Wednesday, May 28, 2008

דער רבֿ וויל ניט זײַן אַ רבי

ר´ דוד פֿאַרשטייט ניט די קונסט פֿון עצות. אין סיגעט איז ניט געווען שווער צו האַלטן אַן עצה בײַ וועמען עס זאָל ניט זײַן: מע גייט אויף דער גאַס, מע זעט ווי עס גייט דער סיגעטער עילוי, און מע פֿרעגט וואָס ער מאַכט און וואָס ער לערנט. ס´איז דאָ אַ קהילה וואָס רינגלט אַרום און שטעלט צו אַ פּלייצע. דאָ ווידער איז יעדער יחיד אַ קהילה פֿאַר זיך אַליין, און איידער מע גיט יענעם אַן עצה דאַרף מען קודם דערגיין, צי דאָס וועט חלילה מסיג־גבֿול זײַן אויף יענעמס טײַער געשאַצטער אומאָפּהענגיקייט. אַפֿילו די גאָר פֿרומע וואָס שטעלן ניט קיין טריט אָן זייער פּוסקס וואָרט טוען דאָס ווי אַ דרויסנדיקער סימן פֿון אונטערטעניקייט. מע זאָל זיי חלילה ניט פֿאָרוואַרפֿן אַז זיי זײַנען ווי שאָף וואָס גייען וווּ נאָר זייער פּאַסטעך וויל: ניין, יעדער איינער פֿון זיי וועט טענהן, אַז ער איז אש־להבֿה פֿאַר תּורה־ומיצוות, כאָטש ברען אים און בראָט אים.

ר´ דוד האָט זיך געפֿילט שולדיק מיט דעם, וואָס ער האָט ניט קיין חשק צו רבישאַפֿט. בײַ אים איז גענוג זײַן גרויסער ש"ס מיט זײַנע אייגענע האַנט־געשריבענע הערות אין די גיליונות. לעצטנס אָבער, בשעת ער לערנט, קומען אַלע ווײַלע אונטער פֿרישע פּנימער און קלאַפּן אָן אויף זײַן טיר. אפֿשר איז דאָס אַ שטראָף פֿאַר דעם, וואָס ער זיצט ניט אין איינעם פֿון זאַל פֿון בית־מידרש צוזאַמען מיט די תּלמידים. צו ערשט איז דאָס געווען נאָר סעמי, דער עילוידיקער בחור.

דערנאָך, אין אַ דינסטיק נאָך מיטאָג, איז געווען נאָך אַ קלאַפּ, אָדער בעסער געזאָגט, אַ קלעפּל, לײַכט און באַשיידן, קוים אַרויסצוהערן פֿון די כּסדרדיקע רייד פֿון די בחורים דאָרט אין זאַל. „קומט אַרײַן!“ האָט ער פֿאַרטראַכטערהייט אויסגערופֿן.


אַ מיידל איז אַרײַן, אָנגעטאָן באָראָ־פּאַרק־צניעותדיק, אָבער מאָדיש, ווי אַ מיידל וואָס איר מאַמע האָט געלט און איז גרייט אַ ביסל אויסצוברענגען אויף דער טאָכטערס אויסזען. זי קוקט אַראָפּצוצו אויפֿן דיל, ווידער גאָרניט וועסט־סײַדלעך, אָבער פֿון צײַט צו צײַט קערט זי איר בליק אַרויף-צו, ווי אין דער קווער. איר בליק, אַרום און אַרום, איז אַ צוויי־טײַטשיקער, וואָס רײַסט זיך אין ניט איין, ניט צוויי, נאָר עטלעכע ריכטונגען מיט אַ מאָל.
ר´ דוד האָט אָן חשק אָפּגעריסן זײַנע אויגן פֿון ש"ס, וואָס ער האָט סײַ ווי זייער זעלטן געדאַרפֿט אַרײַנקוקן אַהין אין די געדרוקטע אותיות. ער האָט געקענט לאָזן זײַנע געדאַנקען שוועבן אין יענעם לאַנדשאַפֿט וווּ די הויפּט־טשיקאַוועסן ווערן אָנגעוויזן מיט פֿעט־געדרוקטע דיבור־המתחיל־אותיות.

