Sunday, June 29, 2008

די קונסט פֿון שקר

ער האָט ניט געמאַכט קיין שהחינו, נאָר ס´איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס דער עילוי האָט געזאָגט אַ ליגן. ניט טאַטע־מאַמע (ער איז שוין געווען צו אַלט און פֿאַראַנטוואָרטלעך, אַזאַ געדאַנק זאָל אים אײַנפֿאַלן), ניט ר´ דוד, נאָר זײַן חבֿרותא, און איינציקווײַז, יעדער וואָס האָט געפֿרעגט, יענעם מאָנטיק בײַ טאָג, פֿאַר וואָס ער פֿאַרלאָזט די ישיבֿה פֿריִער ווי געוויינטלעך. ער האָט שוין געהאַט אויסגעטראַכט וואָס ער וועט זאָגן, און ס´האָט אים פֿאַרחידושט ווי גרינג עס קומט אים אָן די קונסט פֿון שקר. „די מאַמע איז קראַנק,“ האָט ער געזאָגט, אָן קיין איינציקער טיאָכקע אין האַרצן.

די ווינטשעוואַניעס האָבן אויפֿגעקלונגען פֿון אַלע זײַטן. „אַ רפֿואה שלמה!“ ס´איז געווען דאָס ערשטע ברעקל אינטערעס וואָס ס´רובֿ בחורים האָבן געשעפּט פֿון נודנעם טאָג, איבערגעבויגן איבער דיקע ש"סן וואָס קוקט קרום אַרויפֿצוצו ווי מוסטערטאַצן געפֿאַנגענע שפּינען, אַרומגערינגלט מיט נאָך שפּינען פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און תּקופֿות. נאָר יעדער אות בדווקא אַ שפּין, וואָס זינגט אַ געוויסן מין מוזיק וואָס מע דאַרף זיך גוט אײַנלערנען כּדי צו פֿאַרשטיין. די רפֿואה־שלמהס האָבן אים געקלונגען אין די אויערן מאָדנע פֿריילעך, ווי די אַקאָמפּאַנירונג פֿון אַ לוויה־קאַפּעליע אין ניו־אָרלעאַנס וואָס ער האָט געליינט וועגן דעם אין אַ מאַגאַזין.

ער האָט יעדן וואַרעם באַדאַנק פֿאַר די גוטע וווּנטשן, גענומען זײַן מאַנטל און רוקזאַק פֿון ווינקל זאַל וווּ די בחורים לערנען, און איז אַרויף מיט די ברייטע, שלעכט אָפּגעפֿאַרבטע טרעפּ, ביזן פּאַרטער. דאָרט האָט ער (ווי אָפֿטמאָל) זיך אויסגעדרייט און אָנגעקוקט דעם אָרון־קודש און דעם ליידיקן, שטילן זאַל. און, נאָך דער יחידישער צערעמאָניע פֿון אָפּשיידן זיך, איז ער אַוועק אויף דער גאַס, קיין ברוקלין, וווּ ער האָט בדעה צו געפֿינען יענע מיידל וואָס האָט זיך אײַנגעקריצט אין זײַן זיכּרון.

דאָס הייסט, אַז ער איז געגאַנגען ווי אַ משולח פֿון ר´ דוד. פֿון זײַן רבין, כאָטש אַזאַ טערמין וואָלט ניט נושׂא־חן געווען בײַ ר´ דודן.

ער האָט, פֿאַרשטייט זיך, מיטגעטראָגן מיט זיך אַ ש"ס. ווען ער האָט זיך אַוועקגעלאָזט פֿון דער היים אין וועג אַרײַן אין דער ישיבֿה, האָט ער אים אויטאָמאַטיש אַרויסגענומען און אויפֿגעעפֿנט אויפֿן שויס, ווי אַ סגולה קעגן די אַלע סאָבוויי־זאַכן וואָס קענען אים פֿאַרפֿירן – די שיינע מיידלעך וואָס קוקן פֿאַרחידושט אויף זײַנע מאָדערנע קליידער און אויף די לאַנגע פּאות, וואָס ער האָט פֿאַרוואַקסן די לעצטע פּאָר יאָר, זינט ער האָט רעכט אָנגעהויבן לערנען זיך אין דער ישיבֿה; די יונגע־לײַט די אויסגעלאַסענע וואָס רעדן אַנדערע שפּראַכן, צי סתּם אַן ענגליש וואָס ער דערקענט ניט, און שרײַען הויך און פֿאַרשײַט וועגן זייערע מיידלעך און ווי אַזוי מע פֿירט זיך מיט זיי אויף.

דאָס מאָל האָט ער געלאָזט דעם ש"ס אָפֿענערהייט אויפֿן שויס בשעת ער האָט אַ ביסל אַרײַנגעטראַכט אין אייגענעם קאָפּ, געחלומט אויף דער וואָר וועגן יענעם מיידל. איר נאָמען און אַדרעס האַלט ער אויפֿגעשריבן אויף אַ צעטעלע בײַ זײַנע דזשינסן אין דער קעשענע. (ער טראָגט געוויינטלעכע קליידער – ער האָט ניט געוווּסט, צי זאָל ער זיך איבערטאָן אין מער חסידישע קליידער? נאָר עפּעס האָט אים אונטערגעזאָגט דאָס האַרץ, אַז דאָס איז ניט נייטיק, און דאָס פֿאַרשטעלן זיך קען נאָך שטערן זײַן ציל. וואָס דאָס זאָל ניט זײַן.) אַלע ווײַלע האָט ער אויפֿגעקנוידערט דאָס קנײַלכל פּאַפּיר און ווידער אָנגעקוקט דעם אַדרעס און נאָמען, טאָמער זײַנען זיי זיך צעגאָסן אין אַ ים שווייס און גוף־היץ. וואָס וועט ער איר זאָגן? ווי אַזוי וועט זי זיך אָפּרופֿן?

