Thursday, December 11, 2008

האַלב־פֿאַרגעסענע נעמען און פּערזענלעכקייטן

ראשית־חכמה האָט ער אַ קלונג געטאָן צו פּינחס, אַ חבֿר זײַנס וואָס איז אַלע מאָל געווען אַ ביסל אויף די ראַנדן פֿון דער קהילה. אפֿשר וועט ער וויסן פֿון עפּעס אַן אַרבעט. דאַכט זיך אָבער (פֿון דער לענדלערקע וואָס האָט געענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן) אַז ער האָט זיך אַרויסגעקליבן פֿון דער שטאָט, מער ניט געקענט זיך אויסהאַלטן צוליבן געהעכערטן דירה־געלט. „אַזוי איז עס,“ האָט זי געזאָגט, מיט אַ פֿאַרדומפּיקטן קול. „דעסט די וויי איט יז.“ די לענדלערקע, וואָס ער קען זי שוין פֿון זײַנע ישיבֿהשע יאָרן, האָט זיך אויף אַלץ נאָכגעפֿרעגט: טאַטע־מאַמע (וואָס שוין זינט יענער פֿאַרשטערטער חופּה רעדט ער ניט מיט זיי), זיידע־באָבע (שוין לאַנג אַוועק אין דער אייביקייט), זײַן כּלה (ד"ה יענע, וואָס אַפֿילו איר נאָמען האָט ער זיך בכּיוונדיק ניט דערמאָנט), און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ זײַן ייִדישקייט. אַלע גאָר אויפֿמונטערנדיקע שמועס־טעמעס. ער האָט אַוועקגעלייגט דאָס טרײַבל אַ צעשלאָגענער און אַן אַנטוישטער מיט דער וועלט – אָדער וואָס זי איז געוואָרן, אָדער פֿאַר וואָס פֿאַר אַ זאַך ער האָט זי געמאַכט.

ער האָט אַ טראַכט געטאָן אַדורך די אַלע נעמען וואָס האָבן זיך נאָל בײַ אים דערמאָנט אין קעפּל. דער איינציקער וואָס פֿעלט אים – פּסיכאָלאָגיש גערעדט; ער האָט זיך ניט דערלויבט קיין בענקענישן נאָך ברוקלין, דער ריס איז נאָך אויף דעם צו בלוטיק – איז אויף צו להכעיס יענער ייִד, וואָס ער וויל זיך אין אים ניט דערמאָנען.

און אפֿשר . . . אַהאַ! ער האָט זיך אָנגעכאַפּט אין אַ קליינטשיקן, צעריבענעם געדאַנק וואָס האָט זיך נאָך געדרייט צווישן די טונקעלע, הינטערשטע קאָרידאָרן פֿונעם מוח, וווּ האַלב־פֿאַרגעסענע נעמען און פּערזענלעכקייטן נעמען אָן די טונקעלע פֿאַרבן ווי די געמעלן פֿון סוטין אָדער איינע פֿון די האָלענדער. אַ געדאַנק וואָס וואָלט אים אפֿשר אָפּגעראַטעוועט פֿון יענער אומבאַווקעמער נייטיקייט, צו רעדן מיטן ייִד וואָס ער וואָלט זיך פֿאַר אים געשעמט.

יאָ, אים איז אײַנגעפֿאַלן צו רופֿן קלמן, אָדער ווי מע פֿלעג אים רופֿן אין ישיבֿה: קלמן דממה דקה. עס פֿאַרשטייט זיך אַליין פֿון יענעם צונעמעניש, אַז יענער קלמן איז געווען סײַ אַ שרײַער, סײַ אַ טריפֿנער האַלדז. מע האָט פֿון אים געלאַכט אין דער קאַפֿעטעריע און אין די קאָרידאָרן, אין בית־מדרש און בײַם דאַווענען. און פֿאַר גוטע סיבות דערצו. ער האָט חוזק געמאַכט פֿון די רביים און די אַנדערע ישיבֿה־בחורים בשעת ער האָט אַליין ניט געהאַט קיין שם פֿון גוטע מידות. מע האָט אויף אים געזאָגט, אַז ער מאַכט קוים אַ לייעניש פֿון אַ בלאַט, אַז זײַן שוועסטער האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִד פֿאַר יאָשקע, אַז זײַנע עלטערן האָבן זיך באַגעגנט גאָר אין דער ברוקלינער תּפֿיסה נאָך אַ גוואַלדאָוונער דעמאָנסטראַציע קעגן די ליובאַוויטשער, דווקא ווען די שׂינאה קעגן חב"ד האָט זיך שוין לאַנג געהאַט אײַנגעשטילט.

בקיצור, ניט קיין חבֿרה־מאַן וואָס מע וואָלט געוואָלט מיט אים האָבן צו טאָן. פֿונדעסטוועגן אָבער האָט משה אין אים געזען עפּעס וואָס איז געגאַנגען זײַן אייגענעם וועג, וואָס האָט זיך ניט געלאָזט רירן פֿון זי כּסדרדיקע מוסר־שמועסן. קלמן דממה דקה האָט געהאַט אַן אייגענע השקפֿה – זאָל זײַן אַ צינישע – און אַן אייגענם צוגאַנג צו הלכה. ער האָט געוווּסט וואָס ער ווייסט, און וואָס ער ווייסט ניט. איידער צו פֿרעגן אַ שאלה האָט ער געפֿרעגט בײַ זיך אַליין צי ער קען די שײַכותדיקע הלכות. טאָמער ניט, האָט ער געגעבן אַ פֿאָרש צו אין כּלערליי ספֿרים ביז ר´איז דערגאַנגען דעם ענטפֿער.

יאָ, קלמן דממה דקה איז געווען אַ פּאַסקודניאַק, נאָר ער איז געווען אַ פּאַסקודניאַק אַ למדן, און אין זײַנע ניט־מעסיקע רייד אַקעגן די רביים און די מיט־תּלמידים האָט ער אָפֿט מאָל אַרויסגעזאָגט געדאַנקען, וואָס אַנדערע האָבן זיך ניט געוואַגט אַפֿערצוברענגען אויף די ליפּן. אַמאָל, צוליב עפּעס אַן ענין, איז משה אַרײַן צו אים אין דירה (ער האָט נאָך געוווינט מיט זײַנע טאַטע־מאַמע אין באָראָ־פּאַרק). דער קליינער צימער, דושנע, איז געווען אָנגעלייגט מיט ביכער אויף יעדן אייבערפֿלאַך. פּאַפּירן האָבן זיך אומזיכער געוויגט, ווי מאַקעטן פֿון מיגדל־בבֿל, אויף טישן און בענקלעך. און אין מיטן, זיכער ווי אַ מלך אויפֿן טראָן, איז געזעסן דממה דקה (מע וואָלט געקענט צוגעבן, אַזוי ווי מיט די צאַרן, „דער גרויסער“), פֿולשטענדיק אין קאָנטראָל איבער זײַן סבֿיבֿה. ווען משה האָט אים געזאָגט יענץ מאָל, איז אים אײַנגעפֿאַלן אָט וואָס:

„אַ שאָד וואָס קלמן קען ניט מאַכן זײַן גאַנצע וועלט פֿאַר אַזאַ מין סבֿיבֿה, באַקוועם און אויפֿנעמעריש, פֿול מיט ביכער און ספֿרים, נאָר מיט מענשטן וואָס האָבן פֿאַר אים אַן אמתדיקן דרך־ארץ. פֿאַר וואָס קען ער ניט אַוועק פֿון דער וועלט און זיך מאַכן אַ היים אין אַן אַנדערער?“

און אָט, איז אים אַײַנגעפֿאַלן צו קלינגען צו אים, ער ווייסט ניט פֿאַר וואָס. ווער ווייסט צי קלמן האָט זיך טאַקע דערשלאָגן צו אַזאַ וועלט וואָס משה האָט פֿאַר אים געהאָפֿט.

Tuesday, October 28, 2008

וווּ געפֿינט זיך הײַנט דער שׂכל-צענטער?

