וואָס כ´האָב זיך פֿאָרגעשטעלט – ניט קיין אָפֿענע סימנים פֿון פּריצות און אויסגעלאַסנקייט. ניין, זײַנע ספֿרים זײַנען דאָרט נאָך געווען. ווען כ´האָב געזען די ספֿרים איז מיר לײַכטער געוואָרן אויפֿן האַרץ, נאָר ווען כ´האָב געזען זײַן פּנים איז מיר געווען אַ שאָק.“

„ווי אַזוי?“ האָט ר´ דוד געפֿרעגט. ער האָט ווײַטער ניט געוווּסט פֿאַר וואָס ער רעדט ווײַטער מיט דער פֿרוי. ער האָט קאָנטראָלירט – די טיר איז אָפֿן, נאָר קיינער טשעפּעט אים ניט, גלײַך ווי מע ווייסט אַפֿילו אין דרויסן, צווישן די ישיבֿה־בחורים און ־מיידלעך, אַז עפּעס וויכטיקס שטעקט אין דעם איצטיקן שמועס. ער ווייסט אַליין ניט פֿאַר וואָס, נאָר דער איצטיקער מצבֿ, די קאָמבינאַציע פֿון דערהערענישן און שׂכל־הישר, זאָגט אים אַזוי אונטער.
„איר קענט ניט מײַן ברודער, און איר האָט אים זיכער ניט געקענט איידער ער איז אַוועק צו יענער דירה. אָבער ער איז געווען אַ הדרת־פּנים. ער האָט געהאַט אַלע מעלות – אַ בקי אין ש"ס, אַ בקי אין קליידער, און כּוח־הדיבור – ווי אַן אמתער רעדנער. נאָר אין דער דירה, וווּ כ´האָב אים געזען, איז פֿאָרקומען, ווײַזט אויס, אַ מאָדנע טראַנספֿאָרמאַציע. ער האָט אויסגעקוקט ווייניקער שיין, נאָר מער גליקלעך, מער צופֿרידן מיט זיך אַליין. ער האָט געטראָגן אַ העמדל, אַ טי שירט, מיטן לאָגאָ פֿון אַ יוניווערסיטי. ער איז שוין געווען מגולח. נאָר דערעיקר – זײַנע אויגן, וואָס זײַנען אַלע מאָל אַ פֿענצער אויף זײַן נשמה, זײַנען קלאָר־בלוי, און אַ שמייכל איז אים אויסגעגאָסן אויפֿן פּנים. ער איז געווען גליקלעך מיט זײַן גורל!"

ר´ דוד האָט אָנגעקוקט די פֿרוי גלײַך אין פּנים אַרײַן. זי האָט אויסגעקוקט גוואַלדיק צופֿרידן מיט זיך אַליין, ווי זי האָט אים מגלה געווען רזי־רזין פֿון דער מענטשלעכער פּסיכאָלאָגיע. נאָר דעם אמת זאָגנדיק האָט זי גאָרניט דערפֿונדען. אַלץ וואָס זי האָט געהאַט איבערגעגעבן איז די איבערגעקײַטע מחשבֿות פֿון דער מאָדערנער אויסגעלאַסנקייט, דאָס גאַנצע פּריצות וואָס ער האָט געדאַרפֿט שלום מאַכן דערמיט צוליב זײַן דרייען זיך אין די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן. אַ גרויסער חידוש – זי איז געגאַנגען צו איר פֿאַרפֿאָרענעם ברודער צו גאַסט, און האָט זיך דערוווּסט, אַז אויף יענעם זײַט מויער עסט מען ניט לחם־הקלוקל, נאָר מע שפּאַנט זיך אויס פֿון שווערן לאָך פֿון הלכה און געוווינט זיך צו צו דער „פֿרײַער וועלט“. דאָס איז נאָר די ערשטע סטאַדיע, האָט ר´ דוד אַ קלער געטאָן. ערשט דעמאָלט כאַפּט מען זיך אַז אין דער פֿרײַער וועלט – תּרתּי משמע – איז דאַגת־פּרנסה אויף גאָרניט גרינגער, דער פּועל־יוצא פֿון יצר־הרע איז גאָרניט שוואַכער, גזלנות, גדלות, גרויס־האַלטערײַ, קאָרומפּציע, אַלע וואָס מע האָט פֿײַנט וועגן דעם גאָר פֿרומער וועלט און די רביישע אונטערלעקער – אַלץ איז פֿאַראַן אויף דער פֿרײַער וועלט אויך, נאָר אָן קיין מויערן, כּדי אַלץ זאָל זיך גלײַך פֿאַרשפּרייטן איבער די קלאָגעדיקע, אָרעמע, מולטו־קולטורעלע גאַסן. דאָס אַלץ דאַרף כּלומרשט זײַן בעסער פֿון דער גאָר פֿרומער וועלט.
דער ראָש־ישיבֿה, הייסט עס, שלאָגט זיך מיט דער דעה אַקעגן דעם חילוק צווישן דער ליבעראַלער און דער גאָר פֿרומער וועלט. נאָר אין דער רגע וואָלט ער שטאַרק געוואָלט אַרויסוואַרפֿן די פֿרוי און איר גלאַטיק־צופֿרידן פּנימל, נאָר ער קען ניט. קיין כּעסן איז ער ניט און זיכער ניט קיין גראָבער־יונג וואָס וואָלט אַרויסגעוואָרפֿן אַ פֿרוי פֿון זײַן אָפֿיס.

„איז ווידער, פֿאַרשטיי איך ווײַטער ניט, ווי אַזוי קען איך אײַך העלפֿן?“ „איך וואָלט געוואָלט בעטן, איר זאָלט אים דינען ווי אַ בריק צווישן אונדזער וועלט און דער וועלט, דער ליבעראַלער וועלט.“ „אײַער שוואָגער איז שומר־מיצוות?“ „אויף זײַן אייגענעם אופֿן.“ אוי, גאָטעניו, האָט ר´ דוד געזאָגט צו זיך אַליין. „איז פֿאַר וואָס וויל ער, אַ רבֿ וואָס ער קען ניט זאָל זיך אַרײַנמישן אין זײַן לעבן?“ „דעם אמת זאָגנדיק, ער קען אײַך יאָ. ער פֿלעג דאַוונען אין אײַער שול.“