אויף וויפֿל ער האָט געפּרוּווט זיך פֿאָקוסירן אויפֿן שליחות פֿון ר´ דודן, האָט ער אַלץ געהאָפֿט אַז ער וועט איר געפֿעלן. דערצו האָט ער געבעטן בײַם אייבערשטן, אַז זי זאָל ניט אַנטוישן. אַזוי פֿיל זאַכן אין לעבן אַנטוישן – דער „מוראדיקער חידוש“ וואָס איז סך־הכּל גאָרניט, דאָס בוך וואָס כאַפּט ניט דעם אויפֿמערק. נאָר אַז האָט זיך באַוויזן אַ מענטש וואָס איז אינטערעסאַנט! עס זײַנען דאָ גענוג ווייניק פֿון יענעם מין, וויל ער ניט ס´זאָל זיך פֿון אַלץ אויסלאָזן אַ בוידעם.

ער איז אַרויסגעשטיגן פֿון דער סאָבוויי־וואַגאָן און אַראָפּנאַוויגירט די לאַנגע מעטאַלענע טרעפּ ביז דער גאַס. פּלוצען האָט ער דערשפּירט דעם מעכטיקן גײַסט פֿון יענעם ראַיאָן וואָס זײַנע חבֿרים, די מאָדערנע פֿרומע, האָבן ליב חוזק צו מאַכן דערפֿון. ס´איז געווען אָנזעעוודיק עפּעס אַ מין ענערגיע אין דער לופֿט וואָס נאָר אַ גוי קען נעבעך ניט אויפֿכאַפּן. דער אַרעאָל פֿון מקום־קודשדיקייט קען מען שוין אָנהייבן אויפֿכאַפּן אויף די זײַטיקע גאַסן, און עס שטאַרקט זיך וואָס אַ מאָל נעענטער צום דרך־מלך, 13טן עוועניו: פֿול געפּאַקט מיט עמך פֿון יעדן מין. ישׂראלדיקע אײַנקויפֿערס מיט פֿרעך־צעפּראַלטע, לאַכעדיקע מײַלער; חסידישע סלעקערס, וואָס גייען אין שוואַרץ, מיט אַ סעלולאַר שטענדיק צוגעכאַפּט צו איין אויער; ייִדענעס מיט סטײַלישע, צוגעפּאַסטע קליידער וואָס ווײַזן אַרויס (כאָטש אויף אַ סובטילן, צניעותדיקן אופֿן) זייערע געטאָקטע לײַבער; אַלטע ייִדן וואָס מאַכן שהיות אויף דער גאַס אַרײַנצוקוקן אויף וויטרינעס פֿול מיט נײַער סחורה.

דאָס אַלץ – פּלוס די פּאַשקעווילן, מודעות וואָס עס פֿעלט זיי נאָר אמתע ידיעות – האָבן זיך אים געוואָרפֿן אין די אויגן, און אים שיִער ניט אַזוי געפּלעפֿט, אַז ער האָט פֿאַרבלאָנדשעט אין אַ ניט־ריכטיקן געסן. דאָרט איז געשטאַנען אָפֿן אַ בית־מידרש, און אַ היימיש זשומעניש האָט זיך אַרויסגעהערט. אינסטינקטיוו האָט ער אַרויפֿגעקוקט צום הימל צו, און געזען אַז עס ראָזעוועט שוין. ס´איז געווען אַ שפּעטער הימלטאָג, און די שקיעה האָט זיך אונטערגערוקט גיכער ווי ער האָט זיך געריכט, זיך נאָך ניט צוגעוווינט צו דער נײַער צײַט פֿון יאָר. „מינחה,“ האָט ער אומנייטיק געזאָגט צו זיך, און אַרײַנגעכאַפּט אין קליינעם שטיבל.

אַ נס – מע האָט נאָך געהאַלטן בײַ „אַשרי“, האָט ער זיך אַרײַנגעוואָרפֿן. מ´איז שוין ווײַטער געפֿאָרן און זיך אַוועקגעשטעלט דאַוונען שמונה־עשׂרה. ער איז אָפּגעגאַנגען, פֿאָרויסגעטראָטן, און גענומען דאַוונען.

נאָר ווי שטאַרק האָט ער ניט געפּרוּווט, האָט ער ניט געקענט איגנאָרירן דעם שמועס וואָס אַ פּאָר יונגע־לײַט האָבן הויך געפֿירט פּונקט לעבן אים. ער האָט געמאַכט קלאַנגען, כּדי ניט מפֿסיק צו זײַן: „ע-ע-ע-ע! נווו!“ נאָר זיי האָבן ווײַטער געפּלאַפּלט ווי ניט זיי מיינט מען. ער האָט אין גאַנצן פֿאַרלוירן זײַן ביסל כּוונה, און בן מינחה למעריבֿ איז ער צו זיי צוגעגאַנגען און אַ זאָג געטאָן, זייער איידל און צוריקגעהאַלטן, אַז ער וואָלט עס אָפּגעשאַצט, ווען זיי זאָלן רעדן אַ קאַפּיטשקע נידעריקער בשעתן דאַוונען.

די יונגע־לײַט (איינער אַ גראָבער, מיט אַ שמאָלצעוואַטן, געלבלעכן טלית־קטן; דער צווייטער אַ דינער לאָקש מיט דיקע ברילן און אַ חשדימדיקן בליק) האָבן זיך איבערגעקוקט, ווי זיי זײַנען ניט זיכער וואָס צו ענטפֿערן. נאָך אַ לענגערער הפֿסקה האָט זיך איינער אָפּגערופֿן: „זאַט מויכל, וווּס זוגט איר?“

No comments: