Friday, March 28, 2008

עס רוקט זיך אָן אַ קריגערײַ

אַזוי ווי אַ מעטעאָראָלאָג אָדער, להבֿדיל, אַ הונט קען פֿאָרויסזאָגן אַ שטורעם דורכן לופֿט־טעמפּעראַטור אָדער אַזאַ מין געפֿיל אויפֿן הויט, אָבער האָט ניט קיין כּוח אים צו פֿאַרהיטן, קען אַ מאַן אָדער פֿרוי וויסן אינסטינקטיוו ווען עס רוקט זיך אָן אַ קריגערײַ. און פּונקט ווי אַ וועטער־נבֿיא קען ניט בײַטן דעם וועטער, קען אַ זיווג ניט ווײַכן פֿון אַ קריג ווען ס´איז שוין באַשערט. מאָושע און קעראָלײַן האָבן זיך ניט געוואָלט צעקריגן איבערן ענין איבערקלײַבן זיך אין ניו־יאָרק. ס´איז בכלל ניט נוצלעך לויט וועלכער ס´איז דעפֿיניציע.

קעראָלײַן האָט געעפֿנט פֿײַער די ערשטע, דווקא ניט אַגרעסיוו, און ניט פּאַסיוו־אַגרעסיוו, נאָר מיט אַ זאָג וואָס זי האָט מסתּמא געוווּסט וועט אויפֿרעגן מאָושען. זי האָט פּשוט געפֿרעגט, „נו, האָסט עפּעס אויסגעפֿאָרשט די אָפּציעס אין ניו־יאָרק?“

מאָושע, גאָרניט ווי זײַן שטייגער איז, האָט מערניט אַ בורטשע געטאָן. געוויינטלעך האָט אים קעראָלײַן די צונג ניט געדאַרפֿט פּיקן.

„וואָס הייסט דאָס?“ האָט קעראָלײַן ווײַטער געפֿרעגט.

מאָושע האָט טאַקע געהאַט אויסגעפֿאָרשט. און דערוווּסט האָט ער זיך, אַז אַפֿילו יענע פֿעיִקייטן וואָס ער פֿאַרמאָגט אין לימודי־קודש, שוין אָפּגערעדט פֿון זײַנע אַנדערע מינימאַלע אַקאַדעמישע קוואַליפֿיקאַציעס, קענען אים מסתּמא ניט אויסהאַלטן אין ניו־יאָרק. נאָר ער האָט דאָס ניט געקענט מודה זײַן. וואָס וועט זײַן אַז ער זאָל באמת קאַליע ווערן – ניט דערפֿאַר וואָס ער איז שוין אויס חסיד נאָר דערפֿאַר וואָס ער איז ניט בכּוח צו לעבן מחוץ די מויערן! דער געדאַנק האָט אים שיִער ניט דערשטיקט.

ניט וויסנדיק וואָס ער טוט האָט ער אײַנגעשטימט, אָדער גיכער געזאָגט אַ ליגן, אַז אין ניו־יאָרק וועט ער געפֿינען ווי אַזוי זיך אויסצוהאַלטן. האָבן זיי זיך איבערגעצויגן אין אַ שיינער געגנט פֿון ברוקלין, וואָס האָט זיך אויסגעצייכנט ניט מיט קיין עטנישער האָמאָגענקייט (ווי באָראָ־פּאַרק, אָדער דער אַקאַדעמישער „געטאָ“ אין מישיגן) און אויך ניט מיט קיין מעסערדיקער רײַבונג צווישן צוויי גרופּעס (ווי איטאַליענע און שוואַרצע אין בענסאָנהאָורסט), נאָר מיט דער פּאַרעווער, ווײַסהויטיקער באַהעבערישקייט פֿון די אײַנוווינערס אירע.

Wednesday, March 12, 2008

דאָס היימיש מיידל און דער ראָש-ישיבֿה

נאָך דעם ווי מירל האַלבערשטאַם און איר טאַטע, חיים, זײַנען אַרויס פֿון דער ישיבֿה, ביידע אומצופֿרידן מיט אים, איז ר´ דוד געזעסן אין זײַן קליינעם אָפֿיס, בײַ זײַן אָנגעוואַלגערטן טיש, מיטן קאָפּ אין די הענט. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו טאָן מיטן גאַנצן געשעפֿט.

מיט מירלען האָט ער זיך באַקענט אויף איינעם פֿון זײַנע שיִעורים, דווקא אַן עיון־שיִעור אויף נידה. ס´רובֿ תּלמידים האָבן אים ניט פֿאַרשטאַנען, סײַ צוליב זײַן אַקצענט, סײַ צוליב זײַנע צונויפֿגעפֿלאָכטענע געדאַנקען. ער איז אַ קנאַפּער רעדאַקטאָר איבער זיך אַליין.

ער איז געשטאַנען אויף זײַן אָרט נאָכן שיִעור, צוזאַמענלייגנדיק זײַנע ספֿרים און קלערנדיק, ווי תּמיד, ווי ער האָט זיך ווי ניט איז דערשלאָגן צום עלטער פֿון זײַנע אָמאָליקע רביים. די וואָס האָבן מער ניט קיין משפּחות זיי צו געדעקנען. ער האָט זיך ווידער פֿאָקוסירט אויף די פֿראַגעס פֿון די תּלמידים. ס´רובֿ האָבן אַוודאי געפֿרעגט כּדי זיך צו גרייסן מיט זייער בקיאות -- דאָס הייסט, כּדי אויסצונעמען בײַ די אַנדערע תּלמידים, ווײַל אויף אים איז געווען שווערער צו מאַכן אַ רושם. אַ פּאָר פֿון די כּמעט־עילוים האָבן געפֿרעגט קשיות וואָס ער האָט געדאַרפֿט צעקײַען בײַ זיך אין קאָפּ איידער אַרויסטראָגן אַ תּשובֿה פֿאַר די תּלמידים. דאָס האָט ער אַלע מאָל בפֿירוש ליב געהאַט, דאָס על־רגל־אַחת־געשעפֿט.

בײַם סוף ריי איז געשטאַנען אַ בלאַס מיידל אין אַ שוואַרצן אָנצוג, זייער צניעותדיק אָנגעטאָן, אַפֿילו אָן דעם ענגן קליידל וואָס ווערט כּמעט ווי אָנגעגאָסן אויפֿן לײַב; ס´איז אַ מאָדע אַזאַ בײַ די וועסט־סײַד־מיידלעך. נאָר די היגע מיידלעך, ווידער, פֿרעגן בטבֿע ניט קיין קשיות. פֿאַר וואָס ווייסט ר´ דוד ניט, כאָטש אַ צאָל פּראָוויזאָרישע ענטפֿערס האָט ער יאָ אויסגעאַרבעט אויב מע זאָל אים נאָך אַ מאָל פֿרעגן.

דאַכט זיך אַז די בחורים זײַנען אַוועק אָדער אויף זייערע מקומות אָדער אויף די קלאַסן אין אוניווערסיטעט. דאָס מיידל איז דאָרט געשטאַנען, אַראָפּגעקוקט צום דיל צו, און אַרויסגעשעפּטשעט אַ קשיא. ניט קיין קנאַקעדיקע, נאָר אַן ערלעכע פֿראַגע אויפֿן אונטערשייד צווישן דער סוגיא אין דער גמרא און תּוספֿתּא. עפּעס וואָס ווײַזט, אַז מע האָט געהערט מיט קאָפּ. ער האָט זיך דערמאָנט אין זײַן פֿרוי, וועמען ער האָט זיך געדאַרפֿט נייטן צו געדעקנען אין זמן־הווה.

נאָך יענער קשיא האָט זיך אַנטווילקט אַ מאָדנע באַציִונג: מירל איז געקומען לערנען אויף דער ישיבֿה אין איינעם מיט די אַנדערע מיידלעך, אויף יענער זײַט איידעלער מחיצה. נאָר סוף טאָג, ווען די אַלע אַנדערע תּלמידים זײַנען שוין געהאַט אַהיימגעגאַנגען, האָט זי ווײַטער געלערנט בחבֿרותא מיטן רבין. דאָס אַלץ איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, בסודי־סודות. פֿאַקטיש, ניט „פֿאַרשטייט זיך“: דער ענין איז געווען מער קאָמפּליצירט ווי עס קען זײַן אין פֿלוג. מה רעש? דער ראָש־ישיבֿה פֿון אַ מאָדערנער ישיבֿה, דער בעל־מחבר פֿון מאָדערנע ספֿרים (מע אַטאַקירט אים צוליב זײַן באַניץ פֿון דער מאָדערנער קריטיק), דער שטיצער פֿון פֿרויען־לימוד, אַזאַ ייִד זאָל דען ניט לערנען מיט אַ פֿרוי? און נאָך אַ זאַך: הלמאַי לערנט ער מיט איר ביחידות? פֿאַר וואָס וויל ער זיך שטעלן פֿאַר אַ נסיון, ווען ער וואָלט געקענט לערנען מיט איר בפֿרהסיא, אין דער ישיבֿה אַליין?

די מעשׂה איז אַזאַ. ר´ דוד איז אַליין געקומען פֿון אַ חסידישער שטוב, אַוודאי ניט אין אַמעריקע, נאָר אין דער אַלטער היים, אין מאַרמאָרש. דאָרט האָט נאָך געבליט – אָדער, לויט די נעאָלאָגן און די ליטוואַקעס, געבושעוועט – דאָס חסידות, שטרענג אָפּגעהיט דורך הויכע מויערן כּל־המינים פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. אַ מאָל האָט זיך אין דעם דערמאָנט ר´ דוד, און געקלערט, אַז דער אַטסמאָספֿער איז טאַקע ניט געווען יענער, וואָס הערשט שוין בײַ די הײַנטיקע חסידים. נאָר מע האָט דווקא יאָ געוואָלט עפּעס אויפֿהיטן ווי אַן אויג אין קאָפּ. דער גאַנצער ענין „קאַליע מאַכן“ חסידים איז ניט קיין וויץ פֿאַר אים, ווי ס´איז פֿאַר די מאָדערנע ייִדן מיט וועמען ר´האָט געלערנט אין דער קאָנסערוואַטיווער ישיבֿה, אַ מאָל ווען זי איז ניט געווען אַזוי צו־להכעיסדיק ליבעראַל. כאָטש ער איז אַליין ניט קיין חסיד און האָט אַזוי ניט אויפֿגעצויגן זײַנע קינדער, ווען ער הערט ווי מע וויצלט זיך וועגן „פֿאַרפֿאָרענע“ קאָכט אים אויף און ער דאַרף זיך צוריקהאַלטן פֿון מוסר־רייד.

דערפֿאַר האָט ער ניט געוואָלט, דער עולם זאָל וויסן אַז ער לערנט בחבֿרותא מיט מירל דער חסידתטע. אַזאַ צונעמעניש האָט זי געהאַט בײַ די אַנדערע מיידלעך צוליב איר צניעותדיקן אָנטועכץ, איר מאָנדע בלאַסקייט, און איר ייִדיש־אַקצענטירטן ענגליש.

און וואָס קען מע זאָגן וועגן מירלס דרך־הלימוד? דעם אמת זאָגנדיק האָט ר´ דוד ניט געשעפּט קיין סך נחת פֿון איר לערנען. לערנען האָט זי אַוודאי געקענט: מירל האָט שוין געדעקט אין אירע ווייניק יונגע יאָרן אַ היפּשע צאָל בלאַט גמרא, ווײַט ניט אָפּגעשטאַנען, הייסט עס, פֿון די בחורים (פֿון די אַנדערע מיידלעך שוין אָפּגערעדט). זי האָט געקענט גרינג און פֿעיִק זיך דערפּינטלען צום שׂכל פֿון אַ רשי אָדער צענעמען, צעקײַען און פֿאַרדייען, ווי אַ געבראָטן שבת־הינדל, אַ לאַנגן, געשמאַקן תּוספֿות. דאָס אַלץ האָט זי געקענט. נאָר פֿון ר´ דודס אוניווערסיטעטישן, קריטישן צוגאַנג האָט איז זי ניט געווען קיין חסידה. אַדרבא: ווען נאָר ר´ דוד האָט איר איידל געגעבן צו וויסן וועגן אַ גירסא צי אַ כּתבֿ־יד וואָס קען אײַנזעצן די קשיה אויף אַ געוויסער סוגיא, האָט זי שטיל צוגעהערט זיך, געשאָקלט מיטן קאָפּ, און געמאַכט נאָטיצן. דערנאָך האָט זי זייער ערלעך און צאַרט אַ פֿרעג געטאָן, הלמאַי מע קען ניט געפֿינען דעם תּירוץ בײַ דעם צי יענעם ראשון. דעם אמת זאָגנדיק קען מען ניט אָפּפֿרעגן אַזאַ שיטה, האָט ר´ דוד געקלערט צו זיך אַליין. ס´איז מער אויסגעהאַלטן, אין אַ געוויסער סיסטעם, דאָס צו טאָן, איידער צוצוקומען צו די „דרויסנדיקע“.