דער ראָש־ישיבֿה האָט געוווּסט וואָס מע מיינט, כאָטש קיין שטעלע אין אַ שול האָט ער ניט. די ישיבֿה וווּ ער לערנט געפֿינט זיך אויפֿן קעלער פֿון אַן אַלטן שול. ס´איז געווען אַזאַ שול, וואָס איז כּמעט ניפֿטר געוואָרן ווען די וועסט־סײַד האָט זיך אָפּגעליידיקט פֿון דער ערשטער כוואַליע ייִדן אימיגראַנטן און בני־אימיגראַנטן. דעמאָלט, על־פּי נס, האָבן די יונגע־לײַט, די נײַע מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, אַנטדעקט זייער ייִדישקייט, און גענומען אַרײַנשטראָמען אין די שולן און שטיבלעך פֿון געגנט. אַ גאַנצע קולטור איז אויפֿגעקומען.
כאָטש מע האָט דאָס ניט געוואָלט מודה זײַן, האָט זיך דער סאַמע בראשית פֿון דער ווידער־באַנײַונג געפֿונען אין דער עלעמענטאַרסטער תּשוקה: דעם צווייטן מין. שולן זײַנען אויפֿגעקומען, וואָס ס´רובֿ בעלי־בתּים זײַנען קיין בעלי־בתּים ניט געווען, נאָר יונגע־לײַט, בחורים און בחורטעס וואָס ווילן ווערן חתנים און כּלות. דאָס אַלץ איז געווען אַ פֿאַרכּישופֿטער קרײַז: יונגע־לײַט האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין געגנט כּדי ווידער צו באַנײַען די אַלטע שולן, און צו געפֿינען אַ פּלאַץ וואָס איז געווען עקאָנאָמיש גינציק (קריא: ניט באָמבאַרדירט פֿון דער אָנגעווייטיקטער שוואַרצער און שפּאַנישער פֿאַראָרעמונג). מיט דער מײַט האָט זיך געשאַפֿן אַ קריטישע מאַסע פֿון אַזלעכע הונגעריקע, אַמביציעזע, היפּערייִדן פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. אַנדערע יונגע־לײַט, נײַע מינים אימיגראַנטן וואָס וואַנדערן אײַן ניט פֿון דער אַלטער היים נאָר פֿון דער ווייניק מיט־ייִדישקייט־באַגאָסענעם מידוועסט, קלײַבן זיך איבער אין דעם געגנט, טרעפֿן זיך מיט דעם צווייטן מין, זאָגן זייערע קרובֿים און חבֿרים אַז זיי האָבן געפֿונען זייער באַשטערטע/ן דאָרט אין יענעם געגנט, מער יונגע־לײַט קלײַבן זיך אַרײַן, און אין לדבֿר סוף ביזן קומעדיקן דעמאָגראַפֿישן ציקל, אָדער דעם מלאך המשחית. פֿרײַטיק צו נאַכטס האָט מען קוים געקענט זיך אַרויסקוועשטן פֿון שול און לאָזן אין וועג אַהיים צו דער סעודה, אַזוי ענג, פֿאַרשוויצט און קאָפּ־אויף־קאָפּ איז געווען די „סין“ אויף די טרעפּ פֿון די גרעסערע אָרטאָדאָקסישע שולן, וווּ די ליבשאַפֿט איז אַ ניט באַדאַנקטע ספּאָנדאָר פֿון דער גאַנצער קהילה. אפֿשר „ליבשאַפֿט“ איז אַ גוזמא און מע דאַרף גיכער זאָגן „שידוכימשאַפֿט“, ווײַל דאָס איז דער סאָציאָלאָגישער כּוח וואָס טרײַבט אונטער די וועסט־סײַד־קהילה: ווען עס קומט שוין די צײַט חתונה צו האָבן, שפּירט מען אויף טריט און שריט, פֿון קינד און קייט, אַ דרוק חתונה צו האָבן. דאָס איז אַוודאי ניט קיין שלעכטע פֿירונג פֿאַר אַ געזעלשאַפֿט – מע האָט חתונה שוין טויזנטער יאָרן – נאָר אַ מאָל דערפֿירט עס צו אומגעריכטע קאָנסעקווענטן.

צוליב דעם געזעלשאַפֿטלעכן דרוק חתונה צו האָבן, האָבן די שולן פֿון דער וועסט־סײַד אָנגעהויבן צוציִען צו זיך אַ סך יונגע־לײַט, לערנערס, דאַוונערס, און סתּם קיביצערס. קיינער האָט זיי ניט צו שטרענג פֿאַרהערט אָדער בודק־ציצית געווען וועגן זייער פֿרומקייט. די בחורים, די געזונטע און שיינע, מיט נעטער קליידונג, צוגעקעמטע האָר לויט די לעצטע מאָדע־תּקנות.
טייל פֿון די דאָזיקע בחורים, מחמת איזה סיבה, זײַנען געווען חרדים. שווער צו דערקלערן פֿאַר וואָס – עס זײַנען אַוודאי פֿאַראַן גענוג ליבשאַפֿט־ אָדער אַפֿילו נאָר שידוכימשאַפֿט־געלגענהייט בײַ זיי אין די גאָר פֿרומע געגנטן, און עס וואָלט געדאַכט, אַז די סבֿיבֿה אויף דער וועסט־סײַד איז ניט די ריכטיקע. נאָר פֿרײַטיק צו נאַכטס זײַנען זיי אַלע מאָל דאָרטן אויסגעוואַקסן, קיינער האָט ניט געוווּסט וווּהין זיי זײַנען נאָך דעם געגאַנגען, בײַ וועמען זיי האָבן געמאַכט זייער סעודה. און זיי האָבן זיך ווידער באַוויזן שבת שחרית. קען זײַן אַז איינער פֿון זיי איז געווען דער בחור וועגן וועמען עס גייט איצט די רייד.

ר´ דוד האָט געמוזט אָפּהאַקן דעם שמועס. נאָר ער האָט צוגעזאָגט אַז אויב די פֿרוי וואָס איז געקומען צו אים וועט אים אָפּשיקן יענעם בחור, וועט ער אים פּרוּוון אים אַרויסהעלפֿן. ווי אַזוי האָט ער ניט געוווּסט, ווײַל ער האָט ניט געטראַכט פֿון זיך אַליין ווי פֿון איינער וואָס העלפֿט יענעם אַרויס. דאָס איז ניט זײַן צוגאַנג צום לעבן. ניט חלילה וואָס ער איז ניט קיין איידעלער ייִד, ער גראָבט ניט אונטער יענעם אויף קיין אַקטיוון אופֿן. נאָר אין דער תּקופֿה פֿון פּסיכאָלאָגישן אויפֿמערק, ווען יעדער איז זייער פֿאָרזיכטיק זיך אָפּצוגעבן מיט יענעמס פּראָבלעמען, איז ער אַ שרײַיִקער אויסנאַם. ער האָט בעסער ליב צו זיצן און לערנען. ניט ווײַל יענער הייסט, אָדער פֿאַרן אייגענעם כּבֿוד (כאָטש דאָס איז מסתּא אויך נאָך בײַ אים אַ יצר־הרע) נאָר פּשוט ווײַל אַזוי האָט ער ליב פֿונעם טאָג ווען ער איז געבוירן געוואָרן ביז היום הזה.
נאָר ער איז ניט אַזאַ ייִד, וואָס וועט אַוועקטרײַבן אַ פֿרוי וואָס זוכט הילף. ער וועט זען וואָס ער קען טאָן.

Friday, October 26, 2007

אַ שאָד וואָס משה טאַוב מוז פֿאַרלאָזן זײַן כּלה

אַ שאָד וואָס ער וועט זי מוזן פֿאַרלאָזן. און – צוריקגערעדט, איז דאָס ניט קיין שאָד. ס´איז דער איינציקער אויסוועג. ער גלייבט ניט אין גאַנצן הכּל־בכּל מיטן פּעקל. וואָס וועט ער זאָגן, ווען ער וועט ניט קענען אַרויסווײַזן דעם נייטיקן התפּעלות צוליב זײַן ייִנגלס ערשטן טאָג אין אַ פֿאַרגלאָצטן, כניאָקישן חדר. מע וועט אים דערוויסן און דערנאָך וועט מען אים דערווישן, קיין שפּור ניט צו בלײַבן. און וואָס וועט דעמאָלט בלײַבן און פֿייגי לאה און די קינדערלעך?