עס איז וויכטיק צו וויסן, ווי אַזוי דאָס באַוווּסטזײַן ווערט צונויפֿגערעכנט און דעפֿינירט. וווּ געפֿינט זיך דער נאַציאָנאַלער שׂכל פֿון עם־ישׂראל? דאָס איז ניט קיין נאַרישע שאלה. דעת־הקהל, ווייסט יעדער, איז גאָר אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר. מע דאַרף פֿאַרשטיין וווּ ער געפֿינט זיך, פּונקט ווי (להבֿדיל) אין די אַלטע שרעקפֿילמען, דאַרף מען זיך דערוויסן דאָס אָרט פֿון צענטראַלן קאָמפּיוטער, דער וואָס קאָנטראָלירט די באַוועגונגען פֿון ריזיקן עלעקטראָנישן מאָנסטער, אויב מע וויל זיך דערפֿון ראַטעווען. פּונקט אויף אַזאַ אופֿן, אויב מע וויל איבעראַנדערשן דעם גורל פֿון אַחינו בני ישׂראל, דאַרף מען געפֿינען וווּ עס געפֿינט זיך יענעם פֿאָלקישן שׂכל־צענטער און אין אים זיכער און גלײַך אַרײַנדרינגען, ווי אַ גזלן לשם מיצווה.

בשעת דער צענטער פֿון ייִדישן פֿאָלק האָט זיך געפֿונען אויף צוויי הויפּטערטער, למשל אין מיזרח־אייראָפּע און ארץ־ישׂראל, אָדער שפּאַניע, איז געווען גרינג זיך צו דערוויסן, וואָס עס טראַכט ר´ ייִד. הײַנט אָבער, ווען יעדע קהילה און אידעאָלאָגיע האָט אַן אייגענעם הויפּטקוואַרטיר, איז ניט אַזוי פּשוט צו טאַפּן דעם דופֿק פֿון עמך. פֿאַר וואָס איז דאָס שײַך? ווײַל משה, דער פֿאַרפֿאָרענער חסיד, האָט אַלע מאָל געטראַכט אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב (קעראָלײַן וואָלט געזאָגט: צו גרויס), און איידער צוצוגיין צו פּערזענלעכע ענינים ווי אַנדערע וואָלטן געטאָן – דאָס הייסט, לויטן גערעם פֿון אייגענעם איך – איז אים ליבער צו פֿאַרשטיין די ברייטערע קאָנטרון פֿון דער געזעלשאַפֿט וואָס רינגלט אַרום און האַלט אויס זײַנע חבֿרים און באַקאַנטע.

די פֿראַגע וואָס משה שטעלט זיך אַליין איז אַזאַ: ווי אַזוי וועלן זײַנע חבֿרים אָפרופֿן זיך, ווען ער שטעלט זיך ווידער מיט זיי אין פֿאַרבינדונג, שוין אַ צוריקגעקומענער אין ברוקלין? די פֿראַגע איז אַ וויכטיקע ווײַל משה, בשעת זײַן צײַט אין מישיגען און דעם אָנהייב פֿון זײַן באַציִונג מיט קעראָלײַן, האָט בײַ זיך שוין באַשלאָסן אַז ער דאַרף אַליין בײַטן, ווי אַזוי ער גייט צו צו יענעם.

פֿריִער – למשל, ווען ער האָט געמאַכט פּליטה פֿון דער חופּה, אָן אַ זײַ־געזונט זײַן כּלה אָדער דעם רעשט פֿון זײַן משפּחה – האָט ער אַדורכגעפֿירט דאָס זײַניקע, ווײַל – ווײַל אַזוי האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער דאַרף טאָן צוליב זײַנע אייגענע באַדערפֿענישן. שוין אַדורכגעפֿירט אָבער יענע באַדערפֿענישן, און זיך באַזעצט אין ווײַטע, גויִישע מקומות (און דערצו נאָך שוין אַדורכגעפֿירט זײַן שידוך מיט אַ גויע) האָט ער אַנטדעקט, אַז ער דאַרף אויך אַרײַננעמען אין חשבון ווי אַזוי יענער וועט רעאַגירן.

ער איז שוין – וויפֿל? – עפּעס און דרײַסיק יאָר אַלט, פֿינף און דרײַסיק, יאָ. קעראָלײַן, זאָל זי גאָט בענטשן, מאַכט אַ גרויס צימעס פֿון יעדן געבוירן־טאָג זײַנס. זי קריטיקירט אים, הלמאַי ער זיצט גאַנצענע שעהען אויף דער סאָפֿע, אַרבעט נאָר טיילצײַטיק בײַ נידעריקע דערווײַליקע שטעלעס, ניצט ניט אויס די גאַנצע נעץ חבֿרים, רביים, חבֿרותאס וואָס ער האָט אויפֿגעבויט בשעתּו. צוקומען צו זיי קען ער אָבער ניט, ער ווייסט ניט פֿאַר וואָס.

מאָדנע, וויפֿל מאָל ער האָט געהערט אין ישיבֿה וועגן דער גרויסער וויכטיקייט, דער הימל־שרײַענדיקער מיצווהדיקייט פֿון די אַלע מיצוות־בן־אָדם־לחבֿרו. דערנאָך האָט ער זיך באַזעצט, צוזאַמען מיט קעראָלײַן, אין מישיגען, און זיך אויסגעלערנט אַ נײַעם וואָקאַבולאַר פֿאַר אַ לעבן פֿון גוטע כּוונות: ניט מיצוות נאָר „אימפּעראַטיוון“, ניט שמירות־מיצוות, ערלעכקייט און גדולים בתּורה נאָר „תּיקון־עולם“ (אַזוי האָבן זיך אויסגעדריקט די ליבעראַלע ייִדן, וואָס האָבן זיך אָפּגעשראָקן בײַ זײַן אָנקום) און העראָס.

אַלץ האָט ער זיך אויסגעלערנט אין פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות, נאָר מע האָט אים נאָך אַלץ ניט געלערנט ווי אַזוי מע פֿאַרשטייט יענעמס געפֿילן. קעראָלײַן, דאַכט זיך אים, איז אַ מבֿין אויף יענעמס געפֿילן. פֿון וואַנען האָט זי גענומען יענעם טאַלאַנט?

ער האָט גערעדט נאָך אַ פּאָר מינוט צו זיך אַליין, שווײַגנדיקערהייט. דערנאָך זיך אָנגעטאָן אַ ריזיקן כּוח, אויפֿגעשטאַנען פֿון דער סאָפֿע און זיך אַ לאָז געטאָן צום טעלעפֿאָן, עלעהייט ער וועט אַנטלויפֿן ווי אַ ציג אויב ער וועט זיך באַקלערן.

Sunday, September 14, 2008

מיצווה־ביזנעס

ס´איז געשטאַנען אין מיטל צימערל אַ מעטאַלענער טיש מיט אַ צעקראַצטן אויבן, וואָס פּונקט אַזאַ שטיק מעבל איז גאָר באַקאַנט יעדן וואָס האָט פֿאַרבראַכט די ערשטע צאָל יאָרן אין אַ אָרעמער שול, אָדער אַ ניט־פֿאַרמעגלעכן חדר צי ישיבֿה־קטנה, אָדער אַן עפֿנטלעכער שול וואָס איר בודזשעט ווערט יאָר־אײַן יאָר־אויס נאָך אומרחמנותדיקער צוגעוואָרגן.

ס´איז אָבער נאָר געווען איין בענקל. דער גראָבער ייִד האָט עס געגעבן אַ בריקע מיט איין אומסטאַביל־קורצן פֿוס. דאָס בענקל האָט זיך געוויגלט איבערן דיל און זיך אָפּגעקראַצט צו אַן אָפּשטעל אויפֿן דיל איידער עס האָט אַרײַנגעקראַכט אין דער וואַנט אַרײַן. דער גראָבער ייִד האָט אַ טײַטל געטאָן אויף סעמין מיט איין פֿינגער און אַרויסגערופֿן מיט אַ ביסל אַ מילדערן קול:

„זעצט זיך. מיר האָבן וואָס צו בעטן בײַ אײַך."