שוין אַ דרײַ־פֿיר חדשים וואָס זיי לערנען בחבֿרותא, ר´ דוד און די „חסידתטע“. זיי הייבן אָן באַלד נאָך שבֿועות. ס´איז שוין ראָש־חודש אלול. אַ מאָל, אַז מע האָט שוין פֿאַרמאַכט די גרויסע ש"סן און איז געווען גרייט צו געזעגענען זיך, האָט מירל אַ זאָג געטאָן:

„איר וואָלט אַוודאי געוואָלט וויסן, רבי, ווי אַזוי איך באַווײַז צו קומען צו ענק אויף א חבֿרותא, אַז כ´בין אַ היימיש מיידל.“

„דאָס איז מיר ניט אַזוי אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן,“ האָט מודה געווען ר´ דוד. „עס זײַנען דאָ אַסכערליי תּלמידים, און אז מע זאָל אויספֿרעגן יעדן באַזונדער ווי אַזוי ער צי זי איז געקומען צו לערנען תּורה, וואָלט מען קיין מאָל ניט אָנגעהויבן מיט ´שנים אוחזין בטלית´. נאָר אַז איר ווילט דווקא זאָגן פֿאַר וואָס, וועלט איך אײַך ניט פּרוּוון אָפּזאָגן. אַדרבא, כ´בין אַלע מאָל גרייט צו הערן וועגן תּלמידים און ווער זיי זײַנען.“

מירל איז געווען אַנטוישט אַ ביסל. כאָשט אין ברוקלין, אין דער היימישער קהילה, רעדט מען ניט בטבֿע וועגן זיך אַליין און וואָס זי וויל – מע רעדט בעסער וועגן דעם, וואָס יענער וויל פֿון זיך, דער רבי, צי דער זיווג, אָדער די קינדער – האָט זי אַנטדעקט להיפּוך אַז אויף דער וועסט־סײַד האָט מען דווקא צוגערעדט און צוגעשטאַנען, מע זאָל רעדן וועגן זיך אַליין. ס´איז בײַ מירל אינטערעסאַנט צו זען, ווי אַלץ וואָס ווערט אין ברוקלין אָנגענומען לכתּחילה אין שטוב ווערט אויף דער וועסט־סײַד איבערגעטײַטשט לויט דער מאָדערנער, זעקס הונדערט פֿערצנטער מיצווה פֿון בחירה חפֿשית. דאַכט זיך אָבער, אַז דער ראָש־ישיבֿה איז דווקא ניט אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿון הערן איר מעשׂה. ס´פּנים האָט זיך מירלען צוגערייטלט. נאָר זי האָט זיך באַהערשט, זיך אָנגענומען מיט מוט און אָנגעהויבן. זי האָט געמיינט, ס´איז בפֿירוש נייטיק ר´ דוד זאָל וועגן דעם וויסן, באַזונדערש אויב איר טאַטי וועט זיך נאָך אַ מאָל דערוויסן וואָס זי טוט.

„כ´זאָג אַ ליגן דעם טאַטן,“ האָט מירל זיך אָנגערופֿן. „יעדעס מאָל אַז כ´קום אין ישיבֿה זאָג איך אים, אַז כ´גיי מבֿקר־חולה זײַן. כ´האָב אַלע מאָל מיט זיך, אפֿשר האָט איר באַמערקט, אַ זאַק מיט פֿאַרשיידענע מינים עסנוואַרג, כּלומרשט וואָס כ´ברענג זיי פֿאַרן חולה. אויפֿן אמת עס איך אויס אַ געזונטן טייל אויף מיטאָג, און אַ סך פֿון רעשט גיב איך אויס די אַנדערע תּלמידות.“

ר´ דוד האָט ניט געוווּסט ווי אַזוי ער זאָל איר ענטפֿערן, צי זי וויל אַן ענטפֿער בכלל. „פֿאַר וואָס זאָגט איר ניט אײַער טאַטע?“

„ווײַל ער וועט מיך ניט פֿאַרשטיין. ער פֿאַרשטייט מיך בכלל ניט.“ מירלס אויגן האָבן אַרויסגעשאָסן אַ פֿונק פֿײַער וואָס האָט אויף אַ רגע באַלויכטן ר´ דודס אינעווייניקסטע אויג. ער האָט געזען ווי זײַן מאַמע, אַ טאָכטער פֿון אַ משפּחה תּלמיד־חכמים און רבנים, האָט זיך צעשריגן אויפֿן זײַן טאַטן, אַ שנײַדער בן־שנײַדער, וואָס האָט געוואָלט ער זאָל זיך אויך לערנען די מלאָכה, און ניט געקענט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס דווקא זײַן זון זאָל זיצן און לערנען. שוין זשע זײַנען ניטאָ גענוג באַנקקוועטשערס און פֿאַרטראַכטע ליידיקגייערס? און דודלע איז דאָך זײַן בן־יחיד! די מאַמע האָט אויפֿן טאַטע געגעבן אַ שטעך אַדורך מיט די אויגן, און אַרויסגעצישעט: יאָ, דײַן לײַכלעכער בן־יחיד וואָס דו פֿאַרשטייסט אין גאַנצן ניט! דער באַשעפֿער האָט אים געמאַכט ער זאָל דווקא יאָ זיצן און לערנען, ניט זיצן און לייגן לאַטעס!

צוריקגערעדט אָבער איז דער מצבֿ מיטן מיידל אַנדערש. ער קען זיך ניט סתּם אַזוי מישן אין יענעמס משפּחה־לעבן. ער איז ניט קיין מנהיג רוחני, אָדער ווי מע רופֿט עס אין אַמעריקע, אַ „רעבי“, און גיט זיך ניט אויס ווי אַזאַ. ער וויל לערנען גמרא מיט שאַרפֿע, יונגע קעפּ, ניט אויסהערן טענות אויף טאַטע־מאַמעס, צי ספֿקות וועגן שידוכים און חבֿרים אָדער חבֿרטעס.

דערפֿאַר האָט ער אויסגעפּועלט בײַ מירלען זי זאָל שוין דערציילן איר טאַטן וואָס זי טוט אויף אַן אמת אין די נאָכמיטאָגן ווען זי זיצט כּלומרשט בײַ די קראַנקע בעטן פֿון היימישע אַלטיטשקעס און קימפּעטאָרינס.

און וואָס איז לסוף געבליבן פֿון דער זיצונג צווישן אים, מירלען און מירלענס טאַטן (וואָס, ווײַזט זיך אַרויס, איז אַ ווײַטער קרובֿ, אַ שטיקל סיגעטער לאַנדסמאַן)? גאָרניט מיט גאָרניט, דאַכט זיך אים. קען זײַן אַז דער פּועל־יוצא דערפֿון איז נאָר דאָס, וואָס ער האָט געבראַכט מירלען צו געבן צו וויסן איר טאַטן.

„און וואָס טוט איר צווישן איין חבֿרותא און דער צווייטער?“ האָט ר´ דוד בײַ איר אַ מאָל געפֿרעגט מתּוך נײַגעריקייט. כּמעט מיט באַוווּנדערונג, כאָטש ר´איז שוין אין אַזאַ עלטער, וווּ צו דער באַוווּנדערונג דאַרף מען זיך דערשלאָגן דורך די דערנער פֿון זעלבסטצענטרישקייט, קינאה און אַנטוישונג.

זי האָט אים געזאָגט, „וואָס טו איך ניט? כ´בין אַן אַכצניאָריק היימישע טאָכטער. כ´לערן מיט מיידלעך אין אַ בית־יעקבֿ, איך בין טעטיק אין ביקור־חולים, כ´העלף אַרויס אין גמ"ח פֿאַר קימפּעטאָרינס און אין הכנסת־אורחים.“

„און ווען לערנט איר תּורה?“ האָט ר´ דוד געוואָלט וויסן.

מירל האָט אַ זיפֿץ געטאָן, און ס´האָט זיך געדאַכט ר´ דודן, ווי איר גאַנצער גוף גיט זיך מיט אַ מאָל אַ שאָקל צו ערשט אַהער־צו און דערנאָך צוריק צום אָרט, ווי אַ בוים וואָס ווערט געוויגט דורך דער ווינט. „ווי קען אַנדערש זײַן? כ´לערן אין געכאַפּטע רגעס, אויפֿן באָס צו ביקור־חולים, אין קאַפֿעטעריע פֿון בית־יעקבֿ, אויפֿן ראָג גאַס בשעת איך שטיי און וואַרט אויפֿן
באָס . . .“

ס´איז ניט געווען קיין אײַנגענעמענע זיצונג, האָט ר´ דוד מודה געווען צו זיך אַליין, נאָר וואָס יאָ: ס´האָט געמאַכט פֿאַרן טאַטן זייער קלאָר, וואָס פֿאַר אַ טאָכטער מירל איז. מסתּמא קען דער טאַטע מער ניט באַהאַלטן זיך פֿון אמת אַקעגן זײַן קינד. נאָר וואָס וועט זײַן גענוי, און ווי אַזוי ר´וואָלט געדאַרפֿט אַקטירן מירלען לטובֿה, האָט ער ניט פֿאַרשטאַנען.

פֿאַר דער זיצונג מיט איר טאַטן האָט מען זיך שוין געהאַט אָפּגערעדט אויף אַ קומעדיקער חבֿרותא, און במשך ער האָט געאַרבעט אויף זײַנע אַלע אַנדערע פּראָיעקטן, רעפֿעראַטן וכ´ האָט ער סײַ נערוועז, סײַ אומגעדולדיק אַרויסגעקוקט אויף זיך אָפּצוגעבן מיט מירלענס מצבֿ. קיין רבי איז ער ניט, פֿאָרט פֿילט ער זיך מחויבֿ אַרויסצוהעלפֿן אַ ייִד, אַפֿילו ס´איז ניט אַזוי באַקוועם ווען דער ייִד איז פֿאַקטיש אַ ייִדישע טאָכטער.

אָבער מירל איז ניט געקומען אויף דער חבֿרותא. נו, מילא, ער פֿאַרשטייט אירע שוועריקייטן, מסתּמא האָט זי דאָס מאָל ניט געהאַט קיין געלעגנהייט אַרויסצוכאַפּן. די צווייטע חבֿרותא האָט זי אָבער אויך פֿאַרפֿעלט, און ר´ דוד האָט זיך גענומען זאָרגן. קען זײַן אַז ער האָט געמאַכט אַ גרויסן, נאַרישן טעות מיט דעם, וואָס ער האָט געמאַכט זי זאָגן איר טאַטן וועגן איר לערנען תּורה.

אַז סעמי, דאָס שטיקל גאָון, איז צו אים צוגעגאַנגען נאָך אַ שיִעור מיט אַ פּאָר גאָר סאָלידע און שׂכלדיקע שאלות, איז ר´ דוד געפֿאַלן אויף אַ געדאַנק, און געבעטן אים ער זאָל אַרײַן צו אים אין אָפֿיס בײַם סוף טאָג. ער האָט געדאַרפֿט געבן צו וויסן אַז ס´איז ניט קיין מוסר־רייד וואָס ער איז אויסן מיט זײַן באַשטעלונג, ווײַל ער האָט געזען ווי סעמיס פּנים צעפֿלאַמט זיך, און דערנאָך איז צוריק אײַנגעשטילט געוואָרן דורך סעמיס אַנטשלאָסנקייט, ניט פֿאַרשעמט צו ווערן פֿאַרן ראָש־ישיבֿה.

נאָכן לעצטן שיִעור פֿון טאָג, פֿון אַ ענערגישן יונגער־מאַן וואָס האָט געשפּרודלט מיט מאמרי־חזל אָן קיין געוויסער ריכטונג, האָט ר´ דוד זיך אויפֿגעשטעלט און געגאַנגען צו זײַן אָפֿיס. אַ מינוט שפּעטער האָט ער געהערט אַ קלעפּל אויפֿן טיר: אַן איידלס, אַ באַזאַכטס, ווי מע וויל ניט בלויז ניט שטערן יענעם אויף דער צווייטער זײַט טיר, נאָר אויך ניט דעם שלאָף פֿון דער טיר אַליין.