„אוי, וויי,“ האָט ער זיך קורץ צעלאַכט, און אַ קער געטאָן צו חיים, וואָס האָט געוואַרט אַ ביסל פּריטשמעליעט אויף זײַן מיטשמועסערס קומעדיקן גאַנג. „כ´טראַכט צו פֿיל.“

„יעדער חתן פֿילט זיך אַזוי, אַיאָ?"

„איך וויל פּטור ווערן. כ´וויל אַוועק."

חיים האָט אַ זיפֿץ געטאָן. „כ´וואָלט דיך געדאַרפֿט פּרוּוון אָפּרעדן, אָבער – “

„ ,אָבער´ דו ווילסט ניט צי ,אָבער´ דו קענסט מיך ניט אָפּרעדן?"

„כ´בין ניט בכּוח. כ´פֿיל זיך אויך צעריסן און צעבראָכן. כ´ווייס ניט וווּהין זיך צו ווענדן. נאָר כ´האָב אויך ברוך־השם אַ ווײַבל וואָס כ´האָב ליב, און כ´ווייס ניט ווי איר צו זאָגן. אַז כ´פּלאַץ זיך אַרויס אין מיטן דערינען מיט אַזאַ מין ווידוי, קען זײַן נאָך אַלעמען. ווער ווייסט צי זי וועט פֿון מיר מאָנען אַ גט?“

„וואָס וואָלט געווען ערגער,“ האָט משה געוואָלט זאָגן, „זיך צו גטן מיט דײַן פֿרוי, אָדער צו בלײַבן געפֿאַנגען אויף אייביק?" נאָר ער האָט געוווּסט וויפֿל ס´האָט חיים ליב זײַן פֿרוי.

זיי זײַנען זיך געגאַנגען אויף איינעם פֿון די עוועניוס. דאַכט זיך, אַ געויינטלעכער וואָכנטאָג. נאָר געפֿאַנגען האָט זיך טאַקע געפֿילט דער חתן. ער האָט אַ מאָל געהאַט געלייענט אויף אַ פּאַשקעוויל, אַז ייִדן וואָס עסן אײַזקרים־קאָנס אויף דער גאַס זײַנען פּסול לעדות. אַפֿילו אײַזקרעם, דער סימן פֿון קינדישער זאָרגלאָזיקייט, האָט מען פֿאַרדרייט אין אַ ליטמוסטעסט!

דאַכט זיך אַז ער האָט אויסגערעדט ניט־וויסנדיק – חיים האָט אויף אים אויסגעשטעלט די אויגן. „דו ווילט אויף אַן אמת אַוועק אויף שטענדיק? אַראָפּ־ פֿון וועג?"

איצט, אַז אַ צווייטער דערמאַנט עס שוין אויף אַ קול, איז משהן קלאָר געוואָרן אַז דאָס איז טאַקע זײַן פֿאַרלאַנג.

„קענסט מיר צוברענגען מײַן חפֿצים?" האָט ער אַ פֿרעג געטאָן בײַ חיימען. ער האָט געהאַט איבערגעלאָזט אין חתונה־זאַל זײַן טלית־און־תּפֿילין, אַ פּאָר ספֿרים, זײַן סעלפֿאָן.

„און וואָס וועל איך זאָגן דײַן משפּחה, און דעם גאַנצן עולם, ווען איך קום צוריק אָן דיר?“

דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה בכלל. ער וויל אַוועק נאָר ער וויל אויך ניט שטעלן זײַן חבֿר אין אַ סכּנה. פּלוצעם פֿאַלט ער אײַן אויף אַ המצאה. „ווייסט וואָס? כ´דאַרף ניט די זאַכן. איך וועל אַהיים, נעמען אַ טשעמאָדאַן און – און גיין.“

חיים האָט דאַכט זיך פֿאַרלוירן וועלכן־ס´איז קאָנטראָל איבער זײַן קאָפּ, וואָס האָט זיך געוויגט פֿון זײַט צו זײַט ווי אַן אומסטאַבילע משׂא אויף אַן אַכצן־רעדערדיקן אויטאָ. „דאָס איז משוגע! כ´שטיץ דיך, דו ווייסט דאָס, נאָר דו פֿאַרשטייסט אַליין ניט וואָס דו טוסט!"

„כ´ווייס פּונקט ווי משוגע דאָס איז, נאָר כ´זע אין דער רגע ניט קיין אַנדער אויסוועג. וואָס זאָל איך טאָן, חתונה האָבן מיט אַ פֿרוי און פֿאַרפֿירן זי אַ לעבן לאַנג?“ ער האָט אַ כאַפּ געטאָן די שטובשליסל בײַ זיך אין קעשענע. ר´דאַרף זיך שוין לאָזן אין וועג אַרײַן.

„חיים.“ ער האָט אַ כאַפּ געטאָן חיימען בײַ ביידע הענט און מיט איין מאָל אים ניט געקענט קוקן גלײַן אין פּנים אַרײַן, עלעהיי ער האָט ניט געוואָלט אַרײַנקלינען צווישן זיי נאָך מער אומגעריכטן וויי. „מיר וועלן זיך מירצעשעם באַלד זען.“

„ווען קענען מיר זיך אַוועקזעצן און רעדן וועגן דעם? ווי קענסטו אַוועק אָן אַ זײַ־געזונט, פּונקט פֿאַר דײַן חופּה? וואָס איז מיט דיר?"

„בעסער איצט ווי שפּעטער“, האָט משה געזאָגט. זיי זײַנען געווען קעגן איבער דעם חתונה־זאַל, אויף אַ רעשיקן בלאָק פֿון באָראָ־פּאַרק. אַ גליק וואָס ער זעט ניט קיין אייגענע אויף דער גאַס – קען זײַן אַז די אַלע וואָס קענען אים גוט זיצן איצט (אָדער שטייען – ס´איז דאָך אַ דבֿר שבקדושה) אין חתונה־זאַל, וווּ אָט־אָט פּלאַצט זיי שוין די געדולד.

משה האָט זיך שאַרף פֿאַרקערעוועט הינטערן ראָג לעבן אַ שייטלמאַכער, און איז אַראָפּ מיט יענער גאַס און אַרײַן אין זײַן נײַ לעבן.

מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַ נײַ לעבן הייסט עפּעס ווי אויף דער בינע, וווּ מע טוט זיך איבער, מע וואַנדערט אײַן אין אַ נײַ לאַנד, אָדער מע שמדט זיך. דאָס איז דאָך אָבער אַ שמאָלקעפּיקע דעפֿיניציע פֿון „נײַ“. אַמאָל שטעקט די נײַקייט ניט כּלפּי־חוץ נאָר כּלפּי-פֿנים – און אַזוי איז אויך געווען מיט משה. ווען ער האָט זיך אַזוי פֿאַרקערעוועט הינטערן ראָג, האָט ער זיך ניט גלײַך איבערגעטאָן „אויף דײַטש“, ווי מע זאָגט אין די אַלטע ביכלעך. ניט ער האָט זיך געשמדט, ניט ער איז געלאָפֿן טועם זײַן די גוייִשע טומאה כּל־המינים.

ער איז אַוועק קיין מאַנהעטן אויף אַ פּאָר וואָכן און דאָרטן אײַנגעשטאַנען בײַ אַ חבֿר וואָס ער האָט זיך אַ מאָל געהאַט געשאַפֿן, ווען אַ פּאָר מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע האָבן בײַ די חרדים געשבתט לשם חבֿרים כּל ישׂראל. ער האָט זיך דעמאָלט באַפֿרײַנדט מיט אים, און אים מער ווי אַ ביסל מקנא געווען דײַן הקפּדה אין שמירת־מיצוות און זײַן אָפֿנקייט צו וועלטסוויסן. איצט, ווען ער שטייט שוין בײַ אים אײַן אין אַ שיין־מעבלירטע, בוך־אויסגעשטאָפּטער דירה, איז אים שוין נימאס דער גאַנצער עולם־הזה פֿון דער סבֿיבֿה. וווּ דריקט זיי? האָט ער זיך געפֿרעגט. וואָס שטערט זיי? וווּ זײַנען זייערע פּראָבלעמען? ער האָט ניט געזען קיין פּראָבלעמען. אײַ, וואָס זײַן חבֿר האָט אַ שטעלע וואָס מאָנט בײַ אים כּמעט יעדע שעה חוץ שבת, און זײַן טאָכטער איז אַ ברען וואָס דרייט זיך מיט בחורים וואָס טראָגן זיך אַרום מיט אַ קרום־באַלייגטער יאַרמלקע און חוץ דעם אָן קיין בולטער סימן־ייִדישקייט? אײַ, וואָס מע האָט מורא זייערע קינדער זאָלן ניט פֿאַרמישט ווערן אין נאַרקאָטיק אָדער סעקס מיט אַ ריי איינמאָליקע מיטשלעפֿערס? אָבער זיי האָבן מסכּים געווען צו צאָלן יענעם געוויסן פּרײַז פֿון אָפֿנקייט צו דער ברייטער וועלט. אַז מ´איז געבוירן געוואָרן אין אַ פֿאַרמאַכטער וועלט האָט מען במילא דאָס ניט אויסגעקליבן, ווײַל קיין "הנה אנוכי נותן לפֿניכם היום" איז ניט געווען בכלל. אַלע זייערע פּראָבלעמען האָבן זיי פֿרײַוויליק גערופֿן אויף זיך אַליין, און זיך ניט מחייבֿ געווען דורך מינהג אַבֿותינו בידינו. די מאָדערנקייט איז דאָך אין תּוך גענומען די פֿרײַהייט אויסצושרײַען: וואָס מײַנע אָבֿות האָבן געטאָן קריכט מיר פֿון האַלדז! צו זאָגן הויך אויפֿן קול לפֿני כּל עם ועדה, ווי דער בראַסלעווער: איך וויל גיין אויף אַ וועג וווּ נאָך קיינער איז ניט געגאַנגען חוץ מיר!

אין אַ פּראָסטן מיטוואָך איז משהן אײַנגעפֿאַלן, אַז ער דאַרף גיין זוכן אַרבעט. ער האָט געדאַרפֿט בײַ עמעצן האַלטן אַן עצה, און דעם אמת זאָגנדיק האָט דער חבֿר, בײַ וועמען ער איז אײַנגעשטאַנען, ניט געוווּסט קיין סך וועגן דער אמתדיקער אַרבעטוועלט, פּשוט דערפֿאַר, וואָס ר´איז אַ גרואַדויִר־סטודענט מיט אַ סטיפּענדיע. חוץ אים קען ער קיינער ניט אין מאַנהעטן.

אין ערשטן מאָנטיק נאָך זײַן גורלדיקן באַשלוס איז ער געשטאַנען פֿאַרן שפּיגל אין קאָרידאָר בײַ אונדזער חבֿר, און באַטראַכט דעם אייגענעם פּרצוף. ניט שלעכט. ס´האָלט אָט־אָט בײַם ערשטן חודש נאָך זײַן חתונה, און אין די ערשטע פּאָר וואָכן האָט ער זיך צוגעשוירן די באָרד, צוגעקעמט די האָר און פּאות, און געוואַשן און געפּרעסט דעם גאַרניטער. זײַן חבֿר האָט אים געבאָרגט אַ קאָמפּלעט „דײַטשע“ קליידער, ד"ה אַן אמתן גאַרניטער, און דאָ שטייט ער – אַ הויכער, אַ דאַרער, מיט צוויי גרויסע, טונקעלע, טיפֿע, טרויעריקע אויגן, אַ לאַנגער נאָז, בלאַסע הויט, און צעקרײַזלטע האָר וואָס דעקט מער ניט די אויגן זינט דעם שערעניש. אַכּלל, ניט קיין מיאוסקייט. אים דאַכט זיך, אַז אויב ער האָט ניט קיין מורא און גאַרטלט זיך גוט אונטער וועט ער געפֿינען אַן אַרבעט. עס דאַרף ניט זײַן קיין גאָר בכּבֿודיקע. פּשוט גענוג צו פֿאַרזיכערן, אַז ער דאַרף זײַן חבֿר ניט פֿאַלן צו לאַסט.

פּלוצעם האָט אים אַ בליץ געטאָן אין קאָפּ אַ שאַרפֿע, פֿילפֿאַרביקער זיכּרון פֿון לאה פֿייגי. וואָס טוסטו דאָ? האָט ער שיִער ניט אויסגעשריגן אויף אַ קול. „כ´האָב דיך דאָך פֿאַרלאָזט אין ברולקין!"

דעמאָלט האָט זיך דערהערט אַ קלאַפּ אויף דער טיר. ער איז צוגעגאַנגען און אויפֿגעעפֿנט. אַזוי ווי ער אַרבעט נאָך ניט בײַ טאָג, און דער חבֿר איז אַוועק בײַ זײַן גראַדויִר־לימודים, האָט ער אָפֿט מאָל געדאַרפֿט אָפּגעבן זיך מיט טעלעפֿאָנען, דער פּאָסט, און דאָס גלײַכן. אַ קליינער פּרײַז צו צאָלן פֿאַר זײַן חבֿרס ברייטהאַרציקייט.