ער האָט גענומען אים צו אירצן, דאַכט זיך. אינטערעסאַנט – פֿאַר וואָס וואָלט ער דאָס געטאָן?

ער האָט געפֿאָלגט און זיך אַוועקגעזעצט אין בענקל. ס´איז אים געווען צו קליין, און זײַנע גלידער האָבן זיך אַרויסגעשפּרייט אין אַלע זײַטן. ער האָט זיך קוים געקענט האַלטן אין בענקל, וואָס האָט זיך געקאַטשעט אַהין און צוריק ווי אַ שיכּורער בדחן אָדער ווי להבֿדיל אַ רעפּ־סטאַר נאָך אַ הצלחהדיקן מאָרדפֿולן טור. איינער איז געשטאַנען פּונקט לעבן אים, און איינער (דער גראָבער) האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף דער וואַנט קעגן איבער, איבערן טיש. פּונקט ווי אין די דעטעקטיוו־פּראָגראַמען אויף דער טעלעוויזיע.

„מיר ווילן אײַך האָבן פֿאַר גאָר אַ וויכטיקן שליחות. נאָר ראשית־כּל דאַרפֿן מיר זיך אײַך פֿאָרשטעלן. כ´הייס ר´ גרובער,“ זאָגט דער גראָבער. סעמי, וואָס האָט געוויינטלעך ניט קיין גרויס חשק פֿאַר געמאַכטע ווערטערשפּילן אָדער גמטריא, האָט זיך שיִער ניט געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער.

„און איר?“ האָט סעמי זיך געווענט צום שלאַנקערן פֿון דער פּאָר.

„שלענקער,“ האָט געזאָגט דער צווייטער, אָן קיין חשק, דאַכט זיך, צו עפֿענען דאָס מויל און צונעמען צײַט פֿון פֿאַרקוקן זיך אין דער ווײַטנס.

„און וואָס ווילט איר פֿון מיר?“

„ס´איז ניט וואָס מיר ווילן פֿון אײַך, ס´איז וואָס מיר קענען פֿאַר אײַך טאָן,“ האָט געזאָגט גרובער. „מיר ווילן אײַך אָנבאָטן גאָר אַ פֿעטע סחורה. מיר האָבן אַ נײַ געשעפֿט וואָס וועט מאַכן אַ רעוואָלוציע אין דער גאַנצער פֿרומער וועלט. מיר וועלן אָנהייבן אַ מיצווה־ביזנעס.“

„וואָס איז דאָס?“ האָט אַ פֿרעג געטאָן סעמי.

„ס´איז גאַנץ פּשוט. דו ביסט פֿון מאַנהעטן, יאָ? אַזוי האָט איר געזאָגט? איר ווייסט אַז עס זײַנען דאָ אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס וואָס ווילן צוציִען די יונגע־לײַט צו ייִדישקייט. מע זוכט אַרום דעם כּישוף־שפּראָך וואָס וועט דאָס טאָן. מע גרינדעט אַנשטאַלטן מיט פֿילמשטערנס, מע בויט אויף ברויסע בנינים אויף קאַלעדזש־קאַמפּוסן, נאָר דאָס אַלץ טויג ניט. די ייִנגלעך און מיידלעך האָבן חתונה מיט גוייִם און אין צוויי דורות אַרום זײַנען זייערע קינדער שוין מער ניט קיין ייִדן. איר ווילט דאָס פֿאַר אײַערע מאָדערנע ייִדן?“

סעמי האָט ניט געהאַט וואָס צו זאָגן. ער האָט פּשוט אויסגעשטעלט אַ פּאָר אויגן און צוגעקוקט פֿאַרחידושטערהייט.

אָט האָט זיך צערעדט דער שלאַנקער, ד"ה שלענקער, אַ פּנים דער שׂכל הינטערן גאַנצן פּלאַן. „מיר האָבן אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט אַ גרויסן גבֿיר וואָס האָט גרויס אַהבֿת־ישׂראל אַפֿילו פֿאַר די פֿרײַע. ער איז א הײַמישער ייִד, און אים איז שוין נימאס די גאַנצער אויפֿמערקזאַמקייט וואָס עס קומט די חבדסקע ייִדן צוליב זייער אַזוי־גערופֿענעם קירובֿ. מיר קענען טאָן בעסערס. מיר וועלן שאַפֿן נאָך הייליקע ייִדן.“

סעמי האָט ווײַטער ניט פֿאַרשטאַנען. „איר ווילט מיך פֿאַר אַ קירובֿ־פּראָיעקט?“

שלענקער האָט ווײַטער גערעדט, כּאילו סעמי האָט גאָרניט געזאָגט. „מיר דאַרפֿן ווײַזן די מאָדערנע ייִדן אַז מע פֿאַרשטייט זייערע באַדערפֿענישן, און זיי איבערצײַגן אַז נאָר אונדזער תּורה קען זיי ראַטעווען.“

„אָבער דאָס איז – “ סעמי איז געוויינטלעך דער איידלסטער פֿון ייִדן, נאָר ער האָט געדאַרפֿט רעדן לשון, דאַכט זיך – „דאָס איז אַן אויסערגעוויינטלעך נאַרישער געדאַנק. פֿאַר וואָס ווילט איר טאָן וואָס די ליובאַוויטשער טוען שוין? אַלף, איר קענט עס מסתּמא ניט געטאָן בעסער, און בית, איז דאָס קעגן אײַױר טבֿע ווי סאַטמער! ווער האָט דאָס אויסגעטראַכט, און פֿאַר וואָס, צו אַל די שוואַרצע יאָר, האָט איר מיך געוואָלט אַרײַנציִען?“

ער האָט געגעבן אַ קוק אויף זײַן זייגערל. עס איז שוין שפּעט אין טאָג, און ער האָט נאָך ניט אויפֿגעזוכט דאָס מיידל. וואָס טוט ער דאָ? פֿאַר וואָס וואַרפֿט ער אַוועק אַזוי פֿיל צײַט?

Monday, August 18, 2008

אַ פּאַראָדיע פֿון אַ קבלה־רעטעניש

סעמי האָט געשפּירט, ווי ער הייבט אָן קײַכן. ער האָט אַסטמאַ, און זי ווערט אַלע מאָל אויפֿגערייצט פֿון ניט־פֿאָרויסגעזעענע געשעענישן. דאָס גילט ווי אַזאַ, דאַכט זיך אים.

„וווּהין נעמט איר מיך?“ האָט ער אַרויסגעשטאַמלט, ניט וויסנדיק וווּ געפֿינען זיך איצט הימל און ערד, אַזוי צעטרייסלט איז אַלץ. וווּ איז דאָס מיידל וואָס ער זוכט? ווי קומט עס אַז ער ווערט געשלעפּט פֿון צוויי ייִדן מיט וועמען ער האָט נאָר וואָס מיטגעדאַוונט?

די צוויי ייִדן האָבן דערווײַלע ניט געענטפֿערט. זיי האָבן אים ווײַטער אַרײַנגעשטופּט דורך אַ מעטאַלענער טיר אויף וואָס איז געהאַנגען אַ פֿאַרזשאַווערט, גרויסקייטלדיק ריגל.

זיי האָבן זיך געפֿונען אין אַ גרויסן בית־מדרש. ספֿרים־שאַנקען זײַנען געשטאַנען לענג אויס די ווענט, און יעדער אָרט איז געווען פֿאַרנומען דורך אַ שאָקלנדיקן קאָפּ. דער ריח פֿון שלעכטער קאַווע איז געהאַנגען אין דער לופֿט, זיך קאָנקורירנדיק מיט דער פֿריילעכער, אַלץ־אַרומנעמיקער זשומערײַ פֿון לעבעדיקן תּורה־לערנען. סעמין האָט זיך פֿאַרוואָלט אָפּשטעלן, צוריק צום געוויינטלעכן שטייגער, אויפֿמישן אַ ספֿר און אויפֿשפּאַלטן אַ נײַעם פֿענצטער אין דער תּורהדיקער וועלט. מע האָט אים אָבער ווײַטער געשטופּט, ס´איז אים ניט געווען קלאָר פֿאַר וואָס – ער וואָלט גערן געאַנגען וווּ נאָר מע הייס, ווײַל ער האָט צו שטאַרק מורא ער זאָל זיך אַקעגנשטעלן אַ באַפֿעל.