דאָס מיידל, וואָס דאַרף זײַן פֿון אַ יאָר צוואַנציק־איין און צוואַנציק, האָט זאָרגעוודיק צוגעמאַכט די טיר, זיך אַנידערגעזעצט אויפֿן בענקל אַקעגן ראָש־ישיבֿהס טיש, דעליקאַט און פֿאָרזיכטיק צונויפֿגעלייגט די הענט, און צעוויינט. דאָס געוויין האָט זיך אָנגעהויבן אײַנגעהאַלטן און רעלאַטיוו נידעריק, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ בעל־הביתּישע ייִדישע טאָכטער, נאָר וואָס ווײַטער האָט זיך אַלץ געהעכערט און געהעכערט, ביז די ווענט פֿון ביוראָ האָבן זיך אַזש צעטרייסלט. ר´ דוד האָט גענומען אין באַטראַכט, אַז עס קען זײַן אַז די ווענט האָבן זיך צעטרייסלט ווײַל זיי זײַנען שפּאָט ביליקע ווענט. ניט געקוקט אויף דעם האָט איר געוויין – וואָס איז שוין אַריבער אין אַ העשעניש מיט אַ כליפּעניש – געמאַכט אַ ברויס געפּילדער.
אַזוי ווי דאָס הייבט שוין אָן צו זײַן ווי אַ חסידישע וווּנדער־מעשׂה, האָט ער באַשלאָסן צו בעטן אַ נס בײַם אייבערשטן – דאָס הייסט, אַז די מיידל זאָל שוין אויפֿהערן וויינען. אַפֿילו ניט בעטן בײַם אייבערשטן, פּשוט זאָגן שטילערהייט צו זיך אַליין, „וויפֿל איז דער שיִעור?“ און אַראָפּקוקן אויפֿן ש"ס ווי ניט אים מיינט מען . . .

די ווענט האָבן זיך אויפֿגעהערט צו טרייסלען. ר´ דוד האָט אויפֿגעהויבן די אויגן פֿון ש"ס. דאָס מיידל האָט אויף אים געצילעוועט די אויגן ווי אויף אַ רבין. וואָס איז דאָס? האָט ר´ דוד זיך אַ פֿרעג געטאָן. אין וועלכער פּרץ־מעשׂה בין איך אַרײַנגעפֿאַלן? דאָס מיידל האָט גענומען רעדן. „כ´האָב געהערט פֿון אײַך פֿון מירל האַלבערשטאַם. זי האָט מיר געזאָגט אַז איר העלפֿט זי לערנען. קיינער ניט אין איר קהילה העלפֿט זי לערנען תּורה, אָבער זי האָט מיר געזאָגט אַז איר האָט איר געגעבן אַ סך נוצלעכע עצות וועגן דרך־הלימוד און אַזוי ווײַטער. זי האָט מיר געגעבן אײַער אַדרעס, בין איך געקומען צו אײַך.“ ר´ דוד האָט דערהערט, אין גרויסן פֿון זײַן ביוראָ, ווי די בחורים און בחורטעס נעמען זיך מיט אַ ברען צו מסכת גטין. ס´איז שוין יענע צײַט פֿון יאָר, ווען די אַמביציעס און האָפֿענונגען פֿון די תּלמידים, פֿריש און לעבעדיקע, דאַרף מען פֿאַרוואַנדלען, על-פּי אלכמיה, אין אַ האַרטער, טרוקענער פּעולה פֿון אַזוי און אַזוי פֿיל בלאַט „געכאַפּט“ און געדעקט, אַזוי און אַזוי פֿיל נײַע מושׂגים באַקענט און פֿאַרדייעט.

דאָס מיידל האָט געוואַרט, דאַכט זיך, אויף זײַנס אַ וואָרט. ער האָט געפֿרעגט, „און וואָס פֿאַר אַן עצה דאַרפֿסטו?“ אַזוי פֿרעגט מען בײַ עמעצן וואָס דאַרף עצות? ער איז ניט זיכער. ער האָט עס איבערפֿאָרמולירט, אַ ביסל ווייכער. „ווי אַזוי קען איך דיר העלפֿן?“
דאָס מיידל האָט אים כּמעט אָנגעקוקט, און דעמאָלט אָפּגעקערט די אויגן. „איך קען ניט לערנען, ווײַל מע האָט מיט מיר ניט געלערנט. כ´קען ניט קיין מלאָכה, ווײַל מע האָט מיך ניט געשולט. מע דערוואַרט, כ´זאָל חתונה האָבן, נאָר כ´האָב ניט ליב קיינעם פֿון די בחורים וואָס מע רעדט מיר שידוכים מיט זיי. איך ווייס ניט וואָס כ´זאָל טאָן. איר קענט מיר העלפֿן? מירל האַלבערשטאַם האָט מיר געזאָגט אַז איר קענט מיר העלפֿן.“ דאָס קול פֿון דער פֿרוי, וואָס האָט אויסגעקוקט אַזוי אײַנגעהאַלטן־פּראָפֿעסיאָנאַל, האָט זיך גענומען וואַקלען ווי די ווענט אין ר´ דודס ביוראָ. וואָס האָט ר´ דוד געקענט זאָגן? יעדער מענטש מיט אַן אָפֿענעם האַרץ וואָלט געהאַט דעם זעלבן אָפּרוף, כּמעט אינסטינקטיוו, צו זאָגן אַז ער קען העלפֿן.