נאָר דאָס מאָל אַז ער האָט אויפֿגעעפֿנט די טיר האָט זיך באַוויזן גאָר חיימס פּנים, צעשמייכלטס. עס האָט אים אַזוי פֿאַרחידושט, האָט ער ניט געוווּסט וואָס – צי ווי – צו ענטפֿערן, נאָר דאָס ערשטע וואָס איז אים אַרײַן אין קאָפּ איז געווען די פֿראַגע:

„וואָס שמייכלט איר עפּעס?“

אים איז ניט געווען קלאָר, פֿאַר וואָס ער אירצט אים, נאָר ס´איז שוין צו שפּעט אויף צוריקצוציִען דעם נאַרישן שינוי. האָט ער זיך געכאַפּט און געזאָגט, „קום אַרײַן. איידער כ´דאַרף דיך אַנטוישן קען איך דיר דאָך עפּעס דערלאַנגען.“

אַ פֿאַרגיייִק קרימעניש איז זיך אַדורכגעלאָפֿן איבער חיימס פּנים און משה האָט זיך געכאַפּט, אַז ר´איז חושד אין דער שטובס כּשרות. „ווען ביסטו געוואָרן אַזאַ גרויסער צדיק?“ האָט ער אַרויסגעפּלאַצט. „בײַ וועמען אין שטוב פֿלעגט איר ניט עסן?“

„ס´איז ניט קיין היימישער פּלאַץ,“ האָט זיך זײַן חבֿר פֿאַרענטפֿערט. „האָט ניט קיין פֿאַראיבל.“ ווידער דער איר, אַן אומאָנגעלייגטער גאַסט.

„אַ טעפּל קאַווע?“ האָט משה אָנגעבאָטן, שוין וויסנדיק דעם ענטפֿער. אַז חיים האָט זיך ניט אָפּגערופֿן האָט ער זיך אַוועקגעזעצט בײַם עסטיש (געווען איז די דירה אין תּוך גענומען נאָר איין גרויסער צימער) און אַרויפֿגעקוקט צו חיימען צו. „נו,“ האָט ער געטאָרעט. „זעץ זיך.“

זיי האָבן זיך אַוועקגעזעצט, און עלעהייט די שטוב אַליין האָט מיטגעפֿילט, האָט דער דיל אַ קרעכץ געטאָן אונטער די פֿיס. ס´האָט געהערשט אַ שטילשווײַגעניש, און דאָס איז געווען דאָס מאָדנעסטע – ווי לאַנג נאָר ער געדענקט האָבן זיי כּסדר גערעדט וועגן אַלץ און אַלעמען, און אַ קליינער בײַט אין געאָגראַפֿיע האָט אַוועקגעשטעלט צווישן זיי אַן אײַזענע מחיצה וואָס קיין יום־כּיפּורדיקע תּפֿילה קיין ניט אַראָפּזעצן.

דער אינהאַלט פֿון יענעם שמועס, קען מען זיך פֿאָרשטעלן, איז ניט געווען דער עיקר. וויכטיקער זײַנען געווען זייערע געמיטער, ווי אַזוי זיי האָבן זיך איבערגעקוקט, ווי אַן אָפּגעגטער מאַן־און־ווײַב וואָס באַגעגענען זיך על־פּי צופֿאַל אויף דער גאַס: ניט פֿרײַנדלעך, ניט אָפֿן ליבלעך, נאָר צוריקגערעדט אויך ניט אָפֿן פֿײַנדלעך. זיי האָבן ביידע געוואַרט אויף אַן עפֿענונג, אַ שפּאַלט, אַ געלעגנהייט זיך אַ ביסל צוצובייגן צום צווייטן און צוגעבן אַז יעדער ניט ניט דער גאַנצער שולדיקער. משה, פֿון זײַן זײַט, וואָלט געקענט פֿאַרשטיין אַז זײַן באַשלוס איז ניט געווען קיין קלאָר, איינזײַטיק באַרעכטיקטער, אַז ער האָט שרעקלעך וויי געטאָן זײַן כּלה און ביידע מחותּנים, און אַז ער דאַרף זיך שעמען פֿאַר זײַנע מעשׂים. חיים האָט געזען אַז משהן איז עפּעס לײַכטער אויף דער נשמה, כאָטש קיין גאַנצער איז ער אַוודאי ניט נאָך אַזאַ גוואַלדיקן ריס. נאָר קיינער פֿון די צוויי האָט דער זיך דער ערשטער ניט גערירט, און די געלעגנהייט איז פֿאַרבײַ. דער שמועס איז אַריבער אויף אַן אָנגעשטרענגטער העפֿלעכקייט וואָס באַווײַזט זיך אָפֿט מאָל אין אַזעלכע חבֿרים־ און משפּחה־צוזאַמענשטויסן.

ווען חיים איז אַוועק האָט ער געזאָגט צו זיך אַליין, „נו, פֿאַרפֿאַלן,“ און דאָס גאָר. דעמאָלט איז ער אַוועק זוכן אַרבעט, תּיכּף געפֿונען עפּעס אַ פֿאַרדינסטל אין אַ פֿאָטאָגעשעפֿט – דווקא פֿון די חסידים וואָס לאָזן זיך אַרויס אויף דער ברייטער וועלט לשם פּרנסה – און דאָרטן, אין איינעם אַ סלעקנעם נאָכמיטאָג, איז עס געשען. ער האָט דווקא דעמאָלט, נאָך אַלעמען, זיך אַרומגעדרייט אין חסידישן לבֿוש. כאָטש ער האָט אַרויסגעוויזן אויפֿן אינטערוויו זײַן פּרטימדיקן קענטעניש פֿון עלעקטראָנישע מכשירים, האָט מען מורא געהאַט, טאָמער וועט מען זיי בודק־בציצית זײַן צוליב דעם פֿאַרפֿאָרענעם חסיד אויפֿן פּערסאָנאַל, האָט מען אים אויסגעשטאַט מיט אַ קרובֿס בגדים. ער האָט זיך געקראַצט אין רוקט, אין עלנגבויגן, און אין זײַט־זשע־מוחל, ווײַל ס´איז געווען זומער און ער האָט זיך שוין אָפּגעוווינט פֿון חסידישן טאַלאַנט: די אַרומגערינגלטקייט פֿון די מלבושים ווי אַן אָפּדאַך קעגן וואָסער ניט איז היץ צי קעלט.

זי האָט געהאַט די לענגסטע האָר וואָס ר´האָט ווען עס איז געזען און ס´האָט גענומען אַ שיינע פּאָר רגעס ביז ר´האָט זיך געכאַפּט, אַז דאָס רעדט זי צו אים. ער האָט זיך ניט איבערגענומען, ער איז ניט נערוועז געוואָרן, ער האָט זי פּשוט אַ קוק געטאָן גלײַך אין פּנים אַרײַן און געזאָגט, ווי ניט אים מיינט מען:

„וואַט איז יאָר ניים עגען?“

זי האָט זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַ געלעכטער און ס´איז שוין געווען פֿאַרפֿאַלן. ווידער אַ מאָל אַ פֿאַרפֿאַלעניש. ער האָט זיך פֿאַרשאָלטן: דאַכט זיך אַז נאָך אַ חיסרון פֿון זײַן פֿאַרשפּאַרט אין דער חסידישער וועלט איז דאָס ניט קענען באַציִען זיך צו קיין פֿרויען, און ניט קענען גענוג ענגליש זיי צוצוציִען אויף אַ פּאַסיקן אופֿן. ער וועט אַלע מאָל אויסזען ווי אַן אידיאָט, אָדער אַ נעבעכדיקער קוריאָז. ער האָט אַפֿילו ניט געקענט קוקן איר אויפֿן פּנים, אַזוי פֿאַרקאָוועט צו דער ערד איז ער געוואָרן פֿון אירע אין־סופֿיקע פּעך־שוואַרצע האָר.

„קעראָלײַן,“ האָט זי געזאָגט, אויף אַ פּשוטן און באַשיידענעם אופֿן. זי האָט געשוויגן, און ער האָט זיך געכאַפּט אַז זי קוקט אים אָן. פּאַוואָליע הייבט ער אויף דעם קאָפּ און קוקט זי אָן אין פּנים. אַ קאָליר קיין מאָל פֿריִער ניט געזען, ממש ווי אַ טשאָלנט, ברוין, לעבעדיק, כּמעט בוימיש. אַ לאַנגע, אַריסטאָקראַטישע נאָז, דינע ליפּן, און אַ שמייכל וואָס האָט שיִער ניט געמאַכט אומרעלעוואַנט די אַנדערע שטריכן פֿון איר פּנים, אַזוי איידל און צוגעלאָזן איז ער געווען.

ער איז געווען פֿאַרטראַכט און ניט באַמערקט, אַז די פֿרעגט עפּעס וועגן קויפֿן אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט. ער האָט זי אַרויסגעהאָלפֿן, נאָר האַלב געורמלט אונטער דער נאָז די אַבסאָלוט נייטיקסטע ענטפֿערס אויף אירע קשיות, און געהאַלטן אין איין טראַכטן: „זאָג איר עפּעס, אַז –“ אַז וואָס? אַז זי געפֿעלט אים? אַז ער וויל זי פֿאַרבעטן אין קינאָ? אָנגעטאָן אין אַזאַ נאַרישן לבֿוש, וואָס איז קודם־כּל מער ניט זײַן טאָג־טעגלעך אָנטועכץ, ס´איז עפּעס אַ ווילדער דיזני־פֿאַרשטעלונג צוליב די נאַרישע כּללים פֿון די בעלי־בתּים! און צוליב דעם האָט ער פֿאַרלאָזט זײַן כּלה אויף דער חופּה?

ווי אַ דרייער – האָט ער כמורנע אַ טראַכט געטאָן צו זיך אַליין – וועט ער מוזן זיך אַן עצה געבן נאָך דעם ווי זי וועט אַוועק פֿון געשעפֿט. וכּך הווה: נאָך דעם ווי זי האָט אים באַדאַנקט, און ווידער אַ מאָל אָפֿן־אָדער־באַשיידן געשמייכלט, האָט ער געוואַרט אַ פּאָר מינוט, די בעל־בתּים זאָלן גאָרניט באַמערקן, און דערנאָך באַקוקט די קבלה פֿון איר קרעדיט־קאַרטל. במשך זײַן מיטאָג־שעה האָט ער זיך אַרײַנגעגנבֿט אין הינטערצימערל און אָנגעקלונגען די קרעדיט־קאַרטל־פֿירמע מיטן אויסרייד, אַז ער פּרוּווט קאָנטראָלירן דעם קרעדיט פֿון אַ קונה. ס´איז ניט געווען קיין שווערע זאַך. מע האָט אים גאַנץ העפֿלעך איבערגעגעבן איר פֿולן נאָמען, אַדרעס, און טעלעפֿאָן.

פֿון דעמאָלט אָן האָט ער זיך געהאַט איבערגערעדט, אַז דאָס אַלץ איז באַשערט. ער מוז אויסניצן דעם גורל. צי וועט די גורל אים אָבער קומען אַנטקעגן?

Saturday, October 13, 2007

משה טאַוב בײַ זײַן חופּה

משה טאַוב האָט זיך אָנגעקוקט אין שפּיגל און געזאָגט הויך אויפֿן קול, דאָרט איינער אַליין אין אַ בית־כּסא פֿון מידטאַונער מעקלער־ביראָ וווּ ער אַרבעט, אַז ר´איז מקנא די שארית־הפּליטה־ייִדן. די הונדערטער „הײַמישע“ יונגע־לײַט פֿון משהס מין דאַרף מען ניט אַרײַנלייגן קיין פֿינגער אין מויל צו געבן צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס דאָס איז אמת. דער אמת איז אַזאַ: אַ ניצול־געוואָרענער פֿון חורבן־אייראָפּע האָט אַליין אַרײַנגעזאַפּט מיט אַלע חושים די אײַזערנע ראַיות, פֿאַר וואָס דער אייבערשטער האָט געמאַכט פּליטה – ניט מסתּיר־פּנים געווען, נאָר ממש גענומען די פֿיס אויף די פּלייצעס און אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע. קיין ספֿק איז פֿאַר זיי ניט פֿאַראַן; יעדער פֿון זיי איז אַ יוצא־וניכנס בײַ גאָטס ניטאָיִקייט אין שטוב אַזוי ווי להבֿדיל משה רבינו ע"ה איז געווען אַ נאמן בײַ גאָט ברוך־הוא אין הויז.

און די וואָס האָבן ניט איבערגעלעבט דעם חורבן? זיי קענען דאָך לייענען וועגן דעם אין אומצאָליקע יזכּור־ביכער, ספֿרי־קינות און היסטאָרישע פֿאָרשאַרבעטן; זיי מעגן זיך צוהערן צו גבֿיית־עדותן; זיי מעגן שרײַען „מער ניט!". אָדער, צוריקגערעדט, זיי מעגן גיין מיטן גאַנג פֿון די גאָר הייליקע, און אַרויפֿוואַרפֿן די שולד אויף די אומגעקומענע אַליין. זיי מעגן אַזוי זאָגן (בשעת מע דרייט מיט דער גראָבער פֿינגער אין דער לופֿט): אַזוי ווי קיין חורבן וואָלט ניט געווען אָן קיין אומגעקומענע, און די אומגעקומענע זײַנען דאָך בפֿירוש אומגעקומען, אָן קיין הילף פֿון גאָט, קומט אויס אַז זיי זײַנען די שולדיקע. (וועגן די דײַטשן ימ"ש רעדט מען ניט – זיי נײַען גוייִם, און ניט שייך דעם חשבון.)

דאָס הייסט, די וואָס ווילן פֿאַרשטיין די פֿאָר־געשיכטע מעגן דערקלערן דעם חורבן דורך די שייכדיקע היסטראָישע הלכות, וואָס גייען זיך זייער וועגן אָן דער השפּעה פֿון דעם־וואָס־לעבט־אייביק. און די וואָס ציילן די זינד פֿון די הרוגים ווייסן נאָך קלערער ווי די ערשטע גרופּע, אַז זייערע עבֿרות זײַנען דאָך אַקעגן גאָט, ניט צוליב אים.

איז געדרונגען: די שארית־הפּליטה־ייִדן מעגן אַוועקשטעלן פֿילפֿאַרביקע, בלוטיקע באַווײַזן פֿון אייבערשטנס אומפֿאַרלאָזלעכקייט, בשעת די וואָס זײַנען צו יונג, אָדער וואָס זײַנען שוין געווען אין אַמעריקע אָדער ארץ־ישׂראל במשך די יאָרן, האָבן ניט קיין תּירוץ. זיי מוזן זיך אַליין נעבעך ראַנגעלן מיט זייערע געוויסן, אָדער וואָס ס´איז געבליבן דערפֿון. און די ראַנגלענישן זײַנען אַ פּסיכאָלאָישער באַלאַגאַן וואָס קיין כּישוף־שפּראָך אָדער ־פּסק קען זיי ניט אײַנשטילן.