סעמי איז אַרײַן צו ר´ דודן אין אָפֿיס. ר´ דוד האָט פֿאַרמאַכט אַ ספֿר און אַרײַנגעקוקט סעמין אין די אויגן, געפֿרעגט וועגן וווּ ער האַלט און פֿאַרהערט אים אויף אַ פּאָר מינוט אין עבֿודה־זרה.

„גוט,“ האָט געמאַכט ר´ דוד. „גאַנץ נישקשה. איר מאַכט אַ פּעולה.“

אַ פּויזע האָט זיך געשוועבט אין צימערל. ר´ דוד איז ניט געווען צוגעוווינט צו בעטן גאָרניט בײַ מענטשן, כאָטש ער האָט זיך דאָך דרײַ מאָל אַ טאָג געבעטן בײַם אייבערשטן. זײַנע מעלות, חכמה, עניוות, און מילדקייט, האָבן פֿאַר אים געעפֿנט טיר און טויער. אָבער אַ מאָל דאַרף מען עפּעס – פֿון אַ ביוראָקראַטיע, פֿון אַ סעקרעטאַר – וואָס מע קען זיך צו דעם ניט דערטראַכטן און ניט אויספּועלן מיט גוטע מידות אָדער אַ ליבלעכן שמייכל. מע מוז פּשוט בעטן, אַרויפֿלאָזן די נאַקעטע נשמה אויפֿן מאַסט פֿון זיך אַליין.

דאָס איז ניט געווען אַזאַ פֿאַל, נאָר די מוראס וואָס דאָס בעטן האָט אין ר´ דודן אויפֿגעוועקט זײַנען געקניפּט און געבונדן, טיף אינעווייניק, מיט די חורבנדיקע ראַנגלענישן און פּליטות, וווּ אויף קיינעם איז ניט געווען צו פֿאַרלאָזן און יעדער ראָג האָט געקענט זײַן די נורע פֿון מלאך־המוות. דאָס מאָל האָט ער אָבער זיך אָנגעטאָן אַ כּוח, צונויפֿגעלייגט פֿאַר אים אויפֿן טיש די גרויסע, גוט אויפֿגעהיט, ווײַסע, צערונצלטע הענט, און אַ פֿרעג געטאָן בײַ סעמין:

„וועמען קענט איר אין דער חסידישער וועלט?“

„וואָס?“ האָט סעמי געוואָלט אויסרופֿן, ווײַל קיין נאַרישערע פֿראַגע האָט ער זיך ניט געקענט פֿאָרשטעלן. נאָר אַ מאָדנע זאַך באַקומט זיך אַ מאָל ווען ער רעדט מיט ר´ דוד, אַ מוראדיקע פֿרוכט וואָס צעגייט זיך אין זײַנע ביינער. אויס קריטישער בחור, גאָון וואָס פּראַוועט שטיק ווײַל ער קען אַרויסווײַזן יעדן קלוגן נעוואָרן בײַ אים אין קאָפ. אין צווייטן מינוט איז ער פּלוצעם אַ תּלמיד אַ ברעקל וואָס פֿאָלגט יעדעס וואָרט און קוקט זײַן רבין אין די אויגן. אויב דער ראָש־ישיבֿה פֿרעגט אויב ער קען די חסידישע וועלט, מוז אַוודאי זײַן אַ סיבה!

„פֿאַר וואָס פֿרעגט איר?“ האָט סעמי געפֿרעגט. „כ´קען כּמעט קיינעם דאָרטן, נאָר קען זײַן אַז כ´קען העלפֿן סײַ ווי.“

„דו ווייסט אַז כ´פֿלעג לערנען בחבֿרותא מיט אַ חסידישן מיידל. ס´איז שוין וואָכן וואָס זי קומט ניט צו מיר, וואָלט איך געוואָלט וויסן וואָס מיט איר איז געשען.“

„איר רעדט וועגן מירלען?“ האָט סעמי זייער פֿלײַסיק אײַנגעהאַלטן זײַן געשפּאַנטקייט.

„יאָ, ווי קענסטו איר נאָמען?“ געזען אַז סעמי איז אין עפּעס אַ פֿאַרלעגנהייט, האָט ער באַשלאָסן ווײַטער צו רעדן אָן צו פֿאָרסירן די פֿראַגע. „מילא. יאָ, כ´וויל וויסן וואָס מיט מירלען איז געשען, כ´האָב מורא אַז איר טאַטע אָדער כ´ווייס ניט ווער אין איר משפּחה האָט זי אָפגעהאַלטן פֿון ממשיך זײַן מיט איר חבֿרותא. כ´קען זי אַליין ניט גיין זוכן, כ´האָב דאָך קרובֿים און פֿרײַנד דאָרטן. איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז דו וואָלטסט אפֿשר געווען אַ בעלן צוצושטעלן אַ פּלייצע?“

סעמי האָט אַרויסגעשטאַמלט, „נו, כ´קען פּרוּוון.“ ווײַטער האָט ער געפֿרעגט, „נאָר וואָס זאָל איך טאָן אַז כ´זאָל זי געפֿינען?“

„דו זאָלסט זאָגן, אַז כאָטש כ´האַלט שטאַרק פֿון כּיבוד־אָבֿ, איז לימוד־התּורה מער וויכטיק די טעג פֿאַר איר ייִדישקייט. כ´וואָלט שטאַרק געוואָלט ווײַטער לערנען מיט איר, נאָר כ´ווייס ניט וווּ זי געפֿינט זיך. דאָס קען זײַן דײַן אַרבעט.“

עס האָט סעמין אַ שטאָך געטאָן מיט סמאַליענדיקע קינאה. מיט אים וואָלט סעמי אַפֿילו ניט געחלומט צו לערנען בחבֿרותא, און איצט זאָל ער גיין זוכן אַ חסידיש מיידעלע וואָס איז אַנטלויפֿן פֿון ראָש־ישיבֿה? ער האָט געוואָלט זאָגן, אַז עס פּאַסט ניט פֿאַר אים, מע זאָל אים מוחל זײַן, נאָר אַז ער האָט זיך דערמאָנט אין איר מיסטעריעזער און שטילער בלאַסקייט און דער בליק אירער וואָס האָט אים אַדורכגענומען פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, האָט ער זיך באַקלערט און ווײַטער געפֿרעגט בײַ ר´ דודן, ווי אַזוי ער זאָל דאָס טאָן, און וואָס פּינקטלעך ער זאָל איר אָנזאָגן, ווען ער זאָל זי יאָ געפֿינען.

„גאַנץ פּשוט,“ האָט זיך אָנגערופֿן ר´ דוד, פֿאַרשטייענדיק אַוודאי, אַז ס´איז אין גאַנצן ניט פּשוט. „זאָג איר אַז דו ביסט מײַנס אַ תּלמיד – און אפֿשר קען זי דיך אַליין? און גיב בײַ איר אַ פֿרעג, פֿאַר וואָס קומט זי מער ניט צוריק צו לערנען מיט מיר.“

סעמי האָט געפּרוּווט פֿאָרמולירן זײַן פֿראַגע מיט דרך־ארץ. „פֿאַר וואָס קלינגט איר ניט צו איר אַהיים?“

„ס´איז ניט פּאַסיק. דער פֿאָטער האָט שוין געגעבן צו וויסן אַז ער וויל ניט זי זאָל האָבן צו טאָן מיט מיר. עס קען איר שאַפֿן צרות ווען מע זאָל קלינגען צו איר אַהיים.“

„וואָס וואָלט איר פֿירגעלייגט, איך זאָל טאָן?“ סעמי האָט ניט געוווּסט, פֿאַר וואָס קען ער ניט קאָנטראָלירן זײַן אומגעדולד.

„איך וועל אײַך געבן איר אַדרעס, אפֿשר קענט איר גיין צו איר אין ברוקלין און פּרוּוון זי פֿאַרכאַפּן.“ דער ראָש־ישיבֿה האָט אַ שמייכל געגעבן.

סעמין האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס ער קען באמת ניט מסכּים זײַן מיטן רבינס צוגאַנג צו אַן ענין. וואָס איז דאָס פֿאַר אַן אָפּקומעניש, ר´זאָל אַליין גיין אין ברוקלין אין אַראָפּברענגען אַ מיידל? ער פֿאַרשטייט ניט. זײַן דערווידער אויף דער גאַנצער זאַך האָט אַפֿילו שיִער ניט איבערגעשטיגן זײַן באַגער נאָך אירע אויגן און פֿאַרכאַפּנדיקער בלאַסקייט. אָבער ניט אין גאַנצן.

כּדי צו ברעכן די אומגעלומפּערטקייט האָט ער געפֿרעגט אַ שאלה אין עבֿודה־זרה וואָס מאַטערט אים שוין אַ גאַנצן טאָג. ר´ דוד האָט זיך אין דעם טיף אַרײַנגעטראַכט, און דאַכט זיך זײַנען זיי שוין אַריבער אויף אַ צווייטער טעמע. נאָר איידער סעמי האָט זיך אָפּגעבעטן נעמען עפּעס אין מויל אַרײַן, האָט ר´ דוד אים דערמאָנט:

„ס´וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ גרויסע טובֿה, דו זאָלסט גיין זוכן דאָס מיידל. ס´איז אַ מיצווה און שפּעטער וועל איך דיר דערקלערן פֿאַר וואָס.“

סעמי האָט צוגעזאָגט אַז מאָרגן וועט ער צו איר קלינגען. נאָר אינעווייניק האָט ער אַ טראַכט געטאָן: זינט ווען דאַרף אַ תּלמיד אויך זײַן אַ משרת?

Sunday, February 10, 2008

אַ טוטאָר פֿאַר יונגע צדיקימלעך

איין מאָל, ווען קעראָלײַן האָט זיך דערלויבט אַרויפֿצוקוקן פֿון איר קאָמפּיוטער – איר מאַגיסטער־אַרבעט האָט זי שוין אָנגעהויבן שרײַבן אויף דער פֿולער פּאַרע – האָט זי בײַ מאָושע אַ פֿרעג געטאָן: „אפֿשר ביסטו נאָך אין קאָנטאַקט מיט וועמען פֿון דער חרדישער קהילה?“

ס´איז שוין חדשים וואָס מאָשוע זוכט אַן אַרבעט, נאָר די מעגלעכקייטן זײַנען ניט קיין בשפֿעדיקע. אַ שטיקל צײַט האָט ער געאַרבעט ווי אַ טוטער מיט בחורים (פּונקט ווי אין די „אַלטע גוטע צײַטן,“ האָט ער געטראַכט. די בחורים האָבן זיך ניט געוואָלט לערנען קיין עבֿרי, און די טאַטע־מאַמעס זײַנען אויך ניט געווען זיכער, צי זייער אינוועסטירונג אין מאָושען איז געווען נוצלעך). ווײַטער האָט ער געאַרבעט בײַ דער ביבליאָטעק פֿון שטאַט־אוניווערסיטעט ווי אַ קאַטאַלאָגירער. דאָרטן האָט זײַן בעל־הבית, אַ בעל־תּשובֿה וואָס דאַוונט אין דער איינציקער אָרטאָדאָקסישער שול אין שטעטל, געהאַלטן אין איין פֿרעגן בײַ אים וועגן חסידישן לעבן, און וואָס פֿאַר אַ געפֿיל ס´איז געווען אויפֿצוּוואַקסן אין אַ „דורכויס פֿרומער קהילה“ (בזה הלשון). מאָושע האָט ניט געוווּסט ווי אַזוי זיך אָפּצורופֿן. ער האַלט נאָך אַלץ פֿון ייִדישקייט בכלל, ער איז ניט ווי יענע וואָס מיינען אַז פֿרומקייט איז גאָר אָדער גאָרניט. נאָר ער איז דאָך אַוועק, און ער האָט ניט געוואָלט קאַליע מאַכן דאָס אינעווייניקסטע, רוחניותדיקע לעבן פֿון בעל־הבית. האָט ער זיך באַגנוגנט מיטן זאָג:

„אַלץ איז געווען אַדורכגעדרונגען מיט ייִדישקייט.“

און דאָס איז דאָך אמת, סײַ צום גוטן סײַ צום שלעכטן. דאָס האָט געבראַכט אַ שמייכל דעם פּנים פֿון בעל־הבית, וואָס האָט פֿרום געשאָקלט מיטן קאָפּ. נאָר דער בעל־הבית האָט דווקא באַשלאָסן אַז ניו־יאָרק איז דער פּלאַץ פֿאַר אים. האָט ער זיך איבערגעקליבן, איז אָנגעקומען אַ נײַער בעל־הבית וואָס האָט זיך ווייניקער אינטערעסירט אין מאָושעס תּורה־וויסן און מער אין טעכנישע ביבליאָטעקאַרשאַפֿט. מאָושען האָט מען באַזײַטיקט.