די לערנערס האָבן קוים אַרויפֿגעקוקט פֿון זייערע ערטער. אַ פּאָר האָבן דאַכט זיך דערקענט די צוויי באַלגייטערס זײַנע, און געהויבן אַ האַנט צו געבן שלום. „וואָס הערט זיך?“ האָט איינער אויסגעשריגן. „נו־נו,“ האָט געמאַכט מיט די אַקסלען דער דאַרער ייִד, און זיי זײַנען ווײַטער געגאַנגען. בײַם עק פֿון גרויסן זאַל האָט זיך געפֿונען אַ צווייטע טיר, דאָס מאָל אַן אָראַנזשענס, וואָס איז געווען אויף אַ קאָמבינאַציע־שלאָס.

זיי זײַנען ווײַטער אַרײַן אין אַ צווייטן צימער, וווּ אַן אַלטער ייִד מיט אַ גרויסער שואַרצער יאַרמולקע (זײַן קאַפּעליוש איז געלעגן לעבן אים אויפֿן טיש) איז געזעסן אַ געבויגענער איבער עפּעס וואָס סעמי האָט ניט אַרויסגעזען. ווען זיי זײַנען אָבער צוגעגאַנגען זאַלבעדריט, האָט ער באַמערקט אַז ס´איז אַזאַ ווײַטער פּראָשעק, וואָס דער ייִד מישט מיט אַן אַנדער מין פּראָשעק און לייגט אַרײַן דעם פּועל־יוצא דערפֿון אין אַזאַ מין פּילכל.

סעמי האָט געלאָזט דאָס מויל אויפֿהענגען. סאַראַ חילול־השם! מע ווייסט ניט ווער ער איז, עפּעס אַ דרויסנדיקער ייִד, ניט פֿון דער גאָר פֿרומער קהילה, און זע נאָר – מע הערט ניט אויף צוזאַמענצופּאַקן אומלעגגאַלע דראָגס אַפֿילו גלײַך פֿאַר אים אין די אויגן, אָן קיין סלח לנו מחל לנו! ער איז געשטאַנען און געגאַפֿט. נאָר איידער די צוויי בגוואַלד־באַגלייטערס האָבן אים ווײַטער אַוועקגעשלעפּט דורכן צימער צו אַ צווייטן אומבאַקאַנטן אָרט, האָט דער אַלטער ייִד פּלוצעם אַרויפֿגעקוקט. געזען אַז דער בחור קען זיך ניט אָפּקוקן, האָט ער זיך הויך צעלאַכט, און פֿריילעך געשריגן מיט אַ צעריסענעם, צעקרעכצטן קול:

„וואָס זעסטו, בחורל? ביסט גרייט צו שרײַען גוואַלד איבער אַ פּעקל פּשוטע ווײַטאַמינס?“

סעמי האָט ניט געקענט אויסטראַכטן אַן אָפּרוף. יעדער – דאָס הייסט דער אַלטער ייִד און די צוויי נײַע „חבֿרים“ זײַנע – האָט זיך הויך צעכאָרכלט. „מסתּמא האָט דער קליינער צדיק געמיינט, אַז מיר פֿאַרקויפֿן דראָגס!“

סעמי האָט זיך פֿאַרשעמט. חושד זײַן בכשרים איז דאָך אַ שווערער ענין! שפּעטער וועט ער צוריקקומען צום אַלטן ייִד און פֿאַרענטפֿערן זיך.

ווײַטער זײַנען זיי אַרײַן אַזש אין אַ דריטן צימער, וווּ די ווענט האָבן געבלישטשט מיט נײַעם פֿאַרב און נײַע קאָמפּיוטערס זײַנען געלעגן אויף לאַנגע טישן. יונגע בחורים און מיידלעך זײַנען געזעסן, און האָבן זיך אויסגעדרייט פֿון זייער שמועס אים אָנצוקוקן. ווידער האָט סעמי ניט געהאַט קיין אַנונג, וואָס ער זאָל יאָ אָדער ניט זאָגן.

„לאָמיר גיין ערגעץ ביחידות, מיר זאָלן רעדן פּריוואַט,“ מאַכט דער גראָבער. און דערנאָך, שוין ווי אין אַ פּאַראָדיע פֿון אַ קבלה־רעטעניש, זײַנען זיי אַרײַן אַזש אין אַ פֿינפֿטן צימער, דאָס מאָל אַ שמאָלן אַלקערל מיט אַן איין און איינציקן לעמפּל, באָמבלנדיק אַן אומבאַהאָלפֿנס פֿון דער סטעליע, וואָס האָט קוים באַלויכטן דעם שמוציקן פֿערטל־אָפֿיס.

Sunday, July 20, 2008

הײַמישע ווערטער און קולטורירטע רייד

סעם (זינט דאָס מיידל האָט אים פֿאַרכאַפּט מיט איר בליק האָט ער מער ניט פֿאַררעכנט זיך אַליין פֿאַר קיין „סעמי“) האָט איבערגעחזרט זײַן בקשה מיט מער ווי אַ ביסל מורא. ער האָט גערעדט גאַנץ שטיל, ווײַל דער רבֿ (אַ יונגער־מאַן אַ צוציק, ניט עלטער פֿון אַ יאָר דרײַסיק) האָט נאָך געזאָגט זײַן תּורה־ווערטעלע. אמת, קהל האָט ניט אויפֿגענומען מיט קיין גרויס התלהבֿות, נאָר אויף דרך־ארץ דאַרף מען שטאַרק מקפּיד זײַן ווען מע געפֿינט זיך אין אַ פֿרעמדן געגנט.

די צוויי יונגע־לײַט האָבן זיך ווידער אָנגעקוקט און אויסגעבראָכן אין אַ שוין איין מאָל אומפּאַסיקן געלעכטער. דער גאַנצער זאַל האָט זיך ווי איין מענטש אויסגעדרייט און באַקוקט מיט שטרענגע ברעמען. „איך ווײַס ניט ווער איר זאַט, נאָר אפֿשר זאָלט איר זיך שוין אָפּטראָגן און ניט מישן זיך אין פֿרעמדע מנינים.“

מסתּמא האָט סעם שוין דעמאָלט געדאַרפֿט האַלטן דאָס מויל און טאַקע פֿאָלגן די עצה פֿון יונגער־מאַן. נאָר עפּעס האָט אים אונטערגעשטויסן, ער ווייסט ניט פֿאַר וואָס, און עס האָט אים פֿאַרוואָלט צוריק צו דערלאַנגען אַ שטאָך.

„און אַוווּ איז אײַער אַהבֿת ישׂראל?“

נאָר מע האָט שוין געהאַלטן בײַ מעריבֿ, און מע האָט אים איגנאָרירט. קריאת־שמע, שמונה־עשׂרה: ער באַמערקט אַז זיי בלײַבן דערווײַלע שטיל, און עס דערפֿרייט אים אַז זײַן נײַע גבֿרדיקייט האָט אים צוגעגעבן שטאַרקקייט זיך אָנצונעמען פֿאַר כּבֿוד־בית־כּנסת. סאַראַ זכות באַקומט ער פֿון זײַן שליחות. אמת וואָס עס שטייט געשריבן וועגן שלוחי מיצווה. מע האָט שוין געהאַלטן בײַ עלינו, האָט ער אָנגעהויבן צוזאַמעננעמען זײַנע זאַכן ווי אַ צוגרייטונג פֿאַרן וועג.

ווען ער איז שוין איבערגעטראָטן דעם שוועל, אין דרויסן, האָט ווער אים אַ שווערן קלאַפּ געטאָן אויף די פּלייצעס. ער האָט זיך אויסגעדרייט און ווידער געזען יענע צוויי יונגע־לײַט.
צוליב מורא האָט ער ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן און טאָמער וואָלט ער יאָ געוווּסט וואָלט ער ניט געקענט, ווײַל פּחד האָט אים אויך צוגענומען דאָס לשון.