„איך קען דיר געבן אַן עצה,“ האָט זיך אָנגערופֿן ר´ דוד, „נאָר כ´ווייס ניט וואָס גענוי פֿאַר אַן עצה דו וואָלטסט געוואָלט. אפֿשר קענען מיר צוזאַמען אַרומרעדן דײַנע שאלות, און כ´קען דיר פּרוּוון אַרויסהעלפֿן אויף וויפֿל איך קען.“
דאָס מיידל האָט אים ווידער אָנגעקוקט, דאָס מאָל אַ ברוגזלעכע. „עס קען זײַן אַז איר זײַט אַ גרויסער תּלמיד־חכם, אַזוי זאָגט מיר יעדער וואָס האָט געהערט פֿון אײַך אָדער געלייענט אײַערע ספֿרים. עס קען זײַן. איר קוקט אויס ווי אַ קלוגער. איז אויב איר זײַט אַזאַ חכם, פֿאַר וואָס קענט איר מיך ניט כאָטש אויספֿרעגן וועגן מײַנע פּראָבלעמען? אפֿשר וועט איר האָבן אַן עצה?"

ר' דוד האָט געשפּירט נאָך מער שינויים אין זײַן ביוראָ. דאָס הייסט, פֿריִער האָבן זיך די ווענט ווי געטרייסלט, און איצט האָט זיך אים געדאַכט, ווי דער דיל גיט זיך אים אַ פּראַל-אויף אונטער די פֿיס. ער האָרעוועט שוין אַ גאַנץ לעבן, ער האָט אויפֿגעבויט און אויפֿגעהיט אַן אַלטפֿרענקישן שיף אויפֿן ים־התּלמוד, וואָס ווערט צעוויגט און צעטרייסלט פֿון די כּסדרדיקע שטורעם־כוואַליעס. און איצט, אין מיטן זײַן אייביקער ים־נסיעה, נעמט איינער אַ פּאַסאַזשירקע און פֿרעגט צי מע קען רעדן וועגן דער קוואַליטעט פֿון די מאַכלים אין עסזאַל.


עס האָט שוין געהאַלטן בײַ עלף אַ זייער, און ר´ דודן האָט גענומען דאַכטן, אַז ער וועט הײַנט ניט מאַכן קיין פּעולה אויף זײַן נײַסטער פֿאָרשאַרבעט, עפּעס וועגן דער רעדאַקציע פֿון די מסכתּות קטנות. „גוט,“ האָט ער זיך אָנגערופֿן ייִאושדיק. „זײַט מוחל, כ´בין ניט צוגעוויינט צו דער ראָלע פֿון אַ רבין. איך וועל אײַך אָבער פּרוּוון אַרויסהעלפֿן אויף וויפֿל כ´קען, ווי כ´האָב נאָר וואָס געזאָגט. וואָס איז דער מער?“

די מיידל האָט געזאָגט, „מײַן ברודער. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון אונדזער קהילה, געוואָרן אַן אַפּיקורוס.“ „אַן אמתער אַפּיקורוס?“ האָט ר´ דוד זיך געחידושט. די דעפֿיניציע פֿון „אַפּיקורוס“ בײַ די גאָר פֿרומע ייִד איז געווען אַ ביסל אַ צעשוווּמענע. אַ מאָל מיינט עס צו זאָגן, אַז מע לאָזט אַרויס אַ הערעלע פֿון אונטערן טיכל. „וואָס מיינט בײַ אײַך אַפּיקורסות?“ „ער איז אַוועק. אַוועק אַוועק. ער היט גאָר ניט, ער האָט זיך איבערגעצויגן קיין מישיגן, וווּ ער וווינט מיט אַ שוואַרצער. יעצט קלײַבט ער זיך ווידער אַרײַן אין שטאָט, וויל מאַכן שלום מיט דער גאַנצער משפּחה, מסתּמא אויף צו געפֿינען אַן אַרבעט.“

„איר זײַט זײַן שוועסטער?“ האָט געפֿרעגט ר´ דוד.