אויף קעראָלײַנס פֿראַגע האָט ער איצט געענטפֿערט: „גאָר ווייניק.“

קעראָלײַן האָט אויף אים געגעבן אַ קוק, ווי איינער זאָגט: „ווײַטער?“ זי האָט געמייכלט. „איז ווער? לאָמיר הערן.“

מאָושע האָט ניט געוואָלט רעדן וועגן דער חבֿרה וואָס קען אים נאָך ווי משה. נאָר געדאַכט האָט זיך, אַז אַלץ איז שוין געקומען צו אַ דרייפּונקט: קעראָלײַן האַלט אָט־אָט בײַם ענדיקן איר מאַגיסטער, נאָר דער מאַרק איז ניט קיין צוזאָגנדיקער. זיי האָבן נאָך עטלעכע חדשים, הייסט עס, נאָר נאָך דעם וועט זײַן גאָר שווער זיך אַן עצה צו געבן סײַדן מע וויל נעמען לעבן גאַנץ אַנדערש, לויט אַן אַנדער הכנסה־שיכט. דאָס איז נאָך אַ סיבה וואָס ר´איז אַרויס פֿון יענעם לעבן: ניט נאָר די אידעאָלאָגישער צוואַנג, נאָר דאָס איבערגעבן זיך אַליין דער אָרעמקייט ווען אַנדערע ברירות זײַנען צו דערגרייכן מיט דער האַנט אויף יענער זײַט מויער.

ער האָט גענומען אויסרעכענען אָן גרויס חשק. „נו, ס´איז דאָך דאָ מײַן ברודער, און זײַן משפּחה.“ זײַנע טאַטע־מאַמע זײַנען שוין לאַנג אַוועק: דער טאַטע פֿון אַ האַרצאַטאַק, און די מאַמע אַ יאָר נאָך איר זונס פֿאַרשטערטער חופּה. „ס´איז דאָ חיים, און אַלע וואָס כ´פֿלעג קענען פֿון דער ישיבֿה. אַ פּאָר רביים. און אַזוי ווײַטער.“

„ביסט אין קאָנטאַקט מיט זיי?“ האָט קעראָלײַן ווײַטער געפֿרעגט. איר קול איז געווען פֿרײַנדלעך נאָר פּלוצעם האָט דאָס אין אים אָנגעצונדן אַ פֿײַער. וואָס וויל זי פֿון אים? איז זי בלינד ניט צו זען אַז ער וויל ניט צוריק אַהין? גוט, עס פֿעלט זיי געלט, גוט, עס פֿעלט אים קוואַליפֿיקאַציעס חוץ זײַן קאַלדעזש־דיפּלאָם, וואָס איז אַ קנאַפּע מעלה אין דעם שווערן מאַרק.

ער האָט געפּרוּווט זיך פֿירן איידל און פֿרום איז זייער דיסקוסיע, פֿירגעלייגט כּלערליי אַלטערנאַטיוון. זי האָט קרובֿים אין דרום, ניין? פֿאַר וואָס ניט אַהין? צי קאַליפֿאָרניע? ער האָט אַלע מאָל געהערט אַן קאַליפֿאָרניע איז אַ פּרעכטיקער פּלאַץ, כאָטש ער איז אויך דאָרטן קיין מאָל ניט געווען (חוץ די פֿרומע געגנטן פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, פֿאַרשטייט זיך).

נאָר מיט יעדן פֿירלייג זײַנס איז קעראָלײַן געבליבן בײַ אירס: ניו־יאָרק איז די בעסטע ברירה. אויב ניט ברוקלין, איז כאָטש מאַנהעטן. דאָרט געפֿינט מען דאָך די ייִדן, דאָרט זײַנען די ביבליאָטעקן וואָס נייטיקן זיך אין תּלמידי־חכמים, אָדער אַפֿילו קאַליע־געוואָרענע תּלמידי־חכמים; די קאָמונאַלע צענטערס וווּ מע קען לערנען אַ קלאַס, די בר־מיצווה־בחורים וואָס דאַרפֿן פּריוואַטע לערערס. און דאָרט, האָט געענדיקט קעראָלײַן, זײַנען דאָך אויך פֿאַראַן אַ צאָל פּרעסטיזשדיקע אוניווערסיטעטן, טאָמער ווילסטו זיך לערנען אויף אַ העכערן דיפּלאָם. „דאָ אין מישיגען איז ווייניק פֿאַר דיר, און נאָר אַ ביסעלע פֿאַר מיר. נאָר איין מאָל פֿאַרענדיקט מײַן מאַגיסטער, וועט דאָ זײַן גאָרניט פֿאַר מיר. כ´בין אַהערגעקומען מיט דיר כּדי צו פֿאַרענדיקן מײַן דיפּלאָם, נאָר כ´האָב ניט געטראַכט וועגן דעם, וואָס פֿאַר אַ פּלאַץ וועט פֿאַר מיר זײַן פֿאַראַן ווען איך וועל פֿאַרענדיקן. כ´מיין מע דאַרף זיך שוין אַרויסקלײַבן.“

מאָושע האָט ווויל פֿאַרשטאַנען קעראָלײַנס געדאַנקען־גאַנג נאָר ער איז שטעקן געבליבן בײַ איינעם פֿון די איינסן אין דער רשימה. „דאָס איז די איינציקע אַרבעט וואָס פֿאַלט דיר אײַן?“ האָט ער אַרויסגעפּלאַצט, שוין וויסנדיק אַז ער גיט זיך איבער די תּאַווה פֿון אומיושרדיקייט. זי האָט ניט געזאָגט אַז דאָס איז די איינציקע אַרבעט אויף וואָס ער טויג, נאָר עס האָט אים ממש אויפֿגעקאָכט. „אַ טוטער פֿאַר בחורים? מיינסטו אַז כ´וויל צוריק אין יענער וועלט? פֿאַרברענגען מײַן צײַט מיט יונגע צדיקימלעך? דאַכט זיך אָבער אַז כ´טויג ניט אויף עפּעס אַנדערש, מוז איך זיך שוין אומקערן. אפֿשר זאָלסטו מגייר זײַן זיך און טראָגן אַ שייטל?“

קעראָלײַן איז געבליבן לחלוטין רויִק, ווי איר שטייגער איז. „זײַ ניט אומיושרדיק, כ´האָב דען געזאָגט אַז דו טויגסט ניט אויף עפּעס אַנדערש? כ´האָב פּשוט געזאָגט אַז אויב מיר ווילן בלײַבן צוזאַמען און פֿונקציאָנירן ווי אַ פּאָר, מוזן מיר ביידע געפֿינען אַרבעט. וואָס פֿאַר אַ געלעגנהייטן האָבן מיר דאָ אין מישיגען? גאָר ווייניק. איז לאָמיר אַ קלונג טאָן צו אונדזערע באַקאַנטע אין ניו־יאָרק און זען צי עס זײַנען פֿאַראַן מעגלעכקייטן. עס וועט דאָך ניט שטאַן אַ פֿרעג צו טאָן.“

האָט מאָושע גענומען קלינגען יעדן אין ניו־יאָרק וואָס איז אים אײַנגעפֿאַלן, יעדער וואָס וואָלט געהאַט אַ שטיקל מיטגעפֿיל -- ניט נאָר דאָס, אָבער נוצלעכע עצות אויך. דאָס הייסט, אַז ער האָט געדאַרפֿט אויסמײַדן דווקא זײַן משפּחה און ס´רובֿ באַקאַנטע. חיים האָט ער יאָ געפּרוּווט קלינגען, נאָר דאַכט זיך אַז ער האָט זיך איבערגעקליבן און מע האָט ניט געוווּסט זײַן נײַעם אַדרעס. אַז ער האָט אַוועקגעלייגט דאָס טרײַבל צום וויפֿלטן מאָל, האָט זיך אים געדאַכט אַז ער איז אַ וועלט־אויספֿאָרשער, אַזוי ווי קאָלומבאָס אָדער מאַדזשעלען, וואָס בײַ אים איז דאָס אַלטע לאַנד פֿון וואַנען מ´איז אָפּגעפֿאָרן נאָך מאָדנער ווי די ווײַטע אינדזלעך וווּ מע האָט זיך שוין אײַנגעלעבט. ווער ווייסט, צי זײַן גאַנצע פֿריִערדיקע וועלט האָט זיך ניט געביטן? אפֿשר האָט מען איבערגעבויט אַלע ישיבֿות אויף אַן אַנדער אָרט אויף צו להכעיס?

קעראָלײַן האָט געהאַלטן בײַם ענדיקן איר מאַגיסטער־אַרבעט און אַ בשלוס איז פֿאַר זיי געשטאַנען. נאָר וואָס, מאָושע האָט קיינעם ניט געפֿונען וואָס סײַ געדענקט אים ווי משה, סײַ האָט פֿאַר אים מער ווי תּוכחה.

Tuesday, January 15, 2008

אַ מיידל אין דער ישיבֿה

אַ מאָל האָט סעמי געלערנט אין ר´ דודס ישיבֿה. ער האָט ניט געלערנט בחבֿרותא, און מע האָט אים דערפֿאַר ניט געשטערט, מערסטנס ווײַל ר´איז געווען אַזוי אָפֿנהאַרציק און צוגעלאָזן מיט די איבעריקע תּלמידים. ער האָט זיך געראַנגלט מיט אַ תּוספֿות אין עבֿודה־זרה וועגן יין נסך און נותן טעם. ע"ז איז געווען זײַן באַליבסטע מסכתּא, עס טוט זיך דאָרטן אויף טיש און אויף בענק מיט מעשׂיות פֿון מאָדנע גויים און אַלטע מיני עסנוואַרג, ווי אַן אויסטערלישער מוזיי. ער האָט אָבער ניט פֿאַרשטאַנען פּשט אין תּוספֿותס לשון, איז ער צוגעגאַנגען צום ספֿרים־שאַנק נאָכקוקן דאָס וואָרט בײַ דזשאַסטראָו. פּלוצעם האָט ער דערהערט, ווי מע קריגט זיך דאָרט בײַם צווייטן עק זאַל, וווּ סע שטייען פֿאַרניורעט אין ענגעניש די קליינע אָפֿיסלעך פֿון דער ישיבֿה.

ר´ דוד איז געשטאַנען און אַ צווייטער ייִד, אַ חרדי אין אַ שוואַרצן קאַפּעליוש, אַן אָפּגעטראָגענעם אָנצוג, און צעריבענע שיך, איז אויף אים געשריגן. דער צווייטער ייִד איז געשטאַנען אַזוי צוגעבויגן צו ר´ דודן צו, און סעמי האָט מורא געהאַט טאָמער וועט ער אַראָפּפֿאַלן און אַרײַנקראַכן אין ראָש־ישיבֿה. סעמי האָט זיך שטילערהײַט צעכיכקעט בײַם געדאַנק. ער האָט אָנגעשפּיצט די אויערן און געמאַכט אַן אָנשטעל, ווי ער נישטערט אין די ספֿרים.

דער ייִד האָט ווײַטער געשריגן. „וואָס מישט איר זיך? וואָס האַלט איר זיך פֿאַר אַזאַ רבין? זי האָט אַן אייגענעם רבין! איך האָב אַן אייגענעם רבין! וואָס מישט איר זיך?“ דאַכט זיך, ער איז אַזוי אויפֿגעקאָכט, אַז ער קען נאָר אַרויסרעדן לסירוגין אַזעלכע פֿראַגעס. „מײַן טאָכטערס ייִדישקייט איז מײַן עסק, ניט אײַערס!“ ער האָט נאָך שטאַרקער זיך צוגענייגט אין ר´ דודס זײַט.

סעמי האָט געגעבן אַ זײַטיקן קוק, און יאָ, ס´איז געשאַנען אַ מיידל בײַ דער זײַט, אַ הויכס, אַ בלייכס, און אַ שלאַנקס, ווי אַ שטיק קרײַד. און איר קול איז אויך געווען אַ קרײַדיקס, אַ קוויטשיקס. איר קול האָט זיך קלאָר און שנײַדיק אַרויסגעהערט אויף סעמיס עק צימער, ווײַל זי האָט אויך געשריגן – אויף איר טאַטן, מיט איר גאַנצן כּוח.

„טאַטי! איר פֿאַרשטײַט ניט! וואָס שרײַט איר אַז איר פֿאַרשטײַט מיך אין גאַנצן ניט! איך בין אַן אײַגענע מענטש! ער איז מאַן רבי! און איך פֿאָלג עם!“

ר´ דוד איז געשאַנען ווי געפּלעפֿט און געקוקט קודם אויפֿן טאַטן, דערנאָך אויפֿן מיידל.