איינער פֿון זיי, דער גרויסער מיטן שמאָלצעוואַטן און פֿאַרגעלבלעכטן טלית־קטן, האָט געמאַכט מיט דער האַנט סעם זאָל אָפּטרעטן אין זייער ווינקל.

זיי האָבן געשמועסט אין אַ ווינקל אונטערן אויסהענגל פֿון אַ פֿרויען־קליידער־געשעפֿט. ס´איז שוין געווען רעכט טונקל און זעלטן ווער האָט באַמערקט, וואָס דאָרט טוט זיך. דער פּחד און די מורא זײַנען שוין לאַנג אַוועק פֿון סעמען – ער האָט שוין געשפּירט נאָר נײַגעריקייט, וואָס וועט מיט אים געשען, און ווי אַזוי ער וואָלט זיך געדאַרפֿט אָפּרופֿן.

די צוויי יונגע־לײַט האָבן ניט אויסגעקוקט מוראדיק, נאָר דאַכט זיך אַז זיי האָבן געוואָלט אים סטראַשען. אַנדערש פֿאַר וואָס דאַרף ער שמועסן מיט זיי דווקא אין אַזאַ ווינקל? נאָר ער דאַרף הערן מיט קאָפּ, מע רעדט צו אים:

„וווּ וווינט איר?“

ער פֿאַרשטייט ניט. פֿאַר וואָס וואָלט מען געוואָלט וויסן אַזעלכע פּרטים? וואָס איז דאָס זייער עסק?

ער איז אין אַזאַ מצבֿ, אַז וואָס בײַ אים אויפֿן לונג . . . האָט ער זיך אַרויסגעכאַפּט מיט דער אומגעלומפּערטער פֿראַגע: „פֿאַר וואָס וואָלט איר געוואָלט וויסן?“

„איך וויל דאָס וויסן, ווײַל עס קען זײַן אַז מיר האָבן פֿאַר אײַך אַן אַרבעט.“

גראָד דעמאָלט האָט ער געדאַרפֿט זאָגן אַז ער דאַרף ניט קיין אַרבעט – ער איז דאָך אַ ישיבֿה־בחור, און ער לערנט זיך אין אוניווערסיטעט אויך, וואָס דאַרף ער זיך אַרײַנמישן אין אַ קהילה וואָס ער קען ניט און פֿאַרשטייט ניט? נאָר עפּעס האָט אים געשטויסן פֿאַרמישן צו ווערן – ווער ווייסט צי ס´איז געווען נײַגעריקייט, אָדער אַ באַגער צו האָבן עפּעס אינטערעסאַנטס אַרומצושמועסן מיטן מיידל, צי וואָס . . . נאָר ער האָט געזאָגט: „כ´וווין אין מאַנהעטן, אויף דער וועסט־סײַד.“

„אַך, די וועסט־סײַד,“ האָט געזאָגט דער גראָבער, און זיך פֿאַרקוקט אין דער ווײַטנס, ווי איינער וואָס מאַכט חוזק פֿון דער דרויסנדיקע וועלט און ברייטע האָריזאָנטן בכלל. „די וועסט־סײַד, האַ? צי איז נאָך אַלץ דאָרטן פֿאַראַן . . .“ און אָט האָט ער אויסגערעכנט אַ ריי נעמען פֿון שולן, ישיבֿות, און אַנדערע ייִדישע מוסדות.

סעמי האָט זיך געחידושט צו זען אַז דער חסיד, וואָס קוקט אויס ממש ווי אַ פּליט פֿון אַן אַנדער וועלט, פֿאַראינטערעסירט זיך טאַקע אין זײַן געגנט. „יאָ, יאָ, יאָ!“ האָט ער צוגעבאָמקעט צו יעדן נאָמען. „ווי קענט איר אַזוי גוט דעם געגנט?“

דער ייִד האָט זיך פֿונאַנדערגעלאַכט, אַרויסגענומען אַ ציכטיק ווײַס טיכל (וואָס האָט זיך בולט קאָנטראַסטירט מיטן טרעגערס הילוך), און געווישט די אויגן וואָס האָבן זיך געטרערט פֿון געלעכטער.

„וואָס מײַנט עץ, אַז יעדער וואַקסט אוף אויף דער גאַס ווי ער איז געבוירן געוואָרן? אַז מיר חסידים שטייען אוף און שטאַרבן מיט זעלבן בריקלין? אַז מיר לעבן ערגעץ אין אַ שטייטל? ענק ווײַסט, וויפֿל ייִדן דאָ האָבן זיך איבערגעצויגן פֿון איין אָרט אין אַ צווייטן. מיר ייִדן זײַנען אַלע מאָל געווען דאָס קלאַסישע וואַנדערפֿאָלק, עס חידושט מיך וואָס אַ ייִנגער־מאַן ווי ענק, וואָס האָט אַ פּנים פֿון אַ קאָסמאָפּאָליטישער, אַ וועלטסמענטש, קען זיך אַרימטראָגן מיט אַזעלכע געפֿערלעכע סטערעאָטיפּן.“

סעמי האָט זיך געפֿונען אָן לשון. ער האָט קיין מאָל געהערט אַזאַ זעלטענע קאָמבינאַציע פֿון „הײַמישע“ ווערטער און קולטורירטע רייד. ער האָט געמיינט אַז מע פּרוּווט אים אָפּנאַרן. נאָר דער צווייטער ייִד, דער דאַרער, האָט אים פּלוצעם אַ כאַפּ געטאָן בײַם אָרעם און אים אַוועקגעשלעפּט ווײַטער אַראָפּ דעם געסל. אַ שוואַרצער מורא האָט באַפֿאַלן דעם יונגן גאַסט פֿון דער (ווײַזט זיך אַרויס) ניט אַזוי ווײַטער וועלט פֿון דער וועסט־סײַד.

Sunday, June 29, 2008

די קונסט פֿון שקר

ער האָט ניט געמאַכט קיין שהחינו, נאָר ס´איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס דער עילוי האָט געזאָגט אַ ליגן. ניט טאַטע־מאַמע (ער איז שוין געווען צו אַלט און פֿאַראַנטוואָרטלעך, אַזאַ געדאַנק זאָל אים אײַנפֿאַלן), ניט ר´ דוד, נאָר זײַן חבֿרותא, און איינציקווײַז, יעדער וואָס האָט געפֿרעגט, יענעם מאָנטיק בײַ טאָג, פֿאַר וואָס ער פֿאַרלאָזט די ישיבֿה פֿריִער ווי געוויינטלעך. ער האָט שוין געהאַט אויסגעטראַכט וואָס ער וועט זאָגן, און ס´האָט אים פֿאַרחידושט ווי גרינג עס קומט אים אָן די קונסט פֿון שקר. „די מאַמע איז קראַנק,“ האָט ער געזאָגט, אָן קיין איינציקער טיאָכקע אין האַרצן.

די ווינטשעוואַניעס האָבן אויפֿגעקלונגען פֿון אַלע זײַטן. „אַ רפֿואה שלמה!“ ס´איז געווען דאָס ערשטע ברעקל אינטערעס וואָס ס´רובֿ בחורים האָבן געשעפּט פֿון נודנעם טאָג, איבערגעבויגן איבער דיקע ש"סן וואָס קוקט קרום אַרויפֿצוצו ווי מוסטערטאַצן געפֿאַנגענע שפּינען, אַרומגערינגלט מיט נאָך שפּינען פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און תּקופֿות. נאָר יעדער אות בדווקא אַ שפּין, וואָס זינגט אַ געוויסן מין מוזיק וואָס מע דאַרף זיך גוט אײַנלערנען כּדי צו פֿאַרשטיין. די רפֿואה־שלמהס האָבן אים געקלונגען אין די אויערן מאָדנע פֿריילעך, ווי די אַקאָמפּאַנירונג פֿון אַ לוויה־קאַפּעליע אין ניו־אָרלעאַנס וואָס ער האָט געליינט וועגן דעם אין אַ מאַגאַזין.