„ניין, כ´בין זײַן שוועגערין,“ האָט זי גיך אָפּגעענטפֿערט. „זײַן ברודער איז געזעסן שיבֿעה נאָך אים.“ „און וואָס מיינט איר וועגן דעם?“ זי האָט געקוועטשט מיט די פּלייצעס, ווי מע זאָגן „ניט מײַן פּראָלבעם.“ „פֿאַר וואָס ניט?“

זי האָט געגעבן אַ קרעכץ, און זיך געדרייט אויפֿן בענקל ווי איינע וואָס האָט פֿאַרפֿירט איין שמועס, נאָר איז גיך אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ צווייטן, וואָס זי האָט פֿריִער געוואָלט אויסמײַדן. „איך האָב אַליין געהאַט אַ ברודער וואָס איז פֿאַרפֿאָרן. כ´האָב ניט געוווּסט וווּ ער וווינט, ניט געוווּסט וואָס ער טוט, פֿון וואַנען ער ציט זײַן פּרנסה, איידער אין אַ פּראָסטן מיטוואָך, תּשעה באָבֿ נאָך מיטאָג, האָט זיך צעלונגען דער טעלעפֿאָן. דאָס איז ער געווען. ער האָט געוואָלט וויסן ווי זיך אַן עצה צו געבן. „ער האָט געגעבן אַן אַדרעס וווּ מיר זאָלן זיך טרעפֿן. שטעלט זיך פֿאָר וויפֿל כ´האָב זיך געחידושט ווען כ´האָב זיך געכאַפּט וווּ דאָס געפֿינט זיך: אויף טירטינט עוועניו, נאָר אַ פּאָר בלאָקן ווײַט פֿון וווּ איך וווין! נאָר ס´איז געווען אויף פֿאָרטי אייט סטריט, דאָס הייסט שוין אין גויִישן געגנט.“

ר´ דוד האָט זיך געפֿרעגט, פֿאַר וואָס די פֿרוי האָט זיך אַזוי צערעדט, אין מיטן דערינען.
„כ´האָב זיך אָנגעטאָן אַ כּוח און אים געגאַנגען זען. ס´איז געווען אין אַן ערבֿ־יום־טובֿ, וווּ קיינער האָט ניט באַמערקט אַז כ´בין אַוועק. כ´בין געווען אַלט, וואָס, צוואַנציק יאָר? כ´בין איצט פֿינף און צוואַנציק יאָר אַלט. כ´קען אַ סך מער וועגן דער וועלט. ס´איז געווען, דאַכט זיך, דאָס ערשטע מאָל וואָס כ´ווייס אַז ס´איז דאָ אַ וועלט מחוץ אונדזערע מויערן. פֿאַרשטייט מיך ריכטיק: כ´בין ניט אַזאַ וואָס האָט די גאַנצע קהילה אין דער ערד און וויל אַנטלויפֿן דערפֿון. נאָר כ´האָב פּשוט ניט געוווּסט ביז דעמאָלט, ווי אַזוי די גויים וווינען.“

ר´ דוד האָט זיך פֿאַראינטערעסירט אין דער מעשׂה, כאָטש אים איז זי גאָר ניט שייך. „און וואָס ווײַטער?“ האָט ער זיך אָנגערופֿן, פּשוט צו זײַן פֿרײַנדלעך און בײַהילפֿיק – כאָטש ער ווייסט אַז אַנדערע אַחריותן וואַרטן אויף אים אין דרויסן פֿון זײַן אָפֿיס, און ער טאָר ניט פֿאַרתּכלעווען דעם גאַנצן אין דער פֿרי מיט דער פֿרוי. די פֿרוי האָט ווײַטער דערציילט.

„כ´האָב דעמאָלט נאָך געוווינט אין דער היים מיט די עלטערן. כ´האָב ניט געוווּסט וואָס פֿאַר אַ תּירוץ כ´קען אויסטראַכטן. כ´האָב געשפּירט דעם דרוק פֿון דער ידיעה, וואָס זיי האָבן ניט געהאַט, וואָס זיי וואָלטן נאָך פֿאַרלייקנט ווען זיי ווייסן יאָ. וואָס טוט גאָט? מ´איז געקומען צו לויפֿן צו אונדז אין שטוב און געזאָגט, אַז מע דאַרף שטאַרק רעדן מיט מײַנע עלטערן. דער טאַטע איז אַ ראָש־ישיבֿה און די מאַמע איז זײַן סעקרעטאַרין. ס´איז געווען אַן אומגליק בײַ דער ישיבֿה – דער דאַך איז אײַנגעפֿאַלן. השגחה־פּרטית – ס´איז דעמאָלט קיינער ניט געווען. טאַטע־מאַמע האָבן געדאַרפֿט אַוועק פֿון שטוב זיך אָפּצוגעבן מיטן עקסידענט, האָט מען מיך געלאָזט אין דער היים אַליין. כ´האָב געקענט, הייסט עס, צוגיין זיך צו טרעפֿן מיטן ברודער. “