ביידע האָבן געזען אַז ר´ דוד איז געשאַנען אין שטילשווײַגעניש, זײַנען זיי אויך אַנטשוויגן געוואָרן און געוואַרטן אויף זײַן וואָרט.

ר´ דוד האָט עפּעס געזאָגט אויף ייִדיש, וואָס האָט סעמין פֿאַרחידושט. מסתּמא האָט ער געוווּסט אונטערבאַוווּסטזיניק אַז דער ראָש־ישיבֿה רעדט ייִדיש פֿון דער אַלטער היים – זיכער האָט ער אַזאַ טשאָלנדיקן אַקצענט – נאָר ר´האָט קיין מאָל ניט געהערט ווי ער רעדט אַ גאַנצן זאַץ. וואָס דער טײַטש זאָל ניט האָבן געווען, זײַנען אַלע אַרײַן אין איינציקן פּריוואַטן אָפֿיס דאָ אונטן, דעם רבֿס אָפֿיס, און סעמי איז געבליבן אין דרויסן בײַם ספֿרים־שאַנק.

ער האָט ווײַטער ניט געפֿונען דעם פּשט פֿון וואָרט אין תּוספֿות. די ווענט, אַזעלכע דערווײַליקע, פֿאַרטיקע ווענט פֿון אַ מאַעריאַל צווישן פּלאַסטיק און שפּילטייג, האָבן אַדורכגעלאָזט יעדן שאָרך, שעפּטשע, און אויפֿגעבראַכטע טענה. זיי האָבן זיך אַזש געטרייסלט. סעמי האָט געוווּסט אַז ער טאָר זיך ניט אונטערהערן. זײַן יצר־טובֿ האָט גענומען אים מוסרן: „אָסור . . . אָסור . . . אָסור . . .“ בשעת זײַן יצר־הרע האָט ניט גערעדט און פּשוט אונטערגערוקט דעם גוף טריטווײַז צו דער אָפֿיסטיר. סעמי האָט אויך מיטגעטראָגן זײַן ש"ס, ער זאָל האָבן אַ תּירוץ: אַז ער האָט אָנגעהויבן לערנען אין איין עק צימער און סוף־כּל־סוף, ווי ר´ __________, ער האָט זיך געפֿונען בײַם צווייטן.

ער האָט זיך צוגערוקט צו דער טיר און זיך אָנגעשפּאַרט לעבן איר אויף דער שטיק וואַנט. ער האָט זיך געהאַלטן גאָר שטיל.

פּלוצעם האָט ער דערהערט פֿון אָפֿיס אַ קלאַנג וואָס איז אים אין גאַנצן אומבאַקאַנט, אַזאַ נאַסע שאָרכעניש מיט אַ סקריפּעניש אין איינעם. ס´איז גלײַך ווי אַ פֿרויען־קול נאָר ס´איז געווען הייזעריק און צעקראַצט. ס´קול וויינט. דאָס קרײַדמיידל רעדט שטיל און צאַרט, דער חרדי מיטן קאַפּעליוש האָט עפּעס שטיל געברומט. ס´קול וויינט ווײַטער און ווערט אַנטשוויגן.

דער רבי וויינט, האָט זיך סעמי געכאַפּט. און וואָס מער ער האָט זיך אונטערגעהערט, אַלץ ווייניקער איז צוגעשטאַנען דער יצר־הטובֿ, און אַלץ מער איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון וואָס ר´האָט געהערט. ער האָט אײַנגעשלונגען יעדעס וואָרט כּדי ער זאָל פֿאַרשטיין די מעשׂה־נורא: וואָס קען ברענגען דעם רבין צו וויינען?

„כ´פֿאַרשטיי ניט פֿאַר וואָס זי קען ניט גיין צו אונדזער רבין,“ האָט דער גאָר פֿרומער ייִד ווײַטער געטענהט, כּאילו זייער שמועס אין דרויסן אויפֿן קאָרידאָר האָט זיך קיין מאָל ניט איבערגעריסן.

„ערשטנס, איר ווייסט אַז דער רבי נעמט מער ניט אויף קיין פֿרויען־געסט. צווייטנס איז ער ניט מײַן רבי. רב דוד איז מײַן רבי.“ ס´האָט זיך געהערט די גלײַכקייט און די בלייכקייט פֿון איר קול.

דערנאָך ר´ דודס קול, וואָס איז געווען אָפּגעשוואַכט פֿון ניט־דערטריקנטע טרערן. „כ´בין אַ גמרא־ייִד, כ´בין אַ ראָש־ישיבֿה, כ´בין אַ מגיד־שיִעור. קיין רבי בין איך ניט. איך וויל ניט שטערן אײַער שלום־בית און איך ווייס ניט פֿאַר וואָס דו –“ ער האָט דאַכט זיך געוואָנדן צום מיידל – „ווילסט דווקא האַלטן בײַ מיר אַן עצה. כ´האָב ניט קיין עצות בדוקות פֿאַר דיר. כ´האַלט שטאַרק אָבער פֿון פֿרויען און מיידלעך וואָס ווילן זיך לערנען גמרא. אויב דו ווילסט דאָס, איז אדרבא.“

דערנאָך, ווײַזט אויס, האָט זיך אָפּגערופֿן דאָס מיידל, נאָר דאַכט זיך אַז ס´קול איז איר געווען צו נידעריק, האָט סעמי ניט דערהערט אירע ווערטער.

דערנאָך ווידער דער גאָר פֿרומער ייִד, איר טאַטע. זײַן קול, וואָס אין אָנהייב איז געווען הויך און קווישטיק, בעטנדיק, האָט זיך אַלץ פֿאַרטיפֿט און פֿאַרגרעבערט. איצט האָט זיך מערניט דערהערט אַ ברומעניש, און סעמי האָט זיך געדאַרפֿט נאָך מער אָנשטרענגען דאָס געהער דאָס אויפֿצוכאַפּן:

„איך גלייב אײַך, ר´ דוד, אַז איר ווילט זיך ניט אויסגעבן פֿאַר קיין רבין. אפֿשר האָט איר ניט ליב געבן קיין עצות. נאָר יעצט וויל איך ענק געבן אַן עצה: קיין עצות טאָרט איר ניט געבן מײַן טאָכטער. כ´וויל ענק ניט פּוגע־בכּבֿוד זײַן, איך ווייס אַז די מאָדערנע האַלטן ענק פֿאַר אַ גרויסן תּלמיד־חכם. קען זײַן. נאָר אַ גרויסער תּלמיד־חכם קען אויך זײַן אַ גרויסער נאַר. מישט זיך ניט אין מײַן משפּחה.“

איצט האָט זיך שוין יאָ דערהערט דעם מיידלס אָפּרוף. דאָס פֿונקענדיק צישעניש פֿון אַ שווערן און געפֿערלעכן מכשיר, וואָס מע ניצט אין אַ פֿאַבריק צו שנײַדן מעטאַל: אַזוי איז געוואָרן איר קול, אַדורכשטעכנדיק די וואַנט און, דאַכט זיך, יעדן איבערפֿלאַך אין דער גאַנצער קליינער ישיבֿה. נאָר אין איין צײַט מיט דער גאַנצער כּוח איז דאָס קול געווען מאָדנע שטיל, סטיכיש רויִק. ס´איז באמת געווען, אויף ווי ווײַט מעגלעך, דאָס קול פֿון אַ שטיק קרײַד.

„וואָס טוסטו, טאַטע, צו מיר? וואָס ווייסטו וועגן מיר און מײַן לעבן? קען זײַן אַז כ´לערן זיך שוין תּורה בײַ ר´ דודן, נאָר איר וואָלט ניט געוווּסט ווײַל דו פֿרעגסט דאָך קיין מאָל ניט בײַ מיר מיט וואָס כ´פֿאַרנעם זיך חוץ שול.“

„ביסט נאָך אַ יונג מיידל,“ האָט זיך אָנגערופֿן דער טאַטע, עפּעס געפּלעפֿט פֿון דער נײַער זײַט פֿון דער טאָכטער וואָס אַנטפּלעקט זיך איצט פֿאַר אים אין די אויגן.

„כ´האָב אַן אַלטן קאָפּ,“ האָט זיך שטאָלץ אָפגערופֿן דאָס מיידל, און סעמי האָט צוריקגעהאַלטן אַ לאַך. אַ מיידל אַ ברען!

פֿריִער האָבן ווי וואַסער געגאָסן די ווערטער פֿון גאָר פֿרומער ייִד, פֿון מיידלס טאָכטער. איצטער האָט ער פֿאָרזיכטיק צוגעקליבן די ווערטער, כּאילו ער גייט באָרוועס איבער שטשערבאַטע שטיינער.

„כ´האָב ניט געוווּסט, ר´ דוד, אַז ענק לערנט יעצט מיט מיידלעך. ווי לאַנג שוין לערנט ענק מיט מירל?“

סעמי האָט אַ זאָג געטאָן צו זיך אַליין, דאָרט שטייענדיקערהייט בײַ דער טיר צום אָפֿיסל: „מירל, מירל.“ ס´האָט אַ קלאַנג אַן אַנדערן פֿון די אַלע נעמען וואָס מע טרעפֿט אויף דער וועסט־סײַד, וואָס איז פֿול מיט אַבֿיבֿהס און אַבֿייהס, דזשעניפֿערס און דעביס: געוויינטלעכע, כּמו־ישׂראלדיקע און פֿולשטענדיק־אַמעריקאַנער נעמען, אָן קיין סך טעם. „מירל“ האָט אים דערמאָנט אין אַן ערלעכער באָבע. אַזאַ נאָמען פֿאַר אַזאַ ברען! דער נאָמען „מירל“ איז בײַ אים געווען מאָדנע קיל אויף די ליפּן.

דאַכט זיך אַז ר´ דודס אָפּרוף צום טאַטנס פֿראַגע איז געווען אַזוי נידעריק, אַז סעמי האָט אים ניט דערהערט. ער האָט אויך ניט דערהערט דעם רעשט פֿון שמועס, ווײַל גראָד דעמאָלט זײַנען אַרײַן אַ חבֿרה יונגעלײַט, אוניווערסיטעט־בחורים וואָס קומען צווישן די לעציעס אַרײַנכאַפּן אַ שיִעור אָדער אַ משנה. סעמי האָט ניט פֿאַרשטאַנען וואָס די סטודענטן געפֿינען די ספֿרי־קודש, ווײַל ס´רובֿ פֿון זייער זמן־הלימוד פֿאַרתּכלעווען זיי מיט פּוסטער שמועסערײַ.

און סעמי האָט זיך געכאַפּט. צבֿועק! נאָר וואָס זיך אונטערגעהערט צו אַ פּריוואַטן שמועס צוליב אַ מיידל, און דו . . .

ערשט דעמאָלט איז אַרויס פֿון קליינעם אָפֿיס דער ראָש־ישיבֿה, דער טאַטע, און מירל. סעמי האָט האַסטיק אַ שפּרונג געטאָן צוריק פֿון דער טיר און זיך אַ לאָז געטאָן צו זײַן מקום. דער אויסזען פֿון אַלע דרײַ האָבן אים פֿאַרחידושט. ר´ דוד האָט אויסגעקוקט דערשלאָגן, האָפֿענונגסלאָז; דער טאַטע, דערצאָרנט; און ווידער מירל, מיר־ניט־דיר־ניט.

דאָס רעדעלע מיטשמועסערס האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער טיר. סעמי קוקט צו צו זיי פֿון זײַן מקום בײַם טיש. ר´ דוד גיט עפּעס אַ זאָג. סעמי הערט ניט גענוי וואָס, מסתּמא אויף ייִדיש, נאָר דער טאַטע האָט אַ אָן חשק אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, ווי איינער זאָגט: „אַ ברירה האָט מען?“. מירלס פּנים האָט זיך באַלויכטן מיט נצחונישן שמייכל, גאָרניט קיין סטערעאָטיפּיש צניעותדיקער. דער טאַטע און ר´ דוד האָבן זיך געגעבן די הענט.

דערנאָך האָט אים אַ בליץ געטאָן אין די אויגן. ער האָט געמעגט שווערן: מירל קוקט אים גלײַך אין פּנים אַרײַן, פֿון צווייטן עק צימער לעבן דער טיר אַזש צו זײַן פּלאַץ בײַם טיש האָט דערגרייכט איר בליק, און זי האָט אים געגעבן אַ בליצשמייכל, קוים וואָס אויפֿצוכאַפּן. נאָר אויפֿגעכאַפּט האָט ער. אפֿשר האָט ער אָבער אַ טעות? ער ווייסט דאָך גאָרניט מיט גאָרניט וועגן מיידלעך, קען זײַן אַז ס´איז אַלץ אַ גרויסער טעות אין פּשוט וואָס קיין דזשאַסטראָ וועט ניט קענען לייזן.