משה טאַוב –פֿאַרשטייט שוין דער לייענער מן־הסתּם, מער־ווייניקער – איז געבוירן געוואָרן אין 1969. דאָס הייסט, מיט אַ טאָפּעלער פֿאַרשפּעטיקונג – צו שפּעט פֿאַר מער ווי צווייטהאַנטיקע גבֿיית־עדותן, און צו פֿרי צו זײַן אַ מיטגליד פֿון יענעם דור, וואָס שפּילט לויט די כּללים, שלײַכט זיך אונטער אויף די חרדישע גאַסן, נאָר גלייבט ניט, און איז היימיש־האָפֿערדיק אין זײַן אומגלייבן.

ער געדענקט נאָך דאָס ערשטע מאָל, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען ווי אייגנאַרטיק איז עס טאַקע זײַן ניט מסכּים זײַן. ער איז דעמאָלט געווען צען יאָר אַלט און געזעסן אין ישיבֿה, דווקא אין איינער פֿון די חשובֿערע. ס´איז געגאַנגען די רייד וועגן פֿאַרשיידענע פֿאַכן. (דער רבי האָט ניט געוואָלט פֿאַרפֿאָרן זיך אין אַזאַ מין שמועס־טעמע, נאָר די ייִנגלעך האָבן אים געצוווּנגען.) דער רבי האָט זיי געהאַט דערקלערט, ווי אַזוי די ייִנגלעך וועלן אי“ה כּסדר שטײַגן אין תּורה־לערנען, ביז זיי וועלן אַרײַן אין די העכערע ישיבֿות, ביז זיי וועלן אַרײַן אין כּולל –

דערנאָך האָט זיך מעשׂה־שׂטן אָפּגערופֿן אַ ייִנגלש שטימע פֿון הינטערשטן ריי. „און וואָס איז אויב מע קען ניט לערנען?“

דאָס האָט געפֿרעגט גבֿריאלע, ניט חלילה קיין חוצפּהניק, נאָר אַ פֿאַרשטאָפּטער קאָפּ. ער וואָלט קיין פֿליג ניט געטשעפּעט אויף דער וואַנט, נאָר ער האָט נעבעך ניט געהאַט קיין קאָפּ צום לערנען. ער איז ניט קיין הפֿקר־יונג, האָט דער רבי אים ניט געקענט אויסשייגעצן ווי ר´וואָלט געטאָן אַ צווייטן ייִנגל. האָט דער רבי ניט געוווּסט וואָס – אָדער צי – ער דאַרף ענטפֿערן.

עס האָט אים אָפּגענומען די צונג. דער זייגער האָט זיך טיקטאַקעוועט אויף אַ מאָדנעם בולטן און קטיגורישן אופֿן. אויפֿן 17טן עוועניו, דאָרט צווישן מונקאַטש און בעלז, האָבן זיך אָנגעהערט די פֿאָרענישן פֿון הינקעדיקע חרדישע אויטאָס כּל־המינים – די, געפֿירט פֿון פֿאַרהאָרעוועטע מאַמעס, די, געפֿירט פֿון פֿאַרטראַכטע אָדער גלאַט זיך־אַרויסדרייענדיקע טאַטעס, די שולבוסן פֿול מיט „בני“, „בנות“, „אַנשי“, און „נשי“ אויף טאָג טעגלעכע קדושה־מיסיעס וואָס אַ דרויסנדיקער וואָלט אָפּגעשפּעט.

דער רבי האָט זיך באַקלערט איידער ר´האָט אויסגערעדט דאָס אַנדערע וואָרט אין זײַן דערקלערונג. ניט יעדער וועט זוכה זײַן צו די חשובֿערע ישיבֿות און כּוללים. ניט יעדער וועט זײַן אין חינוך. ניט יעדער וועט זײַן גענוג קלוג, פֿלינק, אָדער כיטרע צו כאַפּן אַ פּרנסה וואָס שטעלט צו אַ קאַפּעטשקע אינטערעס במשך דעם טאָג אײַך טאָג אויסיקער גראַטשע. און פֿאַר די וואָס דער גורל לאָזט זיי אַראָפּ דורך די שפּאַרונעס? פֿאַר זיי האָט דער רבי קיין ענטפֿער ניט געהאַט. און ער האָט געהאַלטן איין אויג אויפֿן וואַנטזייגער בשעת ער האָט פֿאַרקערעוועט דעם שמועס אין אַ מער סדר־הלימודיקער ריכטונג, ביז דאָס גלעקל האָט זיך צעקלונגען.

דערפֿון, פֿון יענעם פֿאַלשן רבישן טריט, האָט זיך גענומען משהס אומצופֿרידנקייט. ער איז זיכער. שפּעטער האָט מען אים געפּרוּווט אײַנשמועסן, אַז זײַן שטימונג האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס ער איז אַ בן־יחיד, און במילא איידל צעפּאַטשקעט. מע האָט אים, הייסט עס, געדאַרפֿט זאָגן וואָס פֿריִער און וואָס שטרענגער אַז די וועלט האָט אַ סדר באַשטימט פֿון קדמונים אָן. גאָט און זײַן מישפּט זײַנען גערעכט. מע האָט דאָס ניט געטאָן – זאָגט מען, אין זעלבן טאָן מיט וואָס מע זאָגט „ער האָט ניט געפּוצט די ציין“ – איז ער אַראָפּ פֿון גלײַכן וועג.

ניט וואָס ר´איז חלילה בפּועל־ממש טאַקע אַזוי נעבעך פֿאַרפֿאָרן. מע דאַרף זיך דאָך אָפּגעבן אַ חשבון: פֿאַר וואָס פֿאַר אַ שפּיגל שטייט ער איצט, מיט די האַרבע קינאה־רייד אַקעגן שארית־הפּליטה־ייִדן? פֿאַרן שפּיגל וואָס אין חתונה־זאַל. ס´איז זײַן יום־החופּה.

זײַן כּלה, פֿייגי לאה, שטעלט זיך פֿאָר משה, שטייט אויך פֿאַרן שפּיגל. אויסגעפּוצט מיט אַלע לוקסוסדיקע כּישופֿן און עקסעסעריס פֿון אַלע דעזײַנערס פֿון גאָר דער גרויסער וועלט. ער איז זיכער אַז יעדער שטח פֿון איר גוף גלאַצט מיט עפּעס אַ מיטל, פֿאַרב, רייטל אָדער גרים. וואָס וועט זײַן אָבער ווען זיי לייגן צוזאַמען אויף איין בעט, הײַנט אויף דער נאַכט, און ער וועט איר אויסזאָגן אַלע סודות? ער וויל ניט אַזאַ לעבן ווי דאָס וואָס ווערט ליכטיק אָפּגעמשלט בײַ איר אין מוח.