ער האָט יעדן וואַרעם באַדאַנק פֿאַר די גוטע וווּנטשן, גענומען זײַן מאַנטל און רוקזאַק פֿון ווינקל זאַל וווּ די בחורים לערנען, און איז אַרויף מיט די ברייטע, שלעכט אָפּגעפֿאַרבטע טרעפּ, ביזן פּאַרטער. דאָרט האָט ער (ווי אָפֿטמאָל) זיך אויסגעדרייט און אָנגעקוקט דעם אָרון־קודש און דעם ליידיקן, שטילן זאַל. און, נאָך דער יחידישער צערעמאָניע פֿון אָפּשיידן זיך, איז ער אַוועק אויף דער גאַס, קיין ברוקלין, וווּ ער האָט בדעה צו געפֿינען יענע מיידל וואָס האָט זיך אײַנגעקריצט אין זײַן זיכּרון.

דאָס הייסט, אַז ער איז געגאַנגען ווי אַ משולח פֿון ר´ דוד. פֿון זײַן רבין, כאָטש אַזאַ טערמין וואָלט ניט נושׂא־חן געווען בײַ ר´ דודן.

ער האָט, פֿאַרשטייט זיך, מיטגעטראָגן מיט זיך אַ ש"ס. ווען ער האָט זיך אַוועקגעלאָזט פֿון דער היים אין וועג אַרײַן אין דער ישיבֿה, האָט ער אים אויטאָמאַטיש אַרויסגענומען און אויפֿגעעפֿנט אויפֿן שויס, ווי אַ סגולה קעגן די אַלע סאָבוויי־זאַכן וואָס קענען אים פֿאַרפֿירן – די שיינע מיידלעך וואָס קוקן פֿאַרחידושט אויף זײַנע מאָדערנע קליידער און אויף די לאַנגע פּאות, וואָס ער האָט פֿאַרוואַקסן די לעצטע פּאָר יאָר, זינט ער האָט רעכט אָנגעהויבן לערנען זיך אין דער ישיבֿה; די יונגע־לײַט די אויסגעלאַסענע וואָס רעדן אַנדערע שפּראַכן, צי סתּם אַן ענגליש וואָס ער דערקענט ניט, און שרײַען הויך און פֿאַרשײַט וועגן זייערע מיידלעך און ווי אַזוי מע פֿירט זיך מיט זיי אויף.

דאָס מאָל האָט ער געלאָזט דעם ש"ס אָפֿענערהייט אויפֿן שויס בשעת ער האָט אַ ביסל אַרײַנגעטראַכט אין אייגענעם קאָפּ, געחלומט אויף דער וואָר וועגן יענעם מיידל. איר נאָמען און אַדרעס האַלט ער אויפֿגעשריבן אויף אַ צעטעלע בײַ זײַנע דזשינסן אין דער קעשענע. (ער טראָגט געוויינטלעכע קליידער – ער האָט ניט געוווּסט, צי זאָל ער זיך איבערטאָן אין מער חסידישע קליידער? נאָר עפּעס האָט אים אונטערגעזאָגט דאָס האַרץ, אַז דאָס איז ניט נייטיק, און דאָס פֿאַרשטעלן זיך קען נאָך שטערן זײַן ציל. וואָס דאָס זאָל ניט זײַן.) אַלע ווײַלע האָט ער אויפֿגעקנוידערט דאָס קנײַלכל פּאַפּיר און ווידער אָנגעקוקט דעם אַדרעס און נאָמען, טאָמער זײַנען זיי זיך צעגאָסן אין אַ ים שווייס און גוף־היץ. וואָס וועט ער איר זאָגן? ווי אַזוי וועט זי זיך אָפּרופֿן?

אויף וויפֿל ער האָט געפּרוּווט זיך פֿאָקוסירן אויפֿן שליחות פֿון ר´ דודן, האָט ער אַלץ געהאָפֿט אַז ער וועט איר געפֿעלן. דערצו האָט ער געבעטן בײַם אייבערשטן, אַז זי זאָל ניט אַנטוישן. אַזוי פֿיל זאַכן אין לעבן אַנטוישן – דער „מוראדיקער חידוש“ וואָס איז סך־הכּל גאָרניט, דאָס בוך וואָס כאַפּט ניט דעם אויפֿמערק. נאָר אַז האָט זיך באַוויזן אַ מענטש וואָס איז אינטערעסאַנט! עס זײַנען דאָ גענוג ווייניק פֿון יענעם מין, וויל ער ניט ס´זאָל זיך פֿון אַלץ אויסלאָזן אַ בוידעם.

ער איז אַרויסגעשטיגן פֿון דער סאָבוויי־וואַגאָן און אַראָפּנאַוויגירט די לאַנגע מעטאַלענע טרעפּ ביז דער גאַס. פּלוצען האָט ער דערשפּירט דעם מעכטיקן גײַסט פֿון יענעם ראַיאָן וואָס זײַנע חבֿרים, די מאָדערנע פֿרומע, האָבן ליב חוזק צו מאַכן דערפֿון. ס´איז געווען אָנזעעוודיק עפּעס אַ מין ענערגיע אין דער לופֿט וואָס נאָר אַ גוי קען נעבעך ניט אויפֿכאַפּן. דער אַרעאָל פֿון מקום־קודשדיקייט קען מען שוין אָנהייבן אויפֿכאַפּן אויף די זײַטיקע גאַסן, און עס שטאַרקט זיך וואָס אַ מאָל נעענטער צום דרך־מלך, 13טן עוועניו: פֿול געפּאַקט מיט עמך פֿון יעדן מין. ישׂראלדיקע אײַנקויפֿערס מיט פֿרעך־צעפּראַלטע, לאַכעדיקע מײַלער; חסידישע סלעקערס, וואָס גייען אין שוואַרץ, מיט אַ סעלולאַר שטענדיק צוגעכאַפּט צו איין אויער; ייִדענעס מיט סטײַלישע, צוגעפּאַסטע קליידער וואָס ווײַזן אַרויס (כאָטש אויף אַ סובטילן, צניעותדיקן אופֿן) זייערע געטאָקטע לײַבער; אַלטע ייִדן וואָס מאַכן שהיות אויף דער גאַס אַרײַנצוקוקן אויף וויטרינעס פֿול מיט נײַער סחורה.

דאָס אַלץ – פּלוס די פּאַשקעווילן, מודעות וואָס עס פֿעלט זיי נאָר אמתע ידיעות – האָבן זיך אים געוואָרפֿן אין די אויגן, און אים שיִער ניט אַזוי געפּלעפֿט, אַז ער האָט פֿאַרבלאָנדשעט אין אַ ניט־ריכטיקן געסן. דאָרט איז געשטאַנען אָפֿן אַ בית־מידרש, און אַ היימיש זשומעניש האָט זיך אַרויסגעהערט. אינסטינקטיוו האָט ער אַרויפֿגעקוקט צום הימל צו, און געזען אַז עס ראָזעוועט שוין. ס´איז געווען אַ שפּעטער הימלטאָג, און די שקיעה האָט זיך אונטערגערוקט גיכער ווי ער האָט זיך געריכט, זיך נאָך ניט צוגעוווינט צו דער נײַער צײַט פֿון יאָר. „מינחה,“ האָט ער אומנייטיק געזאָגט צו זיך, און אַרײַנגעכאַפּט אין קליינעם שטיבל.

אַ נס – מע האָט נאָך געהאַלטן בײַ „אַשרי“, האָט ער זיך אַרײַנגעוואָרפֿן. מ´איז שוין ווײַטער געפֿאָרן און זיך אַוועקגעשטעלט דאַוונען שמונה־עשׂרה. ער איז אָפּגעגאַנגען, פֿאָרויסגעטראָטן, און גענומען דאַוונען.