ער האָט אָנגענומען אַ החלטה אַז ער וועט זיך דערוויסן ווער דאָס מיידל איז און וואָס איז די גאַנצע מעשׂה מיט איר און איר טאַטן. ר´האָט אָבער ניט אָנגעהויבן צו וויסן ווי אַזוי צוצוגיין צו ר´ דוד. ער איז ניט קיין בחור וואָס האָט גרויס ייִראת־הכּבֿוד פֿאַר יעדן וואָס קען לערנען. ער שעמט זיך ניט צו שטעלן די האַרבע שאלות. אַדרבא, ער האָט בײַ אים געהאַט געפֿרעגט וועגן זײַן אמונה און דעם חורבן. נאָר דער חורבן איז איין זאַך: די מיידלעך זײַנען אין גאַנצן אַן אַנדער געשעפֿט. אפֿשר וועט די מאַמע אים געבן אַן עצה.

Monday, December 17, 2007

די טרייסטן פֿון פֿרומקייט

די טרייסטן פֿון דער פֿרומקייט זײַנען בײַ ברוסן דעם בעל־תּשובֿה געווען קלאָר און סאָליד, ווי פֿאָטאָגראַפֿיעס רביים וואָלטן אויף אים שמייכלענדיק אַראָפּגעקוקט פֿון זײַנע דירות־ווענט. ער האָט זיי קוים־קוים געקענט אָנטאַפּן מיט די הענט. נאָך זײַנע אַרבעטסטעג, אָפּגעגעבן פֿליִענדיקע ציפֿערן און פֿאַרבײַגייענדיקע מאַיאָנטיקעס, וואָס זײַנען אַרויף אין אַן אויגנבליק און דערנאָך אַראָפּגעזונקען אָן אַ שפּור. די פֿרומקייט בלײַבט ניט נאָר פֿון איין שאַבאַט צום צווייטן, נאָר אויך אין דער וואָכן, צו יעדער רגע, וווּ נאָר ער גייט און שטייט. ס´איז ווי אַ דורכזעיִקער לײַלעך וואָס רינגלט אים אַרום, נאָר טיילט אים ניט אין גאַנצן אָפּ פֿון דער אַרומיקער וועלט. ער פֿילט זיך אונטער אַ באַשיצונג נאָר ניט ווי אַ פּרוש.

דאָס קען ער אָבער ניט אין גאַנצן דערקלערן די ניט פֿרומע חבֿרים. זאָגט ניט „געוועזענע“, ווײַל ער איז ניט אַזאַ, וואָס וויל זיי אַוועקוואַרפֿן. נאָר ער שפּירט טיף אינעווייניק, ווי ער ווערט אַן אַנדער מענטש. ער וויל זיי מיטברענגען אויף דער רײַזע נאָר ר´איז ניט זיכער, אַז יעדער וויל מיטפֿאָרן.

למשל: זײַן חבֿרטע מעלעני. נעכטן אויף דער נאַכט האָבן זיי זיך געקושט און געגלעט, זיך קײַקלענדיק פֿריילעכעהייט אויף זײַן דירה־טעפּעך. אַלץ איז געגאַנגען נאָרמאַל, ניין, בעסער ווי נאָרמאַל. זייער באַציִונג האָט אויסגעזען צו זײַן בקו־הבריאות און אין פֿולן בלי. מע האָט געפּרוּווט אויסטאַפּן און אויסשנאַפּן יעדן טייל פֿון יענעמס גוף, כּאילו מע קען נאָר ליב האָבן אויף דער טיף נאָר דאָס, וואָס מע קען דורכויס און איבעראַל.

ער האָט געפֿילט, ווי אירע פֿינגערשפּיצן טאַנצן אויף זײַן רוקן. אוי, גאָטעניו, ווי שטאַרק ער האָט דאָס ליב! ווער האָט זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דער אָנריר פֿון הויט אויף הויט קען אַרויסרופֿן אַזאַ נחת־רוח? ער האָט געפֿילט, ווי ער ווערט פֿאַרדבֿקהט, פֿליט אין ווײַטע הימלען. אים האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז בײַ אים אַ נײַע זאַך. ער שוועבט זיך אין אַזאַ מין חלום־לאַנדשאַפֿט, וווּ אַלץ נעמט אָן אַ צוגעביטן אויסזען, ווי אַ שטוב־און־הויף נאָך אַ רעגן. ער האָט געזען, בשעת די דבֿקותן, אַ העל ליכט אין דער ווײַטנס, ניט הימלדיק, נאָר ווי מע שײַנט מיט אַ פּראָזשעקטאָר פֿון אַ פּאָליציי־העליקאָפּטער. ער האָט געוואָלט צוגיין און זען, וואָס דאָרט טוט זיך.

ר´האָט דערשפּירט, ווי מעלינע ווערט אים אַ ביסל אָפּגעקילט, זי זונדערט צו דעם גוף. איידער ער האָט זיך געכאַפּט אַ פֿרעג צו טאָן, „וואָס איז?“ האָט זיך עפּעס צווישן זיי גערירט, און זיי האָבן ביידע, ווי קאָאָרדינירטערהייט, זיך אויסגעדרייט איינער פֿון צווייטן, און ביידע געליגן אויפֿן טעפּעך אין אַ שטילשווײַגעניש.

ברוס האָט ניט ליב געהאַט קיין שטילשווײַגעניש. די שטילקייט האָט אים דענערווירט. איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס ער איז פֿרום געוואָרן איז דערפֿאַר, וואָס ער האָט געקענט מיט זיך מיטטראָגן אַ גאַנצע חבֿרה אין קאָפּ: די אַלע מאָדנע־פֿאַסצינירנדיקע פּאַרשוינען פֿון תּנ"ך; משה־רבינו; דער אייבערשטער; חז"ל; און אַלע רבנים און פּוסקים פֿון יענער תּקופֿה ביז הײַנט.

מעלינע האָט זיך לסוף אָנגערופֿן. „דו ביסט אַנדערש.“

„יאָ,“ האָט ברוס מסכּים געווען. ניט געווען קיין שׂכל דאָס צו פֿאַרלייקענען. ער האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף איין עלנבויגן און געפּרוּווט אָפּרוקן מעלינעס האָר פֿון איר פּנים, אַ געוווינהייט וואָס ער האָט זיך אײַנגעשאַפֿט אויס ליבע צו אירע האָר, נאָר זי האָט זיך אָפּגעטרייסלט, זיך אויפֿגעשטעלט און אוועקזעצט אויף דער סאָפֿע. „איך האָב דיך ליב, ברוס, און דאָס איז עס. איך פֿאַרשטיי ניט פֿאַר וואָס דו ביסט פּלוצעם אַזוי שרעקלעך פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישקייט, נאָר כ´בין גרייט דיך צו שטיצן און דו ביסט גרייט אויף מײַן שטיץ.“

זי האָט זיך אָפּגעשטעלט. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן.

„איז . . .“, האָט זי אומגעדולדיק ממשיך געווען. „איז וואָס ווילסטו פֿון מיר?“

„כ´ווייס ניט וואָס כ´וויל פֿון דיר,“ האָט ער אויסגעשטאַמלט, ניט־באַטראַכטערהייט. „קענען מיר פּשוט בלײַבן בײַם אַלטן? אַלץ איז אַזוי גוט געגאַנגען.“

„אָבער דו האָסט זיך געביטן. אַלץ איז שוין אַנדערש צוליב דיר.“

„ווי אַזוי האָב איך זיך אַזוי שטאַרק געביטן?“

„דו זעסט אַפֿילו ניט!“ האָט זי אויסגערופֿן. „דו כאַפּסט זיך אַוועק דרײַ מאָל אַ טאָג פֿאַר דײַנע תּפֿילות און דו זאָגסט מיר ניט וועגן דעם, גלײַך ווי כ´באַמערק דיך ניט. דו האָסט ניט ליב עסן אין די זעלבע רעסטאָראַנען ווי פֿריִער. דו מיינסט אַז דו בײַטסט זיך ניט? וועמען נאַרסטו? זיך אַליין?“ זי האָט זיך צעלאַכט. „קוק. כ´בין ניט געבוירן געוואָרן נעכטן. כ´האָב געהערט מעשׂיות פֿון בחורים וואָס זײַנען געוואָרן רעליגיעז. דאָס איז ניט מײַן זאַך, נאָר כ´בין גרייט מיטצוגיין. אָבער פּרוּוו מיך ניט אָפּנאַרן!“

„גוט,“ האָט ברוס געזאָגט פֿאָרזיכטיק. ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו זאָגן אין דעם נײַעם מצבֿ, האָט ער געפּרוּווט זאָגן וואָס ווייניקער.

„גוט – וואָס?“ האָט זי אַ פֿרעג געטאָן.

„גוט, הייסט – כ´בין מסכּים מיט וואָס דו´סט געזאָגט.“

„און וואָס איז וועגן מיר? צי זאָל איך מיטגיין מיט דיר צי וואָס? ס´איז מיר נאָך פֿאַראַן אַ ווינקל אין דײַן רעליגיעזן קאָפּ מיט די – די פֿילאַקטעריס?“

„תּפֿילין,“ האָט ברוס זי איידל אויסגעבעסערט.

„זאָלן זיי הייסן ווי זיי זאָלן ניט הייסן. וואָס איז דײַן ענטפֿער צו מיר? צו מיר, ברוס, גיב אַ קוק אַהער אויף מיר!“

און וועט ער האָט ווײַטער געשוויגן, האָט זי געמאַכט אַזאַ ברומעניש מיט דער צונג און דעם האַלדז, ווי אַ דערצאָרנטע חיה. געוויינטלעך האָט זי געמאַכט אַזאַ קלאַנג נאָר ווען זיי האָבן זיך געשפּילט אין „חיות“ (אַ געוווינהייט וואָס זיי האָבן זיך אײַנגעשאַפֿן בשעת די פֿריִסטע יאָרן חבֿרשאַפֿט), נאָר דאָס מאָל איז בולט געווען, אַז זי שפּאַסט ניט. זי איז אַוועק פֿון צימער און אַרײַן אין שלאָפֿצימער, און פֿאַרהאַקט די טיר.

דערפֿאַר האָט ער געוואָלט געפֿינען וועמען ס´זאָל אים זײַן צו הילף בשעת די שווערע טעג. ניין, ניט שווער. אַלץ גייט אים דערווײַלע, קיין עין־הרע, מיטן פּוטער אַרויף. ער מאַכט ניט פּליטה פֿון דער וועלט, ער קלײַבט פּשוט אַ נײַעם מין לײַלעך אויף זיך אויפֿצוּוויקלען. נאָר ווער נאָר עס פֿאַלט אים אײַן איז ניט דאָס. טאַטע־מאַמע וואָלטן זיך דערשראָקן צו הערן וועגן זײַן נײַעם וועג. ער האָט ניט קיין פֿרײַנד וועמען ער קען פֿאַרטרויען.

דערפֿאַר איז ער דעמאָלט צוגעגאַנגען צום עילוי פּרוּוון פֿאַרפֿירן אַ שמועס. ניט דערפֿאַר וואָס דורך דער חכמה פֿון יענעם בחורל וועט ער אַרויסקאַראַבקעווען פֿון זומפּ. ניין, ער האָט דווקא געוואָלט זען דעם אָפּרוף פֿון אַ יאַט וואָס האָט ניט אַזעלכע פּראָבלעמען. ניט חלילה וואָס ער מיינט אַז דער בחור איז מער אַ מומחה אין לעבן, ווײַל ער קען לערנען. נאָר עס לאָזט זיך אַ מאָל רעקאָמענדירן אַ געוויסע דיסטאַנץ פֿון ענין, ניט אמת?

ברוס האָט אָבער ניט געוווּסט אַז סעמי האָט זיך אויך רעגאַנגלט מיט ליבעפּראָבלעמען. אמת, אויף אַ נײַנצניאָריקן אופֿן. קיין אמתער אונטערשייד צווישן ליבעפּראָבלעמען צו נײַנצן יאָר און די דאָזיקע צרות צו צוויי און פֿערציק יאָר זײַנען באמת ניטאָ, נאָר וואָס: די נײַנצניאָריקע פּראָבלעמען זײַנען אַ מאָל באמת לעבנספֿראַגעס, בשעת די דערוואַקסענע צרות זײַנען אָפֿט מאָל די אויסצאַנקענישן פֿון אַ קאַפּעדיקן ליכט.