זײַן שומר און בעסטער חבֿר אויף דער וועלט ווי אויך איינער פֿון די עדי ייִחוד, חיים, שטייט אין דרויסן און וואַרט אויף אים. משה האָט געבעטן אַ פּאָר מינוט אַליין איידער מע פֿירט אים אונטער צו דער חופּה. ער האָט געבעטן חיימען זיי זאָלן זאַלבעצווייט שמועסן פֿאַר דער חופּה, ער זאָל זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן, נאָר משה ווייסט מער ניט אויב עס וועט קלעקן צײַט. אויב ער האָט שוין חתונה וועט זײַן אַ גאַנץ לעבן זיך אויסצורעדן דאָס האַרץ, און אפֿשר ניטאָ קיין צײַט צוריקצודרייען דאָס רעדל.

זײַן ברודער, מאיר, דער ממזרישער קאָכלעפֿל מיט דער נאַרישער צאַצקעווײַב, לויפֿט אַרײַן אין וואַשצימער אַ פֿאַרסאָפּעטער. „נו, וואָס שטייסטו? אונדז וואַרטן שוין אויפֿן חתן. דו ביסט נערוועז? יעדער איז נערוועז. שטייט דאָך געשריבן..“ מאיר האָט דאָך תּמיד אַ פּסוק אין מויל. ס´איז בעסער צו הערן מאמרי חז"ל און פּסוקי תּנ"ך ווי מאירס בלקעכצן.

„כ´קום באַלד. כ´דאַרף רעדן אַ פּאָר מינוט מיט חיים.“

מאיר שטעלט אויס אויף אים אַ פּאָר אויגן און מאַכט מיט די פּלייצעס, דרייט זיך אויס און לאָזט זיך ווידער אַרײַן אין חופּה־זאַל.

משה טרעט אַרויס פֿון וואַשצימער און חיים קוקט אים אָן. „ס´הערט זיך?“ כאָטש חיים איז אַ גוטע נשמה ווייסט ער זיכער ניט וועגן די ספֿקות און שלאַנג־צישענדיקע קללות וואָס ער הויזט בײַ זיך אין ברוסט. ער וועט אים זיכער ניט פֿאַרשטיין. „ביסטו גרייט?“

משה שלאָגט זיך מיט דער דעה. חיים איז טאַקע אַ גוטער חבֿר, איינער אויף דער וועלט, נאָר ער ווייסט ניט צי ער קען אים פֿאַרטרויען. ער האָט זיך אָנגענומען מיט מוט. „חיים, כ´גיי אַראָפּ פֿון די רעלסן. כ´ווייס באמת ניט צי איך קען דאָס טאָן.“

„חתונה האָבן?“

„ניט דאָס בין איך אויסן. נו, יאָ – יאָ דאָס, אָבער“ – ער ווייס ניט צי ער האָט כּוח און צײַט דאָס אויסצוּזאָגן – „כ´בין ניט זיכער וועגן אַלצדינג. כ´קען ניט אויסהאַלטן, כ´קען ניט!"

חיים האָט אים אַרומגענומען מיט איין אָרעם. „קום, לאָמיר זיך אַרויסכאַפּן אויף אַ פּאָר מינוט. כ´בין אַ גרויסער מומחה אויף דעם חתונה־זאַל, ווייס איך וווּ צו גיין וווּ קיינער וועט ניט זען.“

זײַ זײַנען אַרויס דורך אַ זײַטיקן טירל אין קיך, הינטער אַ הויפֿן פֿריש־אָפּגעוואַשענע האַנטעכער און אַ גרויסן פּלאַסטישן פֿאַס פֿישקוילן. אין דרויסן, לעבן די דאָמפּסטערס, איז געווען מחיהדיק קיל און פֿריש – כאָטש ס´האָט געשטונקען מיט נעכטיקע שיריים – להיפּוך צו די מאַסן אינעווייניק און זייער שווייס. משה האָט זיך פֿאָרגעשטעלט די מחנה ייִדן, וואָס גרייטן זיך לשם מיצוות משׂמח זײַן חתן־וכּלה. אויף דער מענערזײַט: די אַלע רביים וואָס ער איז אָדער געזעסן בײַ זיי אין שיִעור אָדער אין קלאַס אָדער סתּם זיך גענודיעט בײַ זיי אין בית־מידרש. דער גאַנצער שבֿט מאירס, בתוכם זײַן פֿרויס משפּחה פֿון ארץ־ישׂראל: גראָבע באַנקקוועטשער וואָס קענען זיך ניט אָפּבאַקלאָגן פֿון די פֿרײַע און די רוסישע ייִדן, הלמאַי זיי צאַפּן זיי דאָס הייליק ייִדיש בלוט. מאירס ווײַב אַליין, וואָס בײַ איר הייסט צניעות אַן אַנדער אופֿן אַרויסצוּווײַזן איר מאַנס הכנסה.

און, פֿאַרשטייט זיך, פֿייגי לאה, די כּלה. זי האָט אים ליב און ער – זי. נאָר עס דאַכט זיך אים אַז זייערע אופֿנים ליבע זײַנען היפּש אַנדערש. זי האָט אים ליב ווי אַ היימישע פֿרוי דאַרף ליב האָבן איר מאַן: ניט ווײַל ער איז לכתּחילה בעסער, קליגער, אָדער ערלעכער, נאָר פּשוט דערפֿאַר, ווײַל אַזוי שטייט אין חומש: „והוא ימשל בך“. אַלץ איינס צי יענער זאָג דעם אייבערשטנס דאַרף מען אָננעמען ווי אַ צוזאָג, אַ ברכה, אַ קללה, אַ הלכה, צי גאָר אַ מילתא דבחידותא. זי וועט אים דינען, קינדלען, און קוקן אין מויל אַרײַן, אַלץ איינס צי עס קומט אים. ער קען זיך אַליין גאַנץ גוט, און ער ווייסט, אַז ער איז ניט קיין אויסערגעוויינטלעכער יאַט. ער איז אַ ייִד צווישן טויזנט ייִדן, ניט קיין גאון, סתּם אַ ישיבֿה־בחור וואָס געפֿינט זיך שוין אויפֿן כּולל־וועג. איז געדרונגען, אַז זי איז אויך ניט קיין אומאָפּהענגיקע גײַסט – ווײַל ווען יאָ, וואָלט זי ניט אײַנגעגאַנגען אויף אַזאַ נודנעם שטיק סחורה.

ניט געקוקט אויף זײַן אינעווייניקסטן סאַרקאַזם, שטאָלצירט ער זיך מיט דעם, וואָס ער האָט זי שטאַרק ליב. ער דערמאָנט זיך אין זייער ערשטן באַשוי. זי האָט אויסגעקוקט ווי אַ פֿריש אָפּגעריסן בלימל, מיט ברייט אויפֿגעריסענע אויגן און אַ לאַכעדיק־אָפֿן מויל. זי האָט גערעדט נאָר וועגן געוויינטלעכע זאַכן, וועגן איר משפּחה, וועגן אירע פּלענער פֿאַר קינדער און אַ לעבן אין חינוך. גאָרניט וואָס איז יוצא־מן־הכּלל. נאָר די אַלע טעמעס האָט זי אויסגעדריקט ממש מוזיקאַליש, מיט טענער פֿון אַ נאַיִווער צוגעלאָזנקייט.