קעגן זײַן ווילן איז ר´ דוד פֿאַראינטערעסירט געוואָרן, און ער האָט ווײך צוגעמאַכט דעם דיקן באַנד ש"ס וואָס איז פֿאַר אים געלעגן. „נו?“
„ס´איז געווען אַ פּרעכטיקער טאָג. כ´געדענק. ס´איז געווען צווישן יום־כּיפּור און סוכּות. כּאילו דער אייבערשטער האָט צוגעגרייט דאָס אַלץ אויף יום־טובֿ. די באַלקאָניס האָבן זיך צעבליט מיט סוכּותלעך. איך האָב זיך אַדורכגעאײַלט אויף דער גאַס, און כ´האָב געפּרוּווט פֿאַרשטעלן דאָס פּנים מיט מײַן מאַנטל, קיינער זאָל מיך ניט דערקענען. כ´האָב זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן אָרט וואָס האָט געשטימט מיטן אַדרעס וואָס מײַן ברודער האָט מיר געגעבן. כ´האָב צו ערשט געמיינט אַז כ´מאַך אַ טעות, בין איך אַריבער די גאַס און געקוקט אויפֿן בנין קעגן איבער. ניין, דאָס איז דער ריכטיקער אַדרעס. כ´בין געווען גערעכט. דער צעפֿאַלענער בנין, מיט צוויי פֿלאָרס, מיט שמוציקע פֿענצטערס, אָפּגעברעקלטע פֿאַרב, און גראַפֿיטי אומעטום. כ´האָב זיך געחידושט. דאָ וווינט מײַן ברודער, וואָס גייט אַלע מאָל בעלי־ביתּיש אָנגעטאָן, וואָס האָט זיך קיין מאָל ניט אַרומגעדרייט אויף די גאַסן ווי אַנדערע ניט־געזעצטע יונגע־לײַט? „כ´בין פֿאָרזיכטיק, און אַ ביסל מוראדיק, צוגעגאַנגען צו דער טיר. כ´האָב געזוכט מײַן ברודערס נאָמען צווישן די אַנדערע לעבן דעם אינטערקאָם. כ´האָב זיך געזאָגט אַז אַלץ וועט זײַן אין אָרדנונג, אַז קיינער האָט נאָך ניט געשטאָרבן פֿון קריגן זיך מיט אַ ברודער – ווײַל וואָס נאָך וואָלט געקענט אַרויס פֿון דער באַגעגעניש, חוץ אַ קריגערײַ? כ´האָב אַ קלונג געטאָן אויפֿן אינטערקאָם. מײַן ברודער האָט זיך אָפּגערופֿן – ער האָט בכלל ניט געקלונגען פֿאַרחידושט.“

עס האָט געקלונגען דער טעלעפֿאָן, נאָר ר´ דוד האָט אים איגנאָרירט. ער האָט זיך געפֿילט מאָדנע אויסגעשפּאַנט, ער האָט ניט געוווּסט פֿאַר וואָס. די פֿרוי האָט ווײַטער גערעדט:
„קיין עלעווייטער איז ניט געווען, האָב איך געדאַרפֿט אַרויפֿקלעטערן ביזן צווייטן פֿלאָר, נאָר ס´איז געווען אַ סך פּלאַץ צווישן די שטעק און כ´בין אָנגעקומען אַ פֿאַרסאַפּעטע. כ´האָב אַ קלאַפּ געטאָן אויף דער טיר, מײַן ברודער האָט געענטפֿערט, מיר האָבן זיך אַרומגענומען. זײַן דירה איז געווען ניט וואָס כ´האָב זיך פֿאָרגעשטעלט – ניט קיין אָפֿענע סימנים פֿון פּריצות און אויסגעלאַסנקייט. ניין, זײַנע ספֿרים זײַנען דאָרט נאָך געווען. ווען כ´האָב געזען די ספֿרים איז מיר לײַכטער געוואָרן אויפֿן האַרץ, נאָר ווען כ´האָב געזען זײַן פּנים איז מיר געווען אַ שאָק.“