Sunday, December 2, 2007

דער עילוי און דער גאָון

סעמי האָט ניט געוווּסט פֿון קיין אַלטמאָדישע הנהגות. אַז ער האָט געוואָלט עפּעס וויסן, האָט ער אַ פֿרעג געטאָ, נאַיִוו־נײַגעריק. נײַנצניעריק. בדרך־כּלל האָט מען געענטפֿערט אויף זײַנע פֿראַגעס, צוליב אַזאַ שולדגעפֿיל: וואָס וועט זײַן, אויב מע זאָגט אָפּ אַזאַ ברען, אַן עילוי? אפֿשר וועט מען צאָלן דערפֿאַר אויף יענער וועלט?

סעמי איז געזעסן בײַ ר´ דוד אין שיִעור, און דערנאָך, ווען אַלע אַנדערע תּלמידים זײַנען שוין אַוועק, איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ שאלה וועגן ר´ דודס לעבנס־געשיכטע.

יעדער ווייסט דאָך, אַז ר´ דוד איז אַ שארית־הפּליטה־ייִד. ער האָט געשריבן אַ בוך אויף ענגליש וועגן זײַן לעבנס־געזיכטע – אַליין אַן עילוי פֿון סיגעט, וואָס האָט געקענט אויסהאַלטן דעם באַוווּסט, און אפֿשר בײַ אַנדערע אַזוי גערופֿענע עילויים אַפֿילו דעם מיטישן, „נאָדלטעסט“ אין אַ מסכתּא ש"ס. ער איז געווען אַרומגערינגלט מיט גרויסע תּלמידי־חכמים פֿון סאַמע אָנהייב אָן, און יעדער האָט געזען אין אים עפּעס ניט נאָר ענלעך צו זיי, נאָר אפֿילו בעסער, מער אויסגעלײַטערט און פֿילאָסאָפֿיש געשטימט. אַ שטיקל געפֿערלעכער פֿײַער וואָס טרײַבט אונטער די נשמה צו נײַע סכּנותדיקע הייכן.

ר´ דוד – דעמאָלט מער ניט קיין „דודעלע“ – איז אַוועק פֿון אייראָפּע צו פֿרי, ער זאָל זען מיט די אייגענע געשטאָכענע אויגן דעם גורל פֿון זײַן משפּחה און קהילה. באַלד נאָך די בשׂורות וואָס האָבן אים געהאַט אומברחמנותדיק דעריאָגט און פֿאַרפֿלייצט אין אַמעריקע, האָט ער זיך פֿאַרטיפֿט אין דעם ריזיקן שאַצקאַמער גמרא מיט וועלכן ער האָט זיך אַרומגעטראָגן אין אייגענעם קאָפּ. אַז ער איז געגאַנגען איינער אַליין דורך די חז"לישע לאַנדשאַפֿטן פֿון אייגענעם תּורה־וויסן, האָט ער ניט געזען די תּלמידי־חכמים און בתּי־מדרשים וואָס האָבן זיך אין אים געהאַט געפֿונען. אַזוי ווי אַ ספֿרים־שאַנק וואָס מע נעמט בײַ אים צו דעם גרויסן חתנס ש"ס, די שטאָלצע, דיקע בענד מקראות גדולות, און די פֿיל קלענערע בענד שו"ת, ווי ייִנגערע קוזינען צו די טאַטע־מאַמעדיקע גרעסערע ספֿרים – אַזוי אויך איז בײַ אים ליידיקער געוואָרן די מוח־לאַנדשאַפֿט. אַ וויסטער ווינט האָט כּסדר געבלאָזט.

כּמעט אַלץ איז נעלם, פֿאַרשניטן געוואָרן, און ער האָט געשפּירט ווי ער טורעמט שוין העכער ווײַל די גאַנצע וועלט איז שוין נידעריקער. ער האָט דאָס ניט געוואָלט מודה זײַן ווײַל ער האָט פֿײַנט בתּכלית־השׂינאה זײַן אַזוי גערופֿענע עילוישאַפֿט, אַ טיטל געשאָנקען געוואָרן פֿון עם־הארצים און גאָרניט־ווייסערס. יענע יאָרן זײַנען עילויים יאָ געווען, און אפֿשר וועלן זיך אַ מאָל באַווײַזן נײַע. ער ווייסט אָבער נאָך ניט.

דאַכט זיך אָבער אַז ער האָט שוין אַן אַחריות וואָס ער האָט ניט געהאַט פֿריִער, אַז ער קען ניט זײַן קיין פּשוטער תּלמיד־חכם אָנגעשטאָפּט מיט ש"ס און פּוסקים ווי אַ מילגרוים מיט זאָמענס.
ער דאַרף לערנען, זאָגן שיִעורים, געבן תּלמוד־לעקציעס (ווי מע זאָגט אין די מאָדערנע אַמעריקאַנער שולן). סך־הכּל: לאָזן אונטערוואַקסן דעם נאָכוווּקס, דעם צווייטן דור.

דערפֿאַר, כאָטש ר´ דוד איז אינעווייניק געווען אַ שטרענגער ייִד, פֿול מיט טענות קעגן זיך און אַנדערע, און גרייט אין די חדרי־חרדים פֿון אייגענעם מוח צו רופֿן וועמען ניט איז אַן אידיאָט, דאָך פּנים־אל־פּנים איז ער געווען באמת אַ צוגעלאָזענער.

ווען סעמי איז צו אים צוגעגאַנגען און געזאָגט אַז ער וויל עפּעס פֿרעגן, האָט ר´ דוד אַרויסגעקוקט אויף אַ ממשותדיקער שאלה. שוין לאַנג וואָס ער האָט ניט וואָס אײַנצובײַסן מיטן פֿולן שׂכל. ער שעמט זיך פֿאַרן חונן־הדעת.

האָט סעמי אַ פֿרעג געטאָן, אָן קיין וואָרט פֿריִער, ווי זײַן שטייגער איז: „ווי אַזוי האָט איר געהאַלטן אײַער אמונה במשך דעם חורבן?“

דאָס האָט ר´ דודן פּריטשמעליעט. ער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנץ בוך וועגן חורבן און זײַן לעבן; ער האַלט רעגולערע דרשות אין יום־השואה וועגן דעם ניסיון אַרײַנצוטײַטשן אין חורבן, און אַז מע דאַרף דערפֿון ווײַכן ווי פֿון דער פּעסט. „צי האָסטו געלייענט מײַנע פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין?“ האָט ער מילד געפֿרעגט. סעמי איז אַ קלוגער (ער האָט ניט גענוצט דאָס וואָרט „עילוי“ מיט זיך אַליין), האָט ער ניט געפֿרעגט גלאַט אין דער וועלט אַרײַן.

„יאָ, איבערגעלייענט אײַער בוך. כ´האָב זיך דערפֿון אַ סך געלערנט. נאָר כ´האָב ניט פֿאַרשטאַנען דעם ווי אַזוי, דאָס הייסט, אַז איר שטייט פֿאַר אַזאַ מצבֿ, אַזאַ חורבן, וואָס טוט איר כּדי זיך אָנצוהאַלטן אין אײַער אמונה?“

ר´ דוד האָט ווײַטער ניט פֿאַרשטאַנען. „כ´האָב ניט זיך אָנגהאַלטן אין מײַן אמונה. כ´האָב זיך שרעקלעך געראַנגלט.“

„אָבער –“ בײַ סעמין איז קענטיק שטעקן געבליבן עפּעס אַ טיפֿער ייִאוש טיף אין האַלדז. „כ´וואָלט געוואָלט וויסן אײַערע עצות. כ´ראַנגל זיך אויך, מיט אַזעלכע קליינטשיקע טענותלעך צום אייבערשטן. כ´האָב געמיינט כ´קען מאַכן אַ קל־וחומר: אַזוי ווי איר זײַט שוין געווען אין אַזאַ גרויסן חורבן, און אײַער אמונה אין גאָט איז געבליבן גאַנץ דורך דעם אַלעם, האָט איר אפֿשר עצות וועגן דעם.“

„וועגן וואָס?“

„וועגן דעם, ווי אזוי צו לייזן די ספֿקות,“ האָט זיך סעמי אָנגערופֿן. סעמי האָט זיך געפֿונען אין אומבאַקאַנטער טעריטאָריע. זײַן אמונה און בטחון אין דער גמרא, למשל, וואָס איז נאָר מענשטן פּלוס רוח־הקודש, איז גאָר שטאַרק. אַפֿילו ער פֿאַרשטייט ניט אַ געוויסן שווערן מאמר אָדער פֿאַרדרייטן שקלא־וטריא, איז ער נאָך זיכער בײַ זיך אַז זײַן אייגענער שׂכל, פּלוס דער אינעווייניקסטער סדר פֿון דער גמרא, וועט אַלץ אויפֿלייזן. ניט אומזיסט האָט מען ש"ס מחבר געווען. נאָר אַז סעמי איז געשטאַנען פֿאַר דער גאַנצער וועלט, די העלפֿט דערפֿון ער הייבט ניט אָן צו פֿאַרשטיין, כאַפּט אים אַרום אַ פֿאַרלוירנקייט וואָס געפֿינט זיך ניט קיין ענטפֿער אין ברייטן גמרא־פּרוזדור. דאָס האָט ער געמיינט, און דאָס האָט צום באַדויערן זײַן נײַנצניעריק לשון ניט געקענט אויסרעדן.

ר´ דוד האָט פֿאַרשטאַנען פּונקט וואָס דער בחור איז געווען אויסן, נאָר קיין ענטפֿער האָט ער אויף אַן אמת ניט געהאַט. עס גייט אין דעם, וואָס יעדנס אינעווייקסטע ראַנגלענישן מיט גאָט זײַנען זייער שווער, כּמעט אוממעגלעך, איבערצוגעבן אַ צווייטן, און אַפֿילו דעמאָלט, אין בעסטן פֿאַל, ווערט ס´רובֿ פֿון אמת פֿאַרפֿאַלן, ווי אַ ליד. נאָר פֿונדעסטוועגן, האָט ער „אויפֿגעהויבן זײַן משל און צערעדט זיך“, ווי סע שטייט וועגן די נבֿיאים:

„דו ווייסט וואָס איינער פֿון מײַנע רביים האָט מיר געעצהט?“ האָט ער געזאָגט סעמין. „מע מוז זיך פֿירן כּאילו ס´איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט, און טאַקע אין דער רגע וועט זײַן אַ התגלות.“

צום גליק האָט ר´ דוד יאָ פֿאַרשטאַנען אין וואָס דאָ האַנדלט זיך – נאָר וואָדען, ער האָט ניט געוווּסט וואָס ער זאָל ענטפֿערן. ניט וואָס ער האָט ניט געוווּסט ווי צוצוגיין צום ענין, ניין. אַפֿילו ער האָט ניט קיין ענטפֿער, קיין מלאך איז ער דאָך ניט, פֿאָרט ווייסט ער ווי אַזוי דאָס אָנהייבן אַרומצורעדן. ס´איז די פֿראַגע וואָס שטייט פֿאַר יעדן רבין: וואָס פֿאַר אַ פֿראַגעס וויל מען אָנמוטיקן, און וועלכע וויל מען איגנאָרירן, מיט דער האָפֿענונג אַז זיי וועלן אַוועקגיין פֿון זיך אַליין? ער האָפֿט, אַז זײַן פּרוּוו אויף אַן ענטפֿער איז ניט קיין נאַרישער.

פֿונדעסטוועגן אָבער, זאָגט אים אונטער דאָס האַרץ אַז, איין מאָל שוין אויפֿגעוועקט אַזעלכע מין ספֿקות בײַ אַ בחור, ווערן זיי ווײַטער ניט אַזוי גרינג צוריק באַלייגט שלאָפֿן.

סעמי איז דאַכט זיך ניט געווען צופֿרידן מיט דעם ענטפֿער. „אָבער, ווי אַזוי קען איך האָפֿן אויף א התגלות פֿון אייבערשטן, אַז כ´בין ניט בכּוח צו גלייבן אין אים לכתּחילה?“

סעמי האָט זיך אויסגעדרייט און איז אַוועק. ר´ דוד איז דערנאָך לאַנג געזעסן, אַ פֿאַרטראַכטער, איבער זײַן ספֿר. דערנאָך איז ער אַהיים זיך אָפּגעבן מיט דער פֿרוי. נאָך אַ ראַיה פֿון אַ גאָט וואָס מע קען ניט פֿאַרשטיין, וואָס „פֿאַרשטיין“ איז נאָך אַלעמען ניט קיין שייכדיקער ווערב אָנצוּווענן אויף גאָט. „פֿאַרשטיין“ פֿאַרשטייט מען אַ בר־מיצווה־בחור וואָס בונטעוועט זיך, אָדער אַן עדה ייִדן וואָס ווילן וויסן פֿאַר וואָס זייערע טייערע זײַנען אויסגעשאָכטן געוואָרן. נאָר דער אייבערשטער קען מען נאָר אָננעמען און זיך פֿירן אַ לעבן וואָס איז אים פּאַסיק, אַזוי ווי (להבֿדיל, האָט זיך אים געדאַכט, כאָטש דעם כּוח פֿון להבֿדיל האָט ער ניט געשפּירט) זײַן פֿרוי וואָס זיצט פֿאַרליימט דורך אַ ביאָלאָגישן מעכאַניזם וואָס ער – ווידער דאָס וואָרט – פֿאַרשטייט ניט.