נאָר ווי שטאַרק האָט ער ניט געפּרוּווט, האָט ער ניט געקענט איגנאָרירן דעם שמועס וואָס אַ פּאָר יונגע־לײַט האָבן הויך געפֿירט פּונקט לעבן אים. ער האָט געמאַכט קלאַנגען, כּדי ניט מפֿסיק צו זײַן: „ע-ע-ע-ע! נווו!“ נאָר זיי האָבן ווײַטער געפּלאַפּלט ווי ניט זיי מיינט מען. ער האָט אין גאַנצן פֿאַרלוירן זײַן ביסל כּוונה, און בן מינחה למעריבֿ איז ער צו זיי צוגעגאַנגען און אַ זאָג געטאָן, זייער איידל און צוריקגעהאַלטן, אַז ער וואָלט עס אָפּגעשאַצט, ווען זיי זאָלן רעדן אַ קאַפּיטשקע נידעריקער בשעתן דאַוונען.

די יונגע־לײַט (איינער אַ גראָבער, מיט אַ שמאָלצעוואַטן, געלבלעכן טלית־קטן; דער צווייטער אַ דינער לאָקש מיט דיקע ברילן און אַ חשדימדיקן בליק) האָבן זיך איבערגעקוקט, ווי זיי זײַנען ניט זיכער וואָס צו ענטפֿערן. נאָך אַ לענגערער הפֿסקה האָט זיך איינער אָפּגערופֿן: „זאַט מויכל, וווּס זוגט איר?“

Monday, June 16, 2008

קעראָלײַן זוכט הילף

קעראָלײַן האָט שיִער ניט אַראָפּגעלאָזט די הענט. זיי וווינען שוין אין ברוקלין אַ זעקס חדשים, און קיין האָפֿענונגען פֿון קיין סטאַבילע אַרבעטן האָבן זיי ניט. זי האָט שוין אָפּגעענדיקט איר דיסערטאַציע, נאָר דער אַקאַדעמישער מאַרק איז ניט קיין גינציקער. מאָושע זאָגט אַז ער פּרוּווט בעטן הילף פֿון זײַנע געוועזענע חבֿרים, נאָר געוויינטלעך זעט זי נאָר, ווי ער זיצט אַליין אויף דער סאָפֿע און קוקט זיך אײַן אין דער סטעליע אָדער אין דער וואַנט. אַ מאָל אַ מאָל – און דאָס איז עפּעס נײַס – קוקט ער אַרײַן אין אַ רעליגיעזן בוך, פֿון די וואָס ער האָט ניט אַרויסגעוואָרפֿן נאָכן איבערקלײַבן זיך קיין מישיגען. זי האָט אַ מאָל געקוקט בשתּיקה פֿון צווייטן צימער בשעת זי האָט צוגעגרייט אַ מאָלצײַט: ער האָט זיך אַרײַנגעוואָרפֿן מיט אַ חשק אין די דינע שורות ייִדישע אותיות, וואָס קעראָלײַן פֿאַרשטייט אַלץ ניט, ניט געקוקט אויף אירע באַמיִונגען זיך צו לערנען. זי האָט צוגעזען ווי אַ דין שמייכל צעגיסט זיך איבער זײַן פּינם וואָס גיט זיך נאָך ניט איבער דעם עלטערן זיך. נאָר באַלד נאָך דעם, אין די קומעדיקע פּאָר מינוט, איז זיך ערגעץ פֿאַרפֿאָרן זײַן אויפֿמערק. זײַן בליק האָט גענומען שוועבן אומרויִק איבערן צימער, די הענט האָבן גענומען אויסשלאָגן אַ ריטעם אויפֿן טיש. וועט ער האָט זיך געכאַפּט אַז ער לערנט זיך מער ניט, האָט ער געמאַכט אַ זיך־באַשולדיקנדיקן קלאַנג, ערגעץ צווישן אַ ברום און אַ הירזשע, און צוגעפּראַלט דאָס בוך מיט אַ קנאַל. דעמאָלט האָט קעראָלײַן זיך ווידער אַרײַנגעכאַפּט אין דער קיך, ער זאָל זי ניט זען.

יאָ, זיכער איז, אַז זיי האָבן זיך ביידע געקענט – מער ווייניקער – אויסהאַלטן, מיט אַ ריי דערווײַליקע דזשאַבס פֿאַר מענטשן וואָס זײַנען ניט אַזוי קלוג אָדער פֿעיִק ווי זיי. קעראָלײַן האָט יעדער ווײַלע איבערגעאַרבעט, און אַפֿילו געדרוקט, אַן אַרטיקל וועגן איר פֿעלד אין אַן אַקאַדעמישן זשורנאַל. נאָר קיין אמתע, פּאַסיקע שטעלע האָט זיך פֿאַר איר (און זיכער ניט פֿאַר אים) ניט באַוויזן. ס´איז ניט וואָס זיי האָבן ניט וואָס צו עסן: זיי האָבן ניט וואָס צו טאָן, וואָס איז ערגער. זי האָט זיך געפֿילט שולדיק, וואָס זי האָט אויסגעפֿירט איר פּלאַן, איבערצוקלײַבן זיך קיין ברוקלין כּדי ער זאָל זיך ווידער שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט זײַן חבֿרה. ווען זיי וואָלטן געבליבן אין מישיגען, וואָלט געבליבן די זעלבע לאַנגווײַליקייטן, דער זעלביקער סטאַסיס, נאָר מע וואָלט ניט געפֿילט דעם דרויסנדיקן אימפּעט וואָס איז אַסאָצייִרט מיט דער אַלטער חבֿרה, דעם געגנט פֿון די קינדער־יאָרן. איצט איז דער דריק שוין אַ גרעסערער, שווערער זיך אַקעגנצושטעלן אָן זיך צו דערמאָנען אין דעם מצבֿ וואָס האָט דערפֿירט צום „גירוש ברוקלין“. בקיצור: זי האָט זיך געפֿילט שטרעקלעך שולדיק, און מאָושעס אויפֿפֿיר האָט גאָר ניט געהאָלפֿן.

צו ערשט האָט זי געטאָן פּונקט וואָס זי האָט ניט געטאָרט. איר קענט זיך מסתּמא פֿאָרשטעלן וואָס זי האָט יאָ געטאָן. וועמען זשע האָט זי געקענט אין ברוקלין? וועמען האָט זי געקענט אין דער ייִדישער קהילה, ספּעציעל אין דער גאָר פֿרומער קהילה? זי האָט געוווּסט בפֿירוש אַז ס´איז ניט דער בעסטער אָדער פּראָדוקטיווסטער וועג מיט וואָס זי גייט איצט, נאָר זי איז בעיקר אַ טוערין, ניט קיין זיץ־און־דענקערין, האָט זי זיך אָנגעכאַפּט אין טעלעפֿאָן־טרײַבל און אַ קלונג געגעבן חיימען, מאָושעס ברודער.

ס´איז ניט קיין סורפּריז וואָס דער שמועס איז ניט גוט געגאַנגען. קודם־כּל, האָט זי ניט געקענט אַרויסרעדן דעם נאָמען „חיים“ מיטן געהעריקן „חחחח“־קלאַנג. מע האָט זי קיין מאָל ניט אויסגעלערנט ווי אַזוי אַרויסצורעדן ייִדישע נעמען, און מאָושע, ווען זיי האָבן זיך באַגעגנט, האָט ניט געהאַט קיין חשק דאָס צו טאָן.