„ווי אַזוי?“ האָט ר´ דוד געפֿרעגט. ער האָט ווײַטער ניט געוווּסט פֿאַר וואָס ער רעדט ווײַטער מיט דער פֿרוי. ער האָט קאָנטראָלירט – די טיר איז אָפֿן, נאָר קיינער טשעפּעט אים ניט, גלײַך ווי מע ווייסט אַפֿילו אין דרויסן, צווישן די ישיבֿה־בחורים און ־מיידלעך, אַז עפּעס וויכטיקס שטעקט אין דעם איצטיקן שמועס. ער ווייסט אַליין ניט פֿאַר וואָס, נאָר דער איצטיקער מצבֿ, די קאָמבינאַציע פֿון דערהערענישן און שׂכל־הישר, זאָגט אים אַזוי אונטער.
„איר קענט ניט מײַן ברודער, און איר האָט אים זיכער ניט געקענט איידער ער איז אַוועק צו יענער דירה. אָבער ער איז געווען אַ הדרת־פּנים. ער האָט געהאַט אַלע מעלות – אַ בקי אין ש"ס, אַ בקי אין קליידער, און כּוח־הדיבור – ווי אַן אמתער רעדנער. נאָר אין דער דירה, וווּ כ´האָב אים געזען, איז פֿאָרקומען, ווײַזט אויס, אַ מאָדנע טראַנספֿאָרמאַציע. ער האָט אויסגעקוקט ווייניקער שיין, נאָר מער גליקלעך, מער צופֿרידן מיט זיך אַליין. ער האָט געטראָגן אַ העמדל, אַ טי שירט, מיטן לאָגאָ פֿון אַ יוניווערסיטי. ער איז שוין געווען מגולח. נאָר דערעיקר – זײַנע אויגן, וואָס זײַנען אַלע מאָל אַ פֿענצער אויף זײַן נשמה, זײַנען קלאָר־בלוי, און אַ שמייכל איז אים אויסגעגאָסן אויפֿן פּנים. ער איז געווען גליקלעך מיט זײַן גורל!"

ר´ דוד האָט אָנגעקוקט די פֿרוי גלײַך אין פּנים אַרײַן. זי האָט אויסגעקוקט גוואַלדיק צופֿרידן מיט זיך אַליין, ווי זי האָט אים מגלה געווען רזי־רזין פֿון דער מענטשלעכער פּסיכאָלאָגיע. נאָר דעם אמת זאָגנדיק האָט זי גאָרניט דערפֿונדען. אַלץ וואָס זי האָט געהאַט איבערגעגעבן איז די איבערגעקײַטע מחשבֿות פֿון דער מאָדערנער אויסגעלאַסנקייט, דאָס גאַנצע פּריצות וואָס ער האָט געדאַרפֿט שלום מאַכן דערמיט צוליב זײַן דרייען זיך אין די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן. אַ גרויסער חידוש – זי איז געגאַנגען צו איר פֿאַרפֿאָרענעם ברודער צו גאַסט, און האָט זיך דערוווּסט, אַז אויף יענעם זײַט מויער עסט מען ניט לחם־הקלוקל, נאָר מע שפּאַנט זיך אויס פֿון שווערן לאָך פֿון הלכה און געוווינט זיך צו צו דער „פֿרײַער וועלט“. דאָס איז נאָר די ערשטע סטאַדיע, האָט ר´ דוד אַ קלער געטאָן. ערשט דעמאָלט כאַפּט מען זיך אַז אין דער פֿרײַער וועלט – תּרתּי משמע – איז דאַגת־פּרנסה אויף גאָרניט גרינגער, דער פּועל־יוצא פֿון יצר־הרע איז גאָרניט שוואַכער, גזלנות, גדלות, גרויס־האַלטערײַ, קאָרומפּציע, אַלע וואָס מע האָט פֿײַנט וועגן דעם גאָר פֿרומער וועלט און די רביישע אונטערלעקער – אַלץ איז פֿאַראַן אויף דער פֿרײַער וועלט אויך, נאָר אָן קיין מויערן, כּדי אַלץ זאָל זיך גלײַך פֿאַרשפּרייטן איבער די קלאָגעדיקע, אָרעמע, מולטו־קולטורעלע גאַסן. דאָס אַלץ דאַרף כּלומרשט זײַן בעסער פֿון דער גאָר פֿרומער וועלט.
דער ראָש־ישיבֿה, הייסט עס, שלאָגט זיך מיט דער דעה אַקעגן דעם חילוק צווישן דער ליבעראַלער און דער גאָר פֿרומער וועלט. נאָר אין דער רגע וואָלט ער שטאַרק געוואָלט אַרויסוואַרפֿן די פֿרוי און איר גלאַטיק־צופֿרידן פּנימל, נאָר ער קען ניט. קיין כּעסן איז ער ניט און זיכער ניט קיין גראָבער־יונג וואָס וואָלט אַרויסגעוואָרפֿן אַ פֿרוי פֿון זײַן אָפֿיס.