Saturday, November 17, 2007

מאָושע און קעראָלײַן זוכן פּרנסה

קעראָלײַן האָט ניט געוואָלט איבערקלײַבן זיך קיין מישיגען, נאָר מאָושע האָט געוואָלט. ער האָט געזאָגט אַז זײַן משפּחה קען אַ ליאַדע מינוט זיך אַרײַנכאַפּן אין זײַן לעבן און קאַליע מאַכן אַלץ וואָס זיי האָבן געמאַכט צוזאַמען. זי האָט ניט אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען וואָס עס האָט זיך אים אַזוי פֿאַרקאָכט זיך אַרויסצוציִען. אײַ, ער האָט פֿײַנט די משפּחה? ער האָט געדאַרפֿט אַוועק פֿון זײַן פּערזענלעכן געטאָ? איז וואָס? מאַלע וואָס אַ מענטש דאַרף אויסשטיין צוליב טאַטע־מאַמע! אַפֿילו טאַטע־מאַמע געפֿינען זיך אין ברוקלין הייסט לאַוו־דווקא אַז מע טאָר מער ניט וווינען אין ברוקלין. ברוקלין איז דען אַ קליין שטעטל? אַפֿילו די ייִדן, אויף וויפֿל זי פֿאַרשטייט, וווינען אין אַ צאָל געגנטלעך אין דעם גרויסן באָראָ. ער וואָלט געקענט וווינען אין ברוקלין־הײַטס, קערל־גאַרדענז, וווּ ניט? זי פֿאַרשטייט, אַז מע מוז זיך אַן עצה געבן מיט די קאָמפּלעקסן פֿון זיווג, נאָר מע מוז ניט פֿון אַלץ און אַלעמען פּליטה מאַכן. מע קען אַ מאָל זיך אַוועקשטעלן און קעמפֿן. איר משפּחה, למשל, איז געבליבן אין מיסיסיפּי צענדליקער יאָרן, און מע האָט זיך ניט אַרויסגעקליבן קיין צפֿון צוליב ווײַסער שׂינאה ווי צוליב דאגת־פּרנסה.

זי האָט זיך אָנגעקוקט אין שפּיגל. אַ קלוגע פֿרוי, האָט זיך איר געבאָמבלט די פֿראַזע אין קאָפּ. דאָס האָט מען אויף איר געזאָגט. נאָר געמיינט האָט מען אָדער: כ´האָב געמיינט אַז אַלע שוואַרצע פֿרויען זײַנען שטיצערס פֿון מענער פּליטהניקעס! אָדער – וואָס ביסטו ווײַטער אַ סטודענט, די צאַצקע? פֿאַר וואָס נעמסטו זיך אַלץ ניט צו גאָטס אַרבעט? מאָושע האָט אָבער פֿאַרשטאַנען, וואָס עס הייסט צו זײַן אַ באַנקקוועטשער, זיך זיצן איבער אַ בוך ביז מע דערגייט ניט צו זײַנע אינעווייניקסטע סודות, כאָטש „כ´בין קיין מאָל ניט געווען קיין גרויסער לערנער,“ האָט ער צו איר מודה געווען.

„נאָר דו האָסט דאָך געלערנט לאַנגע יאָרן אין ישיבֿה?“ האָט קעראָלײַן געפֿרעגט.

„כ´האָב געמאַכט אַן אָנשטעל. כ´האָב זיך אָנגעשאָקלט איבער די גרויסע ספֿרים. אַז מע פֿירט זיך אויף גוט און פֿרום, מע ווײַכט פֿון די זײַטיקע רייד פֿון די אַנדערע תּלמידים, און מע לויבט דיך אין הימל אַרײַן פֿאַר דײַן פֿרומקייט.“

„דו ביסט דאָך אָבער אַ קלוגער געווען.“

„יאָ, אַ קלוגער. נאָר קלוגשאַפֿט איז אַנדערש פֿון האָבן אַ גמרא־קאָפּ.“

קעראָלײַן האָט געמאַכט מיט די פּלייצעס.

הײַנט לערנט זי זיך אָוונטן אויף איר מאַגיסטער־אַרבעט, דווקא אין קאָמפּאַראַטיווער רעליגיע. „דײַן באַפּטיסטישער דיבוק זיצט נאָך אין דיר,“ האָט זיך געוויצלט מאָושע. מאָושע, וואָס פּרוּווט זיך מאַכן אַ לעבן דורך פֿאַרזיכיקן זשורנאַליסטיק, קען עפּעס ניט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס אַ פֿרוי מיט שׂכל זאָל זיך פֿרײַוויליק גריבלען אין די פּרטים פֿון רעליגיעזע באַוועגונגען, זייער אויפֿשטײַג און אַראָפּפֿאַל. „מיר איז שוין נימאס געוואָרן איין רעליגיע. צוויי וואָלט טאַקע געווען ניט אויסצוהאַלטן!“

קעראָלײַן האָט זיך דווקא גאָר שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין די פּרטים פֿון דער באַפּטיסטישן ריס במשך דעם אַמעריקאַנער בירגערקריג. ניט נאָר די אידעאָלאָגישע פּרטים וואָס יעדער בר־בי־רבֿ לערנט זיך אין געשיכטע־קלאַס, נאָר די אינעווייניקסטע שׂינאהשאַפֿטן און ליבשאַפֿטן וואָס האָבן געטריבן דעם מאָטאָר פֿון רעליגיע, אונטער דעם אויטאָ־קאַפּאָט.

יאָ, מע האָט זי געהאָט אויפֿגעהאָדעוועט מיטן באַפּטיזם. שיינע זיכרונות: ניט פֿון הויכענערגישע כאָרן אָדער גאָספּעל־מוזיק (דאָס איז דאָך נאָר פֿאַראַן אין דרום־באַפּטיזם), נאָר פֿון לאַנגע דרשות, זונטיק־נאָך־קלויסטערדיקע טישן אָנגעלאָדענע מיט כּל־טובֿ, רכילות וועגן מיניסטערס, זייערע ווײַבער, זייערע סעקרעטאַרשעס, און זייערע שקאָצישע קינדער און אייניקלעך – קעראָלײַן קען זיך ניט דערמאָנען אין איין אייניקל, וואָס זאָל זיך ניט האָבן געבונטעוועט אויף עפּעס אַ קאָמיש־גראָטעסקן אופֿן (סעקס מיטן שכנישן מיידל אויפֿן קעלער פֿון דער קירך, אויטאָ־אומגליקן מער קאָמיש ווי ערנצט, און דאָס גלײַכן). נאָר זי איז ניט אַוועק פֿון דער קירך, ניט מיט אַ כּיוון – זי האָט זיך געביטן.

און צו וועמען, פֿרעגט מען תּמיד, פֿאַרגלײַכט זי דעם באַפּטיזם? מאָושע האָט זיך פֿונאַנדערגעלאַכט ווען ער האָט געהערט: צו די אינערלעכע שפּאַלטונגען פֿון די „האַסידם“, ווי זי האָט עס פֿאַלש אַרויסגערעדט ווען זיי האָבן זיך צום ערשטן מאָל באַקאַנט, מיטן אַקצענט אויפֿן ערשטן טראַף. האַ-סידים.

פֿאַרשטייט זיך, אַז קעראָלײַן האָט ניט קיין אַנונג וואָס זי וועט טאָן ווען זי וועט דאַרפֿן אַרויס אויפֿן אַרבעטמאַרק. דער מצבֿ אין איר פֿעלד איז אַ שרעקלעכער. „אין ערגסטן פֿאַל“, האָט זיך געוויצלט מאָושע, „וועסטו זײַן אַ בייביסיטער בײַ אַ חסידישן רבין.“

און וואָס טוט מאָושע, למשל, פֿאַר פּרנסה וועגן? דאָס איז טאַקע אַן אָנגעווייטיקטע שאלה. ער זוכט אַרום מיט התמדה. ער לייענט איבער פֿאָרזיכטיק און בעיונדיק די אַנאָנסן אין די צײַטונגען. ער גייט אויף אַ פּאָר אינטערוויוען. וואָס קען ער טאָן? דאָס איז תּמיד די פֿראַגע. אָט ליגט פֿאַר זיי זײַן רעזומע. איידער ער האָט פֿאַרלאָזט זײַן כּלה אויף דער חופּה (ווײַל אַזוי באַצייכנט זיך בײַ זיך תּמיד זײַן קריזיס, ניט געקוקט אויף דעם, צי ער וויל עס דערמאָנען אויף אַ נייטראַלערן אופֿן), האָט ער שוין גענומען זיצן בײַ נאַכטקורסן פֿון היגן קאָמיוניטי־קאַלעדזש. פֿון וואַנען האָט זיך צו אים גענומען דאָס געלט? ווי אַזוי האָט ער אַרויסגעשלײַכט אויף אַ נאַכט – ניט אויף אַ שיִעור נאָר גאָר אויף קלאַסן אין קונסטגעשיכטע און דער ענגלישער ליטעראַטור? די פּרטים זײַנען ניט קיין אינטערעסאַנטע – ער האָט ניט געהאַט קיין חשק זיך טיילן מיט די דעטאַלן בײַם שמועסן מיט פֿרײַנד.

פֿאַר וואָס? ניט ווײַל ער שעמט זיך דערמיט. אַדרבא, ער האָט געדאַרפֿט זען די טומאה וואָס מע גיסט אויף איר פּעך און שוועבל. ער האָט אויך געוואָלט וויסן מיט וואָס פֿאַרנעמט זיך אַ קלוגער גוי. ער ווייסט דאָך מיט וואָס פֿאַרנעמט זיך אַ ייִד מיט אַ שאַרפֿן קאָפּ – נאָר אַ גוי? וואָס טוט ער? זיצט איבער עפּעס און לערנט?

און דאָס „ווי אַזוי“ איז אויך ניט אזוי שפּאַנענדיק. יעדע פֿאַרמאַכטע קהילה, ווי פֿאַרמאַכט ער זאָל זיך ניט פֿאַררעכענען, האָט שפּאַרונעס וואָס לאָזן אַדורך די טעמען און ריחות פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. אַפֿילו תּפֿיסות קענען ניט פֿאַרשפּאַרן די אַרעסטאַנטקעס קעגן אַלע השפּעות פֿון דער דרויסנדיקער וועלט.

זײַן רעזומע, הייסט עס, איז גאָרניט זיך צו שעמען. אויך זײַנע קענטשאַפֿט אין געוויסע פֿעלדער – קאָמפּיוטערס, הגהה, חשבונות – איז גאָר ניט צו פֿאַרזינדיקן. וועמען גייט עס אָן אָבער ווען די עקאָנאָמיע איז אין אַזאַ שרעקלעכן מצבֿ? אים האָט אָפּגעגליקט, וואָס מע האָט אים טאַקע מכּבד געווען מיט די אינטערוויוען. דאַכט זיך, מ´איז נײַגעריק צו מאַכן אַ משנה־בריות אויף דעם ייִד וואָס איז געגאַנגען אין תּורה־ודעת און דערנאָך אין ברוקלין־קאָמיוניטעט קאַלעדזש.

„ניין, ס´גייט ניט אין דעם,“ זאָגט זיך אָן קעראָלײַן אין מיטן זײַן חלום. „מ´איז ניט אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿון זײַן פּערזענלעכער געשיכטע. ס´איז פּשוט ווי אַ מאָל מיט די זאַכן: אַ מאָל אינטערוויויִרט מען און אַ מאָל ניט. קיינער קען ניט פֿאָרויסזאָגן ווי און ווען. דו ביסט ניט אַזאַ יחיד־במינו, דאַרלינג.“

אַזוי איז דער מצבֿ. איידער ער איז אַוועק האָט ער זיך זיכער ניט אײַנגערעדט קיין גאָלדענע גליקן. אָבער ער האָט אַוודאי געמיינט אַז דער דורכשניטלעכער מענטש לעבט בעסער אין דרויסן פֿון די ווענט איידער אינעווייניק. דאַכט זיך, אַז ער האָט געהאַט אַ טעות.