ווען זי האָט זיך שוין דערוווּסט, סײַ פֿון זײַן טאָן סײַ פֿון די אָפֿטמאָליקע שטילשווײַגענישן וואָס האָבן דורכגעשטומט דורך דער ליניע, אַז חיים וויל ניט לאַנג פֿאַרברענגען אויפֿן טעלעפֿאָן מיט איר, האָט זי געפּרוּווט פֿאַרגיכערן אירע רייד. נאָר אירע ווערטער האָבן זיך אומגעפֿאַלן איינס איבערן צווייטן, האָט זי געדאַרפֿט אָפּגעשטעלן און ווידער אָנהייבן פֿון דאָס נײַ. „חיים, זײַט מוחל וואָס איך באַדער אײַך, נאָר כ´דאַרף הילף פֿאַר מײַן מאַן. כ´ווייס ניט וואָס כ´וואָלט געקענט טאָו פֿאַר אים, נאָר כ´האָב מורא אַז כ´האָב ניט געמאַכט דעם ריכטיקן באַשלוס בײַם אַיבערקלײַבן זיך אַהער און כ´ווייס ניט וואָס צו טאָן.“

כּמעט אַ פֿולע מינוט האָט זיך גאָרניט געהערט אויף דער טעלעפֿאָן־ליניע. קעראָלײַן וואָלט געוואָלט וויסן וואָס פֿאַר אַ מינע מאַכט זיך אויף חיימס פּנים, וואָס זי האָט קיין מאָל ניט געזען פֿאַר די אויגן. צי שטעלט ער זי בלחש?

פּלוצעם אָבער האָט זיך געהערט פֿון אים אַ פּאַמעלעכער און כּמעט נוצלעכער ענטפֿער. „איך פֿאַרשטיי אַז איר וואָלט געוואָלט העלפֿן מאָושע. איך בין ניט איינער, וואָס טראָגט אַ האַרץ אויף אַ ייִד וואָס איז אַראָפּ פֿון דרך. עס זײַנען דאָ אַ סך אַזעלכע ייִדן אויף דער וועלט, צוליב אונדזערע פֿיל זינד, און מיר איז שוין קלאָר, אַז מײַן ברודער איז נעבעך איינער פֿון זיי. דאַרף איך אים העלפֿן.“

קעראָלײַן, ניט־וויסנדיקערהייט וואָס וועט זײַן, האָט געוואַרט אויף ווײַטערדיקע רייד. „איך מיין אַז מע דאַרף זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אַ חבֿר וואָס ער פֿלעג האָבן אין די ישיבֿה־יאָרן. אפֿשר וועט דאָס אײַך העלפֿן.“

קעראָלײַנען האָט זיך געדאַכט אַז מע שיקט זי נאָך אַ סוכּה־שער. פֿאַר וואָס האָט זײַן ברודער ניט געואָלט אים העלפֿן? כּאילו ער האָט געלייענט איר געדאַנקען האָט ער זיך אָפּגערופֿן:

„איך ווייס וואָס איר פֿרעגט זיך אַליין. ער איז דאָך אַ ברודער, פֿאַר וואָס העלפֿט ער ניט? כ´פֿרעג דאָס בײַ זיך אַליין. כ´וואָלט געדאַרפֿט העלפֿן. כ´ווייס אַז שלום־בית איז אַ וויכטיקער זאַך, און ווען טאַטע־מאַמע וואָלטן הײַנט נאָך געלעבט וואָלטן זיי געוואָלט, כ´זאָל זיך פֿירן לײַטיש מיט משהן. נאָר כ´קען זיך ניט ברענגען אים צו העלפֿן. כ´האָב שוין ניט איין מאָל געפּרוּווט אים ווידער אַרויפֿפֿירן אויפֿן ריכטיקן דרך, כ´בין געגאַנגען צו אים אין דער דירה גלײַך ווען ער איז אַוועק, נאָר כ´האָב בײַ אים ניט געקענט פּועלן. גלײַך דערנאָך האָב איך גענומען אַ החלטה, כ´וועל מער ניט האָבן צו טאָן מיט אים. כ´פֿיל זיך שרעקלעך שולדיק וועגן דעם, נאָר כ´קען ניט פֿאַרשטיין ווי אַזוי אַ ייִד ווי איך האָב אים געקענט, אַ טײַערער ייִד, האָט געקענט לאָזן אויף הפֿקר אַ כּלה בײַ דער חופּה. און נעמען אָנשטאָט איר ... אוי, איר זאָלט מיר מוחל זײַן... כ´וויל קיינעם ניט באַליידיקן, ס´איז פּשוט בעסער צווישן אונז. “

קעראָלײַן האָט פֿאַרשריבן דעם נאָמען און דעם אַדרעס פֿון דעם חבֿר מאָושעס. אַ רבֿ דאַכט זיך, אין אַ שול וווּ ער פֿלעג דאַוונען. אָבער אין מאַנהעטן, ניט אין ברוקלין, און דאָס האָט זי ניט פֿאַרשטאַנען. ווי אַזוי קען אַ מענטש צוגיין צו פֿוס שבת אין מאַנהעטן, ווען ער וווינט אין ברוקלין? זי האָט געפּרוּווט פֿרעגן בײַ מאָושע וואָס פֿאַר אַ שײַכות ער האָט צו יענעם רבֿ, נאָר ער האָט נאָר אָפּגעענטפֿערט קורץ און שאַרף: „כ´פֿלעג אַ מאָל דאַוונען אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער סינאַגאָגע אויף דער וועסט־סײַד פֿון מאַנהעטן. כ´האָב געהאַט אַ בוטע באַציִונג מיטן דאָרטיקן רבֿ.“

„אפֿשר וואָלטסטו געקענט רעדן מיט אים?“ קעראָלײַן האָט געשאָלטן זיך אַליין. פֿאַר וואָס קען זי אים ניט אויסשייגעצן ווי עס קומט אים? נאָר ער האָט פּשוט געמאַכט מיט די פּלייצעס. „איך ווייס ניט אויב איך וועל האָבן די צײַט,“ האָט ער געלאַסן אַרויסגעלאָזט ווי געדיכטע משקה פֿון אַ קליינעם פֿלעשל־פּיסק.

קעראָלײַן האָט אים אויסגעשטעלט אַ פּאָר אויגן, נאָר ער האָט זיך געמאַכט ניט־זעענדיק. ער האָט פּאַמעלעך אַדורכגעמישט אַ ספֿר, ווי איינער זוכט עפּעס – וואָס זאָל ניט זײַן – וואָס זאָל כאַפּן דעם אויפֿמערק און אונטערשיידן איין רגע פֿון דער אַנדערער. איר ברירה איז געווען אַזאַ: זי האָט געקענט אָדער צעשרײַען זיך אויף אים, פֿאָדערן ברחל בתּך הקטנה אַן ענטפֿער פֿאַר וואָס דער אַנטשלאָסענער ייִד וואָס איז אַרויס פֿון זײַן קהילה, צו זוכן אַוואַנטורעס, איז געבליבן צוריק אין זײַן אַלטן באָראָ, צוריק אויף אַן אלטן סאָפֿע, זיך מאַכנדיק פֿרום, ווי איינער וואָס לערנט אין איינעם פֿון יענע אינסטיטוטן פֿאַר חתונה־געהאַטע מענער, ווי הייסן זיי?, כּללים, נאָר אָן קיין צווייטער יונגער־מאַן, חוץ אים.

קעראָלײַן האָט שוין אויפֿגעעפֿנט דאָס מויל צו רעדן, פֿירלייגן, טענהן, נאָר מיט אַ מאָל האָט זיך געהערט אַ פֿירלייג פֿון מאָושע, וואָס האָט גערעדט אויף אַ מאָדנעם צאַרטן און געדולדיקן אופֿן.

„קעראָלײַן, כ´בעט דיר, קענסט אפֿשר אַליין רעדן דעם רבֿ? כ´האַלט שטאַרק פֿון אים, נאָר אַזוי ווי כ´געפֿין זיך שוין אין אַ . . .ניט־געוויינטלעכן מצבֿ קען איך זיך ניט ברענגען צו שמועסן מיט מיר. ער קען מיך דאָך ווי אַן אַנדער מענטש, און יעצט ווייס איך אליין ניט וואָס פֿאַר אַ מענשט איך בין, וווּ איך געפֿין זיך טאַקע אויף דער וועלט. כ´ווייס ניט די אַלע נייטיקע זאַכן.“

„אפֿשר קען דער רבֿ דיך צוהעלפֿן?“ האָט קעראָלײַן געראַנגלט אײַנצוהאַלטן איר פֿרוסטראַציע, זי זאָל זיך ניט אָנזען.

„איך ווייס ניט. אפֿשר.“