„איז ווידער, פֿאַרשטיי איך ווײַטער ניט, ווי אַזוי קען איך אײַך העלפֿן?“ „איך וואָלט געוואָלט בעטן, איר זאָלט אים דינען ווי אַ בריק צווישן אונדזער וועלט און דער וועלט, דער ליבעראַלער וועלט.“ „אײַער שוואָגער איז שומר־מיצוות?“ „אויף זײַן אייגענעם אופֿן.“ אוי, גאָטעניו, האָט ר´ דוד געזאָגט צו זיך אַליין. „איז פֿאַר וואָס וויל ער, אַ רבֿ וואָס ער קען ניט זאָל זיך אַרײַנמישן אין זײַן לעבן?“ „דעם אמת זאָגנדיק, ער קען אײַך יאָ. ער פֿלעג דאַוונען אין אײַער שול.“

דער ראָש־ישיבֿה האָט געוווּסט וואָס מע מיינט, כאָטש קיין שטעלע אין אַ שול האָט ער ניט. די ישיבֿה וווּ ער לערנט געפֿינט זיך אויפֿן קעלער פֿון אַן אַלטן שול. ס´איז געווען אַזאַ שול, וואָס איז כּמעט ניפֿטר געוואָרן ווען די וועסט־סײַד האָט זיך אָפּגעליידיקט פֿון דער ערשטער כוואַליע ייִדן אימיגראַנטן און בני־אימיגראַנטן. דעמאָלט, על־פּי נס, האָבן די יונגע־לײַט, די נײַע מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, אַנטדעקט זייער ייִדישקייט, און גענומען אַרײַנשטראָמען אין די שולן און שטיבלעך פֿון געגנט. אַ גאַנצע קולטור איז אויפֿגעקומען.
כאָטש מע האָט דאָס ניט געוואָלט מודה זײַן, האָט זיך דער סאַמע בראשית פֿון דער ווידער־באַנײַונג געפֿונען אין דער עלעמענטאַרסטער תּשוקה: דעם צווייטן מין. שולן זײַנען אויפֿגעקומען, וואָס ס´רובֿ בעלי־בתּים זײַנען קיין בעלי־בתּים ניט געווען, נאָר יונגע־לײַט, בחורים און בחורטעס וואָס ווילן ווערן חתנים און כּלות. דאָס אַלץ איז געווען אַ פֿאַרכּישופֿטער קרײַז: יונגע־לײַט האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין געגנט כּדי ווידער צו באַנײַען די אַלטע שולן, און צו געפֿינען אַ פּלאַץ וואָס איז געווען עקאָנאָמיש גינציק (קריא: ניט באָמבאַרדירט פֿון דער אָנגעווייטיקטער שוואַרצער און שפּאַנישער פֿאַראָרעמונג). מיט דער מײַט האָט זיך געשאַפֿן אַ קריטישע מאַסע פֿון אַזלעכע הונגעריקע, אַמביציעזע, היפּערייִדן פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. אַנדערע יונגע־לײַט, נײַע מינים אימיגראַנטן וואָס וואַנדערן אײַן ניט פֿון דער אַלטער היים נאָר פֿון דער ווייניק מיט־ייִדישקייט־באַגאָסענעם מידוועסט, קלײַבן זיך איבער אין דעם געגנט, טרעפֿן זיך מיט דעם צווייטן מין, זאָגן זייערע קרובֿים און חבֿרים אַז זיי האָבן געפֿונען זייער באַשטערטע/ן דאָרט אין יענעם געגנט, מער יונגע־לײַט קלײַבן זיך אַרײַן, און אין לדבֿר סוף ביזן קומעדיקן דעמאָגראַפֿישן ציקל, אָדער דעם מלאך המשחית. פֿרײַטיק צו נאַכטס האָט מען קוים געקענט זיך אַרויסקוועשטן פֿון שול און לאָזן אין וועג אַהיים צו דער סעודה, אַזוי ענג, פֿאַרשוויצט און קאָפּ־אויף־קאָפּ איז געווען די „סין“ אויף די טרעפּ פֿון די גרעסערע אָרטאָדאָקסישע שולן, וווּ די ליבשאַפֿט איז אַ ניט באַדאַנקטע ספּאָנדאָר פֿון דער גאַנצער קהילה. אפֿשר „ליבשאַפֿט“ איז אַ גוזמא און מע דאַרף גיכער זאָגן „שידוכימשאַפֿט“, ווײַל דאָס איז דער סאָציאָלאָגישער כּוח וואָס טרײַבט אונטער די וועסט־סײַד־קהילה: ווען עס קומט שוין די צײַט חתונה צו האָבן, שפּירט מען אויף טריט און שריט, פֿון קינד און קייט, אַ דרוק חתונה צו האָבן. דאָס איז אַוודאי ניט קיין שלעכטע פֿירונג פֿאַר אַ געזעלשאַפֿט – מע האָט חתונה שוין טויזנטער יאָרן – נאָר אַ מאָל דערפֿירט עס צו אומגעריכטע קאָנסעקווענטן.

צוליב דעם געזעלשאַפֿטלעכן דרוק חתונה צו האָבן, האָבן די שולן פֿון דער וועסט־סײַד אָנגעהויבן צוציִען צו זיך אַ סך יונגע־לײַט, לערנערס, דאַוונערס, און סתּם קיביצערס. קיינער האָט זיי ניט צו שטרענג פֿאַרהערט אָדער בודק־ציצית געווען וועגן זייער פֿרומקייט. די בחורים, די געזונטע און שיינע, מיט נעטער קליידונג, צוגעקעמטע האָר לויט די לעצטע מאָדע־תּקנות.
טייל פֿון די דאָזיקע בחורים, מחמת איזה סיבה, זײַנען געווען חרדים. שווער צו דערקלערן פֿאַר וואָס – עס זײַנען אַוודאי פֿאַראַן גענוג ליבשאַפֿט־ אָדער אַפֿילו נאָר שידוכימשאַפֿט־געלגענהייט בײַ זיי אין די גאָר פֿרומע געגנטן, און עס וואָלט געדאַכט, אַז די סבֿיבֿה אויף דער וועסט־סײַד איז ניט די ריכטיקע. נאָר פֿרײַטיק צו נאַכטס זײַנען זיי אַלע מאָל דאָרטן אויסגעוואַקסן, קיינער האָט ניט געוווּסט וווּהין זיי זײַנען נאָך דעם געגאַנגען, בײַ וועמען זיי האָבן געמאַכט זייער סעודה. און זיי האָבן זיך ווידער באַוויזן שבת שחרית. קען זײַן אַז איינער פֿון זיי איז געווען דער בחור וועגן וועמען עס גייט איצט די רייד.

ר´ דוד האָט געמוזט אָפּהאַקן דעם שמועס. נאָר ער האָט צוגעזאָגט אַז אויב די פֿרוי וואָס איז געקומען צו אים וועט אים אָפּשיקן יענעם בחור, וועט ער אים פּרוּוון אים אַרויסהעלפֿן. ווי אַזוי האָט ער ניט געוווּסט, ווײַל ער האָט ניט געטראַכט פֿון זיך אַליין ווי פֿון איינער וואָס העלפֿט יענעם אַרויס. דאָס איז ניט זײַן צוגאַנג צום לעבן. ניט חלילה וואָס ער איז ניט קיין איידעלער ייִד, ער גראָבט ניט אונטער יענעם אויף קיין אַקטיוון אופֿן. נאָר אין דער תּקופֿה פֿון פּסיכאָלאָגישן אויפֿמערק, ווען יעדער איז זייער פֿאָרזיכטיק זיך אָפּצוגעבן מיט יענעמס פּראָבלעמען, איז ער אַ שרײַיִקער אויסנאַם. ער האָט בעסער ליב צו זיצן און לערנען. ניט ווײַל יענער הייסט, אָדער פֿאַרן אייגענעם כּבֿוד (כאָטש דאָס איז מסתּא אויך נאָך בײַ אים אַ יצר־הרע) נאָר פּשוט ווײַל אַזוי האָט ער ליב פֿונעם טאָג ווען ער איז געבוירן געוואָרן ביז היום הזה.
נאָר ער איז ניט אַזאַ ייִד, וואָס וועט אַוועקטרײַבן אַ פֿרוי וואָס זוכט הילף. ער וועט זען וואָס ער קען טאָן.

2 comments:

Anonymous said...

1

Hershey said...

אט הייבן אן די ערשטע פעדעמער צו פארבינדן די סצענעס.
א שווערע קשיא, אויב די מיידל איז נאך טאקע א מיידל און משה וואוינט מיט א קעראליין וויאזוי איז זי זיין שוואגער?
דרך אגב, פארוואס שווארצער בל"ז? ער איז דאך נישט גיי.
איך גלייך זייער די נאוועלע וואס איז בעיקר קאנצענטריט איבער די מחשבות פון די כאראקטערן ווי זייערע מעשים.